ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ווער איז דין בעסטע קאמפעזירער

יוסי גרין
69
18%
משולם גרינבערגער
48
13%
ר' משה גאלדמאן
67
18%
יוסף צבי ברייער
23
6%
אבי ראטענבערג
9
2%
מונה
5
1%
משה לאופער
3
1%
ברוך לעווין
4
1%
חיים באנעט
13
3%
יצי וואלדנער
4
1%
פינקי וועבער
83
22%
מאטי אלאוויטש
18
5%
שלמה יודא רעכניץ
3
1%
ליפא
20
5%
אלי גערסטנער
1
0%
ירחמיא-ל ביגאן
1
0%
ישי לפידות
1
0%
אלי קליין
1
0%
 
סך הכל שטימען: 373

מנחה מעריב'ל
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 11:00 am
לאקאציע: אין בעק טאש פון דיין בר מצווה בחור'ל

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחה מעריב'ל »

ציגאנער האט געשריבן:
מנחה מעריב'ל האט געשריבן:

איין זאך איז זיכער, דיין מארש איז נעקסט לעוועל. אליינס קאמפאוזד?...

:lol:
יאפ. און דעס איז נאר איינע פון מיינע קאמפעזיציעס....
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

:lol: :lol: :lol:
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

ציגאנער האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:לדעתי זענען יוסי גרינס לאנגע ניגונים (עפ״י א מדרש אדער אגדתא גמרא) סעמי חזנות זיינע שענסטע ניגונים וואס קיינער האט נישט נאכגעמאכט
א שטייגער ווי: זכור, יחיד ורבים, שטר התנאים, תניא, הרי ישראל
וואס נאך?

יאסי קען מסביר זיין א גמרא אז ספאנישע זאלן פארשטיין... ער טייטשט יעדעס ווארט אזוי קלאר און דייטליך..

נאכדערצו ווען ס'קומט צו א שטיקל חשבון, א שטייגער ווי אברהם אבינו קרא אותו ירא - ומלכי צדק מלך שלום קרא אותו שלם - לפיכך! נקראת ירושלים - על שם השני הצדיקים האלה! שטימט? געגאסן!!
אדער: כי המלאכים נבראים ע"י מצותיהן של ישראל, א דריי מיטן פינגער - וכיון שכל ברייתם נעשית ע"י ישראל, און נאכמער - וכל תכלית מציאותם הוא לצורך ישראל, יעצט פארשטיימיר שוין - לכן אינם אומרים שירה לפני ישראל. א מחי'. דעס מיינט א קאמפאזער. אזאנס קען קיינער נישט ביטן.

אזוי קלאר ארויסגעברענגט יוסי, אפילו יוסי וואלט זיך נישט אזוי גוט מסביר געווען.
#איך-פארק-מענטשליך
צדיק'ל
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 6:25 pm

תגובה דורך צדיק'ל »

מנחה מעריב'ל האט געשריבן:
ציגאנער האט געשריבן:
מנחה מעריב'ל האט געשריבן:
ציגאנער האט געשריבן:
מנחה מעריב'ל האט געשריבן:און ביידעוועי. זיינע אינטרויס זענען עפעס אוועקצומאכן?!

קלאר אז נישט!!!
אבער די עולם מישט אביסל צווישן א בעל מחדש און א בעל הסבר. א אינטראו איז א הסבר. פארשטייסט?

איך פארשטיי זייער גוט.
כ'מיין נאר צו זאגן אז ווען מ'געט אזא ריזיגע אויסוואל און מ'זאגט פיק איינס האב איך געקליבן מונה סיי צליב זיינע ניגינום וואס איך וואק שטחים פאר עס אויך פאר זיינע אינטראס וואס למעשה איז עס קאמפעזיציעס.
נישט אוועק צו מאכן די אנדרע קאמפאזערס ווי למשל יוסי משולם, פינקי, יוצי וואלדנער ועוד

הונדערט פראצענט.
כ'בין געווען אינעם זעלבן דילעמע, למעשה אבער איז יאסי א קריעטער. פארטיג.

