דודי קאליש מיט ידידים #2

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער בדחן »

מאיר אדלער מיט די בעלזער קווייער זינגען די ניגון המלך היושב וואס גייט ליגען אויפן סידי

https://www.dropbox.com/s/w3wrwvfizrkuo ... 1.mp3?dl=0
בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין »

ענדע צדיק! האט געשריבן:שמחה ליינר דאכט זיך.

--
האט עס ׳דארט׳ געמאכט?


נישט געמאכט ביי דארט.
כאטש וואס די קאלירן דערמאנט פון די דעקל פון שימי ענגעל וואס דארט האט געמאכט.
לעצט פארראכטן דורך בנימין אום פרייטאג יאנואר 22, 2016 12:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.
manyh
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2012 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך manyh »

אוועטאר
Intern Tish
שר האלפיים
תגובות: 2343
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Intern Tish »

איך זיץ אונטערן טיש, אמאל אמאל קום איך ארויס אויפן טיש
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

נייס!!
ווארטען מיר אויפען אלבום.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

הער איך איין ניגון וואס איז געווען אויף די ׳צוהר׳ סידי.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
חלפתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2011 9:36 am
לאקאציע: אין גמרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלפתא »

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

איך גיי ניסלעך פאר דוד'ס הארמאניס, אגב פונעם פריוויא סאונדט ווי נאר דודי האט סאולא, נישט ווי ביים ערשטען אלבום ווען אנדערע ידידים מעמבערס האבען אויך געהאט.
אוועטאר
Intern Tish
שר האלפיים
תגובות: 2343
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Intern Tish »

ס'איז שוין דא אין די געשעפטן
אטעטשמענטס
photo_2016-01-21_14-13-13.jpg
איך זיץ אונטערן טיש, אמאל אמאל קום איך ארויס אויפן טיש
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

4 טאג פרי?!
פריער איז עס דאך נישט געווען אוועילעבל אפי' צו דאונלאודן
אוועטאר
Intern Tish
שר האלפיים
תגובות: 2343
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Intern Tish »

מ''קען עס שוין דאונלאודן פון:

Nigun Music
איך זיץ אונטערן טיש, אמאל אמאל קום איך ארויס אויפן טיש
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

טריביון
אטעטשמענטס
CZQyDR4WkAAdWBB.jpg
manyh
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2012 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך manyh »

אין איין ווארט: מעסטערפיס

באט אמר ר עקיבא האט נישט אויסגעפעלט...
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:איך גיי ניסלעך פאר דוד'ס הארמאניס, אגב פונעם פריוויא סאונדט ווי נאר דודי האט סאולא, נישט ווי ביים ערשטען אלבום ווען אנדערע ידידים מעמבערס האבען אויך געהאט.
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
אוועטאר
חלפתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2011 9:36 am
לאקאציע: אין גמרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלפתא »

אור האט געשריבן:טריביון

קען איינער ארויפלייגן די אינטערוויו ?
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

חלפתא האט געשריבן:
אור האט געשריבן:טריביון

קען איינער ארויפלייגן די אינטערוויו ?

נישט קיין אינטערוויא, קוים א שאלה צוויי
אן ארטיקל ארויסצוברענגען ווי געלונגען און מייסטערהאפטיג דודי איז
געמאלן וואסער איט איז....
הנותן לשכוי בינה...
manyh
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2012 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך manyh »

שפיץ
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:55 am
לאקאציע: אויבען אפען שפיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיץ »

חלה פיש אין קיגעל
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה פיש אין קיגעל »

איז עס שוין דא אויף iTunes?
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

איך זיץ מיר דא אויפן סאפע אינדערהיים נאך א לאנגע טאג ארומקלעטערנדיג אין די שנייען און אין פראסט, קען מען זיך אביסעלע דערווארעמען מיטן הערליכן ידידים אלבוים מיט דודי קאליש, וואס יעך האב מיר איינגעהאנדעלט דעם פרייטאג אויפן אלטמאדישן וועג דורך גיין אין געשעפט און קויפן אזא פיר עקיגן שאכטל וואס פארמאגט אין דעם אזא רינדיגן רעדל מיט א לאך אינדערמיט און פון דעם קומט ארויס אזוינע קולות און מוזיק?? עס קאסט נישט מער ווי 16 טאלער! עפעס פלאי פלאים א נייע וועלט....

שוין גענוג מיט די לצנות ריטער! געט טו די פוינט! אז די ווילסט זאגן זאג !!!
אקעי אקעי פיין פיין איך וועל זאגן! לייג נאר אראפ דעם בייטש....

איז אזוי מיינע טייערע ליבע פריינט דא אין היכל הנגינה, אן קיין הקדמות לאמיר צוטרעטן צום פונקט און איבער געבן א באריכט פון מיין קוק ווינקל וואס איך זעה אין דעם ידידים אלבוים און אלעס ארום, איין זאך וויל יא איך בעטן ביטע נישט שיקן קיין קשיות און אנאליזן אין אישית, אז די ווילסט זאגן עפעס אפילו קריטיק שיק דא אויסער אז עס איז ממש בייסיג פון דעם ציטער איך שוין.. מעגסט דיך מחלק זיין מיט מיר, און אז איך זאג אז ס'איז גוט אדער שלעכט מיינט נישט אז די טארסט עס נישט פארזוכן שטארק מעגליך אז פאר דיר איז עס גאר פארקערט.

לאמיר אנהייבן מיט די ניגונים.

1. הטוב

א הערליכע חסידישער דיסקא ניגון וואס וועט זיכער איבערנעמען די ספאטלייט די נעקסטע שטיק צייט ביי חתונות, די ווערטער קען נישט זיין בעסער, "טאטע זיסע יא מיר טוען דאנקען! אויף אלע דיינע הערליכע געשאנ-קען" די קוועטש! אנריעל! און די מעלאדי איז הערליך איבערהויפט די הויעכע פאל עס איז אזא הארציגע געבעט און אויך לעבעדיג, א יופי פון א ניגון און אין זעלבע צייט היבש טיפיקל וואס דאס איז וואס די עולם זוכט היינט ווען מען רעדט פון טאנץ ניגונים צו זיין רעאליסטיש.

2. המלך

א שיינע מוזי'קאלישע' צאמשטעל אין עברית רופט מען עס א יצירה, אגב איינער ווייסט וויאזוי צו דיסקרייבן אזא סטייל ניגון וואס איז א געשטעל פון חזנות, 4 ביט, און א מארש? איך רעד אין די מוזיק שפראך. די קווייער דא איז זייער שיין, דער יונגל אויך זייער שיין,
יעצט די עצם ניגון...הממממ.. וויאזוי זאג איך עס, איך וואלט זייער געקענט באשטיין אז מיין ראול מאדעל דודי זאל ווען מחדש זיין די גאנצע זאך, אבער היות יוסי גרין האט געמאכט א שטיקל באדערט מיך עס נישט, וואס מיר מיר באדערט יא איז אז עס ליגט דא אויף דעם ניגון.... וואס מיין איך מיט דעם? איך האלט אז עס איז שוין די העכסטע צייט אז אלע קאמפאזערס זאלן איינזעהן אז מענטשן זענען נישט קיין נערנים און צאלן נישט טייער געלט צו הערן גניבות, איך רעד נישט פון נישט חידושים איך רעד פון פלעינע געגאנבעטע שטיקלעך די מיטעלסטע פאל 'רננו צדיקים בה' איז א קאמפליעט שטיקל פון עוד ישבו ביי די ווערטער ורחובות העיר ימלאו הער עס גוט צו לישרים נאוה.. לישרים נאוה משחקים.. בפי ישרים תתרומם אוי ברחובתה! און דאס איז א ניגון איי מין קאם אן! וויפיל איז די שיעור? גאנץ מעגליך אז איך בין פון נאטור אויס מער מוזיקאליש ווי אנדערע דא און מער סענסעטיוו צו די סארט זאכן, אבער יעדע זאך האט א גבול! אנטשולדיגט פאר ענק אלע אבער ערגעץ האט עס אויסגעקלאפט איי קענט ענימאר! פליז אונז דארף מיר "נישט" חידושים אבער קיין גניבות אויך נישט. אדער דען דעט איז עס א ביוטיפול פרעזענטעישאן געאייגענט פאר דינערס וכדומה.

3. יה רבון

יה רבון איז א עכטע רבישע הקפה ניגון און איך זעה נישט פארוואס די ניגון זאל נישט מאכן דעם וועג צום אויבענאן ביי אלע רבישע הויפן, און איינמאל עס איז שוין דארט וועט ער שוין אריינקומען צו די ערשטע טאנץ ווען דער רבי וועט טאנצן מיטן מחותן אדער דער מחותן מיטן חתן (איך טראכט אפילו אז דאס וועט ווערן די נייע ריליילילייליי וואס מ'זינגט אינמיטן הארא ווען אלע בחורים טאנצן? ווייס וועלכע כ'מיין..) אין א נאטשעל א לעבעדיגע פרייליך חסידיש און טיפיקעל.

4. הדור נאה

א שטיק רגש וואס נאר דודי קען באווייזן מ'טרעפט נישט נאך אסאך אזעלכע ניגונים, איידל, הארציג, מער פאר קומזיץ באט פונקט אזוי גוט פאר די סעודה מיט א קליינע שינו און די ריטעם פון די ארענדזשמענט און ס' פארט, אגב לאמיך נאר אריינווארפן וואס איך האב פריער דערמאנט; דאס ווארט הדור דערמאנט מיך פון שוועקי'ס אילן אילן אויף עד בלי די דאסקאל זינגט עס נאך אויף הארציג 2 אנדערע וועלן זאגן אקעי איך הער, דאס הארגעט נישט קיין ניגון, און איך עגרי מיט זיי אבער ווייס וואס איך מיין.

5. לא ימושו

וואט עי סאנג! די ניגון, די קווייער, די מוזיק, די קאמבינאציע איז געוואלדיג זייער סאליד פול מיט חידושים גראדע נישט מיין פעוואריט אבער עס האט עפעס א מוראדיגע פרישקייט, איך קוק עס אן ווי א רוהיגע הארא צו רילעקסן, איך העיט צו קאמפעירן אבער פאר איינער וואס האט נאכנישט געהערט דעם סידי עס איז אזא סארט ניגון ווי דרכיה דרכי נועם, נאר סאך שענער אין מיין אפיניען און איך האף אז די זינגערס וועלן עס נישט אזוי אויסדראשן און איבערקייען יעדע נאכט נאכאמאל און נאכאמאל, אונגאר זינגט נאך יעצט עץ חיים! עס קוקט אויס אמאל ווי ער האט זיך עפעס פארקלאצט אויף אפאר שעה און איז געבליבן ביי יענע תקופה ווי מ'זינגט עס נאך... איים קידינג, אזא ניגון איז גוט צו זינגען אנס עי ווייל אן קיין לאנגע מעשיות שארט ענד סוויט ווי מ'זאגט.

6. ברכת כהנים

א געשמאקע 6/8 ווייטער מוראדיג טיפיקעל, אבער וואס א טאג עס גייט פארביי זעה איך ווי מער און מער עס פעלט זיך אויס לאמיר זיך נישט פאפן, פאקטיש אז מ'קוקט צוריק אויף די גאר אויפגעכאפט היטס פון די לעצטע פינף צען יאר וועט מען באמערקן אז 85% אדער מער איז זייער זייער סימפל אן קיין הו הא פלעין ארויף אראפ און דאס איז וואס די עולם אפרישיעט דאס מערסטע, און געווענליך די סארט ווערן היטס, דאנט געט מי ראנג כלל ישראל האט ב"ה גענוג שיינע קלעסיקס און קאמפליצירטע זאכן מיט וואס אונז קען מיר שטאלצירן שיינע מעידזשער ניגונים פון יוסי גרין צו פון אנדערע, און דער וואס האט ליב פאלקס לידעלעך איז דא פאר אים אויך אונז האמיר פון אלעם געלויבט צו גאט, אבער דאס וואס מענטשן קאנעקטען און קענען נאכזינגען שבת ביי די סעודה איז וויכטיגער פון אלעס, איך גלייב אז יעדער דא פארשטייט אז דער זעכציג יעריגער יוד וואס ליגט נישט אין מוזיק און ער איז נישט ספועלט ווי אונז, און מוז הערן דוקא א מעידזשער און נישט דער סעקספאן זאל פייפן יעצט נאר דא וואלט מען געדארפט הערן העווי גיטארס..! און די קווייער האט סתם אפגעהארגעט די ניגון... וכו וכו זיי ווילן האבן א פלעינע רוהיגע ניגון אן קיין זעצן און דראמס, העסטו מיר ענטפערן אז די יעניגע מוזן נישט קויפן ידידים זיי קענען הערן ר'יו"ט ערליך! גערעכט ביסטו! און עס האט נישט דוקא מיט א געוויסע עידזש איך כאפ נאר אן א משל מיין פוינט איז, אז אמאל געוויסע געבן זיך א רעג אויף האאא!! 'סע טיפקעל' איך ווייס עס שטערט מיך אויך צומאל, איך האב אויך ליב צו הערן א מאדערן סאנג, א מעידזשער מיט אלע צוגעהערן און די שענסטע אינסטרעמענטס, באט אמאל דארף מען הערן אזא ברכת כהנים און מיטקלאפן מיטן גאפל אזוי ווי ביי ברוך קל עליון לכל זמן ועת.

