כשרונות אנקעטע #2

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

וועלכע ניגון איז, לויט אייער מיינונג, די שענסטע?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מוצ"ש דעצמבער 17, 2016 8:18 am

1. אחד הוא אלוקינו... גדלו לד' אתי
8
8%
2. ניגון שמחה
4
4%
3. הנני רוצה ללמוד
28
27%
4. מהר יקדמוני רחמיך
8
8%
5. מרובים צרכי עמך
20
19%
6. ואני תפילתי לך ד' עת רצון
7
7%
7. מי אדיר על הכל
4
4%
8. ככתוב על יד נביאך... כה אמר
7
7%
9. קול דודי הנה זה בא
18
17%
 
סך הכול שטימען: 104

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

כשרונות אנקעטע #2

תגובהדורך דע מה שתשיב » זונטאג דעצמבער 11, 2016 8:18 am

ברוכים הבאים צו כשרונות אנקעטע #2
אזוי ווי פארגאנגענעם וואך וועט געגעבן ווערן א פרישע געלעגנהייט פאר די אייוועלט שרייבער צו שטימען פאר איינע פון די ניין ניגונים וואס זענען ארויפגעלייגט געווארן אויפ'ן "קול מבשר כשרונות פראיעקט" דעם וואך. מיר וואלטן פארגעשלאגן פאר די הנהלה, אז די שטימען זאלן קענען אפגעגעבן ווערן נאר דורך שרייבערס וועלכע זענען שוין איינגעשריבן כאטש פאר א חודש, כדי עס זאלן נישט נתרבה ווערן צאללאזע ניקס דורך איינציגע פערזאנען.
עס מוז באטאנט ווערן, אז דער געוואונער פאריגע וואך דורכ'ן ציבור אויף קולמעבאשער, איז אויך אויסגעקליבן געווארן דורך די אייוועלט שרייבער. זעט אויס אז אונזערע וואלן זענען גאנץ קראנט.
א וויכטיגער בקשה, ביטע אכטונג געבן נישט וויי טון קיינעם פון די מחברים. בלוט איז נישט קיין וואסער, און ס'איז יתכן אז עטליכע פון זיי, אדער גאר אלע, לייענען אייוועלט און הערן וואס דער עולם האט צו זאגן. איך מיין אז מ'קען זיך לערנען פון די מבינים אויף קולמע, וועלכע האבן געזאגט זייער מיינונג קליפ און קלאר, און דאך אכטונג געגעבן אויף די געפילן פון יעדע מחבר.
נאך א וויכטיגער נקודה. גיבט נישט אפ אייער שטימע איידער איר האט געהערט יעדעס ניגון כאטש דריי מאל.
לעצט פאראכטן דורך דע מה שתשיב אום זונטאג דעצמבער 11, 2016 3:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג דעצמבער 11, 2016 9:23 am

מי אדיר - א גע'גנב'טע יעקב שוואקי ניגון, אפילו מיט די ווערטער....
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 5:25 pm

תגובהדורך בן מהללאל » זונטאג דעצמבער 11, 2016 10:37 am

קול דודי... א שטיק חידוש פון א ניגון.
פאסט אויף די ווערטער מוראדיג.
ברענגט אריין דעם צוהערער אין אזא מין חלום.
איך וואוט פאר דעם ניגון, פול פארס!

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » זונטאג דעצמבער 11, 2016 10:48 am

געשטימט אויף נומער 8 "ככתוב".
איך קען עס זעהן טאנצן אלס הארא אויף חתונות.

(פארשטייט זיך אז ס'דארף נאך טאטש-אפס, אויך מיין איך אז מ'קען נאך צולייגן א הויכע פאל, אבער מער ווייניגער איז עס אויף די רייט טרעק)

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » זונטאג דעצמבער 11, 2016 10:59 am

די ערשטע ניגון ברויך מען ווען איבערלייגן נאכאמאל
די ווערטער זענען זייער זייער אומקלאר...(נישט גוט געמיקסט)
איך האב זיך געדארפט היפש פלאגן אויפצוכאפן די ווערטער

פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

תגובהדורך פינטעל » זונטאג דעצמבער 11, 2016 11:15 am

איך האב געוואלט מיטהאלטן אביסל די פארמעסטן זעענדיג דעם עולם׳ס אינטערעסע דערין. אבער דער מאדארעיטאר רעדט דאך אזוי לאנג מיט הקדמות אויף הקדמות אז ס׳איז מיר פארגאנגן דעם אפעטיט.

בכלל, ווער וויל הערן א עפיזאד פאר 2 שעה? זיי דארפן צוזאמנעמען די גאנצע מעשה אין מערסטענס א שעה, לערנט אייך אביסל עדעטינג.

