בלאט 4 פון 4

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2015 8:07 am
דורך שטיפ מיר
אליקים געציל האט געשריבן:
אליקים געציל האט געשריבן:
יעקעלע פוקס האט געשריבן:
ערליך מוזיק האט געשריבן:מרדכי ווערדיגער ... איז איין שטיק געפיל...

זיין קאסעטע "איך האב געווארט" איז א מייסטער ווערק, און אויב איך האב קיין טעות האט עס ר' יאנטעל אליין אויך געגליכען. (און פארשטייט זיך אים געגעבען רשות פאר דעם)

עס איז נאך צו באקומען היינט ערגעצוואו?

אז נישט קען עס עימיצער דא ארויפלאדענען ביטע?

שוין געטראפן:
דא.
און דא.

אידישע קינדערלעך, פ"וו האט מען דא געמאכט אן ערבוביא? אויב וויל מען מחזיר זיין עטרת ר' יו"ט ז"ל ליושנה ווי קומט אריין מרדכי?
האטס נישט קיין טעות איך בין דבוק בדביקות גמור אין די שירים פון מרדכי, און די "איך האב געווארט" סידי קען איך בעל פה מיט אלע קנייטשן, אבער דאס איז מרדכי'ס א פראדאקציע פאר זיך, ס'איז אין א בחינה אז אנשטאט מרדכי זאל נעמען ריבניצע רביצין זאל אים קאמפאזן ליריקס, האט ער גענומען ר' יו"ט זאל עס טון, כ'רעדט שוין נישט פון דעם אז ביי רוב ניגונים דארט שניידט מרדכי און טוישט ארום די ווערטער פונעם ארגינעלן ניגון, ווי אויך קען ער טוישן די ביט און רידעם פונעם ניגון (ווי למשל די ניגון פון ויכולו השמים), נאר בכלל ס'איז געזינגען אויף זיין אייגנארטיגע "קינג אף דזשואיש מיוזיק" גאנג,
פאר די וואס ווילן ר' יום טוב'ן איז מרדכי בכלל נישט קיין אפציע. (דאס אז ר יום טוב אליין האט אים געגליכן, ווער גלייכט דען נישט מרדכי?)

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2015 12:48 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד

אחרי שובי נחמתי, דער זינגער איז בעסער ווי כ'האב ערשט געמיינט. נאכ'ן הערן אפאר מאל קומט בעסער ארויס זיין חן, די אונטערגעשאצטע-געדיכטע און פליסיגע שטימע, אביסל מער געפיל ווי כ'האב געהערט אנהויב.

נאר וואס, פשט איז, ער איז א נייער "דערהער," און מען דארף זיך צוגעוואוינען. ר' יום טוב שמחה ערליך איז אין גן עדן העליון. "נאכמאכן" לשם "נאכמאכן" האט קיינמאל נישט געארבייט, און וועט נישט ארבייטן, חוץ אין אן אפיציעלע "נאכמאכן" פראיעקט לכבוד חודש אדר (יענץ האט אויך זיין ראלע, אביסל פאן, וכו', אבער דאס איז א וועלט אנדערש).

לאמיר זאגן, אביסל א ווייטער משל, אבער צו פארשטיין געבן, אויב ר' יצחק פוקס וועט זינגען יו"ט ערליך ניגונים. זיין "הארץ" אין נגינה איז דאך א יחיד במינו. עס גיסט זיך נשמה ווי א וואסער פאל. אפילו עס וועט זיין פערפעקט, וועט עס נאך אלץ נישט זיין יו"ט ערליך זעלבסט. עס וועט זיין איבערגעארבייט די ניגונים מיט א נייע שטימע, און א נייע שטימע איז דאך א נייע וועלט מיט אלע פיטשעווקעס. סאו אפילו אין בעסטן פאל, וועט מען זיך דארפן צוגעוואוינען אז "יצחק פוקס" זינגט "יום טוב ערליך."

אדרבה, מאנכע זאגן אז ווען זיי הערן ר' יו"ט אליינס, כאפט עס ס'הארץ אין די ערשטע רגע. אבער א מינוט, עס האט געדויערט אפאר חדשים אדער יארן ביז דו ביסט אנגעקומען אז ער כאפט דיך אין די רגע, אמת? עס דויערט צייט די "דערהער" זאל זיך "זעצן" אין מענטש, נאכדעם גייט מען דערפאר ממש מ'קען שפרינגען. אקוראט דאס אויך דא מיט'ן נייעם זינגער. ער איז א נייע דערהער. מען איז נישט געוואוינט צו הערן די סארט שטימע אלס א "זינגער" אין די "זינגערס וועלט." אבער ער דעליווערט פיין אויף זיין אייגנארטיגע וועג, נאר מ'דארף עס הערן א לענגערע תקופה עס זאל זיך סעטלען, און דעמאלט הייבט מען עס אן צו גלייכן שטארק.

כאמור לעיל, קען מען נאך נוצן מער "חיות," עס זאל זיין "לייוו" און מונטער כאילו עומד לפניו, כאילו מען איז דא ביי די "סצענע," מיט'ן זעלנער וואס ווארפט אראפ די מעדאלן, מיט יאקאב אין טיי-הויז, מיט צופציק אין ירושלים, מיט'ן "ווארטן" אויפ'ן פעלד, ביי די חתונה אין סאמארקאנד, אויפ'ן גאלף קארעלע אין קרית יואל סעקשאן 4, וכו' וכו'. [אה, די סטרונעס האבן זיך ערוועקט...]

בס"ד זאל דער פראיעקט מצליח זיין און אריינברענגען די אזוי געלעכצטע רייכקייט אין ערליכע נגינה, און באשיינען כלל ישראל מיט די גאלדענע אוצרות וואס ר' יו"ט ערליך דעליווערט אין יעדן ליניע פון זיינע מעלאדיס - די ווערטער און די נאטן צוגלייך.

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2015 1:46 pm
דורך למעלה משבעים
דאס איז געוואלדיג! גייט ביטע ווייטער דערמיט. דער זינגער איז גוט.

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2015 2:54 pm
דורך ערליך מוזיק
יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד

ווי אזוי COMPARED די ניגון מיט די אנדערע, וואס לויט וואס עס זעהט אויס דא איז דער עולם על הרוב דיסאפוינטעד...
זעה דא viewtopic.php?f=18&t=11317&start=25

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2015 5:31 pm
דורך פיני גאלד- פנה אלי
יא געוואלדיג, דער ניגון איז נישט קיין גרינגע ניגון אין איז גוט געזינגן, מייסטערהאפטיגע ארעינדזשמענטס, הערליכע מוזיק ועל כולם די געשמאקע קווייער,שפתיים יושק,חזקו ואמצו אין הצלחה אויף ווייטער!!

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2015 11:07 pm
דורך שטארק זיך
יומטובערליך דער ניק ברענגט ארויס דאס וואס איך האב געשריבן אין מיין פריערדיגע תגובה, די פוינט אז דער זינגער איז פשוט פרעמד פארן ציבור מחמת זיין סטיל, און ווי מערער מען וועט עס הערן וועט מען זיך צוגעוואוינען

