קאלעקציע: חסל סידור פסח

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

קאלעקציע: חסל סידור פסח

תגובהדורך דוד משה » מיטוואך מארטש 30, 2016 4:59 pm

אקעי פסח איז אראונד, לאמיר אנהייבן מיט א קאלעקציע, די ערשטע אין די רייע איז חסל סידור פסח, האב איך צוזאמגעקראצט וויפיל כהאב געהאט אין באזיץ, ווער סהאט נאך איז מכובד ארויפצולייגן, און ווער סווייסט מער מקורות זאל זיך ביטע אנרופן.


1) חסל סידור פסח פונעם אלבום כולנו מסובין (וויזניץ?)

2) חסל סידור פסח -חיים בנט

3) חסל סידור פסח - אמרי שאול

4) חסל סידור פסח - בעלז שטאט

5) חסל סידור פסח - בעלז שנעל

6) חסל סידור פסח - ברסלב

7) חסל סידור פסח - וויזניץ

8-9) חסל סידור פסח עממי - קאלוב (2 ניגונים)

10) חסל סידור פסח - רימנוב

11) חסל סידור פסח - שנקר

12) חסל סידור פסח ?

דא שרייבט איינער אז סאיז דא פון קארלין און פון ר' ליפא לויאש, ע"כ ווער סהאט עס זאל ביטע מזכה זיין (אדער אפשר איז עס אינעם ליסטע ?)

דא איז א לינק צום גאנצן פאלדער.

געצי נעם איבער דאס ווארט.
לעצט פאראכטן דורך דוד משה אום דאנארשטאג מארטש 31, 2016 12:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

לאן אתה הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 5:18 pm

תגובהדורך לאן אתה הולך » מיטוואך מארטש 30, 2016 7:27 pm

א גרויסן שכח. ס'דא זייער א שיינע סקולענע חסל, אויב איינער האט עס זאל ער ביטע ארויפלייגן.
לעצט פאראכטן דורך לאן אתה הולך אום מיטוואך מארטש 30, 2016 8:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מיטוואך מארטש 30, 2016 8:03 pm

ייש"כ הערליכע ארבעט

בועז
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

תגובהדורך בועז » מיטוואך מארטש 30, 2016 8:16 pm

ייש"כ.
דער חסל סידור פסח וואס איז אנגעגעבן פון קאליב, איז דאך דער באקאנטער אשת חיל, וואס לעצטענס האט איינער אנדעקט אז דאס איז א אונגערישער ניגון.

רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

ניגון קאלוב 2

תגובהדורך רבי משה » דאנארשטאג מארטש 31, 2016 9:52 am

דער ניגון איז א גויעשע אונגארישע ניגון, הרה"ק ר' משה יוסף זי"ע בן מרן הייטב לב האט דאס אריינגעברענגט צום כלל ישראל. כפי ששמעתי מת"ח אחד בשם רב מהימן ששמע מהרה"ק מסאטמאר זי"ע. איז די מעשה מיטן ניגון אזוי.
ר' משה יוסל זי"ע איז אמאהל געוועהן אויפן באן, און געהערט ווי א גוי זינגט דעם ניגון, האט ער זיך אנגערופן, ווי שיין העט ווען געוועהן צו זינגען דעם ניגון אויף די ווערטער "אשרי איש שלא ישכחיך ובן אדם יתאמץ בך" אזוי איז דער ניגון אריינגעקומען.

אוועטאר
פיניע חזן
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

# 12

תגובהדורך פיניע חזן » דאנארשטאג מארטש 31, 2016 10:43 am

דא האט איר חסל סידור פסח # 12 געזינגען דורך ר' אביש בראדט אין א סי די ארויס געגעבן צו זיין טאכטערס חתונה

https://copy.com/vVg90GnFsu8Mh0GY

אוועטאר
פיניע חזן
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

ר' ליפא ליוש

תגובהדורך פיניע חזן » דאנארשטאג מארטש 31, 2016 10:47 am


אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דאנארשטאג מארטש 31, 2016 10:48 am

רבי משה האט געשריבן:דער ניגון איז א גויעשע אונגארישע ניגון, הרה"ק ר' משה יוסף זי"ע בן מרן הייטב לב האט דאס אריינגעברענגט צום כלל ישראל. כפי ששמעתי מת"ח אחד בשם רב מהימן ששמע מהרה"ק מסאטמאר זי"ע. איז די מעשה מיטן ניגון אזוי.
ר' משה יוסל זי"ע איז אמאהל געוועהן אויפן באן, און געהערט ווי א גוי זינגט דעם ניגון, האט ער זיך אנגערופן, ווי שיין העט ווען געוועהן צו זינגען דעם ניגון אויף די ווערטער "אשרי איש שלא ישכחיך ובן אדם יתאמץ בך" אזוי איז דער ניגון אריינגעקומען.