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3518
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג דעצמבער 11, 2016 11:16 am

זייער שוואכע סחורה די וואך לכאורה צווישן 1-2 -9
איך מיין אז די בעסטע די וואך איז די ניגון וואס די דריי מבנים האבן נעכטן קאמפעזירט
איי איי,-וועלט

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » זונטאג דעצמבער 11, 2016 11:44 am

לדעתי זענען די שטערקסטע ניגונים די וואך, מי אדיר מיט קול דודי. ניגון נומער 5 (מרובין צרכי עמך) איז אויך זייער שיין עכ"פ די ערשטע פאל, אבער שפעטער איז דאס שוין נישט עפעס אזוי...

איך האב נאכנישט געשטימט, צוליב דעם וואס איך וואקל זיך צווישן מי אדיר מיט קול דודי, אביסל ציעט מיר מער קול דודי, כ'ווייס נישט פארוואס... אפשר צוליב החידוש שבו.

אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

תגובהדורך רביש » זונטאג דעצמבער 11, 2016 12:00 pm

נעה... קול דודי רעדט נישט צו מיר... צו פשוט און צופיל מאל איבערזאגען די ווערטער...
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » זונטאג דעצמבער 11, 2016 12:05 pm

כ׳הער זאגן מאחורי הפרגוד אז הנני רוצה ללמוד פענ׳ס טראכטן ערענסט אויף א קאמפיין פין עפענען ניק׳ס דא אויף אייוועלט.
מ׳דארף עס כאפן בעוד מועד...
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » זונטאג דעצמבער 11, 2016 12:06 pm

יא, דאס איז א שטיקל חיסרון אין קול דודי, פארשידענע ווערטער זענען צופיל מאל איבערגעזאגט, ווי אויך אז די צווייטע חלק פון דעם ניגון (די שנעלע) איז זיך נישט מתחבר מיט די ערשטע טייל פון דעם ניגון, עס איז לדעתי צוויי באזונדערע ניגונים מיט א שטריק צוגעבינדן, אבער ס'איז נאך אלס א חידוש פון א ניגון, מען דארף בלויז פארריכטן דעם ניגון. משא"כ מי אדיר, איז א גאנצע ניגון וואס מען דארף ווייניגער פארריכטן, און עס זינגט זיך זייער שיין.

דערוויילע נאכנישט מחליט געווען פאר וועמען איך שטים צווישן די צוויי.

...
אויבער-חכם האקט:
הנני רוצה ללמוד איז גארנישט אזא שוואכער ניגון - עכ"פ דעם ערשטן פאל זיכער נישט.

דיפרענט
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 01, 2016 12:23 pm

תגובהדורך דיפרענט » זונטאג דעצמבער 11, 2016 12:15 pm

די ווערטער פון די 5טע ניגון איז
מרובים (נישט מרובין) צרכי עמך ודעתם קצרה מחסורם ומשאלותם בל יוכלו לספרה.
נא בינה הגיגנו טרם נקרא.
הא-ל הגדול הגבור והנורא.

מזאגט אויס יום כיפור ביי נעולה ביי איינע פון די סליחות.
כאפ נישט קיין הייסע לאקשען ווארט ביז סווערט ווארעם!!

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » זונטאג דעצמבער 11, 2016 12:18 pm

נאכנישט געהעריג אויסגעהערט, אבער ס'זעט אויס פיינע ניגונים,

און יא אפילו הננו רוצה ללמוד זעט אויס גאנץ פיין.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

manyh
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2012 2:52 pm

תגובהדורך manyh » זונטאג דעצמבער 11, 2016 12:52 pm

קול דודי האט עפעס א קאליש קלינג

אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 5:25 pm

תגובהדורך בן מהללאל » זונטאג דעצמבער 11, 2016 1:01 pm

רביש האט געשריבן:נעה... קול דודי רעדט נישט צו מיר... צו פשוט און צופיל מאל איבערזאגען די ווערטער...

איך האב געזען דערין א חלק פינעם חידוש. זעקס מאל אנשטאט פיר, און יעדע מאל אנדערש, און עס קלאפט זייער גוט.

לא מיניה ולא מקצתיה
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2016 11:21 am

תגובהדורך לא מיניה ולא מקצתיה » זונטאג דעצמבער 11, 2016 1:32 pm

"מרובים צרכי עמך" געפעלט מיר זייער, דוקא די צווייטע / דריטע פאל, די ערשטע פאל הערט זיך שטארק וווי א קעמפ שלוה ניגון.
"קול דודי" איז א חידוש פין א ניגון זייער געשמאק אביסעל צי לאנג געוויסע חלקים.
די ערשטע ניגון די דריטע פאל איז גאר שיין לדעתי.

פייער וואסער
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:53 pm

תגובהדורך פייער וואסער » זונטאג דעצמבער 11, 2016 1:58 pm

איש חמודות האט געשריבן:געשטימט אויף נומער 8 "ככתוב".
איך קען עס זעהן טאנצן אלס הארא אויף חתונות.

