ניגון וקליפ מרגש "אוי גלות" מר' יו"ט ערליך ז"ל, מחודש.

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יא! מיר פארשטייען זייער גוט די שוועריקייטן. און מיט טיען עפרישיעטן (איינער ווייסט וויאזוי מען זאגט דאס איז אידיש?) אייער ארבייט. באמת. אבער מען דארף אויף דעם זייער אפבאכט געבן.

ענדרש נישט קיין בילדער ווי איידער אזעלעכע וואס טויגן נישט.

כ'מיין אז יעדער איז מיט דעם מסכים.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
ערליך מוזיק
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2015 1:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערליך מוזיק »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:יא! מיר פארשטייען זייער גוט די שוועריקייטן. און מיט טיען עפרישיעטן (איינער ווייסט וויאזוי מען זאגט דאס איז אידיש?) אייער ארבייט. באמת. אבער מען דארף אויף דעם זייער אפבאכט געבן.

ענדרש נישט קיין בילדער ווי איידער אזעלעכע וואס טויגן נישט.

כ'מיין אז יעדער איז מיט דעם מסכים.


מיר מיינען אויך אז איהר לערענט נישט גיט אפ די כוונה...

למשל: פאקט איז, אז דער יוד וואס האט געמאכט א הערליכע קידוש השם איבער די גארער וועלט,
איז למעשה געזעסען לעבן א שווארצע גוי אויף די טרעין.
ר' יו"ט רעדט ממש פון דעם... און אויף דעם רעדט ער זיך אפ...
פון דעסטן וועגן, ווען ר' יו"ט וואלט געווען אויף די טרעין, וואלט ער מן הסתם אויך געמאכט די געוואלטיגע קידוש השם...

איז נישט א גיטע זאך צו מפרסם זיין "פונקט" די בילד?
אזוי ארום אז אנדערע וואס ווייסן נישט פון די מעשה זאלן זיך דערוויסן דערפון? און אפשר נאך מאכ'ן עדי נזכה לומלאה הארץ דעה?

אזוי אויך די אנדערע בילדער, מען קען עס אפלערנענ אנדרעש...
און מיר בעטן איהר זאלט אונז שטעלן אויפן חזקת כשרות, מיר האבן ח"ו קיינעם נישט געוואלט טשעפן...
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קיינער איז נישט חלילה חושד אויף גאנישט.

צו זאגן אז ר' יו"ט רעדט זיך טאקע אפ אויף דעם, כ'הער עס איז א אינטערעסאנטע "ספין". אבער כ'גלייב אז מען וועט עס נישט אזוי פארשטיין.

בכל אופן, די פילע בילדער פון נשים, האט זיכער נישט קיין פירוש. און די פאליטיק מיטן נטו"ק קומט נישט אריין.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורה לערנער »

וויל איך שוין זעהן איבערוואס מ'רעדט דא.
די קאפי לינק ארבעט שוין נישט איינער קען עס ביטע איבערלייגן?..
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ער זינגט אביסל צו שנעל די ווערטער, האט ר' יו"ט אויך אזוי געזינגען?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
ערליך מוזיק
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2015 1:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערליך מוזיק »

די שנעלקייט פון דעם ניגון, איז די זעלבע ווי ר׳ יו״ט
די רעדען ביים צווייטער טייל קען זיין א ביסל שנעלער ווי ר׳ יו״ט
ערליך מוזיק
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2015 1:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערליך מוזיק »

תורה לערנער האט געשריבן:וויל איך שוין זעהן איבערוואס מ'רעדט דא.
די קאפי לינק ארבעט שוין נישט איינער קען עס ביטע איבערלייגן?..


frumtube ארבייט נישט ביי אייך?

דא האט איהר א נייע לינק צו קאפי ווייניגער רעזעלוצי'ה

https://copy.com/NOS9UJwkCte6RNQl
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

זייער נייגעריג וואס די מדובר, ביטע לייגן דראפבאקס פראמטוב געבלאקט, (@קנאפער, אטעם נישט אזוי שווער :lol: )
ערליך מוזיק
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2015 1:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערליך מוזיק »

מה פתאום??? האט געשריבן:זייער נייגעריג וואס די מדובר, ביטע לייגן דראפבאקס פראמטוב געבלאקט, (@קנאפער, אטעם נישט אזוי שווער :lol: )


זעה צו דעס ארבייט.

https://www.dropbox.com/home/Oy%20Golus%20low%20def
טייטל
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

The folder '/Oy Golus low def' does not exist.
ערליך מוזיק
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2015 1:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערליך מוזיק »

טייטל האט געשריבן:The folder '/Oy Golus low def' does not exist.


איצט דארף זיין בעסער

https://www.dropbox.com/s/c3dk3p2q7j5wv ... f.mp4?dl=0
טייטל
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

יישכ יעצט ארבעט עס
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

א גרויסן ייש"כ הערליך איז יא דאס ווארט
טייטל
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

מה פתאום??? האט געשריבן:א גרויסן ייש"כ הערליך איז יא דאס ווארט

ערליך "מוזיק" (אדער: "יום טוב ערליך מוזיק") איז יא דאס ווארט :lol: ;l;p-
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

זייער שיין. די "בילדער" סליידס זענען משוגע צו ווערן.
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

די ניגון - ממש הערליך!
די סליידס - טעריבל!
(סארי, נעם עס אלס קאנסטראקטיוו קריטיק)
ערליך מוזיק
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2015 1:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערליך מוזיק »

צים פינטעל האט געשריבן:די ניגון - ממש הערליך!
די סליידס - טעריבל!
(סארי, נעם עס אלס קאנסטראקטיוו קריטיק)



מיר וואלטן געוואלט קלאהר מאכן א נקודה.

מיר האבן באקומען א סאך טענות אויף די אויסווייל פון די בילדער.
סיי ברבים, און סיי אין פריוואט.

די עיקר ארבייט וואס מיר לייגן אריין, איז און די ניגון, די מוזיק, וכדומה.
עס זאל זיין באטעמ'ט צו הערן אויך פאר די צעירי הצאן שבדורינו.

דער חשוב'ער פורום "אייוועלט" און די וואס זענען אקטיוו דא, דארף מען נישט מסביר זיין חשיבות נגוני ר' יו"ט ז"ל.
זיי ווילן הערן זיינער ניגונים, לכתחילה מוט'ן קול פון'ם מחבר אליין.
פאר "די" עולם, דארף מען נישט מאכן קיין "קליפ'ס" ר' ין"ט'ס א ניגון רעדט פאר זיך, זיי האפן נאר אז עס וועט כאפען זייער קינדער אויך.

אבער די מטרה פון "ערליךמוזיק" און איהרע העלפער איז צו פארשפרייטען די אוצרות יר"ש וחסידות פון ר' יו"ט ז"ל אויך פאר די וואס זענען נישט אזוי
באקאנט מיט ר' יו"ט ז"ל, פאר "די" עולם דארף מעןן "קליפס".
זעהט וואס מיר האבן געשריבען דאס ערשטע מאל ביים ארויס שטעל פון דעם ניגון "מצה און סאמארקאנד"
viewtopic.php?f=18&t=26145

עס קען זיין אז די בילדער קענען געוויסע מענשן מיינען אז מען וויל איינעם טשעפען, דאס איז נישט די כוונה בכלל,
און מיר וועלן אי"ה טוישן א פאר בילדער...

אבער דער עיקר פארוואס מיר לייגן ארויף אונזער ארבייט אויף אייוועלט, איז פאר די "ניגון"
צו הערן אויב עס וועט אנקומען צום מטרה... (ווי דערמאנט)

לאמיר הערן וועגן דעם ניגון...
דאס "רעדן" אינדערמיט...
וועט דאס ארבייטן אויף די היינטיגע קינדער?
קיינער האט דאס נאכנישט געמאכט (די רעדן חלק)

מיר דארפן קאנסטראקטיוו קריטיק אויף די "ניגון" אליין...

מיר דארפן וויסן צו אונזער הורוואניע פון חודשים לוינט זיך אדער נישט...
מיר ווילן הערן וועגען דעם ניגון...

און באמת א יישר כח פאר די מגיבים,
איהר האט א חלק און דעם זכות פון פארשפרייטען אט די דברי תורה,
וואס האט א ריזן פאטענציא'ל אנצוקומען צו אזעלכע וואס וואלטן אנדערש נישט געהאט דאס.

בכבוד רב
ערליךמוזיק
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

איך האב זייער ליב די רעדן אינמיטן די ניגון
איך האב זייער ליב אז ער טוישט נישט די הברה פון ר׳ יום טוב
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ווי שוין געזאגט, די ניגון איז ערשט קלאסיק.

די ווערטער וואלט איך געמאכט א טראפעלע שטייטער, און א טראפעלע "שטערקער". אדער זאל ער רעדן העכער, אדער זאל די מוזיק זיין שטילער.

(איבער די קליפ, האבעך נישט פארשטאנען וויאזוי דו פארענטפערסט די תמיה)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

דאס רעדן האט זיך געהערט אביסל נישט נאטורליך אין מיינע אויערן. די עצם ניגון איז זייער שיין און גוט אראפגעזינגען.
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

כיהודה עוד לקרא, די זינגען איז זייער גוט און שיין.
די רעדן מעג זיין אביסעל שטייטער (אמאל האט מען זיך געיאגט ארויף צושטיפען וואס מער אויפן בענדעל).
די קליפ האסטו מיר דאך נישט געפרעגט, וועל איך דיר נישט ענטפערען.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

ראשית,
מיר אנערקענען און שעצן אייער הארוואניע. (לכתחילה, אויף אידיש הייסט עס ״שעצן״)
ווען מיר זאגן ״מיר״ איז די כוונה נישט בלויז אנן בעניותין, נאר מיר אלע דא וואס רעאגירן און קאמענטירן איבער דער ניגון והנלוה אליו.

שנית,
לגופו של ניגון;
אויסוועלן דעם ניגון, אן איידיע! מיר נישט בייגעפאלן, היבש קונטסליכער און מער פראפעשאנאל.
דער ניגון גופא געפעלט מיר (ווען איר קענט קאמבינירן דער ארגינעלן פלעיבעק וואלט געוועהן געוואלדיג).
דער זינגער איז בעסער, ער האט היבש וויינינער ׳פלאפס׳ מיטן שפראך.
דאס ׳ריידן׳ בין הפרקים איז גוט און אזוי ברויך צו זיין.
ניין, נישט צו שנעל גערעדט און געזונגען, דאס האלט דער ניגון און דאס ׳ריידן׳ נענטער צום אזוי באליבטן מקור, ר׳ יו״ט ז״ל.

שלישית,
די סליידס;
מ׳האט געשריבן דא כמה נקודות, יעדע נקודה איז ריכטיג, עכ״פ ראוי לדון עליו.
מיר וועלן צולייגן א געדאנק וואס מען האט נישט ערוועינט (אדער נישט גענוג קלאר איך זאל עס זעהן) און דאס איז וויכטיג צו נעמען אין אכט.

יעדער ווייסט פון דעם כלל ״איין בילד רעדט ווי טויזנט ווערטער״ יעדער וואס האט אן אנונג אין קאפי רייטינג ווייס וויפיל מחשבה מען לייגט אריין אינעם ״אימעדזש״, וויפיל מען שוויצט צו בויען א ״לאגא״, ווייל דאס בילד ערציילט אלעס.
דאס שטארקסטע טייטל אין אן ארטיקל איז א געלונגען בילד, דאס בילד ערציילט מיר ״איך בין דאס וואס דער ארטיקל זאגט״

ווען מען ׳קלעבט׳ צו בילדער צו אן ארטיקל, וועלן די בילדער באשטימען פשט אינעם ארטיקל, צב״ש ווען דער ארטיקל וועט קלאגן אויף ׳די שלעכטע פירות וואס איז דא אין גאס׳, וועט דער טיכטיגער גרעפיקער באלד אפיר נעמען א בילד פון פארפוילטע פרוכט און גרינצייג און צושטעלן... נו נו... אייוועלט וועט אים שינדן די הויט אין איר ״אויסגאבע וכו׳״ אפטיילונג...
ווער רעדט נאך ווען דאס איז א ליד א פאעזיע, וועט אפילו א פאסיג בילד וואס שטימט מיט כוונת המשורר ׳שטערן די געדאנקען׳, די ליד טראגט מיט זיך פיל מער ווי דעם ספעצעפיש בילד וואס איז מעגליך א ריכטיג טייל פון ליד, אבער זיכער נישט בלויז דאס...
וועט אבער דאס בילד נישט זיין פאסיג? דא וועלן אלע, אפילו די מעסיגע, קריטיקירן, זאגאר אין ״היכל הנגינה״ אפטיילונג... די סענסארס איבער ׳מחאה אלערט׳ איז נישט געפראגרעמט על כהאי גוונא, און וועלן נישט אלאמירן די סאליד-שארפע געגנער איבער ספק ספקא דחשש מחאה...


די אלע צרות וואס אידן ליידן אין גלות זענען נישט ״דער״ גלות, זיי זענען ״צוליב״ דעם גלות.
ווען אידן ווערן פארטריבן ממקום מושבם אין גלות איז נישט ״גלות״, נאר ״אין גלות״

א טייל פון גלות איז אז מען געוואוינט זיך צו דערצו, עס ווערט ׳גוט׳, דער גוי המובדל מאתנו ווערט א ׳חבר׳, צו אמאל אויך א ׳חבר לדעה׳ ח״ו, און דאס איז א גורם אינעם אריכת הגלות כמובא בספרים.

נישט יעדער וואס גיט די האנט פאר גוי איז זיין חבר, אפילו ווען דאס גיבן די האנט און זיך מיט אים ארום נעמען, איז נישט אויס געהאלטן אדער אפילו אסור.
און ווען דער פרעגט נישט דעת תורה איבער דעם, ׳טוט ער וואס ער וויל׳ און ריכטיגער געזאגט ״ער טוט על דעת עצמו״, אבער נישט דאס ״מיינט״ טוען וואס מען וויל״

נעמען בילדער צופאסן צו א ליד איז מצמצם געוועהן דאס ליד און אוועק גענומען דעם ענין.
נעמען בילדער צופאסן צו א ליד וואס שטימט נישט מיטן כוונת המשורר, וואס שטימט נישט מיט ענין השיר, איז פשוט אויסגעמעקט דעם ליד...
ענדערש אן א בילד (כך נעל״ד תמיד בשיר) ווי איידער נישט א פאסיג, און א פאסיג בילד איז זייער זייער שווער צופאסן (ולענ״ד אי אפשר)


צוריק לגופו של ניגון, תחזקנה ידיכם זייט ממשיך איר זענט אונז מהנה און מחיה, איר האט א געוואלדיג זכות פון פארשפרייטן ערליכע און הייליגע, יא, הייליגע ניגונים, פון דער ערליכן לעגענדארן הימל דיכטער און שעפער, ר׳ יו״ט ז״ל.



הערה פאר איינע פון די רעאגירער,
ר׳ יו״ט איז נישט געוועהן ״קונטס״, ר׳ יו״ט איז געוועהן א קאכעדיג איד מיט יראת שמים מלא על גדותיו, א יודע ספר מיט א הארץ וואס האט געגליעט פארן באשעפער,
ער האט איבער געגעבן די קריסטל לויטער השקפה אין תורה, יראת שמים, מדות, בין ישראל לעמים, גלות, גאולה, אמונת חכמים, ועוד ועוד, דורך ״קונטס״.
זיינע טאלאנטן, זיינע קונטס-ווערק האט ער גענוצט כקרדום לחפור בה.
פארשטעלן ר׳ יו״ט׳ן מיט בלויז קונטס, ווען זיין פונט ווי מען וועלן אויסמאלן זיין געשטאלט אן בארד און פאות בלויז געשטאלט...
ערליך מוזיק
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2015 1:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערליך מוזיק »

בעאבאכטער האט געשריבן:ראשית,
מיר אנערקענען און שעצן אייער הארוואניע. (לכתחילה, אויף אידיש הייסט עס ״שעצן״)
ווען מיר זאגן ״מיר״ איז די כוונה נישט בלויז אנן בעניותין, נאר מיר אלע דא וואס רעאגירן און קאמענטירן איבער דער ניגון והנלוה אליו.

שנית,
לגופו של ניגון;
אויסוועלן דעם ניגון, אן איידיע! מיר נישט בייגעפאלן, היבש קונטסליכער און מער פראפעשאנאל.
דער ניגון גופא געפעלט מיר (ווען איר קענט קאמבינירן דער ארגינעלן פלעיבעק וואלט געוועהן געוואלדיג).
דער זינגער איז בעסער, ער האט היבש וויינינער ׳פלאפס׳ מיטן שפראך.
דאס ׳ריידן׳ בין הפרקים איז גוט און אזוי ברויך צו זיין.
ניין, נישט צו שנעל גערעדט און געזונגען, דאס האלט דער ניגון און דאס ׳ריידן׳ נענטער צום אזוי באליבטן מקור, ר׳ יו״ט ז״ל.

שלישית,
די סליידס;
מ׳האט געשריבן דא כמה נקודות, יעדע נקודה איז ריכטיג, עכ״פ ראוי לדון עליו.
מיר וועלן צולייגן א געדאנק וואס מען האט נישט ערוועינט (אדער נישט גענוג קלאר איך זאל עס זעהן) און דאס איז וויכטיג צו נעמען אין אכט.

נעמען בילדער צופאסן צו א ליד איז מצמצם געוועהן דאס ליד און אוועק גענומען דעם ענין.
נעמען בילדער צופאסן צו א ליד וואס שטימט נישט מיטן כוונת המשורר, וואס שטימט נישט מיט ענין השיר, איז פשוט אויסגעמעקט דעם ליד...
ענדערש אן א בילד (כך נעל״ד תמיד בשיר) ווי איידער נישט א פאסיג, און א פאסיג בילד איז זייער זייער שווער צופאסן (ולענ״ד אי אפשר)


צוריק לגופו של ניגון, תחזקנה ידיכם זייט ממשיך איר זענט אונז מהנה און מחיה, איר האט א געוואלדיג זכות פון פארשפרייטן ערליכע און הייליגע, יא, הייליגע ניגונים, פון דער ערליכן לעגענדארן הימל דיכטער און שעפער, ר׳ יו״ט ז״ל.


א הערצליכען יישר כח, הרב בעאבאכטער פאר'ן נעמען די מיה אפצושרייבן אזא דורכגעארבייטער תגובה.

מיר טוהן דאס גאר שטארק שעצן.

איהר זענט גערעכט 100% אז עס איז כמעט נישט מעגליך צוצופאסן א בילד צו דעם ניגון עס זאל זיין ממש כוונת המשורר.

און כמבואר למעלה, מיינט טאקע נישט די סליידס אזוי ווייט די וואס פארשטייען צו ר' יו"ט א ניגון.
עס איז נאר א גימיק אריין צו כאפן אנדערע...
און פאר זיי מאכט נישט אויס אז עס שטומט נישט... ואכמ"ל

וואס מיר וואלטן געוואלט פארשטיין,
איז, צו דען איז ווייניגער געווארן דעם אינטערעס פונ'ם עולם איבער די ארבייט?

אויף דעם פאריגע ניגון, איז געווען אסאך מער מגיבים,
און עס האט זיך געשפירט אן עקסייטמענט.
זעה
viewtopic.php?f=18&t=26145

אויף די ניגון, זעהן מיר נישט דאס זעלבע.
איז עס אלטע נייעס? (ס'איז דאך א נייער ניגון)
איז זומער מער פארשלאפן דא? (דארף זיין פארקערט, דער עולם איז אין שטאט אליינס)
טויג נישט די ניגון?
האט מען נישט ליב די רעדערעי?

אהן פידבעק, וועלן מיר נישט וויסן צו פארעכטען...
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

איך פערזענליך גלייך פיל מער די ניגון ווי די פאריגע

עס איז שוין די צוווייטע, און זומער איז אייוועלט סאך שטילער
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

WOW!!!!!

א מאסיווע ארבעט אראפגעלייגט. נישט גע'חלומ'ט אז יש עוד תקוה צו די ניגונים פון ר' יום טוב פאר'ן היינטיגן דור. אזוי גוט, און היינטיג, און דאך אזוי ר' יום טוב'דיג! א נחת!!! איבערהויפט קומט זיך דיר א קאמפלימענט פאר'ן אויסקלייבן די ריכטיגע ניגונים וואס זענען נאכנישט אזוי באקאנט.

ביטע ערקלערן וואספארא סארט פראיעקט דאס איז. איז עס באצאלט? האט עס א ספאנסאר? גייט עס ארויסקומען לאור עולם אלץ אן אלבום? האט עס עפעס מיט די עהרליך פארמיליע, אדער דו ביסט אן "איין מאן באנד"?

איך זעה אין דעם א געוואלדיגע פאטענציאל, אבער עס ווענד זיך שטארק אין וועלכע דירעקציע דו גייסט. אויף אייוועלט קענסטו הערן אסאך גוטע פיעדבעק. די שאלה איז צו עס גייט זיך ענדיגן מיט דעם.

די סלייד'ס איז זייער א גוטע איידיע, אבער אין פאקט צעטיילט זיך די קאנצעטראציע פונעם צוהערער 50-50, 50 פראצענט אויפן ניגון, און 50 פראצענט אויף די סליידס, דעריבער לדעתי - היות דו האסט נישט אינוועסטירט אין די סליידס אזויפיל קאפ און מח און שעות ווי אין די ניגון, און באמת דארף עס נאר דינען אלץ א קליינע זייטיגע זאך, איז יצא שכרו בהפסדו. לדעתי לאז עס אפ פאר נעקסטע מאל.

וואס דו קענסט יא טון איז לייגן א רוקעדיגע בעקגראונד (ווי א ריזיגע ברייטע פעלד און א הימל וואס פארט, אדער וואסער וכדו’ - אן עבסטרעקט בעקגראונד וואס טראגט אוועק דעם מענטש, אבער איז נישט ספעציפיש צו דעם ניגון), און די ווערטער זאלן ארויפקומען אויף דעם.

גיי פליז ווייטער אן, דער ניגון ענדיגט זיך צו שנעל! איך דארף נאך!!!!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”