יעדער איינער - מיילעך קאהן

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 6:58 pm

יש"כ פאר די הערה.

איך האב אפירגעקראצט דעם שמועס פון רבי בערל טויבער. ער זאגט טאקע אז דער מלמד האט געזאגט פאר דעם מנהל אז ער איז א תלמיד פון ר' גד'ל, "און מיין רבי האט מיר געלערנט אז א מענטש קען לעבן יארן לאנג אויף דעם עולם אלעס נאר צוליב דעם דאזיגן מאמענט!"
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

תחשוב טוב
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:20 pm

תגובהדורך תחשוב טוב » זונטאג דעצמבער 31, 2017 12:31 pm

שלעפשיץ האט געשריבן:איך שפאנציר מיר אזוי אריין אין 'דזשודעיקע' געשעפט - גלייך שרייט ארויס דעם דעקל פונעם סידי - גלייך אן קיין ווארענונג מיט א גרעדע ליניע גלייך אריין אין מיינע אויגן
מיט אירע רוישיגע קאלירן און מאדנעם געשטעל, דעם אזוי לענג געווארטעטן אלבום פון מיילעכ'ן.

עס איז נאך געווען אין סאמע'ן ערשטע 9 טעג פונען חודש מנחם אב, ווי מיר פירן זיך נישט צו הערן קיין מוזיק, אבער היצטערט האב איך דעם אלבוים אין די הענט, איך לייג עס שוין נישט צוריק אראפ, איך ווייס נישט וויפיל איך האב באצאלט פאר דעם אליין - איך האב איבער געלאזט $40 אינעם געשפעט ס"ה - איך כאפ אין לויף.

געפענט דעם דעקל, אפגעליינט אלע שכח'ס - אפי' רפי דע קינג האב איך אינאכט גענומען, מיכאל האט באקומען א שכח, הלוואי איך קען זיין אויף איינעמ'ס דעקל - א שכח פאר שלעפשיץ. איך ארבייט שווער דערויף, איין טאג עטס וועטס נאך זעהן - 'לִיסטְן אָפּ' איין טאג!

עניוועי - איך לייג אריין דעם סידי אינעם קאר סידי פלעיער - היות סע צינדסעך אן גליין אטאמאטיש - האב איך שוין געהאלטן מיין פינגער גרייט, און ווי נאר ער גיבט דעם ערשטן זעץ - בבבוווממססס.... אויסגעלאשן! איך ווארט!

*****

עטליכענ'ע טעג שפעטער כחצות! נישט ממש ביי חצות ווייל.... איך בין נישט געווען אין קאר פונקט.
אבער ווי נאר איך זעץ מיר אריין אין קאר - געהאקט דעם 'אָן' קנעפל און היידע............

רא רא רא ראם דדיי דאם..... דער איז נישט געהעריג!
א נארמאלע ניגון - אראפגעלייגט אזוינס מין גוט - אריינגעדרייט דעם באקאנטער מונקאטשער כליפ - ווי דער הייליגער מנחת אלעזר שרייט שבת..... זייער זייער שטארק
דע מוזיק זעצט - רא פא פא פע ...... רא רא ....

אזוי איז דער ערשטער ניגון איבערגעשפילט געווארן בלי גוזמא א 2 צענדליגער מאל - באמת פאר דעי ערשטע טרעק האט זיך עס שוין געלוינט!

דער האט געמאכט א גוטן ארבייט - נישטא וואס צו רעדן!

א שעה שפעטער - 2טע ניגון - הראנו ה' חסדך - א שטייטע הערליכע ניגון - געהערט אפאר מאל, זייער פיין אראפגעלייגט - עכט א שטארקע ניגון - דעס גייט גיין פאר קומזיצ'ן ווי משוגע - איך מיין א פיינער ניגון מיט אלע מפרשים.

3טע ניגון - איין טראפ וואסער - יעדער קען עס שוין (איך גלייך דעם ניגון - יודישע ווערטער צום פינטל!)

4טע ניגון - אבי יתומים - דעי איין ניגון האב איך נישט געקליקט - נעקסט

5טע ניגון - ונהפוף הוא - א פיינער ניגון פאר פורים - געהאקט ביינאונז פורים - פיינע ניגון נאר מיט פורים ווערטער! שטארק ווען סע בעתו (סע זיין אלבום האט ער עס יעצט אריינגעלייגט - פאר דעי וואס גייען באלד זאגן אז סע באלאנגט נישט פאר חודש אב - ניין אבער היות סע זיין ניגון האט ער עס פארקויפט אין דעם אלבום - איך פריי זיך אז סע יעצט אריינגעלייגט ווייל דאס וואס איך האב פון וואס סע ארום געפארן פורים איז נישט אזוי קלאר די מוזיק - יעצט האב איך עס אין א קלארע ווערזשאן!)

6טע ניגון - קודשא ברוך הוא - יוש איז דעס הערליך - ווער האט אזא ניגון נאך? גייסט יעצט זאגן מבד - אברהם? אמת ווייסט ווער נאך? מיילעך קאהן!
מעסיוו - מעסיוו!

קודשא ברוך הוא אחד, לעילא.... עד דאיתע.... כוונא דליהוויי וויי וויי......

7טע ניגון - באקאנטע ואהבת - אוי איז דעיס שטארק - יעדע איינער - יעדער איינער! זאגסט מיר - נישט אומזיסט איז עס אזוי אויפגעכאפט!
אוי וועהן גיימיר זיך שוין טאקע אויפירן מענטשליך מיט דרך ארץ איינער צום אנדערן? ווען גיימער זיך ליב האבן?
מען זאל שוין נישט ברויכן פארשפארן קיין אשכולות? הא? דאן וועט משיח קומען!

