Naftule האט געשריבן:געטראכט האט געשריבן:ביי מיר איז ר' משה גולדמן מיט צעהן טרעפליך העכער ווי אלע אנדערע דערמאנטע (אויסער ר' חיים בנעט וואס קימט נאנט נאך אים).
וועגעט א פשוטע סיבה, לענ"ד די גרעסטע קוואליפיקאציע אין א מלחין איז ווי לאנג וועלען זיינע ניגונים אנהאלטען אין זיין אינטרעסאנט, אין אויכעט ווי וועט מען זיי אלץ זינגען,
צי זיין שייך צי די אמתער הויכע קלאס מיז זיין איינער וואס האט ניגונים וואס ווערען נאך געזינגען מיט א פרישקייט נאך צוואנציג דרייסיג יאר ויותר,
אין אזוי אויך ווערען געזינגען סיי ביי חתונות ושמחות, סיי ביי שבת סעודות, סיי ביי קינדער אין חדר, אין סיי בהתאספות חסידים ביי טישין אדער באטעס וכדו'.
נאר ר' שלמה ויבלחט"א ר' חיים שטייען אין דער דרגה.
תירוץ אויף דעם איז ר' משה'ס ניגונים וואס מ'זינגט נאך 30 יאר איז ווייל 30 יאר צוריק איז נישט געווען צופיל היימישע טעיפס האט דאס יעדער געהאט און געזינגען מיט די קינדער. זיינע ניגונים זענען לאו דוקא חידושים'דיג ער האט טאקע ווארעמע און שיינע ניגונים אבער גראד און פשוט. קענסט עס נישט פארגלייכ'ן צו א משולם גרינברגר ניגון למשל. נאר היינט איז שוין דא 10 אלבויםס יעדן חודש יעדע חודש דארף מען א נייע היט ניגון ס'א אנדערע וועלט
זיי מיר מוחל אבער וואס די שרייבסט איז נאר מוכיח שטערקער די נקודה וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען, לויט דיין הסבר אז פשוט דעמאלס איז נישט געווען אזוי פיל ניגונים אין היינט איז דא אזויפיל געלונגענע היטס, וואלטען דאך די אלטע ניגונים געדארפט זיין די ערשטע צי אוועקפאלען אין אויסוועפען, וראה זה פלא די פנה לעלבון , ברוך קל עליון, כאיל תערוג וכו' פין ר' משה אדער די אבינו אב הרחמן, יהא רעוא, מכניסי רחמים וכו וכו' פין ר' חיים בנט, האלטען זיך פריש בכל בתי ישראל לאנג לאנג נאך די אלע "היטס" זענען אויסגעוועפט ונעלמים כלא היו.
מיין נישט אז איך בין מזלזל אין ר' משולם איך האב מורה'דיג הנאה פין זיינע ניגונים אין ער איז א ברכה אין אינזער דור פארן היימישע ריינע עולם הנגינה, אבער וואס זאל מען טין אז במציאות קען איך נישט טראכטען פין קיין איין ניגון פין זיין ערשטע סי די ( וואס איז מלא תוכן אין איך הער עס ביז היינט כסדר), וואס נאך פינעף צעהן יאר זענען געווארען פין די נכסי צאן ברזל בבתי ישראל שלא כהנ"ל.
אין לגבי די נקודה וואס די דערמאנסט לגבי די פשטות אדער עמקות פין די ניגונים, קען זיין אז די ביסט גערעכט אז ר' משולם'ס ניגונים זענען מער מורכב אין טיף, אבער צוויי נקודות,
1. אמאל ליגט די גרעסטע גאונות דייקא אין די פשטות אין אין די ניגון וואס איז שווה לכל נפש.
2. אם בעמקות עסקינן אין דאס איז דיין מאסטער, מאי חזית זיך אפצישטעלען ביי ר' משולם ווען די האסט ר' יוסף צבי וואס האט גאר אסאך טיפערע ניגונים, אין אפשר טאקע וועגען דעם זענען זיי ווייניגער אויפגעכאפט.