(פארשטייט זיך אז ס'דארף נאך טאטש-אפס, אויך מיין איך אז מ'קען נאך צולייגן א הויכע פאל, אבער מער ווייניגער איז עס אויף די רייט טרעק)


נומער 8 ככתוב איז זייער א שיינע ניגון אבער מען קען אויף די ניגען נישט טאנצען

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 992
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג דעצמבער 11, 2016 2:02 pm

הנני רוצה ללמוד, הנני רוצה ללמוד, הנני רוצה ללמוד, ללמוד, ללמוד,ללמוד,
און אז די ווילסט לערנען? לערן,,,, ווער לאזט דיך נישט??
זייער זייער א שיינער ערשטער פאל, א שאד אויף די צווייטע און די דריטע,
איך קען נישט וואוטען דערויף,
עס ווערט געזוכט א ניגון זיך אונטערצוהאלטען די וואך,
פרישע ניקס קומטס אריין,

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » זונטאג דעצמבער 11, 2016 2:43 pm

א שווערע אויסוואל די וואך, ס'דא פיינע סחורה איינס נאכ'ן צווייטן, צווישן וואס כ'האב גענומען אין באטראכט איז מרובין צרכי עמך, מהר יקדמוני, קול דודי און נאך.

למעשה האב איך געשטימט פאר קול דודי. חוץ פון די חידושים וואס ליגט דערין, טייטשט עס מורא'דיג אפ די ווערטער. מ'שפירט ממש ווי מ'הערט ווי דער קול דודי קומט און ווערט נענטער און נענטער...

דאס וואס טייל האבן דא געשריבן אז עס איז אביסל לאנג, דאס איז גאר איינס פון די מעלות וואס כ'האב גענומען אין באטראכט. היינט צו טאגס איז דא א שטארקע פראבלעם אז מענטשן ווערן באורד ווען מ'זינגט איבער א ניגון עטליכע מאל. ווען ס'קומט א שמחה אדער סיי וועלכע צוזאמקום און מ'זינגט א ניגון, ווען מ'ענדיגט דעם ניגון און מ'וויל עס אנהייבן נאכאמאל וועט א האלבער עולם שוין נישט האבן קיין געדולד. אבער ווען מען זינגט אביסל א לענגערע ניגון וואס איז א צוזאמשטעל פון שטייט און שנעל און עס נעמט א וויילע ביז דאס ווערט פארענדיגט, איז דאס א געוואלדיגע געשמאק ביים זינגען און ביים הערן. כן נראה לעניי"ד.
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2253
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג דעצמבער 11, 2016 3:06 pm

קנעפל 3 איז אלץ מוקדש פאר נגונים מיט וואס אייוועלט זאל אביסל שטורעמען און זיך אינטערהאלטן און ברענגן אינטערעסע צו די כשרונות באוועגונג.
צווישן די 21 מבינים דערווייל איז הנני רוצה ללמוד די צווייט שטארקסטע אריינצוקומען אין די אנקעטע.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג דעצמבער 11, 2016 3:18 pm

זעט אויס אז עס איז דא א שוואכקייט צו ניגון 3
פארוואס "פונקט" דער קנעפל האט נישט קיין מוזיק, הא?
(און וועלווי זאגט מיר נאך אויפן אינטערוויו אז עס איז ארויפגעלייט אן קיין שום חשבון...)
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

בסוכות תשבו
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 1:33 pm

תגובהדורך בסוכות תשבו » זונטאג דעצמבער 11, 2016 3:26 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:זעט אויס אז עס איז דא א שוואכקייט צו ניגון 3
פארוואס "פונקט" דער קנעפל האט נישט קיין מוזיק, הא?
(און וועלווי זאגט מיר נאך אויפן אינטערוויו אז עס איז ארויפגעלייט אן קיין שום חשבון...)

אויפגעטראכט
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 04, 2016 2:27 pm

תגובהדורך אויפגעטראכט » זונטאג דעצמבער 11, 2016 3:27 pm

געשטימט פאר 1 זייער שיין . קען אזוי ווי סשטייט ארויף אןיף אן אלבום

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג דעצמבער 11, 2016 3:31 pm

אויפגעטראכט האט געשריבן:געשטימט פאר 1 זייער שיין . קען אזוי ווי סשטייט ארויף אןיף אן אלבום

מזל טוב מזל טוב!
א פרישע אנקעטע, א פרישע ניק...
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » זונטאג דעצמבער 11, 2016 3:34 pm

איך פארשטיי נישט פארוואס ניגון נומער 7. רעדט נישט צו קיינעם. פאריגע וואך האב איך זייער גוט צוגעטראפן לדעת המבינים, בשעת איך האב געהאלטן אז נומער 1 איז די אויבערשטע אויף די ליסטע (אויך נומער 8. אויב נישט ס'וואלט געווען גע'גנב'עט), איך האב אויך געשטימט פאר ניגון 2 אלס פיינער ניגון. איך האב צוגעטראפן.

דער ניגון קול דודי איז ביי מיר זייער שטארק און עס ציעט מיר די מערסטע. אבער דער ניגון מי אדיר איז אויך זייער א שטארקער ניגון, אינטערעסאנט אז קיינער האט עס נאכנישט באמערקט...


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גרינע און 19 געסט