בלאט 3 פון 7

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 5:08 pm
דורך נו וואדע
fiena nieas האט געשריבן:מיין וואט איז פאר איינער נישט אויפן ליסטע בעני הערשקאוויטש איך ווער צודרייט פאר זיינע ניגונים

גא"מ בעני ע"ה איז געווען א חד בדרא אין קאמפעזיציע

כ'ווארט נאר אז אלע זיינע זאכן זאלן אמאל ארויסקומען

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:21 pm
דורך ויתן לך
איך האב געוועלט ר' יוסף צבי ברייער, וואלט מען געקענט וועלן נאך איין וואלט איך געוועלט רבי משה גאלדמאן

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:55 pm
דורך ישראל_הלוי
געוועלט פאר ר' משה גאלדמאן
די 2 ראנער אפס
ר' יוסף צבי ברייער
ר' חיים באנעט

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 7:59 pm
דורך ליבלעך
וויכטיג מאכער האט געשריבן:וואלסט מיר געקענט גיבן א ליסטע פון וואלדנער'ס ניגונים פון די לעצטע 5 יאר?

ניין ווייל ער האט ארויסגעגעבן זייער א סך ניגונים אין די לעצטע 5 יאר, די וואס קומט מיר גלייך ארויף אין זכרון איז:ער האט געמאכט ניגונים אויף האלב פון די פאריגע אברהם פריעד סידי, א שיינע פאר אויף שוועקי'ס מאמין בניסים, 2 אויף בערי וועבערס לעצטע, 2 אויף Yumi Lowy, וואס אגב א שיינע פאר וואס איך האב יעצט אויסגערעכנט איז הערליכע שטייטע ניגונים.
און וואס האט משולם ארויס געגעבן אין די לעצטע 5 יאר חוץ זיין אייגענע סידי און איינס אויף מנחם מאשקאוויטש הא???

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 11:42 pm
דורך יוסל פון בני ברק
אוודאי געשטימט פאר ר' יוסל, אלץ בעל מחדש איז ער אויסדריקלעך
די שטערקסטע, פון קענען גיין פון אן איטאליענע וואלץ אויף מה ידידית ביז א ספאנישע ששון ושמחה פון א רעגעי אויף אל תדין ביז א שיינע חזנות אויף אב הרחמים פון א טאנץ ניגון אויף התקבצו ביז א ווארימע עקידה (מיין עפיניען)

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 11:47 pm
דורך יוסל פון בני ברק
נו וואדע האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:מיין וואט איז פאר איינער נישט אויפן ליסטע בעני הערשקאוויטש איך ווער צודרייט פאר זיינע ניגונים

גא"מ בעני ע"ה איז געווען א חד בדרא אין קאמפעזיציע

כ'ווארט נאר אז אלע זיינע זאכן זאלן אמאל ארויסקומען

מאטי שטיינמעטץ האט געקויפט א ניגון פון אים נאך פאר זיין פטירה וואס וועט זיין אויף זיין אלבום.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 11:55 pm
דורך Moshe Yehuda
זיינע ניגונים זענען אזוי ענליך אז מ'קען צוזאמשטעלן אלע זיינע ...קאמפעזיציעס אין בערך 10/15 ניגונים

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2017 12:19 am
דורך לכאורה
בשם מורינו ר' סאכדעס בין איך מוחה פארוואס #שלמה ק. ווערט נישט אויסגערעכנט

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2017 1:24 am
דורך וויכטיג מאכער
ליבלעך האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:וואלסט מיר געקענט גיבן א ליסטע פון וואלדנער'ס ניגונים פון די לעצטע 5 יאר?

ניין ווייל ער האט ארויסגעגעבן זייער א סך ניגונים אין די לעצטע 5 יאר, די וואס קומט מיר גלייך ארויף אין זכרון איז:ער האט געמאכט ניגונים אויף האלב פון די פאריגע אברהם פריעד סידי, א שיינע פאר אויף שוועקי'ס מאמין בניסים, 2 אויף בערי וועבערס לעצטע, 2 אויף Yumi Lowy, וואס אגב א שיינע פאר וואס איך האב יעצט אויסגערעכנט איז הערליכע שטייטע ניגונים.
און וואס האט משולם ארויס געגעבן אין די לעצטע 5 יאר חוץ זיין אייגענע סידי און איינס אויף מנחם מאשקאוויטש הא???

משולם האט געהאט אויף בעני פריעדמאן, אויף צאלי גאלד מנחם מאשקאוויטש און מסתם נאך...

געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2017 4:42 am
דורך מקווה איד
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
יוסל פון בני ברק האט געשריבן:אוודאי געשטימט פאר ר' יוסל, אלץ בעל מחדש איז ער אויסדריקלעך
די שטערקסטע, פון קענען גיין פון אן איטאליענע וואלץ אויף מה ידידית ביז א ספאנישע ששון ושמחה פון א רעגעי אויף אל תדין ביז א שיינע חזנות אויף אב הרחמים פון א טאנץ ניגון אויף התקבצו ביז א ווארימע עקידה (מיין עפיניען)

געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2017 4:49 am
דורך מקווה איד
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
ליבלעך האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:וואלסט מיר געקענט גיבן א ליסטע פון וואלדנער'ס ניגונים פון די לעצטע 5 יאר?

ניין ווייל ער האט ארויסגעגעבן זייער א סך ניגונים אין די לעצטע 5 יאר, די וואס קומט מיר גלייך ארויף אין זכרון איז:ער האט געמאכט ניגונים אויף האלב פון די פאריגע אברהם פריעד סידי, א שיינע פאר אויף שוועקי'ס מאמין בניסים, 2 אויף בערי וועבערס לעצטע, 2 אויף Yumi Lowy, וואס אגב א שיינע פאר וואס איך האב יעצט אויסגערעכנט איז הערליכע שטייטע ניגונים.
און וואס האט משולם ארויס געגעבן אין די לעצטע 5 יאר חוץ זיין אייגענע סידי און איינס אויף מנחם מאשקאוויטש הא???

משולם האט געהאט אויף בעני פריעדמאן, אויף צאלי גאלד מנחם מאשקאוויטש און מסתם נאך...

אויף ליפא, שלומי כהן, שלומי טויסיג יומי לאווי, און נאך

געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2017 4:57 pm
דורך ליבלעך
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
ליבלעך האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:וואלסט מיר געקענט גיבן א ליסטע פון וואלדנער'ס ניגונים פון די לעצטע 5 יאר?

ניין ווייל ער האט ארויסגעגעבן זייער א סך ניגונים אין די לעצטע 5 יאר, די וואס קומט מיר גלייך ארויף אין זכרון איז:ער האט געמאכט ניגונים אויף האלב פון די פאריגע אברהם פריעד סידי, א שיינע פאר אויף שוועקי'ס מאמין בניסים, 2 אויף בערי וועבערס לעצטע, 2 אויף Yumi Lowy, וואס אגב א שיינע פאר וואס איך האב יעצט אויסגערעכנט איז הערליכע שטייטע ניגונים.
און וואס האט משולם ארויס געגעבן אין די לעצטע 5 יאר חוץ זיין אייגענע סידי און איינס אויף מנחם מאשקאוויטש הא???

משולם האט געהאט אויף בעני פריעדמאן, אויף צאלי גאלד מנחם מאשקאוויטש און מסתם נאך...

אויף בעני פריעדמאן האט ער נישט געהאט, צאלי איז שוין איבער 5 יאר צוריק, מנחם האב איך אויסגערעכנט און אויף "מסתם נאך" ווייס איך נישט...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 12:27 pm

וואס הייסט אויף בעני האט ער נישט געהאט? ווער האט געמאכטכד יתבין אויף זיין ערשטע אלבום.

משולם האט געהאט אויף בעני פריעדמאן, אויף צאלי גאלד מנחם מאשקאוויטש און מסתם נאך...

אויף בעני פריעדמאן האט ער נישט געהאט, צאלי איז שוין איבער 5 יאר צוריק, מנחם האב איך אויסגערעכנט און אויף "מסתם נאך" ווייס איך נישט...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 3:29 pm
דורך קלאָצקאָפּ
לדעתי דארף מען מאכן וואלן בלויז צווישן די וואס פארפאסן שטאנדהאפטיגע ניגונים, און ווי איר זעט האבן טאקע די די מערסטע שטימען, אפגעזען אויף וויפיל נייע סידיס זייער נאמען ערשיינט.
איינער וואס קען נאר מאכן דיספאוזעבל ניגונים, אפילו ס'נעמט איבער די וועלט פאר אפאר חדשים, הייסט ביי מיר נישט קיין קאמפאוזער.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 10:28 pm
דורך קלאָצקאָפּ
איך כאפ מיך יעצט אז איינער פון די גרעסטע איז פארזען געווארן, און איז אפי' נישט אויפגעברענגט געווארן דורך קיינעם:
ר' בנציון שענקער ע"ה

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 12:52 am
דורך וויכטיג מאכער
ליבלעך האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
ליבלעך האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:וואלסט מיר געקענט גיבן א ליסטע פון וואלדנער'ס ניגונים פון די לעצטע 5 יאר?

ניין ווייל ער האט ארויסגעגעבן זייער א סך ניגונים אין די לעצטע 5 יאר, די וואס קומט מיר גלייך ארויף אין זכרון איז:ער האט געמאכט ניגונים אויף האלב פון די פאריגע אברהם פריעד סידי, א שיינע פאר אויף שוועקי'ס מאמין בניסים, 2 אויף בערי וועבערס לעצטע, 2 אויף Yumi Lowy, וואס אגב א שיינע פאר וואס איך האב יעצט אויסגערעכנט איז הערליכע שטייטע ניגונים.
און וואס האט משולם ארויס געגעבן אין די לעצטע 5 יאר חוץ זיין אייגענע סידי און איינס אויף מנחם מאשקאוויטש הא???

