א טרער אויפ'ן קבר פון ר' יו"ט עהרליך ז"ל

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אני הקטן, בין דאס מערסטע איבערגענומען געווארן פון זיין ניגון "צימבלען" וואס ער זינגט אזוי צווישן די ליצנותא פון די אמעריקאנע ע"ז, עס בארירט א מענטש טיף אין הארצן מען ברויך זיין פון שטיין עס זאל נישט ברענגען כאטש א שנעלקעלע פון א הרהור תשובה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

סתם פאר ווער עס איז אינטערסירט צו הערן אביסל איבער ר' יום טוב'ס אקצענט.

אפאר יאר צוריק בין איך געווען אין ליזענסק, האב איך דארט געטראפן ר' יום טוב' זון, ער וואוינט אין ארץ ישראל. (איינער האט מיר שפעטער געזאגט אז ער האט איבערגעבויט דעם בילדונג פון ר' נחמן אין אומאן). ממש בדרך מקרה האב איך זיך אראפגעזעצט נעבן אים, האבן מיר געכאפט זייער א בא'טעמ'טע שמועס.

צום סוף געב איך אים א פרעג פארוואס ער רעדט א געשמאקן ארץ ישראל'דיגן אידיש, ווען איך וואלט ערווארט פון אים צו הערן "זיין טאטנ'ס" אידיש.

זאגט ער מיר אן אינטערסאנטע זאך, אז ביי אים אינדערהיים איז ער שטארק מקפיד צו רעדן אזוי, די טעכטער און די בני בית, אלע זענען באהאווענט אין דעם שפראך, און מען רעדט פיל אזוי צווישן זיך. אבער אינדרויסן, צווישן מענטשן, קען מען דאך נישט אזוי רעדן.

און דאן האט ער זיך גענומען רעדן א פליסיגן "ר'-יום-טוב-ערליכיש", אז ס'געגאנען א רויעך.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

און וואס איז מיט ר' יו"ט אליין? ער האט אויך געקענט רעדן אונזער אידיש (אנשטאט יידיש)?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

קרעמער האט געשריבן:
איך_הער האט געשריבן:כ'האב געהערט נאך זאגן, אז די מעשה מיט יאקאב, איז געווען מיט אים אליין, (נישט קאנפירעמט.)
מאשקע, א גוטער בעל מספיד.
ת.נ.צ.ב.ה.


איך האב געהערט א גירסא אז יאקאב איז געווען א ירושלים'ער איד, וואס איז מיט עטליכע יאר צוריק נפטר געווארן.



בני היכלא האט געשריבן:קרעמער, כ'האב אויך אזוי געזען, אז יאקאב איז זיינס א חבר א סטאלינע חסיד, וואס איז שפעטער אנגעקומען קיין ארץ ישראל און ביי זיין חתונה, האט עס ר' יו"ט פארפאסט לדורן דרשה.



בני היכלא האט געשריבן:אגב, שרייבט ער דארט, אז די ניגון יאקאב, האט ער געהערט אין סאמארקאנד נאך די קריג פונעם בעל המעשה, און שפעטער זייענדיג אין פאריז ביידע, ווען יאקאב האט דארט חתונה געהאט, האט ער דאס געזינגען דאן.



טהור-עיניים האט געשריבן:כ'וואנדער ארום אין קרעטשמע אזוי שפעט ביינאכט די אויגן קלעבן מיר שוין פון מידעקייט, אט טראסקע איך אראפ אין א טיפן שלאף, ווען פלוצלינג דערזע איך דא א אשכול איבער דעם אלעמען באליבטן ר' יו"ט.

מיין טאטע איז פילע יארן געווען א שכן טיר ביי טיר מיט ר' יו"ט און איך בין אויפגעוואקסן שטענדיג הערנדיג זיינע קאסעטן און ניגונים מאלעי טעם. און ב"ה מיינע קינדער הערן עס יא אסאך און דערקוויקן זיך דערמיט. מיין פאטער האט אויך פיל געהערט פון עם וועגן זיינע ניגונים, און אויך וועגן דעם ניגון יאקאב, דער יאקאב איז געווען זיינער א חבר א סטאלינער חסיד, געהייסן ר' יעקב פאטאש ז"ל, ער האט געוואוינט אין בארא פארק, א קרוב מיינער האט מיר פארציילט אז ער האט עם גוט געקענט, געווען א גרויסער תלמיד חכם, א ריכטיגער פארצייטישער חסידישער יוד און דערצו א סטאלינער חסיד מיטן גאנצן ברען, געווען איין שטיק עבודת ה', ער האט געוואוינט ערגעץ אויף די פערצנטע עוועניו, כ'געדענק שוין נישט ווי, (מיין קרוב האט מיר געזאגט פונקטליך אבבער כאשוין פארגעסן), ער איז נפטר געווארן בערך פינף אין צוואנציג יאר צוריק.



היינט זייענדיג אין געשעפט האב איך דארט געזעהן דעם אויסגאבע 'דער בליק' פון דעם חודש מנחם-אב, און פונעם דעקל שרייען ארויס צו מיר די ווערטער

'יאקאב דער זינגער' ... און קיינער עס ווייסט נישט פון וואנען און ווער ... , און דערנעבן א פארצייטיש בילד פון א אינגערמאן\בחור, און אונטער דעם שטייט אז זיי האבן אן אינטערוויו מיט הרב העניך פאטאש א זון פון דעם העלד יאקאב.

דאס האט מיך שוין יעצט אנגערייצט, כאפ איך בליק אינווייניג און איך זעה א גאנצע באשרייבונג איבער דעם ניגון און דער העלד אונטער דעם, האב איך באשלאסן אז כאטש געווענליך ערלויב איך מיך נישיט אזוי שנעל צו קויפן אלע אויסגאבעס, אבער יעצט וועל איך מיך שוין מוזען פארגינען די זעקס טאלער צו קויפן דעם אויסגאבע.

עכ"פ וויל איך דא מיטטיילען פארן עולם אביסל וואס ער שרייבט דארט, (עטליכע זאכן האבן שוין אונזערע שרייבער אויבן דערמאנט), אז די מעשה איז טאקע פארגעקומען מיט ר' יעקב פּאָטאָש ע"ה, און ער האט טאקע געוואוינט אין בארא פארק, ער פארציילט דארט אז די ערשטע מאל האט ר' יו"ט ערליך געזינגען דעם ביי די חתונה פון ר' יאקאב נאכן קריג, ר' יו"ט האט זיך אויפגעשטעלט אינמיטן טאנצן און געזאגט אז ער וויל עפעס פארציילען פונעם חתן מיט וועמען ער איז געווען צוזאמען אין די שווערע צייטען, און ער גייט עס פארציילן אין פארעם פון א ליד, און דאן האט ער געזינגען דעם היינט שוין ברייט באוואוסטן ניגון פונעם העלד יאקאב,

נאך אן אינטערעסאנטע אומבאקאנטע פאקט פארציילט דער זון אינעם אינטערוויו, אז ר' יאקאב האט טאקע געהאט א חוש צו נגינה (ווי דער ניגון גייט 'יאקאב דער זינגער געהייסן האט ער'), און דעם צווייטן שנעלערן פאל וואס הייבט זיך אן ביי די ווערטער 'שבת אין דעם טיי הויז' און ענדיגט זיך מיט יעדעס מאל מיטן אויספיר 'יאקאב!', דעם פאל האט ר' יאקאב אליין פארפאסט (לכאורה נאר דעם טאן) און עס געגעבן פאר ר' יו"ט'ן.

דערנאך האט ער דארט א באשרייבונג איבערן ר' יאקאב'ס לעבן און זיין אפשטאם, וואס איך גיי נישט יעצט דא מעתיק זיין, ווער עס וויל קען נאכקוקען אינעם 'בליק'.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח!!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

קודם שכוח פאר'ן מאגערער מאכן מיין בערזל מיט זעקס דאלאר...

דאס וואס דו זאגסט וועגן דעם שנעלן פאל, מאכט אסאך סענס, ווייל עס קלעבט טאקע נישט צום איבעריגן חלק פונעם ניגון...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

א ריזן יישר כח פארן מראה מקום, גיימער עס קויפן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איינער האט דעם ניגון 'וויליאמסבורג' פון יו"ט ערליך? איך ברויך עס דרינגענד יישר-כחכם.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3092
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

ווייסט איינער צו די יו"ט ערליך MP3/CD וואס מען פארקויפט איז קלאר?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יא, איך האב עס און ס'איז זייער קלאר, א געשמאק צו הערן.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קרעדיט, מיין ידיד אין אימעיל
אטעטשמענטס
ר' יום טוב עהרליך.JPG
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אן אדווערטייזמענט אום תשכ"ט פאר ר' יום טוב'ס חבלי משיח רעקארד:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 5&pgnum=22
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

צוויי שיינע בילדער פון ר' יום טוב ז"ל ביי די עבודת הקודש, קרעדיט דער הער וויצע ראש הקהל דא
אטעטשמענטס
יום טוב עהרליך 2.jpg
יום טוב עהרליך 1.jpg
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

אוי

בעסער זיין א פשוטער זעלנער אונעם אויברשטענס ארמיי
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

געזוכט ווערטער פון ניגון ר' יום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

וויכטיג געזוכט די ווערטער פון די ניגון וואס ר' יום טוב זינגט פון רבי מאירל פרעמישלאנער, וועגן טוהן א חסד פאר א איד
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
רבות מחשבות
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 28, 2018 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבות מחשבות »

קען איינער ארויפלייקן א רעקארדירונג פין "צימבל" אויף דראפבאקס?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: א טרער אויפ'ן קבר פון ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ארויף לכבוד די יארצייט היינט

1E699802-8D5C-4169-841C-C5B0741CCE77.jpeg
1E699802-8D5C-4169-841C-C5B0741CCE77.jpeg (75.41 KiB) געזען 1157 מאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: א טרער אויפ'ן קבר פון ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

פראנט פעידזש פון "די וואך אין שריפט", פארציילט איבער ארטיקל אויפן בעל ההילולא ר' יו"ט
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: א טרער אויפ'ן קבר פון ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

ווי ליגט ער?
#איך-פארק-מענטשליך
אינטער שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 15, 2020 6:02 pm

Re: א טרער אויפ'ן קבר פון ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטער שמש »

ס'דא א קליפ פון הילד יו"ט שמחה ...אור אייניקל פון ר' יו"ט ערליך ווי ער זינגט אין קארלין אויפן ניגון וואס מ' זינגט ביי זיי אויף אתה נגלית

אריגינעל דער זיידע ..

גענומען אונזער ציבור
און געלערענט מיט אונז דעם ערשטען דיבור
אנכי ד'

דער עולם איז מכובד אהערצו ברענגען
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: א טרער אויפ'ן קבר פון ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אינטער שמש האט געשריבן:ס'דא א קליפ פון הילד יו"ט שמחה ...אור אייניקל פון ר' יו"ט ערליך ווי ער זינגט אין קארלין אויפן ניגון וואס מ' זינגט ביי זיי אויף אתה נגלית

אריגינעל דער זיידע ..

גענומען אונזער ציבור
און געלערענט מיט אונז דעם ערשטען דיבור
אנכי ד'

דער עולם איז מכובד אהערצו ברענגען

https://www.dropbox.com/s/cnmdqrd9913k0 ... A.mp4?dl=0

דער ניגון האט מחבר געווען הרה"ק ר' יוחנן מסטאלין זי"ע
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: א טרער אויפ'ן קבר פון ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מקווה איד האט געשריבן:ווי ליגט ער?

הר הזיתים
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קלמן יעגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 3:56 am

Re: א טרער אויפ'ן קבר פון ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יעגער »

unnamed.jpg
unnamed.jpg (143.84 KiB) געזען 1005 מאל


בינאיך נייגעריג אויב ס'איז דא עפעס חידושים. מהאט אים שוין באשריבן א שיינע פאר מאל אין די לעצטע יאר. לכאורה איבערגעקייט די זעלבע זאכן. העמיר ווארטן אויף שבת עז צו לייענען
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: א טרער אויפ'ן קבר פון ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איי איי די קאנטרע..

ר' יו"ט'ס יארצייט היינט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
עימעקס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 05, 2022 7:14 pm

Re: א טרער אויפ'ן קבר פון ר' יו"ט עהרליך ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עימעקס »

געלערנט א משנה, יהא זכרו ברוך

ר' יום טוב שמחה בן ר' משה
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”