בלאט 6 פון 6

געשריבן: דינסטאג ינואר 09, 2018 1:05 am
דורך כלל וכלל
געוועלט פאר משולם גרינבערגער!

כהאב ליב יעדע ניגון פין זיין לעצטיגע אלבום? ניין. אבער צווישן די מאססיווע ניגונים אויף זיין ערשטע אלבום, וואס כהאב שוין איבערגעהערט איבער דרייסיג מאל און סקריכט נאכנישט, זיינע ניגונים פאר מנחם, זיינע ניגונים פאר אדלער, איז ער בלי ספק פין די מערסט אוטענטישע און טאלאנטפולע קאמפוזערס בדורינו.

בעסער אפגעטייטשט פירוש המילות ווי פינקי. טיפערע ניגונים ווי ר׳ משה. פרישערע חידושים ווי יוסי. דאס איז מיין מיינונג.

משולם. כהאף צי זעהן דיינע זאכן אפטער אויף פרישע אלבומס פין פארשידענע בעלי מנגנים! וואסערע סארט?? ׳ונזכה.. זאל מיר זוכה זיין צי זעהן מיט די אויגן׳ ׳אלא באלהא דשמיא׳ די צווייטע פאל. אוי איז עס שיין און אוטענטיש!! לך בכחך זה!!

געשריבן: דינסטאג ינואר 09, 2018 1:06 am
דורך ליבלעך
געווענליך די גוטע קאמפאזער'ס געבן ארויס סחורה און די שוואכע בלייבן שטעקן מיט זייערע סחורה

געשריבן: דינסטאג ינואר 09, 2018 1:31 am
דורך כלל וכלל
ליבלעך האט געשריבן:געווענליך די גוטע קאמפאזער'ס געבן ארויס סחורה און די שוואכע בלייבן שטעקן מיט זייערע סחורה


אדער איז אפשר דא א מעכליכקייט אז די גיטע געבן נאר ארויס סחורה ווען סאיז זיי נאטירלעך בייגעפאלן און ווען זיי זענען שטאלץ דערמיט. און מאנכע אנדערע געבן ארויס סיי ווען א בעל מנגן ריפט נאר אן בעטן.

קען אפשר זיין?

געהערט פין א בעל מנגן, ער האט געדארפט א ניגון פין איינע פון די באוויסטע. גערעדט צי יענעם זינטיג, אויף מיטוואך האט אים יענער געשיקט דריי פרישע פרדוקציעס. קיין איינס איז נישט געווען אין מויל צי נעמען. גייט דורך צוויי יאר.. צוויי דערפין זענען שוין אויף אלבומס פין אנדערע זינגערס..

זה אשר דברנו. כבין בייעסד פאר קוואלעטי. נישט קוואנטעטי.

געשריבן: דינסטאג ינואר 09, 2018 1:38 am
דורך Naftule
כ'מיין אז מבד האט אויך פון משולם גרינברגר. דער הערליכער אומפא ניגון אנה מלך מלכי המלכים איז משולם'ס מיינעך

געשריבן: דינסטאג ינואר 09, 2018 1:45 am
דורך כלל וכלל
Naftule האט געשריבן:כ'מיין אז מבד האט אויך פון משולם גרינברגר. דער הערליכער אומפא ניגון אנה מלך מלכי המלכים איז משולם'ס מיינעך


אויב כגעדענק גיט איז עס רעכניץ׳ס

געשריבן: דינסטאג ינואר 09, 2018 1:50 am
דורך בא שבת בא מנוחה
Naftule האט געשריבן:כ'מיין אז מבד האט אויך פון משולם גרינברגר. דער הערליכער אומפא ניגון אנה מלך מלכי המלכים איז משולם'ס מיינעך

רעכניץ

געשריבן: דינסטאג ינואר 09, 2018 1:55 am
דורך Naftule
געהערט אז משולם. עניוועי כ'גלייב נישט אז רעכניץ איז א קאמפאזער בכלל. גארנישט מער ווי דער עושר וואס ענדיגט פלוצלינג ש''ס...

