אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
בנוגע די לא תבשי וואס די קדושת ציון זי"ע האט פארפאסט ביי דודו הרה"ק משינאווא זי"ע
ראשית דעם מעשה פון די שינאווא רב איז אמת ויציב ס'איז באקאנט סיי ביי חסידי באבוב, און אזוי אויך הרה"ק ר' איציקל פשעווארסקער זי"ע איז געוועהן דערביי און פלעגט פארציילען דעם מעשה און צולייגען אז די שינאווא רב זי"ע האט זיך דאן אזוי צופלאמט עד כדי כך ער האט אנגעהויבן פאטשען מיט די הענט – א זאך וואס די שינאווא רב זי"ע האט גע'האלטן (אנדרעש ווי זיין הייליגע פאטער) אז ס'איז אסור ביום השבת.
היות כ'האב אמאהל שוין חוקר געוועהן וועלכען לא תבשי די קדושת ציון זי"ע האט דאן פארפאסט וויל איך שרייבן וואס מיין סך הכל איז דאן געוועהן.
פון די קדושת ציון זי"ע איז היינט באקאנט 6 אדער לויט טייל 9 ניגונים אויף לא תבשי. ס'איז נישט קלאר אויב ער האט דאס פארפאסט אויף לא תבשי אדער ער האט סתם פארפאסט א לעבידיגע ניגון וואס די חסידים האבן ארויפגלייגט אויף לא תבשי, און דאס איז די נפק"מ פון 6 אדער 9 ניגונים. למעשה מאכט נישט קיין נפק"מ ווייל אלע 9 ניגונים אויסער 1 האט די רב פארפאסט שוין אלס רבי, נאך די פטירה פון זיין שינאווא פעטער.
די איין ניגון וואס ער האט געמאכט נאך בחיי אביו, איז די ניגון וואס ר' משה ארי' פריינד זי"ע פלעגט טאנצען מצוה טאנץ, דעם ניגון האט די קדשו"צ מחבר געוועהן ביי זיין חתונה אין ראצפערט בשנת תרנ"ט
איי וועט איר פרעגן וועלכע ניגון ער האט מחבר געוועהן יענעם שבת ביים שינאווא פעטער. די תירוץ איז אז ווארשיינליך איז דעם ניגון פארגעסען געווארן, אזוי ווי זעהר אסאך ניגונים וואס די רב האט פארפאסט נאך בחיי אביו. ר' משה יהושע צאנגער ע"ה האט פארציילט אז פארן קריג האט ער געקענט א איד, א תלמיד פונעם ערשטען באבוב'ער רב זי"ע, וואס האט געדענקט 40 ניגונים וואס די קדשו"צ האט מחבר געוועהן ווען זיין פאטער פלעגט אים מכבד זיין צו זינגען אשת חיל בליל שב"ק. היינט קענען מיר נאר 3 ניגונים פונעם קדוש"צ אויף אשת חיל.
פון די ניגונים וואס איז באקאנט אז די קדוש"צ האט מחבר געוועהן בחיי אביו איז:
יעלה תחנונינו – ווען עס איז איינמאהל נישט אנגעקומען די נייע ניגון אויף יו"ט און ע"פ בקשת אביו הק' האט ער פארפאסט דעם ניגון
שיר למעלות – ווען ער האט אלס אינגערמאן אויסגעלערט החזן ר' חיים דוד בלום הי"ד ווי אזוי מחבר צו זיין א זמר. (נישט ווי טייל שרייבן אז ער האט דאס פארפאסט אלס בר מצוה בחור ביי הרה"ק ר' יהושע מבעלזא זי"ע)
מזל טוב – פארפאסט לכבוד די חתונה פונעם בנין דוד
לא תבשי הנ"ל – ביום חתונתו בראצפערט
און נאך צוויי אדער דריי וואס כ'קען מיך נישט יעצט דערמאנען
*
יעצט בנוגע דעם ניגון וואס הרב דוד משה האט אהערגעשטעלט בשם ר' וועלוועל פון ק"מ. קיינער אין באבוב זאגט אז דעם ניגון איז פון די קדוש"צ זי"ע. דעם ניגון איז אן אונגארישע ניגון וואס לויט ווי עס האבן פארציילט אלטע קאסאניער חסידים האט דאס א מלחין לבית קאסאן (כ'גדענק נישט זיין נאמען) פארפאסט. די צאנזער רב זי"ע האט לכאורה קיינמאל דעם ניגון נישט גע'הערט. ווי אויך די אלטע גאליציאנע אידן (וואס איך האב געקאנט) האבן נישט געקענט דעם ניגון. יא, די אלטע באבוב'ער חסידים וואס האבן געקענט די לאנגע שווערע צאנז'ער ניגונים וואס ר' אביש מאיר האט פארפאסט - דאך האבן זיי דעם ניגון נישט געקענט. הרב רוס וואס איז א גרויסע חוקר אין ניגונים פון צאנז האט מיר שוין אויך געזאגט אז ווארשיינלעך קומט דעם ניגון נישט פון צאנז.

טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- יאצמעך
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3075
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
- לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל
זייער אינפארמאטיוו, שכח.
אויף דעם פרט וואלט איך אנדערש געגלייבט ר' וועלוועל'ס ווערסיע, אחוץ אויב ס'איז רעקארדירט פון ר' איציקל, זייענדיג שלא כהלכה לשיטתו.
ריקוד האט געשריבן:און אזוי אויך הרה"ק ר' איציקל פשעווארסקער זי"ע איז געוועהן דערביי און פלעגט פארציילען דעם מעשה און צולייגען אז די שינאווא רב זי"ע האט זיך דאן אזוי צופלאמט עד כדי כך ער האט אנגעהויבן פאטשען מיט די הענט – א זאך וואס די שינאווא רב זי"ע האט גע'האלטן (אנדרעש ווי זיין הייליגע פאטער) אז ס'איז אסור ביום השבת.
אויף דעם פרט וואלט איך אנדערש געגלייבט ר' וועלוועל'ס ווערסיע, אחוץ אויב ס'איז רעקארדירט פון ר' איציקל, זייענדיג שלא כהלכה לשיטתו.
דוד משה האט געשריבן:וועלוול פון ק"מ (נישט פון די קלאדינג) דערציילט א מעשה פונעם קדושת ציון אז ער איז געווען אויף שבת ביים שינאווער רב זי"ע און ער האט געזונגען דעם ניגון אויף לא תבושי און דער עולם איז געווען אין די לופטן אזש דער שינאווער רב האט זיך געדארפט צוריקהאלטן פון פאטשן מיט די הענט,
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
- מַחְכִּימַת פֶּתִי
- שר מאה
- תגובות: 187
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:37 pm
איטשע האט געשריבן:אליהו הנביא און איש אשר קינא, זינגט מיט א ליזענסקער תנועה, געפונט זיך אויף דער אלבום איש חסיד.
איש דורות, דער קאלובער תנועה אויף וואלד וואלד.
איש זעף, שבת׳דיגע שלום עליכם.
איש יצא, רימאנוב׳ער תנועה, אויך געזונכען אויף שמו מפארים אין די דריי וואכן.
איש מוסריו, תנועה פון אתקינו סעודתא מלוה מלכה, אויך געזונגען אויף נדיבי עמים (המשך פון שמו מפארים), אין די דריי וואכן.
איש עתיד, תנועה פון אמונים אשר נאספו, פון ראפשיץ דזיקובער חדר.
איש קרא, דינובער תנועה, אויך געזונגען אויף יום שבתון.
איש תשבי, בארדיטשובער תנועה, אום אני חומה.
די רעשט וועך איך לאזן פאר א צווייטער.
חיי אריכי האט געשריבן:״תצילנו״ זינגט מען א ניגון פון רבי׳ן ר׳ אלימלך, וואס געפונט זיך אויך אויפן אלבום ׳איש חסיד׳ (דארט איז עס אויף חי׳ ד׳) אין באבוב זינגט מען עס זעהר שנעל (פארשטייט זיך ווערט אויסגעלאזט אפאר תנועות) און נאר דער ערשטער פאל.
דער באבוב׳ער רב ז״ל פלעגט דערציילן אז געציילטע מאל האט דאס דער קדו״צ געזינגען אויף ״מעין עולם הבא״ און אנהייב טיש האט ער שוין געוויסט אז די טאטע גייט עס זינגען, ווייל מ׳האט געזעהן אז ער איז בדיחה דעתיה.
אין סטיטשין זינגט מען דאס אויף אליהו הנביא ביז תצילנו,
און שבת חנוכה זינגט מען דאס אויף ״מעין עולם הבא״
״אשרי מי שראה״ זינגט מען א פארצייטישער ניגון וואס מ׳האט געזינגען אין צאנז.
אליהו הנביא - באבוב
ריקוד האט געשריבן:פון די ניגונים וואס איז באקאנט אז די קדוש"צ האט מחבר געוועהן בחיי אביו איז:
יעלה תחנונינו – ווען עס איז איינמאהל נישט אנגעקומען די נייע ניגון אויף יו"ט און ע"פ בקשת אביו הק' האט ער פארפאסט דעם ניגון
איך האב געהערט פונעם באבוב׳ער רב אז ער האט געהערט פון ר׳ שלמה ברוך ריגלער אז די מעשה פון וואס ״ריקוד״ דערציילט קומט מיט אן אנדערע ניגון
גלייבטס מיר ווען מ׳קען אריינזינגען אין אייוועלט וואלט איך עס גערן געטוהן..
די מעשה איז געווען אז ס׳איז געוועהן א איד לייזער׳קע פון קראקא וואס האט געשיקט א ניגון יעדע יאהר, און איינמאל איז נישט אנגעקומען קיין ניגון, רבי שלמה באבוב׳ער האט זעהר שטארק געוואלט האבן אויף יו״ט א נייעם ניגון,
האט ער געזאגט, דער צאנזער רב פלעגט זאגן ״שירו לד׳ שיר חדש״
האט ער געבעטן זיין זוהן ״בן ציון פראביר צו מאכן א ניגון, און דעמאלס האט ער פארפאסט דעם ניגון,
דער יעלה תחנונינו וואס ״ריקוד״ רעדט, קומט אהן א מעשה, דער קדו״צ האט געמאכט א ניגון, און דער פאטער איז עס זעהר געפאלן, האט ער עס געזינגען אויף יעלה תחנונינו, און ס׳איז שוין אזוי געבליבן.
לעצט פארראכטן דורך חיי אריכי אום פרייטאג יאנואר 12, 2018 10:56 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חיי אריכי האט געשריבן:ריקוד האט געשריבן:פון די ניגונים וואס איז באקאנט אז די קדוש"צ האט מחבר געוועהן בחיי אביו איז:
יעלה תחנונינו – ווען עס איז איינמאהל נישט אנגעקומען די נייע ניגון אויף יו"ט און ע"פ בקשת אביו הק' האט ער פארפאסט דעם ניגון
איך האב געהערט פונעם באבוב׳ער רב אז ער האט געהערט פון ר׳ שלמה ברוך ריגלער אז די מעשה פון וואס ״ריקוד״ דערציילט קומט מיט אן אנדערע ניגון
גלייבטס מיר ווען מ׳קען אריינזינגען אין אייוועלט וואלט איך עס גערן געטוהן..
די מעשה איז געווען אז ס׳איז געוועהן א איד לייזער׳קע פון קראקא וואס האט געשיקט א ניגון יעדע יאהר, און איינמאל איז נישט אנגעקומען קיין ניגון, רבי שלמה באבוב׳ער האט זעהר שטארק געוואלט האבן אויף יו״ט א נייעם ניגון ער האט געזאגט, דער צאנזער רב פלעגט זאגן ״שירו לד׳ שיר חדש״
האט ער געבעטן זיין זוהן ״בן ציון פראביר צו מאכן א ניגון, און דעמאלס האט ער פארפאסט דעם ניגון,
דער יעלה תחנונינו וואס ״ריקוד״ רעדט, קומט אהן א מעשה, דער קדו״צ האט געמאכט א ניגון, און דער פאטער איז עס זעהר געפאלן, האט ער עס געזינגען אויף יעלה תחנונינו, און ס׳איז שוין אזוי געבליבן.
דאכציך דער ניגון איז וואס מאנכע זינגען אויף הללו את ה' איא?
דביה תחדי נפשא
- מַחְכִּימַת פֶּתִי
- שר מאה
- תגובות: 187
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:37 pm
דא האסטו - ניגון הראשונה של הקדושת ציון - באבוב (נאר מוזיק)
מַחְכִּימַת פֶּתִי האט געשריבן:דא האסטו - ניגון הראשונה של הקדושת ציון - באבוב (נאר מוזיק)
יישר כח, יא דאס איז עס
- דוד משה
- שר האלף
- תגובות: 1668
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
- לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר
lber האט געשריבן:אפשר לייגט איר ארויף די גאנצע אלבום. אזוי אויך אנדערע אלטע (און פיינע) סחורה פון חצר הקודש באבוב. ייש"כ
גם אני מצטרף.
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק-
- אנשי שלומינו
- תגובות: 3
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 26, 2014 4:15 pm
ניגון ינחני
קען אפשר איינער ארויף לייגען ביטע דעם ניגון 'ינחני'?
- דוד משה
- שר האלף
- תגובות: 1668
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
- לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר
וויפיל ניגונים איז פארהאן אויף שושנת יעקב, און ווען זינגט מען וועלכע ?
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק-
- שר העשר
- תגובות: 23
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 4:53 pm
איטשע האט געשריבן:1. איינס א שטייטער פונ׳ם קדושת ציון, וואס מען זינגט ביי שלש סעודות.
2. א אזא טאנת ניגון, פונ׳ם רב ז״ל, אויך נישט אויף די גאנצע, בלויז ביז ארור המן, געזינגען במשך פורים.
די שנעלערע שושנת יעקב וואס איר רופט א טאנץ ניגון איז נישט פונם רב ז"ל. דאכציך ס'איז פון הגה"ח ר' עזריאל מאנדעלבוים ז"ל
-
- שר האלף
- תגובות: 1084
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm
אז מען רעדט שוין וועגן שושנת יעקב איז דא וואס זענען נישט גורס די ווערטער "ארורים כל הרשעים ברוכים כל הצדיקים". ס'דאכט זיך מיר אז ביידע באבוב'ע ניגונים אויף שושנת יעקב, לאזט מען אויס די ווערטער.
איז טאקע אזוי די נוסח המקובל בבית באבוב ?
אויב יא פון ווי שטאמט דער נוסח, פון צאנז, צו פון ראפשיץ, צו אן אנדערע מקור ?
איז טאקע אזוי די נוסח המקובל בבית באבוב ?
אויב יא פון ווי שטאמט דער נוסח, פון צאנז, צו פון ראפשיץ, צו אן אנדערע מקור ?
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
-
- שר האלף
- תגובות: 1084
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm
כאפ טויבען האט געשריבן:איטשע האט געשריבן:1. איינס א שטייטער פונ׳ם קדושת ציון, וואס מען זינגט ביי שלש סעודות.
2. א אזא טאנת ניגון, פונ׳ם רב ז״ל, אויך נישט אויף די גאנצע, בלויז ביז ארור המן, געזינגען במשך פורים.
די שנעלערע שושנת יעקב וואס איר רופט א טאנץ ניגון איז נישט פונם רב ז"ל. דאכציך ס'איז פון הגה"ח ר' עזריאל מאנדעלבוים ז"ל
ניין די רב ז"ל האט געמאכט א טאנץ ניגון אויף שושנת יעקב חוץ מזה איז דא די ניגון וואס די גאנצע וועלט זינגט וואס דאס האט פארפאסט הגה"ח רבי עזריאל מאנדלבוים זצ"ל הי"ד
דביה תחדי נפשא
-
- שר העשר
- תגובות: 23
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 4:53 pm
חמרא טבא האט געשריבן:כאפ טויבען האט געשריבן:איטשע האט געשריבן:1. איינס א שטייטער פונ׳ם קדושת ציון, וואס מען זינגט ביי שלש סעודות.
2. א אזא טאנת ניגון, פונ׳ם רב ז״ל, אויך נישט אויף די גאנצע, בלויז ביז ארור המן, געזינגען במשך פורים.
די שנעלערע שושנת יעקב וואס איר רופט א טאנץ ניגון איז נישט פונם רב ז"ל. דאכציך ס'איז פון הגה"ח ר' עזריאל מאנדעלבוים ז"ל
ניין די רב ז"ל האט געמאכט א טאנץ ניגון אויף שושנת יעקב חוץ מזה איז דא די ניגון וואס די גאנצע וועלט זינגט וואס דאס האט פארפאסט הגה"ח רבי עזריאל מאנדלבוים זצ"ל הי"ד
אויב מעגליך ביטע שטעלט ארויף דעם טאנץ ניגון וואס די זאגסט אז די רב ז"ל האט געמאכט אויף שושנת יעקב.
- דוד משה
- שר האלף
- תגובות: 1668
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
- לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק-
- שר העשר
- תגובות: 23
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 4:53 pm
דוד משה האט געשריבן:לכאורה דאס
https://www.dropbox.com/s/6sk2v8xepjjks ... v.mp3?dl=0
יא יא. גערעכט. א שיינעם דאנק