8טע ניגון - בדרך - אויך זייער סאליד און פיין - בדרך שאדם מודד בה - מודדין לו....
אריינגעלייגט א שטיק הארץ אין דעם ניגון - איך גלייך עס

9טע ניגון - געדאנקען
א שטארקע נקודה - ער שפאצירט אזוי מע הערט די פייגעלעך און די געדאנקען קומען ארויף.......
גאר גוט - א פְּלאָס - א זיסער געדאנק ניגון

10טע ניגון - מי יודע
איך גיי זייער שטארק פאר דעם ניגון - די תוכן מיט די אויסלייג - זייער זייער גוט!
ווער ווייסט צו וואס דו גייסט יעצט דורך איז די סבה פארוואס דו בוסט דא?

11טע ניגון - יומם.... יו.. יו.. יומם!
יא - קענסט די ניגון? איך אויך!
ווייסט פארוואס? נישט ווייל סע משוגע - נאר ווייל סע איז א חידוש!
אפשר אביסל משוגע - אבער גענוג משוגעים זענען נישט אנגעקומען האלב אזוי ווייט!

אפשר מוז איך מודה זיין אז דער אלבום איז נישט קיין מעין-סטרעים אייזיק האניג סידי
אבער סע דעניפעטלי ווערט דאס געלט!
איך הער עס שוין א גאנצע טאג כמעט 2 - איך קען עס נישט אויסלעשן - א געוואלדעוואנע ארבייט!
שכח רעב מיילעך פאר די ארבייט!

דרך אגב - איך האב אויך צושטייער געגעבן אינעם גא.פאנד.מי - איך האב געהאפט צו קריגן פריער אבער איך בין דיר מוחל!

שכח פאר גרשון שווארטץ - איך ווייס נישט ווער סע איז אבער א מעכטיגע ארבייט!
איך ווארט שוין אויך די קומענדיגע אלבום!

אריינציווארפען מיין מיינונג, יאפ אין נאכאמאל יאפ, שוין ארויסגעקימען היבש סידיס נאכדעי סידי למעשה ביי מיר איז דעי סידי נאך אלטץ נישט נמאס אין די נייערע סידיס שוין יא, א בחינה פין קושטא קאי זיינע ניגינים איז נשמה אין נאכאמאל נשמה אין א נשמה איז קאי וקיים.

אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

תגובהדורך אורייתא » מאנטאג ינואר 01, 2018 11:44 pm

Agree for the above
Its something about this cd
אורייתא וישראל חד הוא

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » מאנטאג פאברואר 19, 2018 7:36 pm

נייע ווידיאו - איינער האט?
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » מאנטאג פאברואר 19, 2018 8:13 pm

שלעפשיץ האט געשריבן:נייע ווידיאו - איינער האט?

וואס ווילסטו מען זאל נאכאמאל שפארן דעם אשכול?
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2301
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג פאברואר 19, 2018 8:15 pm

נייע ווידיא נישט ערלויבט פאר י"א אדר
אחראי
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » מאנטאג פאברואר 19, 2018 8:17 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:נייע ווידיא נישט ערלויבט פאר י"א אדר
אחראי

וואס האט עס מיט י"א אדר?
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2301
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג פאברואר 19, 2018 8:18 pm

מקווה איד האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:נייע ווידיא נישט ערלויבט פאר י"א אדר
אחראי

וואס האט עס מיט י"א אדר?

איי געס ווייל דעמאלטס קען מען שוין ליינען די מגילה.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » מאנטאג פאברואר 19, 2018 8:22 pm

און פארוואס זאל מען לייגען די קליפ און זיך אנהייבן ארום שלאגען נאכאמאל, און צום סוף פארשפארן די אשכול, איך מיין מען זאל עס לאזן ביי דעם, ביטע לייגט נישט די קליפ
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » מאנטאג פאברואר 19, 2018 8:23 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:נייע ווידיא נישט ערלויבט פאר י"א אדר
אחראי

ווי האט ער דאס געזאגט?
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » דינסטאג פאברואר 27, 2018 5:47 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:נייע ווידיא נישט ערלויבט פאר י"א אדר
אחראי

שוין י"א
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג פאברואר 27, 2018 11:17 pm

מקווה איד האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:נייע ווידיא נישט ערלויבט פאר י"א אדר
אחראי

ווי האט ער דאס געזאגט?

און פארוואס?
אויב מיין תגובה געפעלט אייך נישט קענט איר צוריק גיין אהין פון ווי איר קומט.

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2301
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דינסטאג פאברואר 27, 2018 11:29 pm

מקווה איד האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:נייע ווידיא נישט ערלויבט פאר י"א אדר
אחראי

ווי האט ער דאס געזאגט?

איך האב פראבירט צו מאכן א וויץ אין ליכט פון דעם אשכול, ס'איז נישט געלאנגען,
איי עם סארי פאר די קאנפיושען.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

איך האב נאך היינט נישט געדאווענט!

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 9:55 am

האט איינער די ניגון "איך האב נאך היינט נישט געדאווענט"
(איך האב גראדע יא אבער...)

עס גייט בערך אזוי:

איך האב נאך היינט נישט געדאווענט
איך האב נאך היינט נישט געדאווענט
ס'ווערט שפעט,
גאר גאר שפעט.

איך האב פאר דיר נאר ערקענט
אבער, איך האב ערקענט, נאר פאר דיר

איך וועל היינט אנהייבן א ניי
איך וועל היינט אנהייבן א ניי
איך וועל האבן א שיעור אדער צוויי
און דאווענען תפלות דריי
דו וועסט מיר העלפן, העלפן סיי ווי סיי.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט