בלאט 7 פון 21

געשריבן: זונטאג מאי 12, 2019 8:44 pm
דורך איינפאכער איד
טישטוך האט געשריבן:ווייסט איינער פון א פלאץ וואו מען קען דאונלאודן סקולענע ניגונים בחינם? נישט דוקא פראפעשינאל איך זוך סתם רעקארדירונגען אויכעט.

ביי קרן שמואל ישעי' קענסטו באקומען פאר 1-2 דאללער א CD דאונלאוד.
https://koltorahonline.com

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 5:18 pm
דורך אדער יא
פ"וו פלעגט סקולעני רבי זצוק"ל הכ"מ זיך אנכאפן אויבן פון די פיאות ביים אויפהייבן א כוס [קידוש\הבדלה] ?

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 5:46 pm
דורך ידיעות שונות
חמרא טבא האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:דער רעקארדירונג איז עפעס מורא'דיג! זינגט מיט א פלאם פייער!

איום ונורא ייש"כ פאר'ן מזכה זיין

מורא'דיג
ש'כח פארן ארויפלייגן

געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2019 9:27 am
דורך yoy
yoy האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:
yoy האט געשריבן:אז מען רעט פין חמשה עשר באב, מעג מען ציברענען עפעס אן אויסנאם מורא'דיג נעימות'דיג ניגון, געגועים מיט הויעכע בעטענדיגע פעלער
די ניגון טרייסט מיין פאלק, פון סקולענער די נועם 2 CD

http://jewishmusic.fm/album/%D7%A0%D7%95%D7%A2%D7%9D-2/

סע געבויט אויף די פסוקים פון נחמו נחמו

אבער קודם דער פסוק. (ישעיהו פרק מ פסוק א)

(1. [א] נַחֲמ֥וּ נַחֲמ֖וּ עַמִּ֑י יֹאמַ֖ר אֱלֹקֵיכֶם
(2. [ב] דַּבְּר֞וּ עַל־לֵ֤ב יְרוּשָׁלִַם֙ וְקִרְא֣וּ אֵלֶ֔יהָ
(3. כִּ֤י מָֽלְאָה֙ צְבָאָ֔הּ כִּ֥י נִרְצָ֖ה עֲוֺנָ֑הּ [טייטש: דער חוב פון די זינד איז שוין ענדליך אפגעצאלט און פארצייט]
(4. כִּ֤י לָֽקְחָה֙ מִיַּ֣ד ה' כִּפְלַ֖יִם בְּכָל־חַטֹּאתֶֽיהָ:
(5. [ג] קוֹל קוֹרֵא בַּמִּדְבָּר
(6. פַּנּוּ דֶּרֶךְ ה' יַשְּׁרוּ בָּעֲרָבָה מְסִלָּה לֵאלֹקֵינוּ:
(7. [ד] כָּל־גֶּיא֙ יִנָּשֵׂ֔א וְכָל־הַ֥ר וְגִבְעָ֖ה יִשְׁפָּ֑לוּ וְהָיָ֤ה הֶֽעָקֹב֙ לְמִישׁ֔וֹר וְהָרֲכָסִ֖ים לְבִקְעָֽה:
(8. [ה] וְנִגְלָ֖ה כְּב֣וֹד ה' וְרָא֤וּ כָל־בָּשָׂר֙ יַחְדָּ֔ו כִּ֛י פִּ֥י ה' דִּבֵּֽר: פ
(9 [ו] ק֚וֹל אֹמֵ֣ר קְרָ֔א וְאָמַ֖ר מָ֣ה אֶקְרָ֑א כָּל־הַבָּשָׂ֣ר חָצִ֔יר....

טרייסט מיין פאלק, זאגט דער ליבער גאט,
(1. [א] נַחֲמ֥וּ נַחֲמ֖וּ עַמִּ֑י יֹאמַ֖ר אֱלֹקֵיכֶם)
אויף נועם2 פון סקולען איז דא די ניגון, שטייט דארט אז די ווערטער איז טאקע פון ר' יוסף מיסקי, און די ניגון האט געמאכט האדמו"ר רי"א הכ"מ זצ"ל.
טאקע אינטערסאנט צו וויסן, די רבי פלעגט מאכן ניגונים סתם אויף מענשטנ'ס גראמען?

