ניגון וקליפ מרגש "אוי גלות" מר' יו"ט ערליך ז"ל, מחודש.

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 10:56 am

ווי רוב אנדערע קאמענטירער דא, בין איך אויך אויפגעוואקסן מיט ר' יו"ט עהרליך'ס קאסעטעס, און ס'האט מיך באמת גאר שטארק געפרייט צו זען אז ס'זענען דא נאך אידן וואס האבן אויך דעם שטארקן נאסטאלאגישען געפיל דערצו, אבער נעמען דאס אויך צו א למעשה'דיגן שטאפל פין איבערארבעטן און ארויסגעבן די ניגונים לאור עולם מיט א נייעם גלאנץ! יישר חילכם!!

יאך פערזענליך שפור נאך היינט נאכ'ן הערן ר' יו"ט'ן ווי נאכן לערנען א מוסר ספר. און כ'העט זייער געהאט חשק אז מיינע קינדער זאלן אויך האבן דעם לוקסוס. אבער וואס קעמען טון, די יונגווארג פארשטייט נישט אזוי דעם אויסשפראך זיינעם און צוגאב צו די אומקלארקייט וואס איז בע"כ געבליבן אפי' נאכ'ן "אויסקלארן" זיינע טעיפס, יאפ! אז מ'זאל קענען דאס מחי' מתים זיין וואלט געווען א געוואלדיגע זאך! ס'קומט אייך אסאך קרעדיט!!

יעצט, לגבי די איבערגעארבעטע ניגונים (כ'געדענק ס'איז שוין געווען איין אשכול מיט א ניגון א צייט צוריק, כ'געדענק נאר נישט די פרטים), קודם, דער אויסוואל פינעם ניגון; כאטש איך זע נישט דעם אויפטו מיט'ן אויסקלויבן א ניגון נאר ווייל ס'איז נישט אזוי באקאנט ווי אנדערע, אויב דערפאר איז די תוכן נישט אזוי ספעציעל און נשמה'דיג ווי אנדערע, איז אבער דער ניגון א פיינער ניגון, און זיצענדיג אין גלות איז דאס נישט שלא מן הענין, כאטש ווען ס'איז מיין אויסוואל הויב איך ווען אן מיט די ניגונים איבער'ן בעש"ט, דער בעל תשובה, קבלת התורה, אפי' וויליאמסבורג וכדו', אבער איי געס דאס איז א דעת יחיד, דארף מען זען וואס אנדערע גלייכן.

דאס זינגען; יא, מ'זעט אז מ'האט אריינגעלייגט כוחות אז דאס זאל זיין גאר ענליך צו ר' יו"ט'ס אויסשפראך, וואס גיבט דעם ניגון אין די גראמען זייער אייגענטליכן טעם און גלאנץ! די מוזיק; שיין און פראפעסיאנאל, אבער אביסל צו שטארק. מ'דארף ווען הערן קלארער און העכער די ווערטער פינעם ניגון!

וואס אנבאלאנגט געפיל; כ'גלויב אז ר' יו"ט'ן קען מען נישט "נאכמאכן", דאס איז געווען א הייסער חסידיש'ער איד פין פריערדיג'ן דור נאך פין פאר אמעריטשקע, א פראדוקט וואס מ'מאכט מער נישט! אבער פארט וואלט נישט געשאדט דער זינגער זאל זיין מער בעל הרגש, ווי נישט ווי, גיבט דאס אינגאנצן אן אנדערען געפיל ביים הערער, איז ענדערש אביסל מער געפיל ווי פארמאל נאכגעמאכט. און יא, דאס רעדן פאר/נאכ'ן ניגון מעג זיין שטייטער, מ'זאל פארשטיין די ווערטער, דאס איז וויכטיגער ווי נוצן ר' יו"ט'ס נוסח, און דאס איז אמת אויף ביידע סיי ביים זינגען און נאכמער ביים רעדן.

אבער, איין גרויסע אבער... איז די וויזשועל קליפ'ס; מ'דארף צום קענטעניס נעמען אז ר' יו"ט עהרליכ'ס ניגונים זענען נישט נאר נאסטאלאגיש אלס קונסט, נאר מער און בעיקר פאר זייער אינהאלט און ריינע עהרליכע השקפה און הארץ וואס ליגט דערינען, און כ'שפור אז די קליפס זענען אין שארפן קעגנזאץ דערצו!