איך האב געהערט די מעשה (כ׳מיין אז אויפן קדיו״ט, עכ״פ) אויף די ניגון וואס מ׳זונגט ״אשרי איש״ ראש השנה ביי מוסף.
די זעלבע ניגון זונגט מען אויך אויף ׳הים ראה וינוס׳ ׳פה להם ולא ידברו׳ ׳קדשינו במצותך׳ ועוד.

דער ניגון וואס איז דא אויף חסל סידור פסח, האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט זינגען אויף ׳אשרי איש׳. דעריבער וואלט איך ענדערש אנגענומען אז די מעשה איז געווען מיט די ׳הים ראה וינוס׳ ניגון.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

כיפת הירדן
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2015 5:10 am

תגובהדורך כיפת הירדן » דאנארשטאג מארטש 31, 2016 10:55 am

מקורו של ה"חסל" שמנגן ר' אביש הוא מהפיוט "כי הנה כחומר" בנוסח ישיבת חברון בירושלים.
הצדיק ר' שלום שבדרון שהיה הבעל תפילה בימים נוראים שמע ניגון זה מר' הירשל גולדשטיין.

אוועטאר
פיניע חזן
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

א קארלינער

תגובהדורך פיניע חזן » דאנארשטאג מארטש 31, 2016 10:56 am


אוועטאר
פיניע חזן
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

רוזין

תגובהדורך פיניע חזן » דאנארשטאג מארטש 31, 2016 11:06 am

דא איז א ניגון וואס עס זענען דא פארשידענע גירסאות, צו דאס איז פון גרויסן מגיד פון מעזריטש אדער ר' שלום פון פראהבישט, דער ניגון ווערט געזונגען אליין דורך די רבי'ס (דרך אגב, אין רוזין זינגט מען חסל נאר שביעי/אחרון של פסח ביים נעילת החג)
דא איז דער ניגון געזונגען דורך הרה"ק ר' שלמה'ניו פון סדיגורא

https://copy.com/Hva49L9HCnFyxvI4

אוועטאר
פיניע חזן
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

ר' יצחק אונגר - ויזניץ

תגובהדורך פיניע חזן » דאנארשטאג מארטש 31, 2016 11:09 am


אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דאנארשטאג מארטש 31, 2016 1:03 pm

יישר כח פאר יעדעם און ספעציעל פאר פיניע פאר די פיילס. כהאב צוגעלייגט צום פאלדער די אלע וואס מהאט מוסיף געווען (#12 האב איך פארראכטן די לינק צו די פייל וואס פיניע האט ארויפגעלייגט)

13) חסל סידור פסח - ליפא לויאש

14) חסל סידור פסח - קארלין

15) חסל סידור פסח - רוזין

16) חסל סידור פסח -יצחק אונגר

17) חסל סידור פסח - בעלז שטאט 2

18) חסל סידור פסח - באסטאן


די ניגון פון #16 איז מיר באקאנט אויף אנדערע ווערטער אבער כקאן זיך נישט דערמאנען וועלכע, דער אנהייב איז שטארק ענדליך צו ואתם הדבקים.

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » זונטאג אפריל 10, 2016 6:20 pm

לאן אתה הולך האט געשריבן:א גרויסן שכח. ס'דא זייער א שיינע סקולענע חסל, אויב איינער האט עס זאל ער ביטע ארויפלייגן.

19) חסל סידור פסח - סקולען

ייש"כ געצי

hamenagen
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 27, 2015 10:11 pm

תגובהדורך hamenagen » זונטאג אפריל 10, 2016 8:19 pm

חסל סידור פסח
לחן-הרב יהודה אשלג זצ"ל מחבר פירוש הסולם על הזוה"ק
שירה-בנו הרב ברוך שלום אשלג זצ"ל
https://www.dropbox.com/s/birunzqgzp1xe ... l.mp3?dl=0

זלאטשוב
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 23, 2010 10:06 am

תגובהדורך זלאטשוב » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 4:42 pm

דוד משה האט געשריבן:
לאן אתה הולך האט געשריבן:א גרויסן שכח. ס'דא זייער א שיינע סקולענע חסל, אויב איינער האט עס זאל ער ביטע ארויפלייגן.

19) חסל סידור פסח - סקולען

ייש"כ געצי

ס'איז דא אויך א שנעלער חסל. איך זינג זיך עס אונטער א גאנצן טאג אבער נישט פונקטליך. איך וועל זיך זייער פרייען אז איינער וועט עס ארויפלייגן.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בוכהאלטער, טאנץ 2, מה ידידות, שמן און 27 געסט