בלאט 6 פון 21

געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2019 4:44 pm
דורך farshlufen
אזוי הארציג, ווארעם און אריגענעל.

געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2019 4:54 pm
דורך farshlufen
וואס זינגט דער רבי ז"ל נאך קה רבון?

געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2019 5:00 pm
דורך אונגארישע הייזער
farshlufen האט געשריבן:וואס זינגט דער רבי ז"ל נאך קה רבון?


א פסוק אין דניאל ג לב
'אתיא ותמהיא די עבד עמי אלהא עלאה שפר קדמי להחויה'

געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2019 5:14 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
מה ידידות האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אויף קול מבשר בולעטין אפטיילונג קען מען הערן א רעקארדינג פון ניגוני קודש וואס סקולענער רבי זי"ע האט אריינגעזינגען אלס אינגערמאן אין די 30'ער יארן אין לאנדאן.


https://www.dropbox.com/s/r7d0prqmfjr73pr/Skulen%20Old%20Recording%20-%20Songs.mp3?dl=0

קרעדיט
'קנאפער ידען'


א גרויסען ריזיגען ייש"כ

געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2019 5:39 pm
דורך פארצייטישער שטריימל
מיין הארץ שטורעמט!
די הארץ זינגט

געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2019 5:41 pm
דורך פארצייטישער שטריימל
בדרך אגב
די רבי זינגט ווי איינער וועלכע האט לאנגע יארן גענומען שטימע לעסאנס, אויפן טאן, די וייבערעישאן'ס, שפאצירט ארום צווישן האלבע און געדרייטע תנועות ווי ביים טאטן אין וויינגארטן,

געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2019 6:40 pm
דורך הלשון
שכח פאר די נעימות'דיגע ריקאדינג

בכלל א שכח פאר אלע וואס שטעלן דא ארויף ניגונים מבית סקולען

אם הבנים שמחה

געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2019 8:59 pm
דורך פיניע חזן
האט איינער דעם ניגון אויף די ווערטער ?

געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2019 9:17 pm
דורך שמואל בארג
יישר כח פאר די רעקארדירונג פונעם צדיק.

געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2019 9:40 pm
דורך שאראש-פאטאק
אדער יא האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:איז פארהאן א רעקארדינג פון "ברוך ה' יום יום"?

איך האב עס איינמאל אפגעכאפט מוצש"ק, די רבי האט דעמאלטץ געפראוועט די בייטאג טיש (מענטשן האבן געכאפט בילדער פון די אייער ארומגענומען מיט די ירקות..), למעשה איז מיין ריקארדער טויט (מיט נאך אסאך ווערטפילע סקולענע של"ס תורה וכו', וחבל על דאבדן)

איר קאנט גיין צו עני כאמפיאטער סטאר אין מען וועט אייך ארויס נעמען אייער סחורה

אם הבנים שמחה

געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2019 10:11 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
פיניע חזן האט געשריבן:האט איינער דעם ניגון אויף די ווערטער ?

דער ניגון האט א עקסטערע באדייט פאר די תלמידי יוצאי ישיבת תורת חסד היטשין ענגלאנד
בשעת דער רבי ז"ל האט איינמאל באזוכט דארט (דאכצעך פאר א שמחה) און מען האט מכבד געווען דעם רבי'ן ז"ל מיט די מצוה פון "שליח הקן" און ווי נאכדעם מקיים זיין, האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט מיט א פייערדיגען טאנץ אויף דעם ניגון "אם הבנים שמחה" ---- שלח תשלח את האם ואת הבנים תקח לך... כידוע מזוה"ק אז די מצוה פון שליח הקן איז מעורר פאר שכינה הקדושה זאל זיך מרחם זיין אויף אירע קינדער...

געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2019 11:23 pm
דורך קלאָצקאָפּ
מה ידידות האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אויף קול מבשר בולעטין אפטיילונג קען מען הערן א רעקארדינג פון ניגוני קודש וואס סקולענער רבי זי"ע האט אריינגעזינגען אלס אינגערמאן אין די 30'ער יארן אין לאנדאן.


https://www.dropbox.com/s/r7d0prqmfjr73pr/Skulen%20Old%20Recording%20-%20Songs.mp3?dl=0

קרעדיט
'קנאפער ידען'

ארבעט ביי מיר אויף ריפיט. כ'קען פשוט נישט זאט ווערן!

געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2019 11:48 pm
דורך סארקאזי
די ריקארדינג איז פלאי פלאים
אחוץ פונעם היסטארישקייט דערפון.איז עס סתם אזוי מתוק מדבש.
א שיינע קלארע שטימע זינגט ווי אן אינסטראמענט פארפעלט נישט קיין נאוט

אם הבנים שמחה

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 12:17 am
דורך פיניע חזן
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
פיניע חזן האט געשריבן:האט איינער דעם ניגון אויף די ווערטער ?

דער ניגון האט א עקסטערע באדייט פאר די תלמידי יוצאי ישיבת תורת חסד היטשין ענגלאנד
בשעת דער רבי ז"ל האט איינמאל באזוכט דארט (דאכצעך פאר א שמחה) און מען האט מכבד געווען דעם רבי'ן ז"ל מיט די מצוה פון "שליח הקן" און ווי נאכדעם מקיים זיין, האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט מיט א פייערדיגען טאנץ אויף דעם ניגון "אם הבנים שמחה" ---- שלח תשלח את האם ואת הבנים תקח לך... כידוע מזוה"ק אז די מצוה פון שליח הקן איז מעורר פאר שכינה הקדושה זאל זיך מרחם זיין אויף אירע קינדער...


ליידער ליידער מוז מען שוין שרייבן אביסעלע קלארער, ווער איז דער רבי ז"ל
אויב איך מאך נישט קיין טעות איז דאס א ניגון פון הרה"ק רא"ז זי"ע

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 1:31 am
דורך נודה לך
פארצייטישער שטריימל האט געשריבן:מיין הארץ שטורעמט!
די הארץ זינגט

גא"מ
יישר כח עצום הרב קנאפער

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 2:05 am
דורך געשמאקער
מה ידידות האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:......רעקארדינג פון ניגוני קודש וואס סקולענער רבי זי"ע האט אריינגעזינגען אלס אינגערמאן אין די 30'ער יארן אין לאנדאן.


https://www.dropbox.com/s/r7d0prqmfjr73pr/Skulen%20Old%20Recording%20-%20Songs.mp3?dl=0

קרעדיט
'קנאפער ידען'

Wow thanks

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 12:23 pm
דורך abeg
פיניע חזן האט געשריבן:האט איינער דעם ניגון אויף די ווערטער ?

1-1-1-1-45 7187519744

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 1:46 pm
דורך אלעס באשערט
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:די ניגון מיט וואס הרה"ק מסקולען זי"ע פלעגט אנפאנגען דעם טיש יעדן פרייטיג צונאכטס
https://drive.google.com/open?id=1cMerq ... AJ1AaUcXRY

ייש"כ אונגארישער
כ'האב הנאה ווי גוט דו פארשטייסט צו א הייליגע רומענישער ניגון...

גראדע אויף די ווערטער שירו איז אויך פארהאן א שטייטע ווערסיע

ברענג נאך


שכוח ר' שמחה'לע פאר די דברי חיזוק
(אויב דער עולם איז באמת נייגעריג אויף די סקולענע ניגונים כ'האב א גאנצן אוצר דערפון, זייטס מיר מודיע וועל איך ארויפלייגן אי"ה מער).
דער ניגון איז אויף דעם פסוק 'ערב ובוקר וצהרים אשיחה ואהמה וישמע קולי, פדה בשלום נפשי מקרב לי כי ברבים היו עמדי'. כ'ווייס נישט פון וועלכען סקולענע רבי'ן זצ"ל עס איז אויב איינער ווייסט ביטע מודיע זיין.
די ניגון איז זייער הארציג (ביי מיר רירט עס אן די סטרונעס פון מיין הארץ ווען איך הער/זינג עס).
https://drive.google.com/open?id=1zIAIs ... d2SYIRwHBn

דאס ניגון איז פון דעם בעל נועם אליעזר זצוק"ל. אויך די "נכספה" איז פון אלטן רבי'ן וואס ער האט פארפאסט ראש השנה אין תפיסה ווען ער האט נישט פארמאגט א שופר צו בלאזן האט ער דאס געמאכט במקום.
מ'פלעגט עס טאקע זינגען כמעט יעדן ראש השנה ביי בנו רבינו זצוק"ל כפי המונח בזכרונותי.