דער געדאנק פין אריינברענגן "אנדערע" אידן - וואס האבן נישט דעם געפיל צום אריגינעלן ר' יו"ט און זיינע ניגונים - און דאס דורכ'ן לייגן אומאויסגעהאלטענע בילדער וכדו' אזוי אז דער קליפ דערמאנט ליבערשט "יידישע טעאטער" ווי דעם אריגינעל'ן ר' יו"ט, איז א זיוף מתוכו! ר' יו"ט עהרליך מיט זיין יר"ש וואלט קיינמאל אזאנס נישט מוחל געווען (אגב, ווער ס'ווייסט, ער פלעגט שפילן ביי חתונות מיט פארמאכטע אויגן), און אפי' דאס זאל זיין א הייליגער ציל, האט מען אונז געלערנט; דער ציהל הייליגט נישט די מיטלען. און זעלבסטפארשטענדליך אז אייער טענה אז מ'זאל נישט מאכן פינעם עיקר א טפל נאר דער עיקר איז וויאזוי די ניגונים זענען אראפגעזונגען/געזאגט, איז במחי"כ נישט קיין גערעדעכטס כנ"ל.

כ'מיין אבער אז מ'וועט פאררעכטן די עטליכע זאכן וועט דאס זיין דער היט פינעם היימיש'ן מוזיק וועלט!! מיר קוקן ארויס דערויף!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 11:23 am

גרויזאמער האט געשריבן:וואס דו קענסט יא טון איז לייגן א רוקעדיגע בעקגראונד (ווי א ריזיגע ברייטע פעלד און א הימל וואס פארט, אדער וואסער וכדו’ - אן עבסטרעקט בעקגראונד וואס טראגט אוועק דעם מענטש, אבער איז נישט ספעציפיש צו דעם ניגון), און די ווערטער זאלן ארויפקומען אויף דעם.

איינשטימיג, ערשט קלאסיג איידיע!

די קינדער וואס הארכן צו ר׳ יו״ט׳ן מיטן ביכל אינאיינעם זענען [א שיין טייל פון זיי] ׳צוגעשמידט׳ צום סידי פלעיער ביז די אויגעלעך מאכן זיך צו און זינקען איין אין זיסן שלאף טרוימענדיג איבער איצל פיצל... יוסף מוקיר שבת... הלל... הינדע מיט די צובראכענע ווינדע... און די דזשיראפע...

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 2:48 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן:וואס דו קענסט יא טון איז לייגן א רוקעדיגע בעקגראונד (ווי א ריזיגע ברייטע פעלד און א הימל וואס פארט, אדער וואסער וכדו’ - אן עבסטרעקט בעקגראונד וואס טראגט אוועק דעם מענטש, אבער איז נישט ספעציפיש צו דעם ניגון), און די ווערטער זאלן ארויפקומען אויף דעם.

איינשטימיג, ערשט קלאסיג איידיע!
.........
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 02, 2013 9:08 pm

תגובהדורך פשוט'ער אידל » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 3:12 pm

אזא הערליכע ארבעט. באמת א שאד אז איר לייגט אריין
1)בילדער פון נשים. (רוב אידן וואס פארשטייען אידיש + אינטערסירט אין ר' יו"ט ערליך, האבן א פראבלעם מיט דעם. וואספארא משוגעת?- אין זייער רמב"ם שטייט אז הסתכלות בנשים איז א פראבלעם).
2)דער בילד פון א נטורי קרתא פראטעסט ביי "יעדער קען טון וואס ער וויל"... זאגט מיר, די גרעסטע 'זיך לאזן וואוילגיין אין גלות' האט איר געטראפן מיט ווערן א נטורי קרתא'ניק?...! (האט נישט קיין טעות, פערזענליך בין איך זייער קעגן זייער מהלך, אבער ווי קומט דא אריין נטורי קרתא רבש"ע)

א שאד א שאד. אויב איר קענט אוועקלייגן אייער פערזענליכע נייגונגען און קִולות וואלט זייער געווען כדאי. אייער פראיעקט וועט ווערד זיין פי כמה.
written using the Meshimer web filter

ערליך מוזיק
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2015 1:23 am

תגובהדורך ערליך מוזיק » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 11:32 pm

גרויזאמער האט געשריבן:WOW!!!!!

