בלאט 6 פון 9

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 1:05 am
דורך כלל וכלל
געוועלט פאר משולם גרינבערגער!

כהאב ליב יעדע ניגון פין זיין לעצטיגע אלבום? ניין. אבער צווישן די מאססיווע ניגונים אויף זיין ערשטע אלבום, וואס כהאב שוין איבערגעהערט איבער דרייסיג מאל און סקריכט נאכנישט, זיינע ניגונים פאר מנחם, זיינע ניגונים פאר אדלער, איז ער בלי ספק פין די מערסט אוטענטישע און טאלאנטפולע קאמפוזערס בדורינו.

בעסער אפגעטייטשט פירוש המילות ווי פינקי. טיפערע ניגונים ווי ר׳ משה. פרישערע חידושים ווי יוסי. דאס איז מיין מיינונג.

משולם. כהאף צי זעהן דיינע זאכן אפטער אויף פרישע אלבומס פין פארשידענע בעלי מנגנים! וואסערע סארט?? ׳ונזכה.. זאל מיר זוכה זיין צי זעהן מיט די אויגן׳ ׳אלא באלהא דשמיא׳ די צווייטע פאל. אוי איז עס שיין און אוטענטיש!! לך בכחך זה!!

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 1:06 am
דורך ליבלעך
געווענליך די גוטע קאמפאזער'ס געבן ארויס סחורה און די שוואכע בלייבן שטעקן מיט זייערע סחורה

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 1:31 am
דורך כלל וכלל
ליבלעך האט געשריבן:געווענליך די גוטע קאמפאזער'ס געבן ארויס סחורה און די שוואכע בלייבן שטעקן מיט זייערע סחורה


אדער איז אפשר דא א מעכליכקייט אז די גיטע געבן נאר ארויס סחורה ווען סאיז זיי נאטירלעך בייגעפאלן און ווען זיי זענען שטאלץ דערמיט. און מאנכע אנדערע געבן ארויס סיי ווען א בעל מנגן ריפט נאר אן בעטן.

קען אפשר זיין?

געהערט פין א בעל מנגן, ער האט געדארפט א ניגון פין איינע פון די באוויסטע. גערעדט צי יענעם זינטיג, אויף מיטוואך האט אים יענער געשיקט דריי פרישע פרדוקציעס. קיין איינס איז נישט געווען אין מויל צי נעמען. גייט דורך צוויי יאר.. צוויי דערפין זענען שוין אויף אלבומס פין אנדערע זינגערס..

זה אשר דברנו. כבין בייעסד פאר קוואלעטי. נישט קוואנטעטי.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 1:38 am
דורך Naftule
כ'מיין אז מבד האט אויך פון משולם גרינברגר. דער הערליכער אומפא ניגון אנה מלך מלכי המלכים איז משולם'ס מיינעך

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 1:45 am
דורך כלל וכלל
Naftule האט געשריבן:כ'מיין אז מבד האט אויך פון משולם גרינברגר. דער הערליכער אומפא ניגון אנה מלך מלכי המלכים איז משולם'ס מיינעך


אויב כגעדענק גיט איז עס רעכניץ׳ס

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 1:50 am
דורך בא שבת בא מנוחה
Naftule האט געשריבן:כ'מיין אז מבד האט אויך פון משולם גרינברגר. דער הערליכער אומפא ניגון אנה מלך מלכי המלכים איז משולם'ס מיינעך

רעכניץ

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 1:55 am
דורך Naftule
געהערט אז משולם. עניוועי כ'גלייב נישט אז רעכניץ איז א קאמפאזער בכלל. גארנישט מער ווי דער עושר וואס ענדיגט פלוצלינג ש''ס...

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 5:51 am
דורך מקווה איד
כלל וכלל האט געשריבן:געוועלט פאר משולם גרינבערגער!

כהאב ליב יעדע ניגון פין זיין לעצטיגע אלבום? ניין. אבער צווישן די מאססיווע ניגונים אויף זיין ערשטע אלבום, וואס כהאב שוין איבערגעהערט איבער דרייסיג מאל און סקריכט נאכנישט, זיינע ניגונים פאר מנחם, זיינע ניגונים פאר אדלער, איז ער בלי ספק פין די מערסט אוטענטישע און טאלאנטפולע קאמפוזערס בדורינו.

בעסער אפגעטייטשט פירוש המילות ווי פינקי. טיפערע ניגונים ווי ר׳ משה. פרישערע חידושים ווי יוסי. דאס איז מיין מיינונג.

משולם. כהאף צי זעהן דיינע זאכן אפטער אויף פרישע אלבומס פין פארשידענע בעלי מנגנים! וואסערע סארט?? ׳ונזכה.. זאל מיר זוכה זיין צי זעהן מיט די אויגן׳ ׳אלא באלהא דשמיא׳ די צווייטע פאל. אוי איז עס שיין און אוטענטיש!! לך בכחך זה!!

מיט דיר מאה אחוז ער איז מיין גרעסטע בעל מחדש נאך יוסי גרין ער וועט קיינמאל נישט קייען קיין וואסער אלץ מיט חידושים. און אלץ אזא פען קען איך זאגן אז די ביסט גערעכט אפילו זיין ערשטע סידי איז נישט געווארען אזוי אויפגעכאפט פאקט עס אבער איין די 2טע, נישט אז די 2טע איז נישט גוט עס איז מוראדיג פיל מיט חידושים אבער די ערשטע איז שענער. און אפילו מרדכי האט נישט פון אים מאכט עס אים נישט קליין. קוק וויפיל גרויסע האבן פון אים אברהם, ליפא, גענוג.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 10:58 am
דורך fiena nieas
Naftule האט געשריבן:געהערט אז משולם. עניוועי כ'גלייב נישט אז רעכניץ איז א קאמפאזער בכלל. גארנישט מער ווי דער עושר וואס ענדיגט פלוצלינג ש''ס...

זאג איר זענט נארמאל ? איר האט פארגעסן פון רעכניץ טעיפ שיר? א גאנצע טעיפ אנגעפילט מיט קאמפאזטע ניגונים פון רעכניץ

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:10 pm
דורך מקווה איד
fiena nieas האט געשריבן:
Naftule האט געשריבן:געהערט אז משולם. עניוועי כ'גלייב נישט אז רעכניץ איז א קאמפאזער בכלל. גארנישט מער ווי דער עושר וואס ענדיגט פלוצלינג ש''ס...

זאג איר זענט נארמאל ? איר האט פארגעסן פון רעכניץ טעיפ שיר? א גאנצע טעיפ אנגעפילט מיט קאמפאזטע ניגונים פון רעכניץ

דאס האט ער געמיינט צו זאגן אז ער האלט נישט אז רכניץ האט באמת געמאכט די ניגונים

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 7:59 pm
דורך מקווה איד
א שאד מען האט געפענט די אשכול פאר שלום לעממער און לוי'ס סידיס זענען ארויס, ווייל איך האלט אז מען וואלט ווען געדארפעט לייגען הערשי ראטענבערג פון די טאפ, אפילו ער האט נאר 3 ניגונים אינדערויסען זעה איך אין אים א ריזיגע feuture, איך מיין אז די עולם דא איז מודה צו מיר, ניין?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 8:11 pm
דורך פרעה נכה
ווער דען אויב נישט ערעב יוסל, איבריג ארויס צו ברענגען,

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 10:39 am
דורך לפנות בוקר
געשטימט פאר פינקי וועבער. ער איז מיין בעסטע קאמפאזער, מ'קען זאגן ממש א יעדע ניגון פון אים איז א קנאק פון א חידוש, מ'קען אויפעסן אלע אלע זיינע ניגונים. יוסי גרין מיט חיים באנעט זענען אויך נישט אוועקצומאכן, וואס רוב רובו פון זייערע ניגונים טראגן דיך אריין אין עפעס א נייע וועלט, א נייע יצורה, איך וואלט זיי גענומען פאר מיין צווייטע אפציע, צווישען אלע אנדערע זענען דא וואס האבן שיינע געלונגענע ניגונים, אבער קומט נישט צו צי קיין איינס פון די אויבן דערמאנטע...

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 10:55 am
דורך rutledge
ספעלט צווי אפציעס
1. ...ליפשיץ מה טובי אויף קינדערלעך ועוד
2. יצחק פוקס
מילא קען איך נישט וועלן

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 12:17 pm
דורך yield
מונה רוזנבלום איז אויך עפעס מוראדיג

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 12:22 pm
דורך בא שבת בא מנוחה
yield האט געשריבן:מונה רוזנבלום איז אויך עפעס מוראדיג

יאפ.. ס׳דא פין עם ריזיגע ניגונים, שמע בני פין מרדכי, אד׳ג. מיין פעווערעט פין עם אין בכלליות איינע פין מיינע פעוורעט ניגינום איז רבש׳ע.. ותן חלקינו בתורתך..

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 12:24 pm
דורך yield
גערוישן אין הימל
איינס אין די וועלט וכן הרבה

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 1:01 pm
דורך טעיפ רעקארדער
וואס איז מיט ר' שלום עזרי/יהושע פרידמאן ער מאכט הערליכע ניגונים פארוואס איז זיין נאמען נישט אויפן ליסט?
עס איז טאקע נישט דא קיין סאך ניגונים פון אים אויף קיין סידי'ס אבער רוב פון זיינע ניגונים וואס עס זענען ארויסגעקומען זענען געווארן גאר שטארק אויפגעכאפט ווי למשל "א יודעלע" און "רחם נא" פון ר' אייזיק האניג און "אחרון חביב, פון ליפא!
ווי אויך איז דא צענדליגע הערליכע זאכן פון אים אויף די קינדער סידי'ס ארויסגעגעבן דורך יפה פראדאקשענס!

Re:

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 1:14 pm
דורך אלטער
טעיפ רעקארדער האט געשריבן:וואס איז מיט ר' שלום עזרי/יהושע פרידמאן ער מאכט הערליכע ניגונים פארוואס איז זיין נאמען נישט אויפן ליסט?
עס איז טאקע נישט דא קיין סאך ניגונים פון אים אויף קיין סידי'ס אבער רוב פון זיינע ניגונים וואס עס זענען ארויסגעקומען זענען געווארן גאר שטארק אויפגעכאפט ווי למשל "א יודעלע" און "רחם נא" פון ר' אייזיק האניג און "אחרון חביב, פון ליפא!
ווי אויך איז דא צענדליגע הערליכע זאכן פון אים אויף די קינדער סידי'ס ארויסגעגעבן דורך יפה פראדאקשענס!

א יודעלע האב איך געוויסט אז ר' אייזיק האט דאס קאמפעזירט, איז דאס ניטש ריכטיג?

Re: Re:

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 1:21 pm
דורך טעיפ רעקארדער
אלטער האט געשריבן:
טעיפ רעקארדער האט געשריבן:וואס איז מיט ר' שלום עזרי/יהושע פרידמאן ער מאכט הערליכע ניגונים פארוואס איז זיין נאמען נישט אויפן ליסט?
עס איז טאקע נישט דא קיין סאך ניגונים פון אים אויף קיין סידי'ס אבער רוב פון זיינע ניגונים וואס עס זענען ארויסגעקומען זענען געווארן גאר שטארק אויפגעכאפט ווי למשל "א יודעלע" און "רחם נא" פון ר' אייזיק האניג און "אחרון חביב, פון ליפא!
ווי אויך איז דא צענדליגע הערליכע זאכן פון אים אויף די קינדער סידי'ס ארויסגעגעבן דורך יפה פראדאקשענס!

א יודעלע האב איך געוויסט אז ר' אייזיק האט דאס קאמפעזירט, איז דאס ניטש ריכטיג?

זיי האבן געארבעט אויף דעם צוזאמען!

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 1:25 pm
דורך אלטער
קינדערליך אויך?

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 1:44 pm
דורך טעיפ רעקארדער
אלטער האט געשריבן:קינדערליך אויך?

????? אויב איר קענט מסביר זיי אייער קשיא?

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 2:07 pm
דורך אלטער
טעיפ רעקארדער האט געשריבן:
אלטער האט געשריבן:קינדערליך אויך?

????? אויב איר קענט מסביר זיי אייער קשיא?

אויף על ההרים איז דא א ניגון קינדערליך וואס איז אויף די זעלבע גאטונג ווי א יודעלע

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 2:48 pm
דורך בא שבת בא מנוחה
yield האט געשריבן:גערוישן אין הימל
איינס אין די וועלט וכן הרבה

Wow נישט געוויסט אז מונה האט דאס קאמפאזירט..? איינער האט א שטיקעל א ליסטע פין מונה׳ס זאכן..?

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 2:50 pm
דורך בא שבת בא מנוחה
מבד אליין איז אויך א געוואלדיגע קאמפויזער.
דאכזעך אז רוב אידישע ניגינום אויף זיינע אלבוימס זענען זיינע א שטיינער ווי פארענדיג אהיים, ביי פרעה אין מצרים,