הערה.
בעפאר איך פארגעס א קליינע קאנסטראקטיוו קריטיק וואס איז פשט פון די קורצע ניגונים? הערנדיג דעם סידי דערמאנט מיך עס פון די טעיפס ווי מען האט געדארפט זיין מער מצומצום פשוט ווייל אמאל האט מען נישט געקענט מאכן א טעיפ לענגער ווי 60 מינוט ווער דא געדענקט די 60 אויף די ווייסע טעיפס פון אויבן? שפעטער איז שוין געווארן 92 מינוט אבער נאר אויף די תורה טעיפס, א מוזיק טעיפ מיין איך האט נאר געווען זעכציג היינט גראדע מאכט מען סידיס נאר ביז 80 מינוט (MP3 סידיס קענען גיין פאר שעות איך ווייס אליינס נישט ביז וואו אבער פאר א ריסן איז מען נאכנישט אריבער צו MP3 די קוואליטי איז נישט די זעלבע און אויף אסאך סטוריאס קען מען עס נישט מישען בכלל) און ניטאמאל נוצט מען עס אויס, רובא דרובא אלבוימס היינט איז ניטאמאל א שעה לאנג, פארוואס? תיקו. איך וויל פארשטיין וואס דא איז געשען אויף דעם אלבוים, לעצטנס האט מען אנגעהויבן צו מאכן לענגערע זאכן אויף יעדע צווייטע סידי, אזוי ווי אברמעלע פון מיכאל שניצלער א ניגון פון צען מינוט לאנג; אדער הר המוריה מאטי אילאוויטש; אהבה רבה צאלי גאלד; דאס איז אן די טאפ אף מיי העד פון די לעצטע תקופה, אויף יעדע איינציגע אלבוים איז דא ווי מען געט ערגעצוואו אינעם אלבוים איינס צו צוויי מאל א לאנגע זאך זיך אביסל אויסצולופטערן און נישט אריינקראכן אין נאך א ווילדע ניגון נאך דריי אהאלב מינוט, היה עם פיפיות פון אייזיק האניג למשל שיינע לאנגע שטיקלעך אקעי ער איז געבויט אויף דעם, אלעס ממש נאר לאנגע זאכן און דא איז נישט דא קיין ניגון מער ווי פינף מינוט אויפן האר! די נעקסטע אלבוים זאל דאס פאראכטן ווערן.

7. יאם באם

אזא ניגון האב איך שוין זייער לאנג נישט געהערט!!! א פיעס אף ארט און קאסטעם מעיד פאר א קווייער און ווער עס וויל הערן וואס דודי קאליש'ס ארענדזשען קווייער איז אל אבאוט זאל הערן דעם ניגון! אראפגיין פון זינען קען מען פון זיינע ליינס אויף דעם ניגון...! סקעילס אהין צוריק און ביי די וועי עס איז געווען א קליפ ווי מען רעקארדט א שטיקל פון דעם ניגון, הערנדיג דעם ניגון זיך איך אוודאי דעם שטיקל און נישט מער און נישט ווייניגער עפעס א פארשטופטע בעקראונד וואקעל הערטס עס אויס מ'הערטס אזוי מאחורי הוואקעלס אההה אה אהההה פאראראבאראם....! דודי!! ביסט דאך א דזישניעס! איך האלט אז די סאנג איז פאר די ביכער מ'קען עס איבערהערן און איבערהערן איך האב עס שוין מן הסתם געהערט אזא 20/30 מאל גג על גג לאמיר נישט פארגעסן אז די ניגון איז קאמפאזט געווארן ביי דודיס עלטסטע ברידער הרב שלמה וואס א ביי אים איז נישט דא אזא זאך א ניגון זאל פארפאלן גיין און נישט אויפפיקן די קאליש משפחה אין דזשענערעל אבער ער האט עפעס א כשרון איינס אין די וועלט.