מאטי אילאוויטש און דודי קאליש האבן טאקע חידושים נפלאים, אבער אויף איין גאנג. יאסי איז אומבאגרענעצט.
מונה קומט אויך אריין מיט פרישע סחורה, אבער ס'איז מער פרווה ניגונים וואס די עולם האט ליב. יאסי האט חידושים אויף א היי לעוול.
פינקי איז נאך פשוט'ער. כ'מיין נישט גארנישט אבער ער פארשייט גוט צו ביזנעס... יאסי איז נישח דא קיינעם צו געפעלן, ער באשאפט זאכן וואס א פשוט'ע אויער הערט נישט.
דעטס מיי עפיניען.

הקצור. יעדער וואס איז אביסל אין מוזיק האט געהאט די דילעמע...
סוי האט מען געפיקט יעדער אויף זיין טאטש.
וואטעווער

עס איז טאקע דא אמאל וואס פינקי איז פשוט אבער זיין פשטות איז א גאונישער פשטות
אוועטאר
ראטטענבערג
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 12:23 am

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטטענבערג »

מקווה איד האט געשריבן:
ציגאנער האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:לדעתי זענען יוסי גרינס לאנגע ניגונים (עפ״י א מדרש אדער אגדתא גמרא) סעמי חזנות זיינע שענסטע ניגונים וואס קיינער האט נישט נאכגעמאכט
א שטייגער ווי: זכור, יחיד ורבים, שטר התנאים, תניא, הרי ישראל
וואס נאך?

יאסי קען מסביר זיין א גמרא אז ספאנישע זאלן פארשטיין... ער טייטשט יעדעס ווארט אזוי קלאר און דייטליך..

נאכדערצו ווען ס'קומט צו א שטיקל חשבון, א שטייגער ווי אברהם אבינו קרא אותו ירא - ומלכי צדק מלך שלום קרא אותו שלם - לפיכך! נקראת ירושלים - על שם השני הצדיקים האלה! שטימט? געגאסן!!
אדער: כי המלאכים נבראים ע"י מצותיהן של ישראל, א דריי מיטן פינגער - וכיון שכל ברייתם נעשית ע"י ישראל, און נאכמער - וכל תכלית מציאותם הוא לצורך ישראל, יעצט פארשטיימיר שוין - לכן אינם אומרים שירה לפני ישראל. א מחי'. דעס מיינט א קאמפאזער. אזאנס קען קיינער נישט ביטן.

אזוי קלאר ארויסגעברענגט יוסי, אפילו יוסי וואלט זיך נישט אזוי גוט מסביר געווען.

צום פינטעל.
איך בין א שטאלצע ראטטענבערג!
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

צדיק'ל האט געשריבן:עס איז טאקע דא אמאל וואס פינקי איז פשוט אבער זיין פשטות איז א גאונישער פשטות

איך וויל פארשטיין וואס דו מיינסט, געב א דוגמא.
צדיק'ל
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 6:25 pm

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק'ל »

ציגאנער האט געשריבן:
צדיק'ל האט געשריבן:עס איז טאקע דא אמאל וואס פינקי איז פשוט אבער זיין פשטות איז א גאונישער פשטות

איך וויל פארשטיין וואס דו מיינסט, געב א דוגמא.

אזא ניגון ווי לעכטעלע לעכטעלע אזא ניגון קען מען אנקוקען בפשטות א פשוטע ניגון מיט דריי הארמעניע'ס אבער אזא טאן קען מען נישט מאכן כאטש אירע פלאכע תנועות דאס קומט געפלאכטן פון א הארץ פיל מיט געפילן און א מוראדיגע פארשטאנד צו נגינה, מאנכע זענען איהם מדמה אביסל צו קארליבך אויף מער א חסידישער אופן
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

צדיק'ל האט געשריבן:

;l;p- ;l;p- ;l;p-
ס'דאך אזוי ריכטיג!!! גוט ארויסגעברענגט!

האסט אנגעכאפט זיין בעסטע ניגון, אפי' זיינע פשוט'ערע ניגונים זענען אזוי (למשל לכתך פון מאטי שטיינמץ, הבן יקיר פון מנדי ווייס)...
גראדע איז ער מקפיד געווענליך די ערטשע פאל זאל זיין מוזיקאליש, און ביי די צווייטע פאל לאזט ער עס כולו קודש פארן הארץ.. און נאכאלץ גאונות'דיג ווי דו שרייבסט...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
א צווייטער
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

תגובה דורך א צווייטער »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:

א שטארקע נקודה דערמאנט, געב א קוק אויף לכתך דער ערשטער פאל איז דאך אזוי מוזיקאליש, און פון דעם זעט מען אז בעצם קען ער מאכן געדרייטע מוזיקאלישע ניגונים נאר ווי איינער האט שוין פריער דערמאנט אז ער איז נישט קיין נער און ער מאכט וואס זיינע קונים דארפן.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.