געשריבן: דינסטאג ינואר 09, 2018 5:51 am
דורך מקווה איד
כלל וכלל האט געשריבן:געוועלט פאר משולם גרינבערגער!

כהאב ליב יעדע ניגון פין זיין לעצטיגע אלבום? ניין. אבער צווישן די מאססיווע ניגונים אויף זיין ערשטע אלבום, וואס כהאב שוין איבערגעהערט איבער דרייסיג מאל און סקריכט נאכנישט, זיינע ניגונים פאר מנחם, זיינע ניגונים פאר אדלער, איז ער בלי ספק פין די מערסט אוטענטישע און טאלאנטפולע קאמפוזערס בדורינו.

בעסער אפגעטייטשט פירוש המילות ווי פינקי. טיפערע ניגונים ווי ר׳ משה. פרישערע חידושים ווי יוסי. דאס איז מיין מיינונג.

משולם. כהאף צי זעהן דיינע זאכן אפטער אויף פרישע אלבומס פין פארשידענע בעלי מנגנים! וואסערע סארט?? ׳ונזכה.. זאל מיר זוכה זיין צי זעהן מיט די אויגן׳ ׳אלא באלהא דשמיא׳ די צווייטע פאל. אוי איז עס שיין און אוטענטיש!! לך בכחך זה!!

מיט דיר מאה אחוז ער איז מיין גרעסטע בעל מחדש נאך יוסי גרין ער וועט קיינמאל נישט קייען קיין וואסער אלץ מיט חידושים. און אלץ אזא פען קען איך זאגן אז די ביסט גערעכט אפילו זיין ערשטע סידי איז נישט געווארען אזוי אויפגעכאפט פאקט עס אבער איין די 2טע, נישט אז די 2טע איז נישט גוט עס איז מוראדיג פיל מיט חידושים אבער די ערשטע איז שענער. און אפילו מרדכי האט נישט פון אים מאכט עס אים נישט קליין. קוק וויפיל גרויסע האבן פון אים אברהם, ליפא, גענוג.

געשריבן: דינסטאג ינואר 09, 2018 10:58 am
דורך fiena nieas
Naftule האט געשריבן:געהערט אז משולם. עניוועי כ'גלייב נישט אז רעכניץ איז א קאמפאזער בכלל. גארנישט מער ווי דער עושר וואס ענדיגט פלוצלינג ש''ס...

זאג איר זענט נארמאל ? איר האט פארגעסן פון רעכניץ טעיפ שיר? א גאנצע טעיפ אנגעפילט מיט קאמפאזטע ניגונים פון רעכניץ

געשריבן: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:10 pm
דורך מקווה איד
fiena nieas האט געשריבן:
Naftule האט געשריבן:געהערט אז משולם. עניוועי כ'גלייב נישט אז רעכניץ איז א קאמפאזער בכלל. גארנישט מער ווי דער עושר וואס ענדיגט פלוצלינג ש''ס...

זאג איר זענט נארמאל ? איר האט פארגעסן פון רעכניץ טעיפ שיר? א גאנצע טעיפ אנגעפילט מיט קאמפאזטע ניגונים פון רעכניץ

דאס האט ער געמיינט צו זאגן אז ער האלט נישט אז רכניץ האט באמת געמאכט די ניגונים

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 25, 2018 7:59 pm
דורך מקווה איד
א שאד מען האט געפענט די אשכול פאר שלום לעממער און לוי'ס סידיס זענען ארויס, ווייל איך האלט אז מען וואלט ווען געדארפעט לייגען הערשי ראטענבערג פון די טאפ, אפילו ער האט נאר 3 ניגונים אינדערויסען זעה איך אין אים א ריזיגע feuture, איך מיין אז די עולם דא איז מודה צו מיר, ניין?

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 25, 2018 8:11 pm
דורך פרעה נכה
ווער דען אויב נישט ערעב יוסל, איבריג ארויס צו ברענגען,