שבת התאחדות – פאסיגע ניגונים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

שבת התאחדות – פאסיגע ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

געשעהט ב"ה ביי יעדן, ביי איינעם מער אפט ביי א צווייטן ווייניגער,

מען טרעפט זיך ביי שבת טיש אינאיינעם מיט משפחה מיטגלידער, מיט חברים, ביי א שמחה, אדער ביים זיידן/טאטן, מען פראוועט א שבת צוזאם, מען רעכט אפ די סעודות בהרחבה גדולה, ווערן געהאלטן רעדעס, שיינע דברי תורה, כל חבורה כדרגא דילה.

אבער, ווען ס'קומט צו זינגען די זמירות, די שירות ותשבחות, מאכט זיך א(סאך) מאהל וואס אויב עס איז נישט דא דער בר הכי וואס זאל נעמען די 'לייטשעס' אין די הענט וועט גארנישט זיין, מען וועט אפברומען אויבן אן די פאר קביעות'ע זמירות'ן וואס בעת א ציבור גדול זענען די נאספים איז דאס ווייט נישט גענוג.

בין דרשה לדרשה מוז ווערן אנגעפילט מיט שירות ותשבחות אז עס זאל הייבן דעם גאנצן עולם, אפילו דער וואס מורמלט אפ דעם זמירות אינדערהיים ווייל ער איז נישט דער גרעסטער בעל מנגן, דארף אין אזא ליל שבת קודש ווערן מיט געהויבן און מיט צוגעמאכטע אויגן מיט זינגען די ווארעמע דבקות שבת ניגונים.

וכן ביומא דשבתא, ביי סעודת היום, ברויכן די וואלסן מיט די מארשן הייבן דער גאנצן עולם אזש פון דעם זיידן דער ראש משפחה, ביזן קליין אור אייניקל זאלן מיט הנאה און ווערן מיטגעשלעפט אינעם שבת'דיג אטמאספער מיט עקסטאז.

איז אזוי, אויב איז דאס א משפחה בעלי מנגן, דארף מען גארנישט גרייטן, עס לויפט איינס אין אנדערן און ווערן געפלאכטן און געבינדן איין ניגון מיטן אנדערן אז ממש שווער אפטיילן... ליל שבת קודש מיט איר מהלך ויום השבת מיט זיין מהלך.

אבער וואס טוט מען ווען עס איז נישט ממש אזוי, און דער עולם וויל אבער מכבד זיין אזא שבת, און קיין עכטער 'לידער' איז נישט דא... אוי... קען זיין גרויס עגמ"נ,

אפגערעדט די באבע וועט נישט אויפהערן צו מאנען, און מיט רעכט, מ'זאל אויפהערן צו פלוידערן אזוי פיל און זינגען עפעס לכבוד שבת...

די בעסטע וועג איז אין אזא פאל, מ'גרייט אן א שטיקל ליסטע, לויטן ציבור וואס מען האט מער ווייניגער, ווייסט מען וואס פאר א מהלך מען דארף בויען, (חלילה נישט מחלל זיין דעם שבת קודש מיט ניגוני גוי ששבת!!!..) און בע"ה קען זיך אויסשטען א הערליך שיין שבת ווואס דער גוטער טעם פארבלייט און מען ווארט אויף נאכאמאל...

נו, ווי אזוי בויעט מען א ליסטע, נישט ממש יעדער געדענקט אויף פלאץ 'פונקט ווען מען דארף', וואס טוט מען? זיך דרייען אין בית המדרש און זוכן ניגונים?...

מען ווידמעט אן אשכול אין אייוועלט, און יעדער איז געלאדנט אנטראגן זיינע געדאנקען, ומשם ימצאו הדורשים את מבוקשם.
יעדער מיט זיין טעם וועט טרעפן וואס ער דארף בע"ה.

רבותיי! ביטע יעדער וואס ווייסט און קלערט און קומט אים אויף געדאנק זאל אהער שטעלן!