א צווייטער האט געשריבן:

זאגסט א פוינט. אבער איך מיין אז זיין שטארקייט איז נישט נאר אין די ערשטע פאל, די הארציגע גאנג איז אויך א קונץ, זאג מיר נאך איינער וואס מאכט ווי זיינע סחורה..
איך האלט אז די גאנג פון מאכן ס'ערשטע פאל מוזיקאליש און די צווייטע הארץ, נישט ווייל ער וויל ווייזן ער קען ביידע, נאר ביידע צוזאמען ברענגט ארויס ס'גאנצע פיקטשער, די ערשטע פאל ברענגט דיר אריין אין די עולם הנגינה, ביי די צווייטע ביסטו שוין אין עולם התשובה...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
צדיק'ל
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 6:25 pm

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק'ל »

און טאמער די ווילסט רעדן פון ניגונים וואס זענען פשוט קונץ קוק אויף אזא ניגון פעקל צרות, הרי ישראל, אמר רבי אלעזר ועוד ועוד ממש זיינ'ס גלייכן איז נישטא
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

צדיק'ל האט געשריבן:אזא ניגון ווי לעכטעלע לעכטעלע אזא ניגון קען מען אנקוקען בפשטות א פשוטע ניגון מיט דריי הארמעניע'ס אבער אזא טאן קען מען נישט מאכן כאטש אירע פלאכע תנועות דאס קומט געפלאכטן פון א הארץ פיל מיט געפילן און א מוראדיגע פארשטאנד צו נגינה, מאנכע זענען איהם מדמה אביסל צו קארליבך אויף מער א חסידישער אופן

ביסט אביסל גערעכט, אבער אביסל נישט...

כ'ווייס, פינקי'ס ניגונים זענען מורא'דיג הארציג, אבער למעשה איז 'הארציג' און 'ווארעם' נישט קיין וועג צו דיסקרייבן א געפיל. לאמיר גיין צו יאסי וועסטו כאפן וואס איך זאג. (כ'האב א גאנצע זאק פון דוגמאות, אבער כ'גיי נעמען די פאפולערע.)

נעם א ניגון ווי 'ותשפיע' און הייב אן זינגען:
ותשפיע, רוח קדשך עלינו, שנהיה דבקים בך (-א שטיק דביקות...), אוי שנהיה דבקים בך, ושנשתוקק (-השתוקקות), תמיד אליך, יותר ויותר, וממדריגה למדריגה (... ...) תעלינו, שנזכה לבא למעלת (-בענקשאפט), אבותינו הקדושים, אברהם (!) יצחק ויעקב. (בארוהיגט זיך-) וזכותם יעמוד לנו, שתשמע בקול תפלתינו, שנהיה תמיד נענים בעת (-בקשה), שנתפלל אליך, אוי יוי עלינו, או (-ווייטאג) על שום אחד מעמך ישראל, על יחיד או (-ס'רייסט) על רבים. (שיפט אראפ...) ותשמח ותתפאר בנו, ונעשה פרי למעלה ושורש למטה. (און נאכדעם אזוי קלאר-) אוי, יוי יוי יוי, יוי וכו'.
די כאפסט וואס ער האט דא געטון מיט אונז?... און איין ניגון ארייגעפאקט אזויפיל הרגשים און מצבים, און אלעס איז עפעס וואס מ'קען אנטאפן. (און איך האב נאר געשריבן דארט ווי מ'קען שרייבן, ס'איז אסאך מער פון דעם...)

און ס'דא נאך אסאך, מ'דארף פשוט טראכטן....
ושמרו בני ישראל (עכ"פ די ערשטע פאל) = ברענגט ארויס מנוחה. (די צווייטע איז שוין אפשר מער פרעזענטאציע.)
כי מאהבת ה' אתכם (עכ"פ די פאל) = אויסטערלישע אהבה.
כי קל מלך גדול וקדוש אתה = גרויס און הייליג.
מגן אבות (פון דעקל צו דעקל) = פרייטג-צונאכטס'דיג... - רוהיג און באקוועם. (האסט אמאל געכאפט אז מ'זאגט דארט 'שאין כמוהו'?....)
וזכינו לקבל שבתות (די הויעכע פאל) = בקשה.
קול ברמה נשמע = איין שטיק טרייסט! די אויספיר = א בארג האפענונג.