א מאסיווע ארבעט אראפגעלייגט. נישט גע'חלומ'ט אז יש עוד תקוה צו די ניגונים פון ר' יום טוב פאר'ן היינטיגן דור. אזוי גוט, און היינטיג, און דאך אזוי ר' יום טוב'דיג! א נחת!!! איבערהויפט קומט זיך דיר א קאמפלימענט פאר'ן אויסקלייבן די ריכטיגע ניגונים וואס זענען נאכנישט אזוי באקאנט.

ביטע ערקלערן וואספארא סארט פראיעקט דאס איז. איז עס באצאלט? האט עס א ספאנסאר? גייט עס ארויסקומען לאור עולם אלץ אן אלבום? האט עס עפעס מיט די עהרליך פארמיליע, אדער דו ביסט אן "איין מאן באנד"?

איך זעה אין דעם א געוואלדיגע פאטענציאל, אבער עס ווענד זיך שטארק אין וועלכע דירעקציע דו גייסט. אויף אייוועלט קענסטו הערן אסאך גוטע פיעדבעק. די שאלה איז צו עס גייט זיך ענדיגן מיט דעם.

די סלייד'ס איז זייער א גוטע איידיע, אבער אין פאקט צעטיילט זיך די קאנצעטראציע פונעם צוהערער 50-50, 50 פראצענט אויפן ניגון, און 50 פראצענט אויף די סליידס, דעריבער לדעתי - היות דו האסט נישט אינוועסטירט אין די סליידס אזויפיל קאפ און מח און שעות ווי אין די ניגון, און באמת דארף עס נאר דינען אלץ א קליינע זייטיגע זאך, איז יצא שכרו בהפסדו. לדעתי לאז עס אפ פאר נעקסטע מאל.

וואס דו קענסט יא טון איז לייגן א רוקעדיגע בעקגראונד (ווי א ריזיגע ברייטע פעלד און א הימל וואס פארט, אדער וואסער וכדו’ - אן עבסטרעקט בעקגראונד וואס טראגט אוועק דעם מענטש, אבער איז נישט ספעציפיש צו דעם ניגון), און די ווערטער זאלן ארויפקומען אויף דעם.

גיי פליז ווייטער אן, דער ניגון ענדיגט זיך צו שנעל! איך דארף נאך!!!!


יישר כח פאר די חיזוק ווערטער,
יעדען גיט ווארט, איז א שטיפ אויף צו גיין ווייטער.
ממילא קומט אויס איהר האט א חלק און די געוואלטיגע זכות, פון זיכוי הרבים.

מיר וועלן פראבירן ענטפערן על ראשון ראשון.

1) איז עס באצאהלט? האט עס א ספאנסאר?

אויף א חלק איז געווען א ספאנסער, און אויף א חלק נישט.
און אמת וואלטן זאכען זיך געריקט אסאך שנעלער, ווען עס איז דא א ספאנסער.
אבער לעת עתה איז נישט דא. מיר האפן נאך אז דאס וועט זיך טוישן, ווען די פרוייעקט וועט ווערען מער באקאנט.
און אזוי ארום, גיכער קענען מוציא זיין לאור.

2) גייט עס ארויסקומען לאור עולם אלץ אן אלבום?

מיר האפן אז יא.
אבער כאמור למעלה, איז נישט אלץ און אונזער הענט.

3) האט עס עפעס מיט די עהרליך פארמיליע?

מיר האבן זיך פארבינדען מיט די משפחה, גערעדט כמעט מיט אלע קינדער.
להבדיל בין חיים לחיים מיט ר' משה בן ר' יו"ט שמחה עהרליך ז"ל האבן מיר אויך גערעדט.
בנוגע דיני ממונות זענען מיר נישט געקומען צו קיין החלטת, און מיר ווילן זיי נישט בא'עוולן.
אבער לעת עתה האבן מיר נאך א שטיק וועג ביז מיר וועלן זיין גרייט מיט'ן אלבום.

4) וועגן די סליידס...
מיר וואונדערען זיך זייער פארוואס דער עולם טיילט נישט אפ ציווישן די "ניגון" מיט די סליידס.

מיר האבן שוין געמאלדן אז מיר גייען טוישן אפאר בילדער,
אבער פארוואס קוקט מען בכלל אויף דעם?

קען מען נישט עפענען די לינק אויף קאפי ווי מיר האבן געלייגט די MP3?
די ניגון איז דער עיקר, די סליידס דארף מען בכלל נישט קוקן...
סייווי רעדט מען פון ארויס געבען א אודיא CD.
מיר ווייסן בכלל נישט צו עס איז דא א דימענד ביים היימישע ציבור אויף די סליידס.

כאמור לעיל, מיר וועלן טוישן בילדער.
אבער לעת עתה, פליז! נאר דעם ניגון!...
לעצט פאראכטן דורך ערליך מוזיק אום פרייטאג אוגוסט 07, 2015 1:20 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

חאצאצקע רבי
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 21, 2015 9:16 pm

תגובהדורך חאצאצקע רבי » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 1:19 am

איך פערזענליך וואלט הנאה געהאט ווען סקומט ארויס די אריגענעלע ניגונים וואס אנשטאט כזאל מיך דארפן גיין פארשאפן א בוך אויף מיטצוהאלטן און פארשטיין וואס ער רעדט און יעדע מאל עס איך הער דארף איך עם אויפזוכן וואלט איך געקענט באשטיין אז סזאל ארויפקומען די ווערטער אויפן סקרין .

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 1:12 pm

הערליך איז דאס ווארט!
דער דאזיגער זינגער איז אקוראט וואס פעלט זיך אויס פאר דעם אלבום, זוכט נישט בעסערס... איך בין נתפעל וויאזוי איר האט געטראפן אזא אייגנארטיגער זינגער, וואס איז - ווייזט אויס - באשאנקן געווארן מיט א טאלאנט וואס איז ווי געגאסן דייקא פאר אט דאס.
די בילדער האבן מיר אריינגעברענגט אינעם געפיהל פון די זאך.
די מוזיק איז גאר געשמאק, איך וואלט עס געמאכט ווייניגער ריטעמיש. (אולי מיט מנדלינה און בראשעס במקום הארטע פויק.

תחזיקה ידיכם
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

איידעלער יוד
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 11:06 pm

תגובהדורך איידעלער יוד » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 11:56 pm

שטארק זיך האט געשריבן:הערליך איז דאס ווארט!
דער דאזיגער זינגער איז אקוראט וואס פעלט זיך אויס פאר דעם אלבום, זוכט נישט בעסערס... איך בין נתפעל וויאזוי איר האט געטראפן אזא אייגנארטיגער זינגער, וואס איז - ווייזט אויס - באשאנקן געווארן מיט א טאלאנט וואס איז ווי געגאסן דייקא פאר אט דאס.
די בילדער האבן מיר אריינגעברענגט אינעם געפיהל פון די זאך.
די מוזיק איז גאר געשמאק, איך וואלט עס געמאכט ווייניגער ריטעמיש. (אולי מיט מנדלינה און בראשעס במקום הארטע פויק.

תחזיקה ידיכם



איך בין א 27'ער, איך האב א שטארקע געפיל צו ארגינעלע מוזיק, און איך וויל זיך-אייך דא פארשרייבן עטליכע פונקטן וואס ליגן מיר אויפן געדאנק נאכן הערן דעם הימלישן גלות ניגון פונעם לענגדארער יום טוב עהרליך.

זעלטן וואס איך נעם זיך די פאר מינוט צו קאמענטירן אויף פראיעקטן אפילו צו די וואס זענען נאנט צו מיין הארץ. דא האט אבער עפעס אנדערש פאסירט, הערענדיג אזא תנועה וואס האט אויפגעשטורעמט מיין הארץ אויף אן אופן וואס איך האב שוין לאנג נישט געשפירט - אפילו זייענדיג פון די וואס האלטן מיט יעדע נייע אידישע טאן וואס קומט אויס אויף די מארקעט.
און אויך זייענדיג אינוואלווד אין פארשידענע פראיעקטן ווייס איך דעם טעם פון אביסילע פידבעק אם טוב ואם רעה.. דעריבער וועל איך אייך זאגן וואס איך שפיר דערוועגן.

איך פערזענליך, בין אויף יום טוב עהרליך נישט אויפגעוואקסן, נעמליך צוליב איין סיבה; דער קישוי הבנה און דער אומקלארקייט און קעגנזאץ צו די מאדערענע איידעלע בעלזע טעיפס. איך האב נישטאמאל געשפירט אז איך האב עפעס פארפאסט, ביז ווען איך בין געווען א בחור, שוין קענענדיג אלע משה גאלדמאן ניגונים און האלב קארליבאך, האב איך זיך א קעהר געטוהן צו יום טוב עהרליך. פון מיין אינגע פארשטאנד ביז צום היינטיגן טאג בין איך געקומען צו די החלטה אז דאס איז אן ערענסטער פארבארגענער טייערער אוצר. איך האב עס ווייטער נישט געקענט צו לאנג הערן צוליב די קישוי הבנה. אבער איך האב זיך צוגעהערט פון צייט צו צייט, ווי זופנדיג פון גאר א טייערער אלטער וויין וועלכער איך וויל אויפטרינקען ביז צום לעצטן טראפ, ווען נישט סזאל ווען זיין אזוי שטארק.

די ווערטער? כמעט פארשטאנען נאכן צולייגן קאפ. די ניגון? אה.. טעם גן עדן פאר א יעדע תנועה וואס איך האב זיך אויסגעלערנט. די מוזיק? עךך.. נו.. סידאך נאר א תפל, מאן יימר אז ספעלט אויס. ווי אזוי סאיז איז עס..

צן לאנג האב איך נישט געקענט אויסהערן רבי יוט. די ניגונים האב איך שוין מער ווייניגער געקענט, און עס איז למעשה דא נאך אסאך חסידישע אלבוםס - כאטש נישט אזוי ארגינעל - אבער ראוי צו הערן לייכטערהייט אהן צולייגן דעם קאפ. אבער נאכן קומען צום טעם פון ר יוט, איז שוין אלעס אנדערש ווייט פון אינטערסאנט.

איך האב פרובירט שמעלצערס עהרליך. שלעכט? בכלל נישט. אבער ווייט ווייט פון ארגינעל. אזוי אויך ירמיה דמן. עס האט נישט אנגעפאנגען צו האבן דעם פונק פון ר יוט, און איך וועל אייך מסביר זיין פארוואס.

"יום טוב עהרליך" איז א לענדמארק.
דאס איז א וויכטיגע פונקט וואס זיי האבן אלע פארזעהן. לאמער אביסל לערנען הלכות לענדמארק צו פארשטיין וואס איך מיין.
גייטס נאר ארום אין די ניו יארקער גאסן, כאפט א בליק אויף דעם פארשטויבן אלטן פארבלעטערטן שוהל ערגעץ אויף די גרענד סטריט, ארום גענומען מיט סקעפאלדס אויס מורא פון פאלענדע אביעקטן פון דעם 120 יאריגער שוהל, פארשלאסן אויפן ריגל, אין לנו רשות להשתמש בהן אלא לראותן בלבד. די געביידע פארנעמט א טייער שטיקל פראפערטי; אזויפיל מער נוצליכע זאכן וואלטן ווען געקענט צושטאנדקומען אויף דעם שטח; אבער די שטאטראט האט פארשטאנען אז אויב וויל ניו יארק בלייבן ניו יארק מיט איהר חן, זענען פארהאן געוויסע זאכן וואס איז אסור צו רירן פון פלאץ..

לענינינו. רבי יוט ערליך'ס טעיפס האבן אראפגעשטעלט א מהלך ווי אזוי דאס באלאנגט, און כל זמן דאס ווערט נאכגעפאלגט סיעף ביי סיעף הלכות לענדמארק, פארלירט עס נישט דעם חן וואס באלאנגט אין איר. לאמער טרייען צו באטיטלען עטליכע נקודות למשל:
* די שטימע מוז באשטיין פון לויטער הארץ, (אויך א שיינע שטימע איז ניט קיין פראבלעם)
* די קארלינער אקצענט איז א מאסט
* ניט טשעפענען קיין איין ווארט.. לאזן אלעס וויאזוי רבי יוט האט עס געזאגט
* נישט אזוי סאך מוזיק - כל המוסיף גורע - ווי מער אקורדיען
* טאקע קארלינער אקצענט; אבער קלאר ווי פוטער
* געזינגען מיט דעם בענקעניש ווי רבי יוט.. דאס קען מען טאקע נישט נאכמאכן אבער מען קען עס אויך באוויייזן - והא ראיה - דער גלות ליד.

ווי איך האב געהערט אין דעם ניגון, האבן זיך דא צוזאמגעגאסן אלע ארגינעלקייטן פון רבי יום טוב, אבער אויך אז דער אמעריקאנער דור זאל עס עסן מיט אפעטיט.