8. לעולם יהא אדם

א ניגון וואס רייסט מיך ארויס דער דם התמצית עס האט פון אלעם נאכאמאל א שטיק רגש וואס מ'קען נישט נאכמאכן פון דודי דער האט דאך אזעלכע געפילן אין זיין שטימע וואס מאכט מיר אזוי ארויס גיין פון די גלייזן עפעס נישט נארמאל, 'איי איי איי כי על רחמיך, רחמיך הרבים... מה אנו מה חיינו... מה מה מה... אנבעליוועבל איך הער קארליבאך סטייל אין דעם ניגון.

9. לכה דודי

לכה דודי וועט עטס מיר דארפן געבן אביסעלע מער צייט ווייל טו בי האנעסט האב איך עס נאכנישט אינגאנצן אזויפיל יא עס פארמאגט דעם רייכע טעם פון פופציג יאר צוריק עפעס א זאך וואס איז זייער וויכטיג אז מ' ברענגט אמאל ארויף אז די קינדער זאלן הערן עפעס פארצייטיש אויפן נייעסטן סידי.

10. אמר רבי עקיבא

יעדער שטיל איך וויל נישט הערן קיין ווארט! !This is my favorite song ever!
ווי הייב איך אן אלעמאל געוויסט אז דודי האט טעלענט אלעמאל געוויסט ער קען ארענדזשען אלעמאל ער קען קאמפאזען אבער דאס! אזאנס דארף מען זיין א מעסטערמיינד דזשיניעס דיס איז קרעזי ענד אוט אף די באקס "דיפרענט" פאר אלל אף יו הא אר סיקינג פאר דעם
ד י פ ר ע נ ט ... טרעק 10 איט איז
פארדעם אליינס האט זיך אלעס אויסגעצאלט
אין איין ווארט: WOW
איך ווייס אז מאנכע וועלן זאגן: אך.. ערט נישט געקענט טרעפן בעסערע ווערטער.. וכו צוויי זאכן קודם כל די ווערטער איז פון די באקאנסטע ווערטער וואס איז דא, יעדער חדר יונגל קען רילעטן צו דעם, נישט יעדער וועט עס כאפן אפילו אדאלטס ווייל עס איז נישט קאמערשעל און ס'איז נישט געמאכט פאר יעדעם, הע! סע איז דיפרענט!!! ניין נישט דאס איז די פוינט, פוינט איז אז עס איז אסאך גרינגער פאר א קאמפאזער צו לייגן ווערטער וואס יעדער קען און יעדער קאנעקט דערצו ווי ענדערש דער עולם זאל איבערלאזן אפאר ציין אויף די סידי קאווער זיך אויסקראצנדיג אויף א שטיקל פלא יועץ, און צווייטענס טראכט איך אז דודי האט געוואלט דא עפעס מער, עס איז קיין סוד פאר קיינעם אז די קאליש פאמיליע האט זוכה געווען צו משמח זיין כלל ישראל מיט דעם מעגא היט אמר ר' עקיבא וואס האט געבאמבערט און געקנאקט א יעדע נאכט ביי שמחות ווי קיינמאל בעפאר, און איך קען נישט געדענקען ווען עס איז די לעצטע מאל געווען א ניגון וואס זאל אזוי איבערנעמען די חתונה מארקעט, און מ'זאל עס איבערזינגען יעדע נאכט מיטן גרעסטן מאס פרישקייט, פאראפאראפאראפארא..!! איך דארף דא קיינעם דערמאנען וואס די ניגון האט געטוהן, יעצט מיט אזא ניגון וואס האט איבערגענומען די וועלט, און עס איז נישט פארהאן קיין מענטש אין די וועלט וואס קען נישט דעם ניגון, באטראכט דעם ניגון ווי א חלק ב' נישט א פאלוי אפ מער ווי א צווייטע פלעיוואר אויף סימילער אינגרידיענטס... דאס איז די גאנצע ..לפני מי אתם מטהרין.. איי לאו יו דודי גיוו מי מאר!

10. השיבנו

נאט מיי טעיסט אבער איך בין זיכער אז עס איז דא גענוג וואס גייען פאר די סטייל די מעלאדי וואלט בעסער געזיצן אויף אנדערע ווערטער וועלכע? איך ווייס נישט איך פיל אבער אז ס'שטימט עפעס נישט אדער איז עס נאך רוי א טראפ אווער אל ווען דודי מאכט עס ווען נישט וואלט מען עס אנגעקוקט ווי א ברעסלבע ניגון טאטע טאטע.. יא יא! ריין ברסלב שוין נאכאמזל פארדעם.

11. עולם הנגינה
א סיק איידיע דערמאנט מיך פון עטליכע ליפא זאכן סיי די טאן און קאנצעפט, קיין חסרון דשאסט סעינג. (לטובה ניגון: די חתונה נאכט ווי ער גייט דורך אלע אינסטרועמענטס, מעלאדי: א סענס פון אין אלע מיינע וועגן וכו)
דאס איז ווארשיינליך א המשכה פון דעם שיעור אין הלכות ארענדזשמענטס וואס די מאנטריאלע יודן האבן געהערט (און געזעהן) ביים ילדי דינער,
ווער איז דער נייער שטערן אין עולם הבדחנות שמואל גרינפעלד? זייער שיינע ליינס צום פוינט און בעסער ווי עקספעקטעד קינדער קווייער, אדאלט קווייער, מוזיק, אלעס איז דא! נו דעמאלטס אויף וואס ווארט מען לאמיר שוין ענדיגן דעם סידי ארלעדיגט? Well done!

דאס איז מיין באריכט אויפן ידידים סידי דודי גרעיט דזשאב אנס עגעין לאקינג פאווערד און איים ריעלי סארי אויב איך בין געווען אביסל שארף אדער קאנטערווערסיאל איי טריי נאט טו אז איך וועל האבן וואס צוצלייגן וועל איך אי"ה ווידער ארויפקומען הצלחה און האטס הנאה!

נ.ב. יאנקי ארלאנסקי זאגט אז די סידי וועט זיין אויף ITunes אין די קומענדיגע פאר טעג.
לעצט פארראכטן דורך ריטער טויערדאנק אום מיטוואך יאנואר 27, 2016 2:28 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
שאן הענרי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאן הענרי »

אזא באריכט איך האב ממש געהערט די סידי בשעתן ליינען אפי' איך האב עס נאך נישט געקויפט
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

אקארשט זיך באגעגנט מיטן וועלטל. גאנץ באטעמ'ט צו האבן א מקום זיך אויסצוליפטערן נאך א שווערן טאג/נאכט ארבעט.
אולי עמער בקרוב ארוילייגן ערגעץ וואו עטליכע יצירות פון גראמען וכו' פון אונזערע אלטע ארכיוון. דארף נאר וויסן אוואו עס געהער. מ'קען דאך דא בלינד ווערן פונעם ריבוי אור.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

שלום עליכם, מאכטס אייך באקוועם מיר האפען איר וועט הנאה האבען דא, ווי אויך מהנה זיין, לאוקינג פארווארד צו אייערע ארכיווען.
אוועטאר
Intern Tish
שר האלפיים
תגובות: 2343
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Intern Tish »

איך זיץ אונטערן טיש, אמאל אמאל קום איך ארויס אויפן טיש
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

ריטער, ייש"כ פאר דיין ריוויא
איך מיין אז דיין קריטיק ביי המלך איז היפש איבערגעטריבן, יא אז דו זאגסט אז ס'האט אן ענליכע תנועה צו עוד ישבו, טאקע אן אינטרעסאנטע באמערקונג, אבער צו שרייבן דערויף "מענטשן זענען נישט קיין נערנים און צאלן נישט טייער געלט צו הערן גניבות, איך רעד נישט פון נישט חידושים איך רעד פון פלעינע געגאנבעטע שטיקלעך..." במחילת כבודך ס'איז בכלל נישט אין פלאץ דא.
הנותן לשכוי בינה...
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”