און דאנט געט מי ראנג, יאסי איז דירעקט נישט קיין גוטע ווערטער זעצער. (קוק אן 'תן לי ברכה' - א גאונות פון א ניגון, אבער אויף די ראנג ווערטער... די זעלבע יעלה ויבוא, ואז יהיו, אז ישבו, וזאת ידעתי, חסד ואמת נפגשו, ועוד ועוד ועוד). אבער יעדע תנועה זאגט עפעס. און אסאך מאל געלונגט עס זיך צו באלעקן.

(נ.ב. אויב דו האסט באמערקט האב איך דוקא נישט אנגעכאפט לעבעדיגע ניגונים, ווייל דארט איז נישט שייך געהעריג צו טייטשן ווערטער און ארויסברענגען זאכן, און דארט איז ער טאקע נישט צופיל בעסער ווי סיי וועם... (משה רבינו עלה למרום... מלך אלא אתה... תפילין בראשיהן...).
חוץ אין די הינזיכט אז ער האט ניגונים אויף יעדע(!) סטייל וואס ס'נאר פארהאן (אריינגערעכנט די איינציגסטע אידישע 5 ביט ניגון...) און ס'קנאקט אויפן האר! (למשל הוא יפתח לבינו בתורתו וואס מ'זינגט ביי חתונות אויף דיסקא איז א רויע Motown, און זיין שכן שמעתי שהיו אומרים איז גאר א Salsa...)

בקיצור, ס'איז סאך טיפער ווי סתם 'הארציג'....
לעצט פארראכטן דורך ציגאנער אום פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 11:05 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

גאר גוט ארויסגעברענגט, שכח.
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

ציגאנער האט געשריבן:
צדיק'ל האט געשריבן:אזא ניגון ווי לעכטעלע לעכטעלע אזא ניגון קען מען אנקוקען בפשטות א פשוטע ניגון מיט דריי הארמעניע'ס אבער אזא טאן קען מען נישט מאכן כאטש אירע פלאכע תנועות דאס קומט געפלאכטן פון א הארץ פיל מיט געפילן און א מוראדיגע פארשטאנד צו נגינה, מאנכע זענען איהם מדמה אביסל צו קארליבך אויף מער א חסידישער אופן

ביסט אביסל גערעכט, אבער אביסל נישט...

אין דעם פרט אז די גאנצע ניגון איז געבויט אויף די הרגש שבו איז קארליבאך אסאך בעסער... אבער גרין איז נישט אוועק צו מאכן
לפנות בוקר
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

לפנות בוקר האט געשריבן:
ציגאנער האט געשריבן:
צדיק'ל האט געשריבן:אזא ניגון ווי לעכטעלע לעכטעלע אזא ניגון קען מען אנקוקען בפשטות א פשוטע ניגון מיט דריי הארמעניע'ס אבער אזא טאן קען מען נישט מאכן כאטש אירע פלאכע תנועות דאס קומט געפלאכטן פון א הארץ פיל מיט געפילן און א מוראדיגע פארשטאנד צו נגינה, מאנכע זענען איהם מדמה אביסל צו קארליבך אויף מער א חסידישער אופן

ביסט אביסל גערעכט, אבער אביסל נישט...

אין דעם פרט אז די גאנצע ניגון איז געבויט אויף די הרגש שבו איז קארליבאך אסאך בעסער... אבער גרין איז נישט אוועק צו מאכן

גרין איז נישט אוועק צו מאכן???????????
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

מקווה איד האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:
ציגאנער האט געשריבן:
צדיק'ל האט געשריבן:אזא ניגון ווי לעכטעלע לעכטעלע אזא ניגון קען מען אנקוקען בפשטות א פשוטע ניגון מיט דריי הארמעניע'ס אבער אזא טאן קען מען נישט מאכן כאטש אירע פלאכע תנועות דאס קומט געפלאכטן פון א הארץ פיל מיט געפילן און א מוראדיגע פארשטאנד צו נגינה, מאנכע זענען איהם מדמה אביסל צו קארליבך אויף מער א חסידישער אופן

ביסט אביסל גערעכט, אבער אביסל נישט...