דעריבער איז מיין מיינונג אז ירבו כמותה בישראל; יעדעס ליד וואס עס איז דא פון רבי יוט וועט מוזן אנקומען צו אייער באהאנדלונג, ווייל איר זענט דער ריכטיגער מענטש איבערצוגעבן די הייליגע דברי חכמה ומוסר פון רבי יוט פארן היינטיקן דור, וואס לעכצט אזוי אזוי שטארק פאר עפעס "עכט". עס איז נישט עפעס וואס איר מעגט זיך ארויסדרייען. איר וועט דעס מוזן אויספירן ביזן סוף און ואז תנקה מאלתי, צו די נחת פונעם ערליכן משורר וואס וועט קוועלן פון יעדע הרהור תשובה וואס דאס וועט ברענגן און סוועט זיין שפתותיו דובבות בקבר אונז צו ברענגן די גאולה בב"א.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24081
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג אוגוסט 07, 2015 9:04 am

איי, דער רעדט ווי אן "איידעלער איד", זעהר גוט ארויסגעברענגט מיינע געפילן לגבי ר' יו"ט און זיינע ערליכע דערוועקנדע געזאנגען.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג אוגוסט 07, 2015 10:03 am

גערעכט גערעכט

ווען מען הערט למשל ווי ר' יום טוב זינגט איך האב געווארט קען מען אויסגיין פאר בענקשאפט צו השי"ת

אפשר שאפט מען א פאנדרעיזינג צו פאנדן די עבודת הקודש?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

איידעלער יוד
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 11:06 pm

תגובהדורך איידעלער יוד » פרייטאג אוגוסט 07, 2015 1:54 pm

שאינו יודע האט געשריבן:גערעכט גערעכט

ווען מען הערט למשל ווי ר' יום טוב זינגט איך האב געווארט קען מען אויסגיין פאר בענקשאפט צו השי"ת

אפשר שאפט מען א פאנדרעיזינג צו פאנדן די עבודת הקודש?


ערשט קלאסיג איידיע!!

אפשר וואלט מען געקענט עפענען א GoFundme אקאונט...
און די וואס לייגן אריין "מעות קדימה" זאלן באקומען די CD אזויווי עס קומט ארויס...

איידיע?

ערליך מוזיק
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2015 1:23 am

תגובהדורך ערליך מוזיק » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 1:17 pm

איידעלער יוד האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:הערליך איז דאס ווארט!
דער דאזיגער זינגער איז אקוראט וואס פעלט זיך אויס פאר דעם אלבום, זוכט נישט בעסערס... איך בין נתפעל וויאזוי איר האט געטראפן אזא אייגנארטיגער זינגער, וואס איז - ווייזט אויס - באשאנקן געווארן מיט א טאלאנט וואס איז ווי געגאסן דייקא פאר אט דאס.
די בילדער האבן מיר אריינגעברענגט אינעם געפיהל פון די זאך.
די מוזיק איז גאר געשמאק, איך וואלט עס געמאכט ווייניגער ריטעמיש. (אולי מיט מנדלינה און בראשעס במקום הארטע פויק.

תחזיקה ידיכם



איך בין א 27'ער, איך האב א שטארקע געפיל צו ארגינעלע מוזיק, און איך וויל זיך-אייך דא פארשרייבן עטליכע פונקטן וואס ליגן מיר אויפן געדאנק נאכן הערן דעם הימלישן גלות ניגון פונעם לענגדארער יום טוב עהרליך.

זעלטן וואס איך נעם זיך די פאר מינוט צו קאמענטירן אויף פראיעקטן אפילו צו די וואס זענען נאנט צו מיין הארץ. דא האט אבער עפעס אנדערש פאסירט, הערענדיג אזא תנועה וואס האט אויפגעשטורעמט מיין הארץ אויף אן אופן וואס איך האב שוין לאנג נישט געשפירט - אפילו זייענדיג פון די וואס האלטן מיט יעדע נייע אידישע טאן וואס קומט אויס אויף די מארקעט.
און אויך זייענדיג אינוואלווד אין פארשידענע פראיעקטן ווייס איך דעם טעם פון אביסילע פידבעק אם טוב ואם רעה.. דעריבער וועל איך אייך זאגן וואס איך שפיר דערוועגן.

איך האב פרובירט שמעלצערס עהרליך. שלעכט? בכלל נישט. אבער ווייט ווייט פון ארגינעל. אזוי אויך ירמיה דמן. עס האט נישט אנגעפאנגען צו האבן דעם פונק פון ר יוט, און איך וועל אייך מסביר זיין פארוואס.

לענינינו. רבי יוט ערליך'ס טעיפס האבן אראפגעשטעלט א מהלך ווי אזוי דאס באלאנגט, און כל זמן דאס ווערט נאכגעפאלגט סיעף ביי סיעף הלכות לענדמארק, פארלירט עס נישט דעם חן וואס באלאנגט אין איר. לאמער טרייען צו באטיטלען עטליכע נקודות למשל:
* די שטימע מוז באשטיין פון לויטער הארץ, (אויך א שיינע שטימע איז ניט קיין פראבלעם)
* די קארלינער אקצענט איז א מאסט
* ניט טשעפענען קיין איין ווארט.. לאזן אלעס וויאזוי רבי יוט האט עס געזאגט
* נישט אזוי סאך מוזיק - כל המוסיף גורע - ווי מער אקורדיען
* טאקע קארלינער אקצענט; אבער קלאר ווי פוטער
* געזינגען מיט דעם בענקעניש ווי רבי יוט.. דאס קען מען טאקע נישט נאכמאכן אבער מען קען עס אויך באוויייזן - והא ראיה - דער גלות ליד.

ווי איך האב געהערט אין דעם ניגון, האבן זיך דא צוזאמגעגאסן אלע ארגינעלקייטן פון רבי יום טוב, אבער אויך אז דער אמעריקאנער דור זאל עס עסן מיט אפעטיט.


דעריבער איז מיין מיינונג אז ירבו כמותה בישראל; יעדעס ליד וואס עס איז דא פון רבי יוט וועט מוזן אנקומען צו אייער באהאנדלונג, ווייל איר זענט דער ריכטיגער מענטש איבערצוגעבן די הייליגע דברי חכמה ומוסר פון רבי יוט פארן היינטיקן דור, וואס לעכצט אזוי אזוי שטארק פאר עפעס "עכט". עס איז נישט עפעס וואס איר מעגט זיך ארויסדרייען. איר וועט דעס מוזן אויספירן ביזן סוף און ואז תנקה מאלתי, צו די נחת פונעם ערליכן משורר וואס וועט קוועלן פון יעדע הרהור תשובה וואס דאס וועט ברענגן און סוועט זיין שפתותיו דובבות בקבר אונז צו ברענגן די גאולה בב"א.


אויף אזא שטארקע שטורעמישע תגובה, האבן מיר זיך בכלל נישט גערעכנט...

עס טיהט אונז אריינגיסען חיזוק אויף צו גיין ווייטער אהן אויפהער.

עס איז א גרויסע אויפגאבע ואס איהר שטעלט אוועק אויף אונז, און מיר האפן בעזר ד' דאס צו קענען ערפילן.

און כאמור למעלה באשכול, האפן מיר צו האבן די "resources" דאס צו קענען ערפילן ווי אומשנעלסטענס.

יישר כח!
ערליך מוזיק

אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 02, 2013 9:08 pm

תגובהדורך פשוט'ער אידל » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 12:02 am

איך קלער נאר אז אפשר איז א שאד אריינצולייגן אזויפיל אנערגיע אין סליידס (כאטש איך האב זייער הנאה דערפון!) ווען אין די צייט קענט איר ארבעטן אויף נאך אפאר ניגונים אויף אודיא.

סליידס זעהן דאך נאר 'די ערליכע בעלי בתים' ווי די רבי ז"ל פלעגט זאגן. משא"כ א סידי מיט צעהן ניגונים וועלן זיך נשים וקטנים אויך זיך קענען דערקוויקן די לעכצנדע נשמה.


אגב, ווען קומט ארויס די ערשטע סידי אין די סעריע..?
written using the Meshimer web filter

ערליך מוזיק
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2015 1:23 am

תגובהדורך ערליך מוזיק » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 12:56 am

פשוט'ער אידל האט געשריבן:איך קלער נאר אז אפשר איז א שאד אריינצולייגן אזויפיל אנערגיע אין סליידס (כאטש איך האב זייער הנאה דערפון!) ווען אין די צייט קענט איר ארבעטן אויף נאך אפאר ניגונים אויף אודיא.
סליידס זעהן דאך נאר 'די ערליכע בעלי בתים' ווי די רבי ז"ל פלעגט זאגן. משא"כ א סידי מיט צעהן ניגונים וועלן זיך נשים וקטנים אויך זיך קענען דערקוויקן די לעכצנדע נשמה.

