The Shlager Project

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

The Shlager Project

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

נו אז געקלערט פרלאנגט אן אשכול וועט מען עפענען

תגובה דורך געקלערט » דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 7:23 pm
נו ! זאל איינער עפענען א געהעריגע אשכול אויף די שלאגער סיד

איך האב געקויפט דעם סידי ממש רייך מוראדיג די בעסטע זינגערס שטארקע מוזיק און טאפ קווייער

01 וחזקת, דעדי, א קנאקעדיגע ראק מ'קען הערן אז משה האט געהאט א האנט ביים מאכן דעם ניגון, מוזיק ביי משה לאופער

02 מי יממלל, דוד גבאי, א געשמאקע ספרדישע לידעל, מוזיק ביי לאופער

03 כינור, לוי פאלקאוויטש א ווארעם הארציגען ניגון עס צונעמט דאס הארץ, מוזיק ביי לאופער, אבער פארוואס דארף ער זינגען ליטפיש הברה לוי איז דאך יא געווען איינער וואס האט זיך קיינמאל געשראקן און געבליבן מיטן חסידישע, הברה א בראך

04 כאפ נישט, ליפא, א ניגון וואס דערמאנט מיך ליפא פון אמאל, אבער די ווערטער באשעפער עס האט נישט קיין הענט און קיין פוס איך פארשטיי נישט קיין אייין ווארט קיין איין ווארט קלעבט נישט מיט די צווייטע, מוזיק ביי מונה

05 נקדישך, אבראמי ראטה גאר ווארעם די 2טע פאל קומט דאך אריין אזוי שיין ממש א קנאק, מוזיק ביי לאופער

06 אגדלך, יודל, א שיינע קומזיץ ניגון גאנץ פלעין , מוזיק ביי לאופער

07 ונא נא, אלי הערצליך, א פיל פאכעכגען ראק דערמאנט מיר די אלטע ראקס פון אברהם, מוזיק לאופער

08 משהו בלב, ישי לפידות, אזא שטאטע ישרא-לישע ניגון גאר רייך, מוזיק אלי קליין & יצי בערי

09 לאותו זמן, מאטי שטיינמעץ, א פלעינע שטאטע ניגון מיט א שטיק אלטע תניעות, מוזיק ביי לאופער, די 2טע פאל איז געהעריג אדון השלום פון דעדי דורך חים באנעט

10 בוניך, יוני שלמה פאנגט זיך אן מיט גאר א שיינעם וואלץ און וועאט אריבער געפירט צו א שיינעם אמפא, מוזיק ?? און עברית שטייט מושה לאופער און אין ענגליש שטייט מונה? אויב איינער קען אריינקומען קלאר

11 מפי עוללים, שלומי כהן, א 6/8 א ווער משוגע פאר דעם עס איז הערליך, מוזיק ביי לאופער

12 נהללך, יוסף חיים שוועקי, א ספרדישע געשמאקע טאנץ ניגון, מוזיק ביי לאופער

13 נרי, גד אלבז, א שרעקעדיגע שטאטע ישראלישע ניגון מוזיק ביי לאופער

14 מחרזות סיום, ביי משה לאופער
#איך-פארק-מענטשליך
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

ווען יואלי פאלאטשעק האט מיך געבעטן צי זינגען אביסעל קוויער אויף די סידי האב איך געטראכט וואס פארא סידי גייט דעס שוין זיין אבער ווען איך האב געהערט די ניגונים בין איך געואארן עקסיידעט אין למעשה איז עס באמת זייער א פיינע סידי
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

איך האב נישט וואס צו הערן אויף דעם סידי
yield the right of way
אינטערעסאנט
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2012 3:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערעסאנט »

איך האב שוין נישט געהערט ליפא אזוי גוט זינגען, ממש ווי אין די גיטע צייטן
גראמער
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

אינטערעסאנט האט געשריבן:איך האב שוין נישט געהערט ליפא אזוי גוט זינגען, ממש ווי אין די גיטע צייטן


איך עגרי. ליפא זינגט עפעס נישט סתם אויף די סידי. אין איך האב יא ליב די גראמען. דארפסט עס איבערהערן אפאר מאל כדאי צו כאפן אלע ווערטער קלאר, אדער הער עס צוזאמען מיט די בוק וועסטו עס כאפן, ער רעכענט אויס פעלער ווי מען איז פאריאגט און מען וויל אלעס אריינכאפן.

אויך גלייך איך זייער די ניגון ואס לוי זינגט. אוועראלל, א הערליכע סידי, עס לוינט זיך צו קויפן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”