בר יוחאי

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
פיניע חזן
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

בר יוחאי

תגובהדורך פיניע חזן » מאנטאג מאי 12, 2014 8:12 pm

איך האב שטארק הנאה געהאט פון דעם געדאנק וואס ידידינו אליקים געציל האט געטוהן פאר פסח פון מאכן א אשכול פון אלע ניגונים פון בצאת ישראל, איז מיר איינגעפאלן צו טוהן דאס זעלבע אויף ניגונים פון בר יוחאי
ווי ווייט איך ווייס איז דא אין דעם חסידישן אוצר חאטש 6 ניגונים אויף די ווערטער. אין דעם ווערט אריינגערעכנט דעם באוואוסטן ניגון אויף בר יוחאי וואס איז ווארשיינליך א ספרד'ישע ניגון
והנה איתא קריינא דאגרתא איהו להוי ליה פרוונקא וועל איך אנהויבן מיט ר' פיניע'ס ניגון

ניגון 1

https://copy.com/CMRBP0oGh9CY

דא קענט איהר דאס אויך הערן http://www.piyut.org.il/tradition/3539. ... mance=4790

אוועטאר
פיניע חזן
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

ניגון ויזניץ

תגובהדורך פיניע חזן » מאנטאג מאי 12, 2014 8:13 pm

און דא קענט איהר הערן דעם וויזניצער - ר' בעריש ווישאווער'ס ניגון
http://www.piyut.org.il/tradition/3540. ... mance=4791

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

תגובהדורך אליקים געציל » דינסטאג מאי 13, 2014 4:09 am

יישר כח!

עלעך האבן צייט עלעך אי"ה פרובירן מוסיף צו זיין עטוואס.

אויפדערוויילע: דשיקוב'ער בר יוחאי
ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג מאי 13, 2014 4:15 am

עס איז אויך דא א שיינע אלטע בעלזער ניגון.

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

תגובהדורך אליקים געציל » דינסטאג מאי 13, 2014 4:23 am

דא האט נחמן נתן ארויפגעשטעלט דעם וויזשניצער ניגון פון ר' בעריש ווישאווער, אבער די אלע לינקס זענען שוין עקספייערט, ווער עס קען זאל עס ביטע איבערשטעלן דא.

און דארט האט שוין אונזער ר' פיניע זז"ג גע'חלומ'ט פון מאכן אזא קאלעקציע, און רעכנט אויס 7 ניגונים. ווער עס האט איינע פון דיע ווערט געבעטן צו באשטייערן לכבוד די ל"ג בעומר פארברענג דא אין קרעטשמע.
ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

תגובהדורך אליקים געציל » דינסטאג מאי 13, 2014 6:38 am

דזשיקוב'ער ניגון דערמאנט אויבן. (מיט מוזיק!)

באבוב (אן מוזיק)
ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"

אוועטאר
פיניע חזן
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

תגובהדורך פיניע חזן » דינסטאג מאי 13, 2014 1:48 pm

און דארט האט שוין אונזער ר' פיניע זז"ג גע'חלומ'ט פון מאכן אזא קאלעקציע, און רעכנט אויס 7 ניגונים. ווער עס האט איינע פון דיע ווערט געבעטן צו באשטייערן לכבוד די ל"ג בעומר פארברענג דא אין קרעטשמע.[/quote]

איך האב אליינס נישט געוואוסט וואס איך פארמאג, יישר כח פאר'ן דערמאנען אלטע זכרונות, אבער עס זעהט אויס אז דאס מאהל איז געווארן א פתרון חלומות

ביי דע וועי, און דעם פיוט וועבזייטל קען מען אויך הערן דעם קארלינער בר יוחאי
http://www.piyut.org.il/tradition/1486. ... mance=1928
http://www.piyut.org.il/tradition/1486. ... mance=1927
http://www.piyut.org.il/tradition/1486. ... mance=1930

אוועטאר
פיניע חזן
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

תגובהדורך פיניע חזן » דינסטאג מאי 13, 2014 1:52 pm

יישר כח אליקים געציל

ווער זינגט דעם באבובער בר יוחאי ? ווער האט קאמפאזירט דעם ניגון ? און וואס איז די מעשה מיט'ן לעצטן שטיקל, האט דער קאמפאזער נישט געמאכט דערויף א ניגון, ווייל איך הער אז יעדעס יאהר זינגט מען דאס אין באבוב מיט א אנדערן ניגון צוגעפאסט ?

זסבה
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 27, 2014 5:54 am

תגובהדורך זסבה » דינסטאג מאי 13, 2014 5:40 pm

דעם בעלזער בר יוחאי, איז א ניגון פין דעם בארימטען חזן אין פאבראצירער, ר' אביש מאיר, וואס האט דאס געזינגען ווען ער איז געווען אין בעלז אויף א שבת, אויף ברוך א- ל עליון, דערנאך, האט מען דאס ארויף געזעצט אויף בר יוחאי.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג מאי 13, 2014 5:48 pm

עס סאונד זייער לאנג אויף ברוך אל עליון אבער אלעס קען זיין.

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

תגובהדורך אליקים געציל » מיטוואך מאי 14, 2014 3:09 am

זסבה האט געשריבן:דעם בעלזער בר יוחאי, איז א ניגון פין דעם בארימטען חזן אין פאבראצירער, ר' אביש מאיר, וואס האט דאס געזינגען ווען ער איז געווען אין בעלז אויף א שבת, אויף ברוך א- ל עליון, דערנאך, האט מען דאס ארויף געזעצט אויף בר יוחאי.

אוואו קען מען דאס הערן?
ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"

זסבה
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 27, 2014 5:54 am

תגובהדורך זסבה » מיטוואך מאי 14, 2014 7:24 am

יוסף שרייבער האט געשריבן:עס סאונד זייער לאנג אויף ברוך אל עליון אבער אלעס קען זיין.


זייט מיר מוחל אויב עפעס איז דאס קארץ ווי איידער לאנג

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך מאי 14, 2014 8:24 am

דאן קוקט אויס איר ווייסט נישט פון וועלכע ניגון איך רעד.

זסבה
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 27, 2014 5:54 am

תגובהדורך זסבה » מיטוואך מאי 14, 2014 9:47 am

יוסף שרייבער האט געשריבן:דאן קוקט אויס איר ווייסט נישט פון וועלכע ניגון איך רעד.


וואס האבען מיר פין זעך דינגען, ברענגט אהער דעם ניגון וועלען אין צוישען נאך יודען געניסען

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

ניגוני בר יוחאי

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג מאי 04, 2015 12:27 pm

על משקל די אלע אשכולות וואס מיר האבען אויף ניגוני ליל ש"ק וכדו'
בין אי מציע (אויב עס איז נאכנישט דא), צוזאם צו שטעלן א ליסטע פון ניגוני בר יוחאי

ואפתח פתחא להאי פרשתא מידיעתי הקט

א) בר יוחאי הידוע שמנגנים כל העולם
כפי שאומרים, מקור הניגון הוא מר' שמעון לביא בעצמו (כך שמעתי בשם ר' אשר זעליג, ואולי כתוב כן באחד מחיבוריו)
וכאשר בררתי אמרו לי, שהספרדים מנגנים ניגון קרוב מאד לזה הניגון, ואומרים שזה מר' שמעון לביא בעצמו
ממילא ווייס איך נישט אויב דאס צו רעכענען אלס איינס אדער צוויי

ב) דער ניגון וואס מען זינגט און מירון, וואס הייבט זיך אן בר יוחאי בר יוחאי, איך ווייס נישט קיין מקור, עס הערט זיך ווי א ספרדי'שע זאך