אגב, ווען קומט ארויס די ערשטע סידי אין די סעריע..?


הא בהא תליא:

איידעלער יוד האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:גערעכט גערעכט

ווען מען הערט למשל ווי ר' יום טוב זינגט איך האב געווארט קען מען אויסגיין פאר בענקשאפט צו השי"ת

אפשר שאפט מען א פאנדרעיזינג צו פאנדן די עבודת הקודש?


ערשט קלאסיג איידיע!!

אפשר וואלט מען געקענט עפענען א GoFundme אקאונט...
און די וואס לייגן אריין "מעות קדימה" זאלן באקומען די CD אזויווי עס קומט ארויס...

איידיע?


וואס האלט דער עולם, א "GoFundme אקאונט" קען ארבייטן?
עס איז אן אונטערעסאנטער אידייע...

אויב וואלט דאס געהאלפן ארויס געבען די אוצרות שנעלער, וואלט געווען געוואלדיג!

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 9:16 am

עס קאסט געלט צו פראבירן?

עס קען אבער נישט זיין אנאנים, כדי מענטשן זאלן טראסטן מיט געלט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

ערליך מוזיק
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2015 1:23 am

תגובהדורך ערליך מוזיק » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 10:18 am

שאינו יודע האט געשריבן:עס קאסט געלט צו פראבירן?

עס קען אבער נישט זיין אנאנים, כדי מענטשן זאלן טראסטן מיט געלט


נישט קיין פראבלעם צו פראבירין.

וואס מיינט איהר מיט "עס קען אבער נישט זיין אנאנים"?

דער עולם וועט סיי ווי נישט קענען די מענטשן וואס זענען עוסקים בענין.

זיי זענען נישט קיין באקאנטער און די עולם המוזיק.
מיינט איהר באמת אז נעמען וועלן אויסמאכן?
(אדער זענט איהר פשוט נייגעריג, אולי קענט איהר זיי :wink:)

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 10:20 am

נעמען וועט זיכער אויסמאכן, א נאמען מיט א פאון נומער וועט עס מאכן אסאך מער לעגעטים.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 10:20 am

ווען עס שטייט א נאמען מיט א טעלעפאן נאמבער שפירט מען נישט אז מען איז מניח ממון על קרן הצבי
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » זונטאג אוגוסט 16, 2015 1:05 pm

אבער וואס טוט מען מיט די מיליון דאלאר'דיגע גילוי פראבלעם???

ערליך מוזיק
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2015 1:23 am

תגובהדורך ערליך מוזיק » זונטאג אוגוסט 30, 2015 8:03 pm

מיר האבן געמאכט א צווייטע ווערסיע פון די קליפ,
פאר די וואס עס איז זיי נישט געפאלן דער ערשטע.

זעהט דא:
https://copy.com/rF8hYTxFziErFBoT

אויב איז נאך אלץ נישט ווי עס ברויכט צו זיין, לאסט אונז וויסן.

יישר כח!
ערליך

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג אוגוסט 30, 2015 8:33 pm

קוקט אויס זייער פיין.

(א קליינע הערה, ביי 20: קומט "פולע" און נישט "פול".)
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דינסטאג ינואר 23, 2018 1:05 pm

פאר ווער עס זוכט עס, דער לינק viewtopic.php?p=1089300#p1089300 ארבעט נאך.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » דינסטאג ינואר 23, 2018 1:41 pm

איך האב נישט דורכגעקוקט אויב מען האט שוין געפרעגט
ביי מיר אין שטוב איז נישט דא קיין וועג אויפצושפילן די בילדער, גיי איך אין מיינע קינדער אויך קענען הנאה האבן פון דעם פאריעקט, גיייען די אלע נגונים זיין אויף א MP3 אדער CD אדער די היינטיגע USB פלעיערס, פליז מען קען נישט איגנערירן די אלט-טיימערס.

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דינסטאג אפריל 02, 2019 6:14 pm

איך וואלט זייער געוואלט האבן די ליריקס פון דעם ניגון
איינער האט?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט