ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
בס"ד
יישר כוח פאר'ן דערמאנען. יום טוב שמחה בן?

ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
-
- שר האלף
- תגובות: 1215
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

קען מען דאך היינט נישט הערן קיין מוזיק, האב מיר פונקט [קיין פערצופאל איז פארהאן] געהערט היינט ר' יוסף חיים זז"ג איבערזאגן א שטיקל ר' יו"ט במתק לשונו.
https://drive.google.com/file/d/1_wPUzc ... sp=sharing

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
כפי מה ששמעתי בשם הר"ר ישראל דוד הארפענעס שליט"א, (לענין ימי הספירה),
כל זמן שאינם נהנים מהמוזיק רק מהמילים (כגון כששומעים לחרוזים ממצווה טאנץ וכדו') אע"פ שיש ג"כ בעקגראונד מוזיק אינו אסור לשומעו,
וכ"ש ברוב הטעיפס של ר' יו"ט זצ"ל שהמוזיק גריצלט אין די אויערן און רוב מאל וואלט מען מער הנאה געהאט ווען נישט די גריצלדיגע מוזיק וואס שטערט פון פארשטיין די אינהאלט,
איז זיכער נישט קיין פראבלעם,
און אוודאי די חבלי משיח טעיפס וואס מאכט איבערהויפט נישט פריילעך נאר ברענגט ארויס די צרות און פיין פון דעם לאנגען ביטערן גלות, איז מסתבר אז מ'מעג,
כך שמעתי בשמו,
בבקשה לא ליקח היתר מדברי רק לשאול מדיין שכבר שמע הטעיפס,
וכ"ז רק להעארה בעלמא,
אני כשלעצמי ווער זייער איבעגענימען פון די טעיפס,
הגם סמאכט נישט טרויעריג, נאר אין א געוויסן זין מאכט דאס שפירן דערהויבן אלס א חלק פון דעם געפלאגטן פאלק וועמען אלע פעלקער האבן פיינט נאר פון קנאה, און וויפול מ'פאניגט און מ'יאגט קען מען זיי נישט בייקומען,
אבער וויפול מאל כ'הער דאס איבער קאסט מיר דאס טרערן, און אפילו נאכט קאשמארן,
אזש צימאל מיז איך אויסלעשן דעם טעיפ (?) און אנצידן "אמעריטשקא" אדער "לאקסאס" פאר אפאר מינוט!
ר' יו"ט האט נאך קיינער נישט קאמפיט!

די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
א ניגון וואס האט מיר שטארק געכאפט (די לעצטע ניגון אויף "שמע בני")
אביסל איז עס מעניני דיומי, ווען געוויסע עלעמענטן פראבירן צו איינטוישן אינזער געבויטער חינוך מיט כאזערייען פון אפאר פארגרעבטע שטודירטע קלעץ קעפ..
מיר יודישע קינדער דורכאויס,
פון יודישע הייזער ארויס,
מיר גייען און רייען,
ווי גרויסע ארמייען,
צום ליכטיגען מארגען פאראויס,
מיר קומען פון תורה געצעלט,
מיר לאכן זיך אויס פון דער וועלט,
א שטיקל גמרא,
א תירוץ א סברה,
איז מער ווערד פון סחורה און געלט,
מיר גייען און ריכטוגען וועג,
מיר האבן פאר קיינעם קיין שרעק,
מיט אונז גייט דער בורה,
מיט אונז גייט די תורה,
און פירט אונז צו גליקליכע טעג!
אן תורה א קינד עס ווערט גרויס,
א שרעק וואס פון איהם וואקסט ארויס,
עס ווערן אלס העכער,
די צאל פון פארברעכער,
מען קאן שוין אין גאס נישט ארויס,
די וועלט האט שוין היינט איינגעזעהן,
א טעות ביי איר איז געווען,
און גוט איז נאר איינער,
די חינוך דער שיינער,
פון תורה מיט יראת השם,
מיר גייען און ריכטוגען וועג,
מיר האבן פאר קיינעם קיין שרעק,
מיט אונז גייט דער בורה,
מיט אונז גייט די תורה,
און פירט אונז צו גליקליכע טעג!
מיר גייען ארויס מיליטער,
מיט יארמולקעס פאות נישט מער,
די עהרליכע קליידער,
באשיצן כסדר,
די סידור איז אונזער געווער,
אפילו חלילה א קריג,
אטאמען מיט לעצטע טעכניק,
מיר האבן נישט מורא,
מיר בעטן דעם בורא,
ציקוועטשט ער זיי באלד ווי א פליג,
גענוג אונז געטון האט מען וויי,
עס קומט שוין די רייע פאר זיי,
און מיר זענען זיכער,
וואס שנעלער און גיכער,
צו זיין אין משיח'ס ארמיי!

יין ישן, מ'קען עס באקומען אין יעדע ספרים סטאר (לכאורה).
וועגן הערן "חבלי משיח" אין בין המצרים, די מוזיק איז נישט אזוי גריצלדיג, ספעציעל די מעלאדיעס זעלבסט.
יין ישן, מ'קען עס באקומען אין יעדע ספרים סטאר (לכאורה).
וועגן הערן "חבלי משיח" אין בין המצרים, די מוזיק איז נישט אזוי גריצלדיג, ספעציעל די מעלאדיעס זעלבסט.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
מ'קען רעדן און קלערן פון ר' יו"ט אסאך, היבש אים ארויסהאבן פון זיינע ווערק, און זיך אפלערנען.
ער איז א טיפיקעל דוגמא פון דאס אמאליגע וועזן פון א רעכט חסיד'ישער איד, אנגעזאפט בתורה ויראת שמים ואמונה פשוטה, אן ענוותן ושפל ברך, אבלו בלבו וצהלתו בפניו.
קלאגט על חורבן ציון וירושלים מיט אן אמת, בעט, ווארט, און בענקט אויף די רעכטע ישיעה בעגלא ובזמן קריב.
הלואי מ'זאל זיין כאטש אביסל ווי אים.
ער איז א טיפיקעל דוגמא פון דאס אמאליגע וועזן פון א רעכט חסיד'ישער איד, אנגעזאפט בתורה ויראת שמים ואמונה פשוטה, אן ענוותן ושפל ברך, אבלו בלבו וצהלתו בפניו.
קלאגט על חורבן ציון וירושלים מיט אן אמת, בעט, ווארט, און בענקט אויף די רעכטע ישיעה בעגלא ובזמן קריב.
הלואי מ'זאל זיין כאטש אביסל ווי אים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
וועלוועל קליינער האט געשריבן:גראדע, געהערט זונגען די וואך אויף 'ממקומך' ביום שב"ק דעם ניגון פון ר' יו"ט ערליך אויף יאקאב.
עס האט זייער גוט גקלאפט מיט די ווערטער...
[נאר די ווערטער (און אפשר אויך די צוזאמשטעל פון די שטייטע און שנעלע חלקים) זענען פון ר' יום טוב, ווי רוב פון זיינע ניגונים]
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
- זעקס און ניינציגער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 346
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 4:22 pm
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
אישי האט געשריבן:קעפל: ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"לכאניש וואס צו טון האט געשריבן:כפי מה ששמעתי בשם הר"ר ישראל דוד הארפענעס שליט"א, (לענין ימי הספירה),
כל זמן שאינם נהנים מהמוזיק רק מהמילים (כגון כששומעים לחרוזים ממצווה טאנץ וכדו') אע"פ שיש ג"כ בעקגראונד מוזיק אינו אסור לשומעו,
וכ"ש ברוב הטעיפס של ר' יו"ט זצ"ל שהמוזיק גריצלט אין די אויערן און רוב מאל וואלט מען מער הנאה געהאט ווען נישט די גריצלדיגע מוזיק וואס שטערט פון פארשטיין די אינהאלט,
איז זיכער נישט קיין פראבלעם,
און אוודאי די חבלי משיח טעיפס וואס מאכט איבערהויפט נישט פריילעך נאר ברענגט ארויס די צרות און פיין פון דעם לאנגען ביטערן גלות, איז מסתבר אז מ'מעג,
כך שמעתי בשמו,
בבקשה לא ליקח היתר מדברי רק לשאול מדיין שכבר שמע הטעיפס,
וכ"ז רק להעארה בעלמא,
אני כשלעצמי ווער זייער איבעגענימען פון די טעיפס,
הגם סמאכט נישט טרויעריג, נאר אין א געוויסן זין מאכט דאס שפירן דערהויבן אלס א חלק פון דעם געפלאגטן פאלק וועמען אלע פעלקער האבן פיינט נאר פון קנאה, און וויפול מ'פאניגט און מ'יאגט קען מען זיי נישט בייקומען,
אבער וויפול מאל כ'הער דאס איבער קאסט מיר דאס טרערן, און אפילו נאכט קאשמארן,
אזש צימאל מיז איך אויסלעשן דעם טעיפ (?) און אנצידן "אמעריטשקא" אדער "לאקסאס" פאר אפאר מינוט!