אין דעם פרט אז די גאנצע ניגון איז געבויט אויף די הרגש שבו איז קארליבאך אסאך בעסער... אבער גרין איז נישט אוועק צו מאכן

גרין איז נישט אוועק צו מאכן???????????

אין דעם פרט!
לפנות בוקר
צדיק'ל
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 6:25 pm

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק'ל »

ציגאנער האט געשריבן:
צדיק'ל האט געשריבן:אזא ניגון ווי לעכטעלע לעכטעלע אזא ניגון קען מען אנקוקען בפשטות א פשוטע ניגון מיט דריי הארמעניע'ס אבער אזא טאן קען מען נישט מאכן כאטש אירע פלאכע תנועות דאס קומט געפלאכטן פון א הארץ פיל מיט געפילן און א מוראדיגע פארשטאנד צו נגינה, מאנכע זענען איהם מדמה אביסל צו קארליבך אויף מער א חסידישער אופן

ביסט אביסל גערעכט, אבער אביסל נישט...

כ'ווייס, פינקי'ס ניגונים זענען מורא'דיג הארציג, אבער למעשה איז 'הארציג' און 'ווארעם' נישט קיין וועג צו דיסקרייבן א געפיל. לאמיר גיין צו יאסי וועסטו כאפן וואס איך זאג. (כ'האב א גאנצע זאק פון דוגמאות, אבער כ'גיי נעמען די פאפולערע.)

נעם א ניגון ווי 'ותשפיע' און הייב אן זינגען:
ותשפיע, רוח קדשך עלינו, שנהיה דבקים בך (-א שטיק דביקות...), אוי שנהיה דבקים בך, ושנשתוקק (-השתוקקות), תמיד אליך, יותר ויותר, וממדריגה למדריגה (... ...) תעלינו, שנזכה לבא למעלת (-בענקשאפט), אבותינו הקדושים, אברהם (!) יצחק ויעקב. (בארוהיגט זיך-) וזכותם יעמוד לנו, שתשמע בקול תפלתינו, שנהיה תמיד נענים בעת (-בקשה), שנתפלל אליך, אוי יוי עלינו, או (-ווייטאג) על שום אחד מעמך ישראל, על יחיד או (-ס'רייסט) על רבים. (שיפט אראפ...) ותשמח ותתפאר בנו, ונעשה פרי למעלה ושורש למטה. (און נאכדעם אזוי קלאר-) אוי, יוי יוי יוי, יוי וכו'.
די כאפסט וואס ער האט דא געטון מיט אונז?... און איין ניגון ארייגעפאקט אזויפיל הרגשים און מצבים, און אלעס איז עפעס וואס מ'קען אנטאפן. (און איך האב נאר געשריבן דארט ווי מ'קען שרייבן, ס'איז אסאך מער פון דעם...)

און ס'דא נאך אסאך, מ'דארף פשוט טראכטן....
ושמרו בני ישראל (עכ"פ די ערשטע פאל) = ברענגט ארויס מנוחה. (די צווייטע איז שוין אפשר מער פרעזענטאציע.)
כי מאהבת ה' אתכם (עכ"פ די פאל) = אויסטערלישע אהבה.
כי קל מלך גדול וקדוש אתה = גרויס און הייליג.
מגן אבות (פון דעקל צו דעקל) = פרייטג-צונאכטס'דיג... - רוהיג און באקוועם. (האסט אמאל געכאפט אז מ'זאגט דארט 'שאין כמוהו'?....)
וזכינו לקבל שבתות (די הויעכע פאל) = בקשה.
קול ברמה נשמע = איין שטיק טרייסט! די אויספיר = א בארג האפענונג.

און דאנט געט מי ראנג, יאסי איז דירעקט נישט קיין גוטע ווערטער זעצער. (קוק אן 'תן לי ברכה' - א גאונות פון א ניגון, אבער אויף די ראנג ווערטער... די זעלבע יעלה ויבוא, ואז יהיו, אז ישבו, וזאת ידעתי, חסד ואמת נפגשו, ועוד ועוד ועוד). אבער יעדע תנועה זאגט עפעס. און אסאך מאל געלונגט עס זיך צו באלעקן.

(נ.ב. אויב דו האסט באמערקט האב איך דוקא נישט אנגעכאפט לעבעדיגע ניגונים, ווייל דארט איז נישט שייך געהעריג צו טייטשן ווערטער און ארויסברענגען זאכן, און דארט איז ער טאקע נישט צופיל בעסער ווי סיי וועם... (משה רבינו עלה למרום... מלך אלא אתה... תפילין בראשיהן...).
חוץ אין די הינזיכט אז ער האט ניגונים אויף יעדע(!) סטייל וואס ס'נאר פארהאן (אריינגערעכנט די איינציגסטע אידישע 5 ביט ניגון...) און ס'קנאקט אויפן האר! (למשל הוא יפתח לבינו בתורתו וואס מ'זינגט ביי חתונות אויף דיסקא איז א רויע Motown, און זיין שכן שמעתי שהיו אומרים איז גאר א Salsa...)

בקיצור, ס'איז סאך טיפער ווי סתם 'הארציג'....

אין אלא כי נמי אבער וואס רעדט מער צו דיר ווען די זונגסט אפ דער הבן יקיר ווי אזוי דען טייטשטו כי מדי דברו בו זכור אזכרנו עוד על כן המו ממש די גאנצע געדערים צוגייט על כן המו מעי לו ממש אזאנס איז ממש נאר פינקי וואס קען אזאנס עס ארויסברענגן מיט באק ציין די קלארער אפטייטש אזש מען קען זיך נישט אפילו דינגען אין פשט ממש רוי געפיל און דאס איז לגבי יעדער ניגון זיינע ער פשוט לייגט אריין די גאנצע פשט אין זיינע ווערטער, אזא ניגון ווי פעקל צרות אזא ניגון ווי מלאכי רחמים אוי אולי אולי יחוס אפשר דאך באשעפער אפשר דאך אולי יחוס עם עני אולי אולי ירחם דאכ'צעמיר אז סידור המפורש טייטשט עס אזוי, און דעס וואס די ברענגסט ארויס פון יוסי גרין יאך מיין אז יוסי אמעריקנייזט יעדער ניגון אויף סאך מער באהאלטענע געפילן. און דיע אלע ניגונים דאכ'צעמיר אז הרי ישראל איז אויפן זעלבן שניט ובוכה ומספיד עליהם אוי ובוכה ומספיד עליהם אוי אוייו יו יו אוי יו יו, הרי הרי ישראל עד מתי ווילאנג נאך, בקיצור יכלה הזמן והם לא אזכרה ימים מקדם לבי לבי רוחף רוחף אליך און א קול ברמה הער'זשע פינקי'ס קול ברמה און זאג'זשע מיר וואס איז טייטש קול ברמה
צדיק'ל
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 6:25 pm

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק'ל »

זאת ועוד כ'זעה די זאגסט אסאך מער ווי סתם הארציג נגינה איז הארץ חכמת הנגינה איז הרגש איז דערפאר וויפיל הרגש עס ליגט דערין די מערסטע שיין איז עס אויב איז עס אויף פרייליך די מערסטע הרגש צו זיין פרייליך צו איז עס סיי וואסערע טייפ ניגון דארף ליגען די מערסטע געפיל און אין דאס איז פינקי א יחיד במינו
צדיק'ל
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 6:25 pm

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק'ל »

אדער אזא ניגון אויף טויסיג2 המחדש בטובו דאס רופט התפעלות, מה רבו מעשיך ד' ווי גרויס איז דער באשעפרס מעשים וואו הערליך אדער אברימל'ס בזו השעה קה קה הרצה לנו בזו בזו השעה ותחנונינו ד' שמעה הער אויס בזו בזו השעה דערנאך די הויעכע פאל מתוק מדבש אדער כבודו מלא עולם איה איה צו שלו' לעממער'ס אמר ר' יוסי דעס איז א געהעריגע ארטסקרול אופן גמרא
צדיק'ל
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 6:25 pm

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק'ל »

אוי עד אנה ד' עד אנה ד' ... אוי עד אנה עד אנה תסתיר תסתיר את פניך הביטה א אינערליכער בליק האירה לייכט אויף אדער רחם פון שוועקי אוי ועל הבית הגדול והקדוש די גרויסער און דער הייליגער מיט מער קוועטש, אשאד אז ס'זינגט זיך נישט מיט טינט שערי דמעות לא ניין ננעלו אדער דוד דוד דוד ובנו הושב הושב ווען מ'זאגט דער ותוליכנו לארצי ווערט מען פשוט געפירט פון זיך אליינס, האלא זאג איך בין דער איינציגסטער וואס טראכט אזוי
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

ביסט אביסל גערעכט.

