בלאט 1 פון 3

מעליץ און נגינה

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 7:46 pm
דורך hamenagen
פון מעליץ איז דא אסאך הערליכע זאכען איך וויל דא אדארכשמיסען אפאר נקודות

ר'דוד ווערדיגר ע"ה האט ארויסגעגבען צוויי אלבומ'ס ניגוני מעליץ איין אלבום האט געהאט ניגונים פון האדמו"ר רבי אלימלך הורוביץ זצ"ל און די צווייטער האט געהאט ניגונים פון זיין ברודער האדמו"ר רבי יצחק זצ"ל

האדמו"ר רבי יצחק זצ"ל האט אויך ארויסגעגבען א רעקורד ווי ער זינגט זיין אייגנע ניגונים. איך וויל וויסען אויב איינער ווייסט מער פרטים איבער דע רעקורד ווי אויך אויב איינער האט עס אויף דידזיטעל פארמעט

דא אויף איי וועלט האט מען אפאר מאהל ארויפעלייגט מעליצער ניגונים געזונגען דורך איינער ר' פרץ אנפאנג איך וויל וויסען אויב איינער ווייסט מער פרטים איבער דעם איד אין וועמענס ניגונים ער זינגט נאך?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 7:50 pm
דורך hamenagen
מעליץ

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 8:22 pm
דורך hamenagen
איין ניגון פון די אלבום ניגוני מעליץ געזונגען דורך האדמו"ר רבי יצחק זצ"ל האב איך
יום זה מכובד
https://copy.com/8trdLB03XGqC9LKO

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 9:20 pm
דורך יהיה כן
hamenagen האט געשריבן:פון מעליץ איז דא אסאך הערליכע זאכען איך וויל דא אדארכשמיסען אפאר נקודות

ר'דוד ווערדיגר ע"ה האט ארויסגעגבען צוויי אלבומ'ס ניגוני מעליץ איין אלבום האט געהאט ניגונים פון האדמו"ר רבי אלימלך הורוביץ זצ"ל און די צווייטער האט געהאט ניגונים פון זיין ברודער האדמו"ר רבי יצחק זצ"ל

האדמו"ר רבי יצחק זצ"ל האט אויך ארויסגעגבען א רעקורד ווי ער זינגט זיין אייגנע ניגונים. איך וויל וויסען אויב איינער ווייסט מער פרטים איבער דע רעקורד ווי אויך אויב איינער האט עס אויף דידזיטעל פארמעט

דא אויף איי וועלט האט מען אפאר מאהל ארויפעלייגט מעליצער ניגונים געזונגען דורך איינער ר' פרץ אנפאנג איך וויל וויסען אויב איינער ווייסט מער פרטים איבער דעם איד אין וועמענס ניגונים ער זינגט נאך?

ר' פרץ אנפאנג האב איך געקאנט, ער פלעגט זיך דרייען אין בעלז-מחנובקה שטיבל אין ווימבס"ג, פונדערהיים איז ער א גאליציעאנער, געווען א גאר נאנטער חבר מיט ר' משה טארים ז"ל, און געקומען פון זעלבן שטאט
זיינע ניגונים האב איך געהערט, אבער כ'ווייס נישט פון וואנעט ער האט עס געהערט

און דעם אשכול איז עפעס א מדובר וועגן מעליצער ניגונים און נאטן

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 9:34 pm
דורך מאקאווער
שקויעך

טויש דעם קעפל צו מעליץ "און" נגינה מיט א וא"וו,נישט מיט א יו"ד

אין מיינט אזוי ווי אינעווייניג, און מיינט אזוי ווי מיט\אינאיינעם

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 2:36 am
דורך יוסף פריעדמאן
דא האט איר די רננו צדיקים געזינגען דורך ר' ירמיה דמן
viewtopic.php?p=1142277#p1142277

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 11:19 am
דורך סמארט גאי
די קה רבון וואס מ'זינגט אין ספינקא איז אויך פון מעליץ

מנוחה ושמחה אין ספינקא איז א מעליצער ניגון

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 3:39 pm
דורך יערסלוב
דער מנוחה ושמחה וואס מען זינגט אין ספינקא איז א מעליצער ניגון,
דעם זעלבען ניגון זינגט ירמי' דמן אויף רננו צדיקים

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 5:20 pm
דורך מצלמה
איך האב די פאלגענדע צוויי מעליציער טעיפס פון ר' ווערדיגער ע"ה.
א מעליציער עונג שבת

מעליץ 1
מעליץ 1


מעליץ 2
מעליץ 2

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 7:25 pm
דורך hamenagen
די ערשטע סידי [וואס מצלמה האט געלייגט]זענען ניגונים פון האדמו"ר רבי אלימלך הורוביץ זצ"ל הי"ד
די ניגון ממקומך ווערט אויך געזונגען אויף לכה דודי און כל מקדש די ידיד נפש איז גאר באקאנט [רב שלמה טויסיג זינגט עס אויף זיין נייע סידי]
די דריטע ניגון הוא אלוקינו איז ר' דוד ווערדיגר'ס אייגענע ניגון.ר' דוד ע"ה איז געוועהן נאנט מיטן מעליצער רבי אין קראקא

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 11:50 am
דורך אליקים געציל
איך האב אמאל געקויפט ביי קרן שמואל ישעי' א סידי מיט 40 ניגונים געזונגען דורך ר' יצחק ממעליץ.