ר' יו"ט האט נאך קיינער נישט קאמפיט!
ר' ישראל דוד פסק'נט אין ישראל והזמנים מיט א פשטות אז זיינע ניגונים זענען דברי מוסר און מ'מעג עס הערן
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
מענטשאלע האט געשריבן:אינער פרעגט מיר וואו איז דער מקור אויף די מעשה וואס ר' יו"ט דערציילט אין מידות (אויב איך גדענק גוט) וועגן די צווי ברידער וואס אין זייער חלק האט מען געבויט דעם ביהמ"ק.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 6#p1286226
- אומאפיציעל
- שר חמש מאות
- תגובות: 546
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm
ביי דעם לינק וואס גלות איד צייכנט צו שרייבט דארט איינער אז עס האט נישט קיין מקור. אזא זאך איז נישט מעגליך. דאס אז די גוגעלניקעס האבן עס נישט געטראפן איז נישט קיין ראי'. ר' יו"ט עהרליך האט נישט דערציילט מעשיות פון בית המקדש אן קיין מקור. עס איז זיכער א מדרש ערגעצוואו. אפשר האט ער צוגעלייגט אביסל זאלץ און פעפער כדרכו, אבער דער יסוד פון די מעשה איז זיכער פארהאן אדער אין חז"ל אדער אין א ספר פון א קדמון.
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
יאפ! די ניגון איז גאר שטארק א געפילישע ניגון, עס רירט צו צו מיינע טיעפסטע סטרינעס.
הקדמה צום ניגון:
ביז איינמאל האט דער איינזאמער פריינד מיינער א בריוו באקומען,
אליינס פון פאסט טרעגער צוגענומען,
דער בריוו איז געווען געשריבן פון איינע פון זיינע שכנים וואס איז אין שטעטל געבליבן ער האט זיין שריפט דערקענט,
עס איז איהם געלונגען צו אנטלויפן ווען ארום האט שוין אלעס געברענט,
דער יונגערמאן האט עס אונז דערציילט מיט אויגן פול מיט טרערן,
און אונזער הארץ וועט עס אייך איבערגיבן און איר זאלט דאס דערהערן.