אבער אביסל נישט... :P

וואטעווער
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

ר' יוסף צבי ברייער איז בעיני א זעלטן טיפער קאמפאזיטאר און פערטייטשער, כאטש וואס - גענוי ווי ביי רוב מחברים - לויפן פיל פון זיינע חיבורים אויף א ענליכן שניט, איך וואלט געראטן די אלע וואס האבן אים נישט צופיל געהערט צו אויסהערן מכניסי רחמים אויפן "יזכרם" אלבום, דער ניגון איז בעצם עטוואס שווער נאכצוזינגען צוליב וואס עס לויפט אויף עטליכע אקטאוועס אבער די פירוש המילות איז מורא'דיג, אזוי אויך:

אב הרחמים (יזכרם)
אבינו מלכינו (יזכרם)
וזוכר (חסדי אבות)
ועל כן נקווה (הנה ימים באים)
קה רבון (ויזמרון לך)
אמר רבי עקיבא (אשריכם ישראל)
השיבנו (וגילו צדיקים)

https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing

ברייער, אייזנבאך, וועבער, גרינבערגער, גאלדמאן
קאמענטארן זענען איבריג
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

קאמענטאטאר האט געשריבן:ר' יוסף צבי ברייער איז בעיני א זעלטן טיפער קאמפאזיטאר און פערטייטשער, כאטש וואס - גענוי ווי ביי רוב מחברים - לויפן פיל פון זיינע חיבורים אויף א ענליכן שניט, איך וואלט געראטן די אלע וואס האבן אים נישט צופיל געהערט צו אויסהערן מכניסי רחמים אויפן "יזכרם" אלבום, דער ניגון איז בעצם עטוואס שווער נאכצוזינגען צוליב וואס עס לויפט אויף עטליכע אקטאוועס אבער די פירוש המילות איז מורא'דיג, אזוי אויך:

אב הרחמים (יזכרם)
אבינו מלכינו (יזכרם)
וזוכר (חסדי אבות)
ועל כן נקווה (הנה ימים באים)
קה רבון (ויזמרון לך)
אמר רבי עקיבא (אשריכם ישראל)
השיבנו (וגילו צדיקים)

https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing

ברייער, אייזנבאך, וועבער, גרינבערגער, גאלדמאן

ווי קען מען פארגעסן פון היה עם פפיות?
אוועטאר
א צווייטער
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטער »

קאמענטאטאר האט געשריבן:ר' יוסף צבי ברייער איז בעיני א זעלטן טיפער קאמפאזיטאר און פערטייטשער, כאטש וואס - גענוי ווי ביי רוב מחברים - לויפן פיל פון זיינע חיבורים אויף א ענליכן שניט, איך וואלט געראטן די אלע וואס האבן אים נישט צופיל געהערט צו אויסהערן מכניסי רחמים אויפן "יזכרם" אלבום, דער ניגון איז בעצם עטוואס שווער נאכצוזינגען צוליב וואס עס לויפט אויף עטליכע אקטאוועס אבער די פירוש המילות איז מורא'דיג,
ברייער, אייזנבאך, וועבער, גרינבערגער, גאלדמאן

די ברכת המזון איז נישט זיינס?
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: ווער איז דיין בעסטע קאמפאזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

א צווייטער האט געשריבן:
קאמענטאטאר האט געשריבן:ר' יוסף צבי ברייער איז בעיני א זעלטן טיפער קאמפאזיטאר און פערטייטשער, כאטש וואס - גענוי ווי ביי רוב מחברים - לויפן פיל פון זיינע חיבורים אויף א ענליכן שניט, איך וואלט געראטן די אלע וואס האבן אים נישט צופיל געהערט צו אויסהערן מכניסי רחמים אויפן "יזכרם" אלבום, דער ניגון איז בעצם עטוואס שווער נאכצוזינגען צוליב וואס עס לויפט אויף עטליכע אקטאוועס אבער די פירוש המילות איז מורא'דיג,
ברייער, אייזנבאך, וועבער, גרינבערגער, גאלדמאן

די ברכת המזון איז נישט זיינס?

יא אויף די אלבום תפלת גשם
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”