ס'דא צובאקומען אויף זייער וועבזייט:
http://www.koltorahonline.com/index.php ... lider.html

געשריבן: מיטוואך יאנואר 27, 2016 1:21 am
דורך hamenagen
האדמו"ר רבי יצחק זצ"ל האט אויך ארויסגעגבען א רעקורד ווי ער זינגט זיין אייגנע ניגונים. איך וויל וויסען אויב איינער ווייסט מער פרטים איבער דע רעקורד ווי אויך אויב איינער האט עס אויף דידזיטעל פארמעט
Nigunei Melitz
https://copy.com/ZNjyBhS4997YMCy0

געשריבן: מיטוואך יאנואר 27, 2016 1:22 am
דורך hamenagen
א גרויסע יישר כח פאר דער טייערע איד וואס האט מיר אריינגעשיקט דעם אלבום

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 4:18 am
דורך pesach
hamenagen האט געשריבן:האדמו"ר רבי יצחק זצ"ל האט אויך ארויסגעגבען א רעקורד ווי ער זינגט זיין אייגנע ניגונים. איך וויל וויסען אויב איינער ווייסט מער פרטים איבער דע רעקורד ווי אויך אויב איינער האט עס אויף דידזיטעל פארמעט
Nigunei Melitz
https://copy.com/ZNjyBhS4997YMCy0


בילד

בילד

בילד

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 7:25 am
דורך pesach
כ'האב פראבירט ארויפצולייגן די בילדער פונעם רעקארד אבער ס'גייט נישט.
דער ר' יצחק מעליצער איז א ברודער פון ר' אלימלך הי"ד, פרץ אנטפאנג איז געווען ביי ר' אלימלך א משורר און ער זינגט זיינע ניגונים.
זייער טאטע איז געווען ר' נפתלי מעליצער.
כ'מיין אז ר' יצחק האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 7:55 pm
דורך חיים של שמחה
pesach האט געשריבן: כ'מיין אז ר' יצחק האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.

טעות: הרה"צ רבי יצחק זצ"ל, האט איבערגעלאזט לכה"פ איין זוהן פון וואס איז ידוע ער האט געהייסן שמואל ער איז נפטר געווארן פורים קטן תשס"ג זיין מצבה זעה דא http://kevarim.com/rebbe-shmuel-aaron-horowitz/
כ'האב געהערט אז ער האט א זוהן וואס דרייט זיך ביים ווערדאן'ער רבי שליט"א און פלעטבוש,

געשריבן: פרייטאג יאנואר 29, 2016 4:47 am
דורך בשבילי נברא
חיים של שמחה האט געשריבן:
pesach האט געשריבן: כ'מיין אז ר' יצחק האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.

טעות: הרה"צ רבי יצחק זצ"ל, האט איבערגעלאזט לכה"פ איין זוהן פון וואס איז ידוע ער האט געהייסן שמואל ער איז נפטר געווארן פורים קטן תשס"ג זיין מצבה זעה דא http://kevarim.com/rebbe-shmuel-aaron-horowitz/
כ'האב געהערט אז ער האט א זוהן וואס דרייט זיך ביים ווערדאן'ער רבי שליט"א און פלעטבוש,


לויט ווי איך פארשטיי איז ר' נפתלי הורוויץ Marc Horowitz (פון וועם עס זענען לעצטענס ארומגעגאנגען אסאך דרשות) א גראדער אייניקל בן בנו פון ר' יצחק הורוויץ מ'מעליץ.

ביים אנפאנג פון איינע פון זיינע דרשות דערציילט ער א מעשה וואס ער האט געהאט מיט ר' הערשעלע מ'ספינקא, און ער רופט אים אן אלץ זיין ערשטע קאזין, (באמת איז עס זיין טאטנ'ס ערשטע קאזין, ר' אביש מקראלי אבי ר' הערשעלע הי' אחיו של ר' יצחק)

אויך ווייס איך פון נאך אן אייניקל פון ר' יצחק מ'מעליץ, בת בנו, מרת. ראזענבערג פון Rosenberg Realty אין מאנסי.

אולי זענען זיי קינדער פון דעם ר' שמואל הנ"ל, אדער האט ר' יצחק געהאט נאך קינדער?