ניגון:
דער בריוו טרעגער האט באגעגענט מיר, און שמייכלען גענומען,
איך האב א בריוועלע פאר דיר, פון פוילען אנגעקומען,
ער גיבט מיר אפ דעם בריוו געשווינד, איך קלער מיר מסתמא,
אדער פון מיין ווייב און קינד, אדער פון מיין טאטע און מאמע,
די ערשטע שירה ליגט פאר מיר, די אותיות ציקראכן,
ליבער פריינד עס שרייבט צו דיר, יצחק קליין דיין שכן,
דו ביסט אווען נאך אין יענעם טאג, איז דער דייטש אריינגעקומען,
אלע יודן ארויסגעיאגט, און אין שול אריינגענומען,
צוגעמאכט האט מען וואו א טיר, און דערנאך פון אונטן,
האבן זיי פון אלע זייטן פיר, א פייער אנגעצונדן,
אלע יודן האבן גלייך, גענומען די טליתים,
און ארומגעוויקלט זיך, ווי לעבעדיגע מתים,
דיין טאטע מאמע זיינען שוין נישט געווען, זיי זענען באהאלטן זיך געגאנגען,
האבן די דייטשן זיי דערזעהן, און ביידען אויפגעהאנגען,
דער רב דער ארון הקודש האט אויפגעמאכט, גענומען א ספר תורה,
דער גאנצער עולם האט געווארט, מיט פחד און מיט מורא,
מיר גייען פון דער וועלט אוועק, האט ער גענומען ריידן,
אפן שטייט פאר אונז דער וועג, גלייך צו דעם גן עדן,
לאמיר תשובה טון אויף די זינד, האט ער קרעכצן גענומען,
לאמיר אהיים גיין אהין אצינד, ריין ווי מען איז געקומען,
אוועק גיין דארף מען ווי א העלד, קיין טרער נישט פארגיסן,
נעריש איז געוועק די וועלט, עס דארפ אונז נישט פארדריסן,
דער רב גענומען האט דאן הויך, דאס לעצטע קדיש זאגן,
דער גאנצער עולם שווארץ ווי (רויך?), האט הויך גענומען קלאגן,
שמע ישראל ה' אחד, האט דער רב רוהיג געצויגן,
נאכגעזאגט דער עולם האט, מיט צוגעמאכטע אויגן,
רוהיג איז געווען דער עולם אויך, געקוקט מיט קאלטע בליקן,
ביז געקומען איז דער רויך, און האט גענומען שטיקן,
דיין פרוי געשטאנען איז אין א זייט, דיין קליין קינד געהאלטן,
און געשוויגן די גאנצע צייט, די טרערן איינגעהאלטן,
געפיעלט האט זי אז זי ווערט דערשטיקט, עס גייט ארויס איר נשמה,
דאס קינד צים הארצן האט זי צוגעדריקט, און דערמאנט דיין נאמען,
איך לייען פאר די אויגן די זון איז שווארץ, די גוף ציטערט ווי אין פיבער,
איך פיעל אז עס שטעלט זיך מיר אפ מיין הארץ, איך לעב עס נישט אריבער,
די בריוו טרעגער האט מיר אנגעקוקט, די קאפ אראפגעבויגן,
און זיך שטיל פון מיר אפגערוקט, מיט טרערן אין די אויגן,
יעדן טאג קומען אן גאנצע פעק, בריוו פאר יעדן איינען,
דער בריוו טרעגער גיבט עס גיך אוועק, און רעדט שוין נישט מיט קיינעם.

- תגובות: 335
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm
כהאב פשוט נישט קיין ווערטער איבער ר' יו"ט עהרליך, ווער בין איך בכלל דען צו רעדן, דער אויבערשטער האט איבערגעלאזט פאר אינזער דור א יוד וואס איז מסביר פנימיות און תמימות מיט אזא ווארימע קלארקייט ברחל בתך הקטנה, אזוי אז א איד וואס האט דאס נאך קיינמאל נישט געזען און געשפירט זאל עס פארשטיין און גליסטן צו דעם, איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געטראפן אזא פירוש אויף'ן חובבות הלבבות און אויף חסידות אזויווי א ניגון פון ר' יו"ט עהרליך, בכלל ווער ס'נאר א שטיקל מבין זעט די פאעזיע אין זיינע ווערטער, איין שורה מיט צוויי משמעות'ער, די הרגשים'דיגע ארטיסטישקייט, אויב איינער וויל אז עפעס זאל ווערן פון זיך, זאל ער לייגן זיין יש אין א זייט אביסל און אריינהארעווען אין זיינע ניגונים, די השקפה, די פנימיות, די הרגשים,די פארצייטישע שטעטעלישע יודישקייט, דאס איז עפעס וואס מען קען נישט קריגן היינט פאר די וועלטס געלט אזאנס מאכט מען נישט דאס דארף מען געבוירן ווערן, זכותו יגן עלינו
לעצט פארראכטן דורך ארגינעלע יוד אום מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 1:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
- אליקים געציל
- שר חמש מאות
- תגובות: 798
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:42 am
- לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל