בלאט 5 פון 21

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 1:32 pm
דורך abeg
פארצייטישער שטריימל האט געשריבן:ווער עס האט נאר אמאל אריינגעטרעטן ביי די ערשטע מינוטן פון שלוש סעודות ביים רבי'ן זי"ע, טרערן באנעצן די אויגן וווען מען טראכט פון די לעכטיגע מינוטן, מען זעט דעם רבי'ןס פארפלאמטע צורה, שוין געזאגט אתקינו סעודתא... אתה אחד.... בני היכלא... מזמור לדוד... און דאן פארמאכט די רבי די זמירות געבט א קיש דערויף.. און הייבט אן די שלוש סעודות תנועה.. וועלכע ער האט מחבר געווען

די רבי ווייזט מיט די הענט... מנצח בנגינות... אויפן רבין'ס פנים איז געווען אויסגעגאסן אזא בענקעדיגע מינע, ווי איינער וועלכער וויל זיך נישט לאזן אפרייסן פון זיינ'ס א נאנטע באליבטער..

דעם מאנטאג האבן מיר זיך ליידער געמוזט אפרייסן פון אונזער באליבטער..!

איי די לעכטיגע שלש סעודות'ן..

https://drive.google.com/file/d/0BxwDWG ... sp=sharing

אט די ניגון ברענגט די מערסטע בענקעניש נאכן רבי זצוק״ל װי די רבי זז״ג זאגט "דאס קען מען נישט נאכמאכן"

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 1:33 pm
דורך פארצייטישער שטריימל
אליהו הנביא

א לאנגע שטיקל, מלא רגש!

די רבי זינגט פאר איש תשבי על שמו... תצליחנו על ידו בתורה...

איינער ווייסט ווער עס האט דאס מחבר געווען?

https://drive.google.com/file/d/0BxwDWG ... sp=sharing

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 3:18 pm
דורך שלעפשיץ
איך זוך א סקולענער ניגון אויף הלל

עניבאדי קען העלפ?
יישר כח פון פראנויס!

אבינו מלכנו

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 3:29 pm
דורך אונגארישע הייזער
דאס איז א ניגון אויף די ווערטער 'אבינו מלכנו קבל ברחמים וברצון את תפלתינו', א ספעציעל הארציגער ניגון (כ'האב עס נאר אן די ווערטער, אז איינער האט מיט די ווערטער זאל עס ארויפלייגן).
https://drive.google.com/open?id=1qznLQ ... gcoSVMpNWG

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 3:30 pm
דורך אונגארישע הייזער
שלעפשיץ האט געשריבן:איך זוך א סקולענער ניגון אויף הלל

עניבאדי קען העלפ?
יישר כח פון פראנויס!

זייט מסביר וואס איר זוכט, אויף ווערטער פון הלל, אדער סתם א ווארימע ניגון וואס מען קען ארויפלייגן אויף אנא ה'?

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 4:49 pm
דורך קלאָצקאָפּ
אונגארישע הייזער האט געשריבן:דאס איז א ניגון אויף די ווערטער 'אבינו מלכנו קבל ברחמים וברצון את תפלתינו', א ספעציעל הארציגער ניגון (כ'האב עס נאר אן די ווערטער, אז איינער האט מיט די ווערטער זאל עס ארויפלייגן).
https://drive.google.com/open?id=1qznLQ ... gcoSVMpNWG

דער רבי זצ"ל האט דאס מחבר געווען נאך בחייו פון זיין טאטן.

בני אם חכם לבך ישמח לבי גם אני

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 4:50 pm
דורך אונגארישע הייזער
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
משה מאשקאוויטש האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון סקולענע ניגונים וואלט איך געוואלט מיטטיילן א מעשה וואס גייט אין צעזאמענהאנג מיט איינס פון די גאר באקאנטע סקולענע ניגונים, אבער די עפיזאד וואס ליגט דערינטער דעם הערליכן ליד 'בני אם חכם לבך ישמח לבי גם אני' - איז נישט אזוי באקאנט.