געשריבן: פרייטאג יאנואר 29, 2016 6:02 am
דורך ראסטעוו
יהיה כן האט געשריבן:
hamenagen האט געשריבן:פון מעליץ איז דא אסאך הערליכע זאכען איך וויל דא אדארכשמיסען אפאר נקודות

ר'דוד ווערדיגר ע"ה האט ארויסגעגבען צוויי אלבומ'ס ניגוני מעליץ איין אלבום האט געהאט ניגונים פון האדמו"ר רבי אלימלך הורוביץ זצ"ל און די צווייטער האט געהאט ניגונים פון זיין ברודער האדמו"ר רבי יצחק זצ"ל

האדמו"ר רבי יצחק זצ"ל האט אויך ארויסגעגבען א רעקורד ווי ער זינגט זיין אייגנע ניגונים. איך וויל וויסען אויב איינער ווייסט מער פרטים איבער דע רעקורד ווי אויך אויב איינער האט עס אויף דידזיטעל פארמעט

דא אויף איי וועלט האט מען אפאר מאהל ארויפעלייגט מעליצער ניגונים געזונגען דורך איינער ר' פרץ אנפאנג איך וויל וויסען אויב איינער ווייסט מער פרטים איבער דעם איד אין וועמענס ניגונים ער זינגט נאך?

ר' פרץ אנפאנג האב איך געקאנט, ער פלעגט זיך דרייען אין בעלז-מחנובקה שטיבל אין ווימבס"ג, פונדערהיים איז ער א גאליציעאנער, געווען א גאר נאנטער חבר מיט ר' משה טארים ז"ל, און געקומען פון זעלבן שטאט
זיינע ניגונים האב איך געהערט, אבער כ'ווייס נישט פון וואנעט ער האט עס געהערט

און דעם אשכול איז עפעס א מדובר וועגן מעליצער ניגונים און נאטן

ר' משה טארים וואר א קראקעווער

געשריבן: פרייטאג יאנואר 29, 2016 8:08 am
דורך בוחר בשירי זמרה
hamenagen האט געשריבן:פון מעליץ איז דא אסאך הערליכע זאכען איך וויל דא אדארכשמיסען אפאר נקודות

דא אויף איי וועלט האט מען אפאר מאהל ארויפעלייגט מעליצער ניגונים געזונגען דורך איינער ר' פרץ אנפאנג איך וויל וויסען אויב איינער ווייסט מער פרטים איבער דעם איד אין וועמענס ניגונים ער זינגט נאך?

ר' פרץ האט א זוהן אין ב"פ הרה"ג ר' וועלוול שליט"א חתן האדמו"ר מדאמבראווע ז"ל

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 2:31 pm
דורך פראצעדור
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:דא האט איר די רננו צדיקים געזינגען דורך ר' ירמיה דמן
viewtopic.php?p=1142277#p1142277


אפשר קען עס איינער נאכאמאל ארויפלייגן ?

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 4:22 pm
דורך מצלמה
פון ר׳ פרץ אנפאנג איז פאראן 7 שיינע מעליצער רננו צדיקים.

די באקאנטע וואס דאמען זינגט, איז די שענסטע.

הארציג, מעלאדיש, קונסטליך, חסידיש און מלא חידושים.
די אנדערע זענען פון אן אנדערע שניט, אבער אויך גאנץ פיינע ווארע.

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 4:32 pm
דורך פראצעדור
מצלמה האט געשריבן:פון ר׳ פרץ אנפאנג איז פאראן 7 שיינע מעליצער רננו צדיקים.

די באקאנטע וואס דאמען זינגט, איז די שענסטע.

הארציג, מעלאדיש, קונסטליך, חסידיש און מלא חידושים.
די אנדערע זענען פון אן אנדערע שניט, אבער אויך גאנץ פיינע ווארע.


ווי זענען זיי צו געפונען ?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 11:40 am
דורך מחצה''ק
דער ניגון איז א מעליצע ניגון איינער ווייסט פון ווי אין ווען מזינגט עס?
https://drive.google.com/file/d/1JgU_NI ... sp=sharing

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 11:59 am
דורך חיים של עושר
מחצה''ק האט געשריבן:דער ניגון איז א מעליצע ניגון איינער ווייסט פון ווי אין ווען מזינגט עס?
https://drive.google.com/file/d/1JgU_NI ... sp=sharing


דאס זעהט ווי סאיז ביי א חופה.

סאיז דא וואס זינגן עס אויף מכלכל חיים ימים נוראים

סאיז דא וואס וואס זינגן עס ביים שאקלען לולב

ועוד ועוד

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 12:24 pm
דורך מחצה''ק
חיים של עושר האט געשריבן:
מחצה''ק האט געשריבן:דער ניגון איז א מעליצע ניגון איינער ווייסט פון ווי אין ווען מזינגט עס?
https://drive.google.com/file/d/1JgU_NI ... sp=sharing


דאס זעהט ווי סאיז ביי א חופה.

סאיז דא וואס זינגן עס אויף מכלכל חיים ימים נוראים

סאיז דא וואס וואס זינגן עס ביים שאקלען לולב

ועוד ועוד

סאיז פון א חופה