גענוג געווייטאגט און געבלוטיגט - האט ירושלים, מיין הייליג שטאט,
(2. [ב] דַּבְּר֞וּ עַל־לֵ֤ב יְרוּשָׁלִַם֙ וְקִרְא֣וּ אֵלֶ֔יהָ כִּ֤י מָֽלְאָה֙ צְבָאָ֔הּ כִּ֥י נִרְצָ֖ה עֲוֺנָ֑הּ [טייטש:דער חוב פון די זינד איז שוין ענדליך אפגעצאלט און פארצייט], 4). כִּ֤י לָֽקְחָה֙ מִיַּ֣ד ה' כִּפְלַ֖יִם בְּכָל־חַטֹּאתֶֽיהָ:)

אין דער מדבר שרייט א שטימע - שפאלט דער פינסטערניש פון נאכט
(5. [ג] קוֹל קוֹרֵא בַּמִּדְבָּר)

פארשוואונדן זאלט איר בערג און טאלן - פאר גאט'ס מאיעסטעט און פראכט
(6."פַּנּוּ "דֶּרֶךְ ה' " יַשְּׁרוּ בָּעֲרָבָה מְסִלָּה "לֵאלֹקֵינוּ":. 7). [ד] כָּל־גֶּיא֙ יִנָּשֵׂ֔א וְכָל־הַ֥ר וְגִבְעָ֖ה יִשְׁפָּ֑לוּ וְהָיָ֤ה הֶֽעָקֹב֙ לְמִישׁ֔וֹר וְהָרֲכָסִ֖ים לְבִקְעָֽה:)

גייט דער הערשער פון די וועלטן – צו ישראל זיין טייער קינד
(8. [ה] וְנִגְלָ֖ה כְּב֣וֹד ה' וְרָא֤וּ כָל־בָּשָׂר֙ יַחְדָּ֔ו כִּ֛י פִּ֥י ה' דִּבֵּֽר: (1 [א] נַחֲמ֥וּ נַחֲמ֖וּ עַמִּ֑י"'יֹאמַ֖ר אֱלֹקֵיכֶם"')

ברענגט אים חסד, ברענגט אים רחמים, ברענגט אים מחילה אויף זיינע זינד
(2. [ב] דַּבְּר֞וּ עַל־לֵ֤ב יְרוּשָׁלִַם֙ וְקִרְא֣וּ אֵלֶ֔יהָ כִּ֤י מָֽלְאָה֙ צְבָאָ֔הּ כִּ֥י נִרְצָ֖ה עֲוֺנָ֑הּ [טייטש: דער חוב פון די זינד איז שוין ענדליך אפגעצאלט און פארצייט] 4). כִּ֤י לָֽקְחָה֙ מִיַּ֣ד ה' כִּפְלַ֖יִם בְּכָל־חַטֹּאתֶֽיהָ:)

טרייסט מיין פאלק, טרייסט מיין פאלק - האט געזאגט דער ליבער גאט
(1. [א] נַחֲמ֥וּ נַחֲמ֖וּ עַמִּ֑י יֹאמַ֖ר אֱלֹקֵיכֶם)

איך וועל באגיסן מיט גליק און פרייד - ירושלים מיין הייליג שטאט
(8. [ה] וְנִגְלָ֖ה כְּב֣וֹד ה' וְרָא֤וּ כָל־בָּשָׂר֙ יַחְדָּ֔ו כִּ֛י פִּ֥י ה' דִּבֵּֽר: 2). [ב] דַּבְּר֞וּ עַל־לֵ֤ב ""יְרוּשָׁלִַם֙ וְקִרְא֣וּ אֵלֶ֔יהָ"")


עס איז זייער אינטערסאנט, אויף נועם2 שטייט אז די ווערטער איז פון ר' יוסף מיסקי און די ניגון האט געמאכט האדמו"ר רי"א הכ"מ זצ"ל.
ווי אזוי גייט דאס? די רבי האט געמאכט די ניגון אויף מיסקי'ס ווערטער? אדער איז עס א צאמגעשטעלטע זאך? האט די רבי געהערט דעם ניגון געזינגן אויף די ווערטער.


א גוטע קשיא..
בעסער געזאגט, אן אנגענעמע פראגע,
Intern Tish, שטאטסמאן , אנפין נהירין
וווהין זענט איר אלע?? נו חברה??
א פיינער שאלה, סע דארף א "נועמות'דיגע" תשׁובה..

געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2019 10:01 am
דורך טישטוך
ווי באקאנט האט הרה"ק בעל נועם אליעזר זצ"ל געהאט א מוסד אין רומעניע וואס ער האט געעפנט קעגן די ציוניסטישע תרבות שולעס (וואס צום סוף האט זיך עס פארמאכט ווייל דער סקולענער מוסד האט צוגעכאפט אלע קינדער פון זיי) דער רבי זצ"ל האט געזאגט אז זיין טאטע האט געקריגן די כח הנגינה דאן ווייל די וועג וויאזוי ער האט געפאנגען די הערצער פון די קינדער איז געווען דורכן זינגען מיט זיי די לידער.

ער פלעגט מאכן מיט די קינדער אזוינע חינוכ'דיגע פארשטעלונגען וואו מען האט געזינגען די אידישע ניגונים וואס רוב דערפון זענען פארגעסן געווארן מיט די יארן, נאר רעבעצן שטערן תחי' פון בני ברק געדענקט עס און זי זינגט עס נאך היינט מיט די ספרדישע קינדער אין מוסד חסד לאברהם לבנות אין ב"ב.

דער שבת ליד און די ביכורים ליד האט דער רבי הרה"ק בעל נועם אליעזר זצ"ל פארפאסט נאך זייענדיג אין רומעניע פאר די קינדער פון זיין מוסד, הרב צבי יוסף מיסקי ז"ל איז דאן געווען מיטן רבי'ן און ער האט געמאכט די ווערטער אויף דעם מעלאדיע וואס דער רבי האט אים פארגעזונגען.

טרייסט מיין פאלק האט דער רבי זצ"ל געמאכט און עס אויך געגעבן פאר ר' צבי יוסף ז"ל אז ער זאל ארויפלייגן די ווערטער דערויף.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2019 4:34 pm
דורך yoy
זעט אבער אויס, סע שמעקט עפעס זייער, ווי די ערשטע ווערטער "טרייסט מיין פאלק" -על כל פנים- האט דער רבי הרה"ק בעל נועם אליעזר זצ"ל אליינס פארפאסט, סע זאגט עפעס הייליג..!

ר"ח אלול טיש

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 6:19 pm
דורך אדער יא

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 6:21 pm
דורך אדער יא
איינער האט אמאל ארויסגעגעבן א ליסטע פון גאר א גרויסע חלק פון די ניגונים לבית סקולען, מיט פרטים איבער יעדע ניגון.
כ'מיין טירנויער (ב"ר ישראל יעקב ב"ר אלימלך שליט"א)

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 7:26 pm
דורך שנלר
yoy האט געשריבן:זעט אבער אויס, סע שמעקט עפעס זייער, ווי די ערשטע ווערטער "טרייסט מיין פאלק" -על כל פנים- האט דער רבי הרה"ק בעל נועם אליעזר זצ"ל אליינס פארפאסט, סע זאגט עפעס הייליג..!



מען קען זיך נישט טענה'ן מיט א געהויבענע איד ווי איר,וואס דערשמעקט קדושה פון ניגונים.

אשרי חלקך!!!

ביכורים ליד

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 7:35 pm
דורך פארצייטישער שטריימל

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 12:12 am
דורך חושב מחשבות...
אדער יא האט געשריבן:איינער האט אמאל ארויסגעגעבן א ליסטע פון גאר א גרויסע חלק פון די ניגונים לבית סקולען, מיט פרטים איבער יעדע ניגון.
כ'מיין טירנויער (ב"ר ישראל יעקב ב"ר אלימלך שליט"א)

ווער, חיים שלמה?

נו העליך איהם פרעגן...

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:32 am
דורך popo
פארצייטישער שטריימל האט געשריבן:אליהו הנביא

א לאנגע שטיקל, מלא רגש!

די רבי זינגט פאר איש תשבי על שמו... תצליחנו על ידו בתורה...

איינער ווייסט ווער עס האט דאס מחבר געווען?

https://drive.google.com/file/d/0BxwDWG ... sp=sharing


די ערשטע ניגון - ביז נאך איש תשבי - זינגט מען אין קארלין און אויך אין סלאנים - געמאכט דורך ר' יעקב טאליחאנער ז"ל.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 8:10 am
דורך טישטוך
און די צווייטע חלק איז די באקאנטע רוזשינע תנועה (אויך היבש פארסקולענט געווארן מיט די יארן).

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 10:03 am
דורך טישטוך
עס איז דא א זמירות'ל מיט ארום הונדערט זייטן פון ניגונים און זייער היסטאריע אויך ארויסגעגעבן דורך חיים שלמה טירנויער, עס איז זייער שיין אפגעדרוקט.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 12:22 pm
דורך קלאָצקאָפּ
דער "אוצר ניגוני סקולען" האטליין האט זיך אנגעהויבן מיט דעם קונטרס'ל.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:22 pm
דורך אדער יא
אין טאהש זונגט מען עס ביי של"ס (אן ווערטער).

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:25 pm
דורך קלאָצקאָפּ
popo האט געשריבן:
פארצייטישער שטריימל האט געשריבן:אליהו הנביא

א לאנגע שטיקל, מלא רגש!

די רבי זינגט פאר איש תשבי על שמו... תצליחנו על ידו בתורה...

איינער ווייסט ווער עס האט דאס מחבר געווען?

https://drive.google.com/file/d/0BxwDWG ... sp=sharing


די ערשטע ניגון - ביז נאך איש תשבי - זינגט מען אין קארלין און אויך אין סלאנים - געמאכט דורך ר' יעקב טאליחאנער ז"ל.

אזוי?! כ'האב אלץ געמיינט אז ס'איז א סקולענער ניגון.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:43 pm
דורך אדער יא
אין סקולען זונגט מען אויך אנדערע - נישט ווי מאנכע מיינען אז סקולען האט א קפידא צו זונגען נאר אייגענע.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:59 pm
דורך טישטוך
מיט די יארן אבער האט עס סקולען געמאכט אויסקוקן ווי א סקולענע ניגון... סאו סקולען האט אפשר אדאפטעד פרעמדע ניגונים אבער עס גוט מחנך געווען אז עס זאל אויסקוקן ווי אייניגע ברידער מיט די אייגענע ניגונים...

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 2:36 pm
דורך פיניע חזן
טישטוך האט געשריבן:עס איז דא א זמירות'ל מיט ארום הונדערט זייטן פון ניגונים און זייער היסטאריע אויך ארויסגעגעבן דורך חיים שלמה טירנויער, עס איז זייער שיין אפגעדרוקט.


ני . . . שטעלט איהם ארויף. אדער, וואו קען מען דאס באקומען ?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 2:42 pm
דורך יוד אלף
אדער יא האט געשריבן:אין טאהש זונגט מען עס ביי של"ס (אן ווערטער).

נישט ממש דער זעלבער ניגון
אין טאהש לויפט דער ניגון מיט מער תנועות אין יעדער פאל

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 3:18 pm
דורך פליטה גדולה
פיניע חזן האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:עס איז דא א זמירות'ל מיט ארום הונדערט זייטן פון ניגונים און זייער היסטאריע אויך ארויסגעגעבן דורך חיים שלמה טירנויער, עס איז זייער שיין אפגעדרוקט.


ני . . . שטעלט איהם ארויף. אדער, וואו קען מען דאס באקומען ?

איך זיך שוין לאנג אזא זאך

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר סקולען

געשריבן: מיטוואך יוני 10, 2020 7:28 pm
דורך פליטה גדולה
ווי קען מען הערן די רוזינער ניגון "תפן אלינו ברחמים" אויף די נוסח וואס מען זינגט עס אין סקולען (נישט נוסח וויזניץ).

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר סקולען

געשריבן: זונטאג יוני 14, 2020 2:21 pm
דורך אפטרופס
פליטה גדולה האט געשריבן:ווי קען מען הערן די רוזינער ניגון "תפן אלינו ברחמים" אויף די נוסח וואס מען זינגט עס אין סקולען (נישט נוסח וויזניץ).

מען האט געזינגען דעם ניגון ביי די סקולענער חתונה אין מאנסי פארגאנגענעם דארנעשטאג ביי די חופה און מצוה טאנץ.
דארף אויך צו זיין אויף די דיסק "א סעודת ראש חודש אין סקולען".

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר סקולען

געשריבן: זונטאג יוני 14, 2020 2:42 pm
דורך אונגארישע הייזער
פליטה גדולה האט געשריבן:ווי קען מען הערן די רוזינער ניגון "תפן אלינו ברחמים" אויף די נוסח וואס מען זינגט עס אין סקולען (נישט נוסח וויזניץ).


https://drive.google.com/file/d/1etPgi1 ... sp=sharing