געשריבן: מיטוואך מארטש 25, 2015 12:44 pm
דורך יעקעלע פוקס
שטיפ מיר האט געשריבן:אידישע קינדערלעך, פ"וו האט מען דא געמאכט אן ערבוביא? אויב וויל מען מחזיר זיין עטרת ר' יו"ט ז"ל ליושנה ווי קומט אריין מרדכי?
האטס נישט קיין טעות איך בין דבוק בדביקות גמור אין די שירים פון מרדכי, און די "איך האב געווארט" סידי קען איך בעל פה מיט אלע קנייטשן, אבער דאס איז מרדכי'ס א פראדאקציע פאר זיך, ס'איז אין א בחינה אז אנשטאט מרדכי זאל נעמען ריבניצע רביצין זאל אים קאמפאזן ליריקס, האט ער גענומען ר' יו"ט זאל עס טון, כ'רעדט שוין נישט פון דעם אז ביי רוב ניגונים דארט שניידט מרדכי און טוישט ארום די ווערטער פונעם ארגינעלן ניגון, ווי אויך קען ער טוישן די ביט און רידעם פונעם ניגון (ווי למשל די ניגון פון ויכולו השמים), נאר בכלל ס'איז געזינגען אויף זיין אייגנארטיגע "קינג אף דזשואיש מיוזיק" גאנג,
פאר די וואס ווילן ר' יום טוב'ן איז מרדכי בכלל נישט קיין אפציע. (דאס אז ר יום טוב אליין האט אים געגליכן, ווער גלייכט דען נישט מרדכי?)

על כגון דא אומרת 'מיינונג'ס פארשידעהייטן'

אייער מיינונג איז רעספעקטירט אבער מיינט נישט אנדערן'ס איז אן ערביביא!

איעדערער וואלט ווען געוואלט אז:
1) ר' יו"ט זאל נאך זיין מיט אונז און פיטערען פון זיין אוצר גדול
2) כאטש די נייע זינגער זאלען זיין האר גענוי ווי אים
3) אונזערע קינדער זאלען עס נאך הערען כהיום פונקט ווי אונז אמאל

אבער אין פאקט איז נישטא קיין איינס פון די דריי...
מיר האבען געקויפט באלד נאך די חתונה די גאנצע סעט קאסעטעס (מיין סאמע ערשטע עקספענס נאך די חתונה) שפעטער די סידי MP3 אין אפילו א IPOD אנגעלאדענט מיט 'אידיש נחת' אלעס כדי די קליינע קינדער זאלען נישט איינשלאפען, און זיך ווארעמען און האדעווען מיט אט דעם אוצר חביב!

אבער תש"15 ארבייט עס נישט! אין כדי אריינצילייגען די זעלטענע יראת שמים מעלאדי'ס און אונזערע דורות דארף מען דאס אריינשטאפען אפילו מיט א 'פלאנדשזער'
וזה דעתי ברורה בזה - און איך האלט עס וועט ארבייטן ריזיג - אבער איך זאג נישט קבלו אותו!

געשריבן: מיטוואך מארטש 25, 2015 6:59 pm
דורך בעאבאכטער
אהה... ווי גוט... ווי ווארעם און שיין אהער געשטעלט!

דייקא דער הארץ-צאפלדיג ניגון פון ר' יו"ט'ן ז"ל, דעם ניגון וואס באהערשט מיר אין די טעג זעהנדיג און מיטהאלטנדיג די הכנות לכבוד דער גרויסן טאג, ווער רעדט נאך ביי די חבורה מצות וואס די געפילן פליסן איבער די ברעגן און פארפלייצן דאס גאנצן ארום, דעם ניגון וואס טרייסלט אויף אינעלריכע פארשלאפענע צעהלן און וועקן זיי אויף... ס'ווילט זיך ארויס, ארויף...

"א איד האט א הויכע נשמה
א הארץ פול מיט גייסט און געפיהל
א הארץ וואס טוט ציען
א הארץ וואס טוט גליהען
א ביסעלע ליכטיגקייט וויל"...

דאס ליד, דער מעלאדיע, דער בעל מנגן אלעס אינאיינעם... די ווירקונג אויפן צוהערער איז אומפארמיידליך...

אן הערליך און גוט דזשאב!

זינגער איז גוט ווארעם און פיין, מלא טעם און געפיל, קענטיג א וואויל און איידל איד. (אביסל מער פראקטיצירן דאס הברה וועט זיין נאך א מעלה אינעם שיינעם בנין)

מוזיק גוט פאסיג און פראפעשאנאל, הארמעניעס זענען מיט טעם נישט ווילד און נישט אוועק פון איידל געפיל (דלא כ... ודלא כ... ואפי' ובעיקר דלא כ...)

די מאדאלעישן ביי לעצטן טייל איז אן איידיע, און דראמאטיזירט פיין. (ר' יו"ט האט טאקע נישט געברויכט דאס טוהען, דען יעדעס ווארט און אטעם זיינער איז מיט א מין חיות ווי א לעבעדיג מימרא)

יישר כחכם! האלט אן און גייט ווייטער, און טאקע מיט די אומבאקאנטע פילע אוצרות. (און די באקאנטע אויך ארויס שטויסן וואס ... און... און אפי'... האבן קאליע געמאכט)

דאס ניגון זינגט שוין בביתנו פאר דאס גאנצע געזינדל און האבן גרויס הנאה.

געשריבן: פרייטאג מארטש 27, 2015 2:27 pm
דורך ערליך מוזיק
יעקעלע פוקס האט געשריבן:
שטיפ מיר האט געשריבן:אידישע קינדערלעך, פ"וו האט מען דא געמאכט אן ערבוביא? אויב וויל מען מחזיר זיין עטרת ר' יו"ט ז"ל ליושנה ווי קומט אריין מרדכי?
האטס נישט קיין טעות איך בין דבוק בדביקות גמור אין די שירים פון מרדכי, און די "איך האב געווארט" סידי קען איך בעל פה מיט אלע קנייטשן, אבער דאס איז מרדכי'ס א פראדאקציע פאר זיך, ס'איז אין א בחינה אז אנשטאט מרדכי זאל נעמען ריבניצע רביצין זאל אים קאמפאזן ליריקס, האט ער גענומען ר' יו"ט זאל עס טון, כ'רעדט שוין נישט פון דעם אז ביי רוב ניגונים דארט שניידט מרדכי און טוישט ארום די ווערטער פונעם ארגינעלן ניגון, ווי אויך קען ער טוישן די ביט און רידעם פונעם ניגון (ווי למשל די ניגון פון ויכולו השמים), נאר בכלל ס'איז געזינגען אויף זיין אייגנארטיגע "קינג אף דזשואיש מיוזיק" גאנג,
פאר די וואס ווילן ר' יום טוב'ן איז מרדכי בכלל נישט קיין אפציע. (דאס אז ר יום טוב אליין האט אים געגליכן, ווער גלייכט דען נישט מרדכי?)

על כגון דא אומרת 'מיינונג'ס פארשידעהייטן'

אייער מיינונג איז רעספעקטירט אבער מיינט נישט אנדערן'ס איז אן ערביביא!

איעדערער וואלט ווען געוואלט אז:
1) ר' יו"ט זאל נאך זיין מיט אונז און פיטערען פון זיין אוצר גדול
2) כאטש די נייע זינגער זאלען זיין האר גענוי ווי אים
3) אונזערע קינדער זאלען עס נאך הערען כהיום פונקט ווי אונז אמאל

אבער אין פאקט איז נישטא קיין איינס פון די דריי...
מיר האבען געקויפט באלד נאך די חתונה די גאנצע סעט קאסעטעס (מיין סאמע ערשטע עקספענס נאך די חתונה) שפעטער די סידי MP3 אין אפילו א IPOD אנגעלאדענט מיט 'אידיש נחת' אלעס כדי די קליינע קינדער זאלען נישט איינשלאפען, און זיך ווארעמען און האדעווען מיט אט דעם אוצר חביב!

אבער תש"15 ארבייט עס נישט! אין כדי אריינצילייגען די זעלטענע יראת שמים מעלאדי'ס און אונזערע דורות דארף מען דאס אריינשטאפען אפילו מיט א 'פלאנדשזער'
וזה דעתי ברורה בזה - און איך האלט עס וועט ארבייטן ריזיג - אבער איך זאג נישט קבלו אותו!

אויב איינער וואלט אונז געקענט מסביר זיין על מה נתווכחו כאן....
מיר פארשטייען נישט וואס זיי ווילן ארויס ברענגן, צו זיי קריגן זיך אויף אן נקודה צו נישט...

נא להסביר....

געשריבן: זונטאג מארטש 29, 2015 2:16 am
דורך יעקעלע פוקס
אויב ר' מרדכי ווערדיגער הי"ו המכונה MBD וואלט געוועהן דער פאסיגער קאנדידאט צי זינגען אויף פרישע איבערגעמאכטע קאסעטעס פון ר' יו"ט עהרליך ז"ל

געשריבן: זונטאג מארטש 29, 2015 3:36 pm
דורך ערליך מוזיק
אליקים געציל האט געשריבן:צוויי ערטער ווי איך מיין איהר יא געטוישט א משהו:

1) מיר שטייען און ווארטן
אינדרויסן עס וואכן
סאלדאטן געוויס אויסגעשטעלט

איהר האט געמאכט ביי ביידע שורות ווארטן.

2) ער שטעלט זיך אינמיטן
(און) שמייכלט צופרידן
און שטארק איז פארוואונדערט זיין בליק

איהר האט צוגעשטעלט דעם און וואס פעלט נישט אויס דארט.

אבער נאכאמאל איהר האט געמאכט א וואונדערבארע ארבייט!
גייט ווייטער אן - אן קיין אפשטעל.

מיר האבן דאס יעצט איבער געהערט, מיר מיינען אז איהר האט א טעות געהאט.
ער זינגט
1) מיר שטייען און טראכטן
אינדרויסן עס ווארטן

אזוי ווי עס שטייט און ספר וואס די משפחה האט ארויס געגעבן.
עס קען זיין איר זענט גערעכט אז ר' יו"ט אליין זינגט "וואכן" עס איז אבער שווער צי הערן אויף זיכער צי ער זאגט, "ווארטן" אדער "וואכן"

2) ער שטעלט זיך אינמיטן
(און) שמייכלט צופרידן
און שטארק איז פארוואונדערט זיין בליק

דא זענט איר לכאורה יא גערעכט אז ר' יו"ט זינגט אזוי, אבער כאמור, אז און די ספר שטייט עס יא.

מיר מוזן זיך פארלאזן אויפן ספר, היות אסאך ווערטער זענען זייער שווער צו הערען אויפן טייפ.

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2015 3:42 am
דורך אליקים געציל
ערליך מוזיק האט געשריבן:ער זינגט
1) מיר שטייען און טראכטן
אינדרויסן עס ווארטן

גערעכט.

איצט איבערגעהערט ר' יאנטעל זינגט אויך אזוי.

און ס'שטימט זייער גוט מיט זיין אקצענט פון גראמען וואס מ'קען טרעפן זייער אפט אז ער גראמט א ר מיט א כ.

חזקו ואמצו!

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 6:17 pm
דורך שואלכענין
בנוגע די הברות ארומטוישן, איז כדאי צו געדענקען אז רבי יו"ט אליין האט ארומגעטוישט זיין הברה לויט ווי דער גראם האט געפאדערט.
למשל, צי ער האט געזאגט א חול"ם אזוי ווי מיר זאגן, צי ווי די רוסישע-ליובאוויטשע זאגן (דהיינו כדוגמת סגו"ל).
איין אזא ביישפיל איז: ביי "מתן תורה" זינגט ער אויפן גראם: אינטערפירער זענען געווען צווייען (צוועיען), משה רבינו און אהרן הכהן (הכעהען).
און ביי "יציאת מצרים" זינגט ער: משה וועט בויען (מיט א חול"ם), מיט אהרן הכהן (אויך מיט אונזער חול"ם).
וכהנה הרבה.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 6:27 pm
דורך שואלכענין
לגבי דעם קליפ:
עס איז זייער שיין, און פראפעסיאנאל.
א קליינע הערה: איך וואלט נישט געלייגט בילדער פון צינדן "מנורות" בשעת ער רעדט פון צינדן די אייגענע מנורה פלאם אין זיך אליין, עס פארדרייט אביסל די משמעות, אויב נישט ביי ערוואקסענע, כאטש ביי קינדער.

געשריבן: פרייטאג יולי 31, 2015 1:31 am
דורך ערליך מוזיק
לויט די תוצאות פון די אנקעטע, האבן מיר געזעהן אז דער עולם וויל שטארק מיר זאלן אנגיין מיט די עבודת הקודש.

האבן מיר טאקע געהאט סייעתא דשמיא, און מיר האבן זוכה געווען ארויסצוגעבען נאך איינס פון די אוצרות פון ר' יו"ט ז"ל.
וואס איז ספיציעל פאסיג אויף די טעג וואס מיר שטייען יעצט.

זעהט די אשכול...

viewtopic.php?f=18&t=27506

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 06, 2016 10:22 pm
דורך שאינו יודע
איינער קען ארויפלייגן נאכאמאל די סאמארקאנד ניגון? יישר כח

לכבוד פסח

געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2017 11:19 pm
דורך ערליך מוזיק
ארויפגעברענגט פאר די וואס האבן נאכנישט געהערט

MP4
https://www.dropbox.com/s/bpin0gcu3rrhc ... b.mp4?dl=0

MP3

https://www.dropbox.com/s/200w9a9t5zf4g ... d.mp3?dl=0

געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2017 11:33 pm
דורך יוראפ
נו מ'האט דאך טאקע געבעטן ממשיך צו זיין

געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2017 11:36 pm
דורך ערליך מוזיק
יוראפ האט געשריבן:נו מ'האט דאך טאקע געבעטן ממשיך צו זיין

מיר זענען ממשיך,
מיר האבן שוין נאך גרייטע ניגונים, אבער מיר ווארטן אויף א פולע אלבום.

געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:05 am
דורך יוראפ
כ'האף אזוי

געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:26 am
דורך נחום וואהלינער
ייש"כ ר' ערליך
מאוד מרגש

געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2018 2:07 pm
דורך הרבטייטעלבוים
איז דא עפעס נייעס דאס יאהר?

געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2018 10:53 pm
דורך ערליך מוזיק
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:איז דא עפעס נייעס דאס יאהר?

זיכער!

"דער סלונימער חסיד" האט איהר נישט געזעהן?
מיר האבן עס אהער געשטעלט דא מיט א צוויי חודשים צוריק

געט א קוק דא:

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=36023

דא אוז די גלות ניגון אויך...
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=27506

געשריבן: דינסטאג מארטש 20, 2018 1:20 pm
דורך נאר מיט שמחה
ערליך מוזיק האט געשריבן:ארויפגעברענגט פאר די וואס האבן נאכנישט געהערט

MP4
https://www.dropbox.com/s/bpin0gcu3rrhc ... b.mp4?dl=0

MP3

https://www.dropbox.com/s/200w9a9t5zf4g ... d.mp3?dl=0

אפשר ביסטו אונז מהנה און דו לייגסט עס אויף ג'מבוי-מייל?!, א גרויסן ישערכויעח פון פאראויס, און אסאך הצלחה אויף ווייטער!

געשריבן: דינסטאג מארטש 20, 2018 2:03 pm
דורך ערליך מוזיק
נאר מיט שמחה האט געשריבן:
ערליך מוזיק האט געשריבן:ארויפגעברענגט פאר די וואס האבן נאכנישט געהערט

MP4
https://www.dropbox.com/s/bpin0gcu3rrhc ... b.mp4?dl=0

MP3

https://www.dropbox.com/s/200w9a9t5zf4g ... d.mp3?dl=0

אפשר ביסטו אונז מהנה און דו לייגסט עס אויף ג'מבוי-מייל?!, א גרויסן ישערכויעח פון פאראויס, און אסאך הצלחה אויף ווייטער!

נאט אייך:

https://jumbomail.me/j/AoO8ArfCEESCvFV