ישובו לי יראיך

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 1:53 pm
דורך אלעס באשערט
וויילנדיג דעם שבת בחצר סקולען האט מען געזינגען א ניגון אויף די ווערטער: "ישובו לי יראיך" וואס רבינו זצוק"ל האט פארפאסט נאך דעם פטירה פון אביו בעל נועם אליעזר זצוק"ל וואס עס ברענגט ארויס הארציגע געפילן אז השי"ת זאל אונז צוריקברענגן די יראי ד'. ווען מהאט עס געזינגען יעצט ביים טיש האבן אסאך חסידים ואני בתוכם זיך נישט געקענט איינהאלטן די טרערן.
אויב איינער קען ארויפלייגן דעם ניגון וואלט איך זייער עפרישיעט.

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 2:40 pm
דורך abeg
אלעס באשערט האט געשריבן:וויילנדיג דעם שבת בחצר סקולען האט מען געזינגען א ניגון אויף די ווערטער: "ישובו לי יראיך" וואס רבינו זצוק"ל האט פארפאסט נאך דעם פטירה פון אביו בעל נועם אליעזר זצוק"ל וואס עס ברענגט ארויס הארציגע געפילן אז השי"ת זאל אונז צוריקברענגן די יראי ד'. ווען מהאט עס געזינגען יעצט ביים טיש האבן אסאך חסידים ואני בתוכם זיך נישט געקענט איינהאלטן די טרערן.
אויב איינער קען ארויפלייגן דעם ניגון וואלט איך זייער עפרישיעט.

די רבי זצ״ל האט עס פארפאסט די ערשטע שבת נאכן טאטענ׳ס פטירה די ניגון איז אזױ מין הארציג
1-1-10-1-13 7187519744

אם הבנים שמחה

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 2:43 pm
דורך פארצייטישער שטריימל
פיניע חזן האט געשריבן:
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
פיניע חזן האט געשריבן:האט איינער דעם ניגון אויף די ווערטער ?

דער ניגון האט א עקסטערע באדייט פאר די תלמידי יוצאי ישיבת תורת חסד היטשין ענגלאנד
בשעת דער רבי ז"ל האט איינמאל באזוכט דארט (דאכצעך פאר א שמחה) און מען האט מכבד געווען דעם רבי'ן ז"ל מיט די מצוה פון "שליח הקן" און ווי נאכדעם מקיים זיין, האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט מיט א פייערדיגען טאנץ אויף דעם ניגון "אם הבנים שמחה" ---- שלח תשלח את האם ואת הבנים תקח לך... כידוע מזוה"ק אז די מצוה פון שליח הקן איז מעורר פאר שכינה הקדושה זאל זיך מרחם זיין אויף אירע קינדער...


ליידער ליידער מוז מען שוין שרייבן אביסעלע קלארער, ווער איז דער רבי ז"ל
אויב איך מאך נישט קיין טעות איז דאס א ניגון פון הרה"ק רא"ז זי"ע


יא די ניגון איז נתחבר געווארן דורכ'ן בעל נועם אליעזר זי"ע.

אין יענע תקופה ווען ער פיבערהאפאטיג געארבעט צוריקצוברענגען פארבלאנדזשעטע נשמות לאבינו שבשמים, און געפירט גרויסע מערכות מיט די משכילים וועלכע האבן געוואלט חלילה אסר'ן צו לערנען צורה מיט קינדער אונטער 13 יאר, האט די רבי דעמאלטס ארגענעזירט א חדר, די סדר פון די טראנספארטאציע איז געווען, אז די רבי איז געגאנגען פון שטוב צו שטוב צונויפזאמלען די קינדער, און ער האט זיי געשטעלט אין א שורה און מארשירט אויפן גאס זינגעדיג זיינע ניגונים ווען די שורה האלט אין איין גערעסער ווערן פון די קינדער וועלכע קומען צו, און אזוי שפאצירט אין חדר אריין.