געווען איז עס ווען איינע פון דעם רבי'נס קינדער האבן געוואלט גיין לערנען אין א געוויסע ישיבה, אבער דער רבי שליט"א האט נישט געהאט קיין חשק און האט דייקא געוואלט אז ער זאל גיין לערנען אין א צווייטע ישיבה (ישיבת ריזין) - דאן, ווען דעם רבי'נס זון איז אין ענדע געגאנגען לערנען ווי די ווילן פון זיין טאטע'ן, האט דער רבי פארפאסט דעם הערליכען מעדאליע ביים געזעגענען, ווי זאגענדיג 'קינד מיינע, ווען מען הערט צו א טאטענ'ס קול - ישמח לבי גם אני'...

נאך א טיפישע געשיכטע וואס ליגט באהאלאן אונטער איינס פון די טויזענטער ניגונים

יא ! דאס איז געווען ווען בנו הגדול ממלא מקומו כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א איז געגאנגען לערנען בישיבת רוזשין - באיאן !

https://drive.google.com/open?id=1rAoK1 ... IjaquTZWp8

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 5:03 pm
דורך קלאָצקאָפּ
פון וועלכע צווייטע האלב רעדסטו?

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 5:06 pm
דורך אונגארישע הייזער
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:פון וועלכע צווייטע האלב רעדסטו?

גערעכט, כ'האב מיר טועה געווען מיט א צווייטן טרעק

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 5:21 pm
דורך אונגארישע הייזער
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
פראצעדור האט געשריבן:וועלכע לולי תורתך שעשעי האט ער געמאכט און תפיסה

פון די ניגונים וואס ער האט געמאכט אין תפיסה איז:
זכר דבר לעבדך (שטייטע)
יראו עיננו (שטייטע) דאס איז געווען ווען די רשעים זענען געשטאנען איבער איהם מיט א רעוואלווער און געסטראשעט אז מען גייט איהם שיסן אויב ער וועט זיך רירען. באותו זמן איז איהם בייגעפאלן דעם ניגון

איינער קען עס ביטע ארויפלייגען ?

דו רעדסט פון דעם יראו עינינו?
https://drive.google.com/open?id=1CTZOn ... Co_f1PVBBO

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 6:14 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
אונגארישע הייזער האט געשריבן:

יא !
אוי דאס ווארעמט

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 6:19 pm
דורך אדער יא
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:דאס איז א ניגון אויף די ווערטער 'אבינו מלכנו קבל ברחמים וברצון את תפלתינו', א ספעציעל הארציגער ניגון (כ'האב עס נאר אן די ווערטער, אז איינער האט מיט די ווערטער זאל עס ארויפלייגן).
https://drive.google.com/open?id=1qznLQ ... gcoSVMpNWG

דער רבי זצ"ל האט דאס מחבר געווען נאך בחייו פון זיין טאטן.

און האט דאס ספעציעל שטארק געגליכן. געזינגן נאכן צינדן חנוכה ליכט.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 6:21 pm
דורך אונגארישע הייזער
אדער יא האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:דאס איז א ניגון אויף די ווערטער 'אבינו מלכנו קבל ברחמים וברצון את תפלתינו', א ספעציעל הארציגער ניגון (כ'האב עס נאר אן די ווערטער, אז איינער האט מיט די ווערטער זאל עס ארויפלייגן).
https://drive.google.com/open?id=1qznLQ ... gcoSVMpNWG

דער רבי זצ"ל האט דאס מחבר געווען נאך בחייו פון זיין טאטן.

און האט דאס ספעציעל שטארק געגליכן. געזינגן נאכן צינדן חנוכה ליכט.

חידוש, נישט געדענקט אז ער פלעגט דאס זינגען נאכן חנוכה לעכט צינדן.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 6:24 pm
דורך אדער יא
דבר מפורסם.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 6:36 pm
דורך קלאָצקאָפּ
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:דאס איז א ניגון אויף די ווערטער 'אבינו מלכנו קבל ברחמים וברצון את תפלתינו', א ספעציעל הארציגער ניגון (כ'האב עס נאר אן די ווערטער, אז איינער האט מיט די ווערטער זאל עס ארויפלייגן).
https://drive.google.com/open?id=1qznLQ ... gcoSVMpNWG

דער רבי זצ"ל האט דאס מחבר געווען נאך בחייו פון זיין טאטן.