משולם האט געהאט אויף בעני פריעדמאן, אויף צאלי גאלד מנחם מאשקאוויטש און מסתם נאך...

אויף בעני פריעדמאן האט ער נישט געהאט, צאלי איז שוין איבער 5 יאר צוריק, מנחם האב איך אויסגערעכנט און אויף "מסתם נאך" ווייס איך נישט...

ווער האט געמאכט כד יתבין?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 12:59 am
דורך לאלתר לחיים
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
ווער האט געמאכט כד יתבין?

כ'מיין ר' משולם גרינבערגער

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 1:07 am
דורך וויכטיג מאכער
איך מיין נישט, איך ווייס... ער האטעך אבער געשריבן אז בעני האט נישט קיין ניגון פון משולם...

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 5:24 am
דורך פאר'מוח'ט
אין וואס איז מיט קרלבך??????
א גרויסע חלק זענען זיינע נאכגייער!

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 9:25 am
דורך מזל מידיע
בס"ד

איך וואלט אויסגערעכנט ר' יו"ט ערליך.

פארוואס רעכנט מען נישט די צדיקים וקדושים פון פריערדיגע דורות און להבחל"ח פון אונזערע דורות, ווי כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 9:44 am
דורך גראמער
שווער צו געבן די שטים, איך טראכט און טראכט. אלע זענען דאך גוט. מיינע פעיווערטס זענען: יוסי גרין, פינקי, ליפא, אלי גערסטנער, ישי לאפידט, און ברוך לעווין.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 9:50 am
דורך דונש
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

איך וואלט אויסגערעכנט ר' יו"ט ערליך.

ווי ווייט איך ווייס האט ר' יו"ט נישט געמאכט קיין אייגענע ניגונים, זיינע ניגונים זענען עפ"ר אלטע פאלקס ניגונים, און מסתם אויך אלטע קארלינער און סטאלינער ניגונים,

מזל מידיע האט געשריבן:פארוואס רעכנט מען נישט די צדיקים וקדושים פון פריערדיגע דורות און להבחל"ח פון אונזערע דורות, ווי כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א.

איך האב גראדע געטראכט די זעלבע,
נאר איך האלט אז מ'דארף נישט אויסמישען רבי'שע נגינה מיט די אנדערע בעלי מחברים, ס'איז אנדערע בחינות.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:31 am
דורך מזל מידיע
בס"ד

אויף די 1'טע נקודה, האב איך אויך אמאל געמיינט אזוי, אבער ער האט יא געמאכט אסאך אייגענע ניגונים, ספעציעל די אויסטערלישע שיינע ניגונים וואס ער האט ארויסגעגעבן אויף צוויי טעיפס עקסטער נאר מוזיק "מזמור לתודה" און "למנצח בנגינות"

אויף די 2'טע נקודה, אפשר זענט איר טאקע גערעכט.
דונש האט געשריבן:
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

איך וואלט אויסגערעכנט ר' יו"ט ערליך.

ווי ווייט איך ווייס האט ר' יו"ט נישט געמאכט קיין אייגענע ניגונים, זיינע ניגונים זענען עפ"ר אלטע פאלקס ניגונים, און מסתם אויך אלטע קארלינער און סטאלינער ניגונים,

מזל מידיע האט געשריבן:פארוואס רעכנט מען נישט די צדיקים וקדושים פון פריערדיגע דורות און להבחל"ח פון אונזערע דורות, ווי כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א.

איך האב גראדע געטראכט די זעלבע,
נאר איך האלט אז מ'דארף נישט אויסמישען רבי'שע נגינה מיט די אנדערע בעלי מחברים, ס'איז אנדערע בחינות.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:51 am
דורך זאנוויל'ס זוהן
יעדער האט אן אנדערע טעיס'ט.

געוועלט פאר ר' חיים בנט.

די ניגונים ליגט נאך אין זיכרון פון אלס קינד אין חדר, וואס מ'האט געזינגען מיט אזא זיסקייט.

אבינו אב הרחמן אין נאך.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 11:26 am
דורך יאפין
כ'האלט אז מען דארף מאכן א וואוט װעלכע מחברים צו וואוטען, ס'זאל בערך אויסזעהן אזוי:

וועלכע קאמפאוזער צו וואוטען
1. אלע בעלי מחברים פון די לעצטע פופציג יאר
2. נאר קאמפאוזערס וואס לעבן נאך
3. נאר די פינעף מערסטע פעימעס
4. בעלי מחברים וואס האבן ניגונים אויף נייע אלבומס פון די לעצטע צוויי יאר
5. נאר פון רבותינו הק'
6. נאר נישט קיין רבי'שע ניגונים
7. וכו' וכו' וכו' ............

א גרויסן יישר כח פארן נעמען די מיה און צייט צו ארויפלייגן איר וואוט, ווען די טויטע ליניע ענדיגט זיך וועט מען מאכן פרישע וואלן פון די צוויי שטערקסטע וואס וועלן אריינקומען.

למען הצלחה הוואלן ביטע וועלט נאר איינמאל.

הועד למען הצלת ניגוני חסידים!