אויף איין חנוכה האט די רבי באשלאסן צו מאכן א שפיל מיט זיין חדר, געווידמעט פאר די גאנצע שטאט ווער עס וויל זיך נאר באטייליגן, מען האט אויסגעשפילט די מעשה פון חנה ושבעה בני', די רבי אליינס האט אויסגעלערנט מיט די קינדער וויאזוי אויסצושפילן די מעשה, און ביים סוף האבן די קינדער אינאיינעם געזינגען די ניגון "אם הבנים שמחה" וועלכע זייער רבי האט ספעציעל פארפאסט צום שפיל,

לויט ווי אידן פלעגן פארציילן, האט זיך די שטימונג אין זאל געהויבן, און טרערן האבן זיך געגאסן ביי די פארזאמעלטע - ע"פ רוב אזעלכע אידן וועלכע האבן גאר ווייניג געוויסט פון זייער אידישקייט - ווען די רבי מיט זיינע קינדערלעך האבן אזוי לעבעדיג און ווארים איבערגעזינגען און איבערגעזינגען די תנועות פון אם הבנים שמחה.

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 4:39 pm
דורך אלעס באשערט
abeg האט געשריבן:
אלעס באשערט האט געשריבן:וויילנדיג דעם שבת בחצר סקולען האט מען געזינגען א ניגון אויף די ווערטער: "ישובו לי יראיך" וואס רבינו זצוק"ל האט פארפאסט נאך דעם פטירה פון אביו בעל נועם אליעזר זצוק"ל וואס עס ברענגט ארויס הארציגע געפילן אז השי"ת זאל אונז צוריקברענגן די יראי ד'. ווען מהאט עס געזינגען יעצט ביים טיש האבן אסאך חסידים ואני בתוכם זיך נישט געקענט איינהאלטן די טרערן.
אויב איינער קען ארויפלייגן דעם ניגון וואלט איך זייער עפרישיעט.

די רבי זצ״ל האט עס פארפאסט די ערשטע שבת נאכן טאטענ׳ס פטירה די ניגון איז אזױ מין הארציג
1-1-10-1-13 7187519744

יישר כח
די ניגון האט מען אנגעהויבן צו זינגען מער די לעצטע פאר יאר און היות עס איז אזוי הארציג האב איך מעיין געווען אין פירוש פון תהלים וואס דאס טייטשט, האב איך געטראפן אין מצודות וואס ער זאגט: "כאשר יבושו הזדים וילכו להם ישובו אלי יראיך אשר סרו ממני בעת באו הזדים לקנטר".

נישט וויסענדיג ווען די רבי האט פארפאסט דעם ניגון, האב איך נישט פונקטליך געכאפט פ"וו האט די רבי געמאכט א ניגון אויף די ווערטער פונקט. -כידוע האט יעדער איינציגסטער ניגון אין סקולען א משמעות מיטן מצב וואס מען איז געווען, און איך האב עס אליין אויפגעפאסט במשך די לעצטע 25 יאר פון ווען איך דריי מיר אין סקולען..-

דעם שבת ווען מען האט עס געזינגען, האט מיר געגעבן א בליץ אויף אז עס שטימט עפעס מורא'דיג די ווערטער מיטן מצב.. ישובו לי יראיך.. אוי טאטע אין הימעל נאך איין שבת מיטן רבין וויל איך מיטהאלטן..עס רייסט ביים הארץ, הצדיק אבד. האב איך מיטגעטיילט מיינע געדאנקען מיט מיין פאטער זז"ג וואס איז געזיצן נעבן מיר ביים טיש. זאגט ער מיר: די רבי האט דאך דאס טאקע געמאכט אינעם ערשטן שבת נאך זיין טאטענ'ס פטירה..

אוי ישובו לי,ישובי לי יראיך
ויודעי ויודעי עדותיך..

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 11:32 am
דורך חמרא טבא
פריילעך אידל האט געשריבן:דער רעקארדירונג איז עפעס מורא'דיג! זינגט מיט א פלאם פייער!

איום ונורא ייש"כ פאר'ן מזכה זיין

אם הבנים שמחה

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 3:18 pm
דורך פיניע חזן
יישר כח שמחהלה און abeg

ניגוני רבוה"ק לבית סקולען זי"ע

געשריבן: זונטאג מאי 12, 2019 7:08 pm
דורך טישטוך
ווייסט איינער פון א פלאץ וואו מען קען דאונלאודן סקולענע ניגונים בחינם? נישט דוקא פראפעשינאל איך זוך סתם רעקארדירונגען אויכעט.