און האט דאס ספעציעל שטארק געגליכן. געזינגן נאכן צינדן חנוכה ליכט.

חידוש, נישט געדענקט אז ער פלעגט דאס זינגען נאכן חנוכה לעכט צינדן.

ער פלעגט עס זינגען נאכ'ן טאטנ'ס חנוכה ליכט אינאיינעם מיט זיינע קינדער.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 6:40 pm
דורך עבודת_הבורא
הלואי ווען עס איז דא אלע נגונים אויף פסוקי תהלים אויפן סדר מען זאל זיך קענען אויסלערנען און עס ניצן בשעתן זאגן תהילים

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 10:46 pm
דורך שלעפשיץ
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
שלעפשיץ האט געשריבן:איך זוך א סקולענער ניגון אויף הלל

עניבאדי קען העלפ?
יישר כח פון פראנויס!

זייט מסביר וואס איר זוכט, אויף ווערטער פון הלל, אדער סתם א ווארימע ניגון וואס מען קען ארויפלייגן אויף אנא ה'?

שכח אבער איך האב גענוצט - "כי לך טוב להודות ולשמך נאה לזמר...."

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:24 pm
דורך חמרא טבא
פארצייטישער שטריימל האט געשריבן:די ניגון מי יתן מציון
א לאנגע תקופה פלעגט די רבי דאס זינגען ביי יעדן סוף טיש

https://drive.google.com/file/d/0BxwDWG ... sp=sharing

איך געדענק עם עס זינגן בעפאר קידוש

געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2019 11:10 am
דורך קראלי
איינער קען אפשר ארויפלייגן די כל מקדש

געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2019 12:16 pm
דורך הלשון
קראלי האט געשריבן:איינער קען אפשר ארויפלייגן די כל מקדש

קוק צוריק פריער אין דעם אשכול - עס דארף דארט צו זיין

לאנדאנער קאסעטע

געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2019 4:25 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
יעצט געהערט אויף קולמע ווי ר' יצחק שלמה דרעזדנער אינטערוויוט ר' שמואל גבריאל גליק פון לאנדאן, וועגן א קאסעטע וואס איז געווארן געזינגען דורך הרה"ק מסקולען זצוק"ל - פאר זעכציג יאר צוריק !!! וויילענדיג אין לאנדאן אויפן וועג קיין אמעריקע-
איך האב עס געהערט עס האט מיר מוראדיג באנומען די מתיקות און הרגש

ווייסט איינער ווי מען קען עס באקומען אדער ארויפלייגען דא אויף איי וועלט

יאשער כח

געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2019 12:17 pm
דורך פארשער
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:יעצט געהערט אויף קולמע ווי ר' יצחק שלמה דרעזדנער אינטערוויוט ר' שמואל גבריאל גליק פון לאנדאן, וועגן א קאסעטע וואס איז געווארן געזינגען דורך הרה"ק מסקולען זצוק"ל - פאר זעכציג יאר צוריק !!! וויילענדיג אין לאנדאן אויפן וועג קיין אמעריקע-
איך האב עס געהערט עס האט מיר מוראדיג באנומען די מתיקות און הרגש

ווייסט איינער ווי מען קען עס באקומען אדער ארויפלייגען דא אויף איי וועלט

יאשער כח

געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2019 4:16 pm

געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2019 4:32 pm
דורך מה ידידות
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אויף קול מבשר בולעטין אפטיילונג קען מען הערן א רעקארדינג פון ניגוני קודש וואס סקולענער רבי זי"ע האט אריינגעזינגען אלס אינגערמאן אין די 30'ער יארן אין לאנדאן.

https://www.dropbox.com/s/r7d0prqmfjr73pr/Skulen%20Old%20Recording%20-%20Songs.mp3?dl=0

קרעדיט
'קנאפער ידען'

געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2019 4:42 pm
דורך פריילעך אידל
דער רעקארדירונג איז עפעס מורא'דיג! זינגט מיט א פלאם פייער!