פאר איך גיי ווייטער, וויל איך מקדים זיין, אז און חוץ לארץ פון דעם ריבוי הניגונים וואס איז דא, איז משמע, אז מען האט נישט געקענט דעם באקאנטען ניגון, ווייל עס איז נישט געווען שיירות מצויית, און רוב ניגונים זענען נישט קיין לעבידיגע ניגונים

ג) אין סיגוט האט מען געזינגען (עס איז דא אויף טעיפ'ס פון פריערדיגע יארן ביים סאטמער רב, כמדומה ר' יקותיאל הערש זינגט עס), דעם ניגון וואס מען האט אין סיגוט געזינגען אויף מלך רחמן (א לעבידיגע ניגון)

ד) אין בעלז איז דא א ניגון וואס מען זינגט מימי ר' יהושע'לי, אן התעוררות ניגון, כמדומה אז דער מחבר איז געווען ר' אביש מאיר בראנסדארפער, דעם צאנזער רב'ס מנגן, און דער בעלזער רב האט עס אי געבעטן, שמעתי פעם, אז דער רב ז"ל, כאטש בדרך כלל האט ער נישט געוויזן התרגשות ביי א ניגון, ביי דעם ניגון האט ער געוויזן התרגשות

ה) וויזניץ, שמעתי אז אין וויזניץ איז דא א לאנגע בר יוחאי, על דרך די מנוחה ושמחה'ס, איך האב עס נישט געהערט קיינמאל, ולא ביררתי מי חיברו

ו) ראזאדוב-סטיטשין, ניגנו המה ידידות הידוע, שהרב מסאטמאר ז"ל אמר שקראו לזה דער ראזאדאווער הימנע, הרב מסטיטשין ז"ל אמר שמקורו מהר"ר הערש מרימנוב, כידוע בראזאדאוו הי' ל"ג בעומר מהזמנים המיוחדים בשנה

ז) באבוב, בבאבוב יש ניגון שחברו הקדושת ציון על בר יוחאי

ח) נאדווארנע, בנאדווערנע יש ניגון שמנגנים אותו תחת החופה, ואומרים שמקורו מהר"ר מרדכ'לי, ואומרים שניגן זה על בר יוחאי, והרבה מהנכדים מכנים זה, דער בר יוחאי ניגון

אויב איינער האט לינקס ווי מען קען הערען די אלע ניגונים, אויב האט איינער תיקונים, און אוודאי אויב מען האט נאך, נא להוסיף ולענות
למה זה תשאל לשמי...

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

ניגוני ל"ג בעומר

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג מאי 04, 2015 12:37 pm

ומענין לענין באותו ענין, שאר ניגוני ל"ג בעומר
עס איז דא לפי ידיעתי נאר איין ניגון אויף ואמרתם כה לחי (מקורו?)

אויף לכבוד התנא אלקי וכו' איז אויך נאר דא איין ניגון (מקורו?)

אויף אמר ר' עקיבא, איז דא דער באקאנטע ניגון (מקורו?)
נייע ניגונים כמו ממב"ד בין איך נישט אזוי באקאנט

בסאטמאר מנגנים צמאה, (שמעתי ווייל בשרי אותיות רשב"י)
עס איז דא דער ניגון הידוע וואס מען זינגט אין סאטמאר (וסימנך, עס איז דא דערויף א גראם ניגון, עס מעג זיין פינסטער וכו')
חב"ד די שטאטע
חב"ד די שנעלע (איוואן וואס זיכסטו אין מארק)
והמון ניגונים חדשים

האב איך עפעס אויסגעלאזט, מסתמא, אדרבא שרייבטס צו
למה זה תשאל לשמי...

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מאנטאג מאי 04, 2015 12:39 pm

אין קלויזענבורג האב איך אמאל געהערט זינגען בר יוחאי אויף א באקאנטע וועלטס ניגון,
ס'איז די ערשטע ניגון אויף עתיקא קדישא ,#5
אין סאטמאר פלעגט מען עס זינגען אויף ידיד נפש ביי של"ס,
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מאנטאג מאי 04, 2015 12:41 pm

מ'האט שוין דא אויפ'ן וועלטעל אמאל גערעדט וועגן די אלע מירון ניגונים,
ס'קומט לכאורה פון די דרזים וואס האבן געוואוינט און יענע געגענטער.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג מאי 04, 2015 1:02 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:מ'האט שוין דא אויפ'ן וועלטעל אמאל גערעדט וועגן די אלע מירון ניגונים,
ס'קומט לכאורה פון די דרזים וואס האבן געוואוינט און יענע געגענטער.

ביי ניגוני העמים אל הקדושה, איז געווען פון א פראטעסט אין סיריא ווי מען זינגט אן ענליכע ניגון צו לכבוד התנא, וכתבו שם שמקורו מהדרוזן
למה זה תשאל לשמי...

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג מאי 04, 2015 1:28 pm

מצאתי אז מען האט שוין דעם נושא דורכגעטוהן
viewtopic.php?t=22760
גבאים - אחראים ביטע פארמאכן דעם אשכול, ויבואו המלנקקים וילנקו
למה זה תשאל לשמי...

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » מאנטאג מאי 04, 2015 8:00 pm

והוא פלאי האט געשריבן:ומענין לענין באותו ענין, שאר ניגוני ל"ג בעומר
עס איז דא לפי ידיעתי נאר איין ניגון אויף ואמרתם כה לחי (מקורו?)

איך האב אויסגעהערט אלע לחנים ביי פיוט וועבסייט, קיין איין פון די אלע ספרדישע שירים ענדלן נישט אין אונזער, דאן קומט עס נישט פון זיי.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג מאי 05, 2015 1:22 pm

ביטע שיין טייערע חברים

אם אפשר נא להעתיק כל הניגונים הנ"ל על קאפי קאם (פיוט וועבזייטל סגור אצלי)


תודה

אגב יש לי גם כמה ניגוני מירון מחיליק פראנק


מי שרוצה יפנה למייל שלי ואנסה לשגרו בל''נ

על המייל shamao.iworld@gmail.com
כשמ"ו כן הוא

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג מאי 05, 2015 2:32 pm

צושויער האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:ומענין לענין באותו ענין, שאר ניגוני ל"ג בעומר
עס איז דא לפי ידיעתי נאר איין ניגון אויף ואמרתם כה לחי (מקורו?)

איך האב אויסגעהערט אלע לחנים ביי פיוט וועבסייט, קיין איין פון די אלע ספרדישע שירים ענדלן נישט אין אונזער, דאן קומט עס נישט פון זיי.

לוב 2 איז היבש ענדליך
און לוב איז ליביע, עירו של ר' שמעון לביא
למה זה תשאל לשמי...

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » דינסטאג מאי 05, 2015 6:30 pm

והוא פלאי האט געשריבן:
צושויער האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:ומענין לענין באותו ענין, שאר ניגוני ל"ג בעומר
עס איז דא לפי ידיעתי נאר איין ניגון אויף ואמרתם כה לחי (מקורו?)

איך האב אויסגעהערט אלע לחנים ביי פיוט וועבסייט, קיין איין פון די אלע ספרדישע שירים ענדלן נישט אין אונזער, דאן קומט עס נישט פון זיי.

לוב 2 איז היבש ענדליך
און לוב איז ליביע, עירו של ר' שמעון לביא

וואו זעסטו לוב 2 ?
דייקא האב איך געהערט לוב די ערשטע מטעם שהזכרת. אבער ס'אנדערש, [כאטש וואס בר יוחאי האט לכאורה נישט מיט ואמרתם]

מיינסט כורדיסתן 2?

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4487
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

א ספרדישער בר יוחאי

תגובהדורך dovidal » מיטוואך מאי 06, 2015 3:35 pm

פון אלגיר
צוגעלייגטע
bar yochai sl (415x550).jpg


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], עסקן הדגול און 33 געסט