פון אלע חסידות'ן, פון אלע מהלכים, דבקות, ערגה, כיסופים, שמחה, ריקודין, מארשן, וואלצטן, לאנגע קורצע, געדרייטע און גלאטע, הן לסעודת הלילה, והן לסעודת היום,

וואס מער עס וועלן ארויפשטעלן וועלן מער אידן געניסן דערפון,
וואס מער עס וועלן ארויפשטעלן, וועט דער אויסוואל זיין ברייטער און גרעסער און וועט זיין שוה לכל נפש.

אלעס אלעס וואס אויפן געדאנק איז וועלקאם!
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

אדון השלום חיים באנעט
וברוכים הם -שראגי
משוך - שוועקי
השבת נועם -וויזניץ,דאסקאל,טויסיג
ויהי רחמיך -אלי ביר
חמדת הלבבות -שרולי וורדיגער
חזק קריתי -גרטנר
קודש היא לכם-גרטנר
רזא דשבת. -שטרייכער
ועוד יש הרבה
......
בעיסיקלי פארשטיי איך נישט דעם אשכול מישט אויף א סידור צו זמירות און איר האט גרייט א פערטיגע ליסטע די נגונים וועלין שוין ארויס שווימען פין זיך אלירן
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

א גראם מיט טעם האט געשריבן: בעיסיקלי פארשטיי איך נישט דעם אשכול מישט אויף א סידור צו זמירות און איר האט גרייט א פערטיגע ליסטע די נגונים וועלין שוין ארויס שווימען פין זיך אלירן

אין סידור האט איר געטראפן אייער ליסטע נעמען? ניין,
אין זמירות שטייען די מעלאדיעס? ניין,
איר אליינס מיט אייער טעיסט האט איר צוגעפאסט וועלכער "משוך" און וועם'ס "קודש היא לכם",

האט איר געהאלפן פאר ווער עס גלייכט אייער טעיסט,
יעדער וועט צולייגן זיינסלויט זיין טעיסט, וועט יעדער וואס זוכט האבן לויט זיין טעם וואס ער גלייכט.
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

אין דעם אשכול וועט איר טרעפן א שטיקל ליסטע פון ניגונים לכבוד שבת. טאקע נישט קיין לאנגע ליסטע, אבער פון די ליסטעס פאר די יומי דפגרא קען מען אויך נוצן אסאך ניגונים פאר שב"ק.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

אשת חיל-אברהם פריד
פיה פתחה בחכמה -ישי לפידות
אנא מלך-מ.ב.ד.,אייזיק האניג
הרחמן.. ינחילנו ליום -אייזיק
וברצונך הניח-אייזיק
והראנו ה' בנחמת - ישעי' פערל
אין ערוך -שטרייכער
והוא יושיענו - נדבורנא
צור כל העולמים -יוסי גרין
זכור אהבת קדומים - ליפא, מיכאל,יואלי שווארץ
ושמרו -משה גאלדמאן,אברהם פריד
מעין עולם הבא-משה גאלדמאן(כי נחם )
הריעו לה'-משה גאלדמאן
שבת היא מלזעוק -סקולען, מיכאל
...................
וואס כ'האב געמיינט ארויס ברענגען איז אז דער וואס קען נישט קיין ניגונים וועט עם א ליסטע גאנץ ווייניג העלפין גיי לערין מיט א גוי ברטונרא משא"כ די אלע וואס קענין א פרק שירה וועט א סידור גענוג זיין זיי צו דערמאנען די תנועות און זיי דארפען נישט קיינע ליסטעס
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

ידיד האט געשריבן:אין דעם אשכול וועט איר טרעפן א שטיקל ליסטע פון ניגונים לכבוד שבת. טאקע נישט קיין לאנגע ליסטע, אבער פון די ליסטעס פאר די יומי דפגרא קען מען אויך נוצן אסאך ניגונים פאר שב"ק.

אויפן דריטן בלאט איז דא נאך א לאנגע ליסטע פון ניגונים פאר שבת

viewtopic.php?p=664895#p664895
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

ס'איז מיר א וואונדער אז בעאבאכטער איז דער וואס האט געעפענט די אשכול און בעט הילף פונעם עולם...
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

ב"ה קענען נאך אידן האבן נוצן דערפון
כ'האב טאקע ממש פאר דעם סיבה אהערגעשטעלט א שטיקל ליסטע פאר א "שבת התוועדות" גרייט צום פרינטן.
אטעטשמענטס
ניגונים.pdf
(13.2 KiB) געווארן דאונלאודעד 636 מאל
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

יישר כח

די ליסטע געפונט זיך דא אויף א פידיעף אין א דענבענדיגן אשכול, דענקעך נישט וועלכע.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

מאנ-יימער האט געשריבן:יישר כח

די ליסטע געפונט זיך דא אויף א פידיעף אין א דענבענדיגן אשכול, דענקעך נישט וועלכע.

יא דאס האבעך ארויפגעלייגט דארט, און אז מ'בעט עס דא נאכאמאל געב איך עס גערן, ווילאנג אידן וועלן הנאה האבן, און פארברענגען בשבת אחים גם יחד אינעם הייליגן יום השבת.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
פארוואס נישט...
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 02, 2012 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט... »

וואלט געווען א פראקטישע זאך די ליסטע'ס זאלן זיין סארטעד ביי סטייל (BEAT), בפרט ביי א משפחה וואס האט נישט קיין 'לידער' אויב פארט עס אויף די זעלבע ביעט האט עס א לענגערע המשכה...
נו... פארוואזשע טאקע נישט...?
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

קען זיין אז דא איז נישט דעם פלאץ דערפאר אדער אפשר איז שוין דא א אשכול דערויף אבער זעהנדיג דעם פ.ד.ף.האב איך געזען אפאר ניגונים בענין גלות א שטייגער אם אשכך,עד מתי ועוד און ס'ליגט מיר און קאפ אז שבת זינגט מען נישט אזעליכע ניגונים ווייסט איינער א מקור דערויף?
יענקל אלצווייסער
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל אלצווייסער »

איינער ווייסט פון נאך ניגונים?
טראכט גוט וועט זיין גוט, טראכט גארנישט וועט זיין נאך בעסער!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אה הוי נשמת נשמת כל חי, נשמת נשמת כל חי, תברך תברך את שמך ד' אלוקינו. (כ'ווייס נישט ווער ס'האט געמאכט די ניגון)

כבודו מלא עולם - וויזניץ

גם כי אלך - קארלבאך

וכולם מקבלים עליהם (די מיט צוויי פעלער און דערנאך איילאלאלאלאליראראראראראם...)

כתר יתנו לך - אייזיק האניג/קאליש
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
טשולענט בונדלעך
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשולענט בונדלעך »

איינער קען ארויפלייגען אפגעטייפטע יודישע ניגונים וואס מהאט אין די קעמפס
אזוי ווי איזהו מקומן....א טאטע ביזטו גאר א געטרייער...א שיינער חלום וכו'
א יוד מאכט נישט מיט, א יוד ווערט איבערגעמאכט...
געהערט פון א ידיד וואס האט אסאך מיטגעמאכט, און געווארן איבערגעמאכט
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

טשולענט בונדלעך האט געשריבן:איינער קען ארויפלייגען אפגעטייפטע יודישע ניגונים וואס מהאט אין די קעמפס
אזוי ווי איזהו מקומן

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=4092

טשולענט בונדלעך האט געשריבן:א טאטע ביזטו גאר א געטרייער

viewtopic.php?p=760911#p760911

טשולענט בונדלעך האט געשריבן:א שיינער חלום וכו'

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 92#p662092
אוועטאר
טשולענט בונדלעך
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשולענט בונדלעך »

יענקל פאטאש האט געשריבן:
טשולענט בונדלעך האט געשריבן:איינער קען ארויפלייגען אפגעטייפטע יודישע ניגונים וואס מהאט אין די קעמפס
אזוי ווי איזהו מקומן

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=4092

טשולענט בונדלעך האט געשריבן:א טאטע ביזטו גאר א געטרייער

viewtopic.php?p=760911#p760911

טשולענט בונדלעך האט געשריבן:א שיינער חלום וכו'

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 92#p662092

יישר כח
איך האב נאר געגעבן א משל די דריי ניגונים
אבער אויב איינער האט א קעלעקשען פון אסאך ניגונים אויף פי די עף ביטע ארויפלייגען
א יוד מאכט נישט מיט, א יוד ווערט איבערגעמאכט...
געהערט פון א ידיד וואס האט אסאך מיטגעמאכט, און געווארן איבערגעמאכט
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: שבת התאחדות – פאסיגע ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דער שבת ליד
דעם שבת ווער עס הייליגט, דער ווערט גערייניגט, פון א יעדע עבירה.
ווער עס פארשטייט די כוונה, דעם איז עס א מתנה, דער באקומט א נשמה יתירה.
דער שבת איז טייער, ער ברענט ווי א פייער, ממש מעין עולם הבא.
נאר דער קען דאס שפירן, ווער עס טוט זיך אידיש פירן, וואויל איז אים בזה ובבא.

אין אלע הייליגע ספרים געפינען מיר שטיין,
דעם טעם פארוואס שבת הייסט אות געבן זיי צו פארשטיין,
ווייל פון שבת זעהט א יעדער לויטער און ריין,
אז דער עם סגולה איז היינט אויך נאר דאס אידעלע אליין.

ווייל כאטש דאס אידעלע איז שוין צוויי-טויזענט יאר אין גלות פארשפרייט,
און א גאנצע וואך פון דאגות און פון צרות פארדרייט,
עס קומט אבער פרייטאג צונאכט נישט גערישט און נישט געגרייט,
ווערט ער פול מיט נחת און מיט פרייד.

דאס קענען דאך אנדערע גארנישט משיג זיין,
ווי אזוי די שמחה איז געווארן אזוי גרויס און די דאגה אזוי קליין,
נאר אז דאס איז דער אור פון שבת וואס לייכט אין אידישן הארץ אריין,
מן השמים פון באשעפער אליין.
דער שבת איז טייער, ער ברענט ווי א פייער, ממש מעין עולם הבא.
נאר דער קען דאס שפירן, ווער עס טוט זיך אידיש פירן, וואויל איז אים בזה ובבא.

ווען דאס אידעלע קומט פרייטאג צונאכט פונעם שול אהיים,
באגלייטן אים צוויי מלאכים ביז אין שטוב אריין,
דער מלאך טוב וואונטשט אים אן לשבת הבא כן,
און דער מלאך רע מוז בעל כרחו נאכזאגן אמן.

דאס אידעלע נעמט זיך זאגן אזוי ווי מ'ברויך,
פייערדיג מיט גרויס כוונה שבת שלום ומבורך,
דערנאך באגריסט ער זיינע געסט די מלאכי מרום,
שלום עליכם מלאכי השלום.

ער פארגעסט פון אלע זאכן פון א גאנצע וואך,
פון געשעפטן שמועסט ער גארנישט ער דענקט נאך זיי נישט נאך,
אזוי ווי די חכמים דרש'נען וביום השביעי,
יהא בעיניך כל מלאכתך עשוי.
דער שבת איז טייער, ער ברענט ווי א פייער, ממש מעין עולם הבא.
נאר דער קען דאס שפירן, ווער עס טוט זיך אידיש פירן, וואויל איז אים בזה ובבא.

ווי שיין איז דאס צוצוקוקען ווי דאס אידעלע זאגט זיך פרום,
פייערדיג מיט גרויס כוונה רבון כל העולמים,
דאס בני בית זיצט מיט דרך ארץ און הערט צו שטיל,
זינגען דעם זמר אשת חיל.

קידוש צו מאכן מיט גרויס כוונה נעמט ער זיך דערצו,
און זאגט ויהי ערב ויהי בוקר יום הששי,
ויכולו השמים והארץ וכל צבאם,
הוא יצרם והוא בראם.

די קדושה הערשט אין שטיבעלע עס לייכטן זיך די לעכט,
אויפ'ן טיש ליגט לחם משנה מיט א שיין געפלעכט,
די צוויי מלאכים בענטשן אים און זאגן דעם פסוק פאר,
וסר עונך וחטאתך תכופר.
דער שבת איז טייער, ער ברענט ווי א פייער, ממש מעין עולם הבא.
נאר דער קען דאס שפירן, ווער עס טוט זיך אידיש פירן, וואויל איז אים בזה ובבא.

מ'וואשט זיך צום לחם משנה און מ'זעצט זיך צום טיש,
מ'דערלאנגט אים באלד א פארציע מיט פיש,
ער זינגט אתקינו סעודתא און ויהא רעוא דערנאך,
מ'דערלאנגט אים באלד א פרישן טעלער יאך.

פלייש און צושפייז פעלט אויך נישט עס איז פון אלעם דא,
אפילו פירות ברענגט מען אויך צו דער שבת סעודה,
ביים ארימאן איז אויך אנגעגרייט בכל מכל כל,
אזוי ווי אין פסוק שטייט לא ניכר שוע לפני דל.

דאס אידעלע איז גוט געלוינט און זינגט זיך פריילעך אזוי,
כל מקדש שביעי כראוי לו,
לעכטיגקייט און פרייליכקייט איז ביים אידעלע אומעטום,
ווען ער זינגט מנוחה ושמחה אור ליהודים.
דער שבת איז טייער, ער ברענט ווי א פייער, ממש מעין עולם הבא.
נאר דער קען דאס שפירן, ווער עס טוט זיך אידיש פירן, וואויל איז אים בזה ובבא.

ווי שיין איז דאס צוצוקוקן און ווי זיס,
ווי דאס אידעלע פאר'מח'ט זיך ביי מה ידידות,
עס איז דאך גארנישט צו שילדערן ווי אזוי דאס איז בא'טעמ'ט,
ווען ער זינגט מה יפית ומה נעמת.

און אויך אזוי ביי דעם זמר צור משלו,
אשרי העם שככה לו,
מ'שטעלט זיך אויף און מ'מאכט א רעדל ארום און ארום,
מ'זינגט דעם זמר רננו צדיקים.

רבונו של עולם קוק שוין אראפ פון הימל אויף אונז אמאל,
און זעה שוין אז מי כעמך ישראל,
דו מעגסט דיך מיט זיי אלע בארימען,
אפילו ריקנים שבהם מלאים מצוות כרימון.
דער שבת איז טייער, ער ברענט ווי א פייער, ממש מעין עולם הבא.
נאר דער קען דאס שפירן, ווער עס טוט זיך אידיש פירן, וואויל איז אים בזה ובבא.

איי ס'איז דא נעבעך אידעלעך וואס היטן דעם שבת נישט,
איז אויך נאר ווייל אונז זעמיר פארטריבן פון דיין הייליגן טיש,
ווייל אונז זעמיר שוין צוויי טויזענט יאר נתונים בצרה,
פארגעסן זיי פון שבת קודש הנתונה במרה.

טו אונז נאר פון דעם גלות ארויס ציען,
וועסטו זעהן אז זיי אלע וועלן אויך רוען,
בינד שוין אויף פון אונזערע הענד די שטריק די גרויסע,
וועסטו זעהן שוין אז כל עדת ישראל יעשו אותו.

רבש"ע ווי לאנג וועלן מיר נאך אין גלות שרייען,
לשנה הבאה בירושלים,
העלף אונז שוין און לייז אונז שוין אויס בזכות די תפלה,
וואס דאס אידעלע בעט זיך שבת קודש אויף די גאולה.
דער דער שבת איז טייער, ער ברענט ווי א פייער, ממש מעין עולם הבא.
נאר דער קען דאס שפירן, ווער עס טוט זיך אידיש פירן, וואויל איז אים בזה ובבא.

ער שרייט מיט א יאמערלעך קול טאטע זיסע,
אלקא דיליה יקר ורבותא,
פרוק ית ענך מפום אריותא,
ואפיק ית עמך מגו גלותא.

שומע צעקת דל ומאזין תחינה,
דו ווייסט דאך אז די גאנצע כוונה איז נאר וועגן גלות השכינה,
ס'זאל שוין מקודש ווערן שמך המחולל בגוים,
על אלה אני בוכיה עיני יורדה מים.

רבש"ע נעם דיך שוין אן פאר דיין כבוד,
און שיק אונז גיך און באלד משיח בן דוד,
ס'זאל מקוים ווערן דער פסוק והיתה לד המלוכה,
תנחילנו ליום שכולו שבת ומנוחה.
דער שבת איז טייער, ער ברענט ווי א פייער, ממש מעין עולם הבא.
נאר דער קען דאס שפירן, ווער עס טוט זיך אידיש פירן, וואויל איז אים בזה ובבא.
* * *
גוט שבת
גוט שבת, גוט שבת, גוט שבת, גוט שבת גוט שבת,
אוי וויי, שרייט'זשעט אידעלעך, גוט שבת,
זאג'זשעט אידעלעך, גוט שבת,
הייליגער שבת, לעכטיגער שבת,
שרייט'זשעט אידעלעך גוט שבת. )ב"פ(
* * *
ישמח משה
ישמח משה במתנת חלקו, כי עבד נאמן קראת לו
דער שבת האט דער בורא געגעבן, נאר פאר אונז יודעלעך אליין,
און אזוי שטייט אין די תורה געשריבן,
אז שבת דארף מען פרייליך זיין,
עסן דאס שענסטע און דאס בעסטע, לויט ווי איינער פארמאגט.
קליידער אנצוטאן די שענסטע,
ווייל אזוי האט אונז דער תורה אנגעזאגט,
ישמח משה במתנת חלקו, כי עבד נאמן קראת לו,
דאס יודעלע איז נעבעך אין גלות, ליידן ליידט ער צרות אן א שיעור,
שבת פארגעסט ער אין אלעם, ער לעבט זיך ווי א גביר,
אין שבת געפינט ער א נחמה, זיין אויסגעמאטערטע נשמה,
נפש כי נאנחה, בא שבת בא מנוחה,

ישמח משה במתנת חלקו, כי עבד נאמן קראת לו

***
ווען איך וואלט געהאט כח
שמור לקדשו מבואו ועד צאתו,
שבת קודש יום חמדתו.(ב"פ)
ווען איך וואלט געהאט כח,
וואלט איך געלאפן אין די גאסן,
און איך וואלט געשריגן הויעך,
שבת, הייליגער שבת. (ב"פ)
מקולות מים רבים אדירים משברי ים
אדיר במרום ה'. (ב"פ)

***
הכנה לשבת קודש
מחברו: הרה"ח ר' יו"ט עהרליך ע"ה

שבת קודש, שבת קודש,
גרייטן זיך אידן צום שבת קודש,
שטארק צופרידן מיט שבת קודש,
יעדער איינער וויל זיין הייליג, אין דעם שבת קודש,

יעדער איינער וויל א חלק, אין דעם שבת קודש.
די תנאים, די אמוראים, הנה מה טוב ומה נעים,
עפעס טון פאר דעם שבת קודש,
וואס מען קען פאר דעם שבת קודש,
דער גאנצער כח, דער גאנצער מח, שבת, שבת.
רב הונא צינט ליכט לכבוד שבת,
רבא זאלצט פיש לכבוד שבת,
רב חסדא בראקט קרויט, רבי זירא מאכט פייער,
רב נחמן טראגט וואסער, לכבוד שבת,
רב ספרא מאכט ריין א קאפ פון א בהמה, אלץ לכבוד שבת,
און מיט אהבה, און מיט אימה, אלץ לכבוד שבת.
שבת קודש, שבת קודש, גרייטן זיך אידן צום שבת קודש,
שטארק צופרידן מיט שבת קודש,
יעדער איינער וויל זיין הייליג, אין דעם שבת קודש,
יעדער איינער וויל א חלק, אין דעם שבת קודש.
א גרויסע זכיה, אן עליה, יעדער איד מיט זיין יגיעה,
עפעס טוהן פאר דעם שבת קודש,
וואס מען קען פאר דעם שבת קודש,
וואס מער לויפן, וואס מער קויפן, שבת, שבת,
די ליכט אנגרייטן, לכבוד שבת,
פיצן קנויטן, לכבוד שבת,
אוי אלץ באדארפן, די שפינוועבס ווארפן,
די מעסערס שארפן, לכבוד שבת,
נאר עס זאל פאר אלעמען טויגן, אלץ לכבוד שבת,
נישט שטיין די בעל הבאסטע פאר די אויגן, אלץ לכבוד שבת,
א גרויסע זכיה, אן עליה, יעדער איד מיט זיין יגיעה,
עפעס טון פאר'ן שבת קודש, וואס מען קען פאר'ן שבת קודש,
וואס מער מיען, וואס מער ציען, שבת, שבת,
באקן חלות, לכבוד שבת, עסן אלעס, לכבוד שבת,
אליין געבראטן, אליין געקנאטן, ווי מער געראטן לכבוד שבת,
יעדער איינער וויל זיין הייליג, אין דעם שבת קודש,
יעדער איינער וויל א חלק, אין דעם שבת קודש:
***
קבלת שבת אין פעלד
מחברו: הרה"ח ר' יו"ט עהרליך ע"ה

הערט אויס ליבע אידן, וואס איך וועל אייך דערציילן,
און איר וועט זיין צופרידן, זייער שטארק מיט דעם,
די מעשה האט געטראפן, איך וועל אייך זאגן אפן,
מען זאגט אז ביים אריז"ל, מען זאגט אז ביים בעל שם.
זכרונם לברכה, מיר ווייסן די הלכה,
אז אט די מלאכה, האבן ביידע גוט געקענט.
שטיינער מאכן זינגען, וואסער מאכן קלינגען,
ביימער זאלן שפרינגען, און פאטשן מיט די הענט.
פריילעך אידן, מיר דארפן זיין צופרידן,
פון אונזער בורא, מיט זיין תורה, גליקליך זיין אסאך.
און מיר גלויבן, אז דער פון אויבן,
האט געגעבן כח אויך פאר זיינע צדיק'מלעך.
אוי אוי אוי אוי אוי,
דער צדיק איז אמאל, געגאנגען בארג און טאל,
מיט חסידים און תלמידים א באשטימטע צאל.
אוי אוי אוי אוי אוי,
עס קומט שבת אויף דער וועלט, און אינמיטן פעלד,
מקבל זיין דעם ליבן שבת האט ער זיך געשטעלט.
בואי כלה, דער שבת איז פאר אלע,
נישטא קיין שוהל, נישטא קיין עמוד, קיין זאך איז נישטא,
קום קום כלה, עס ווארטן אויף דיר אלע,
שעפסאלאך מיט בהמה'לאך, פני שבת נקבלה.
דער צדיק זינגט א ניגון, עס איז א פארגעניגן,
עס קומען צו די ציגן, זיי האבן נישט קיין רוה.
די קעלבאלאך די קליינע, די שעפסאלאך די שיינע,
איינע גלייך נאך איינע, רוקן זיי זיך צו.
געקומען זענען אלע,מען הערט עפעס א כלה,
מען זעהט דעם צדיק טאנצן, מען הערט אויס זיין געזאנג.
עפעס נעמט זיי ציען, עפעס נעמט זיי בריען,
עפעס נעמט זיי גליען, אין קעפל א געדאנק.
בואי כלה, דער שבת איז פאר אלע,
די שעפסאלאך, די ציגאלאך, מען קומט פון אומעטום.
און זיי בליקן, און זיי קוקן,
און פון גרויסן פארגעניגן רינגעלט מען ארום..
אוי אוי אוי אוי אוי,
עפעס האט דערשפירט, דער ווערימעל וואס קריכט,
די פייגעלעך, די האזעלעך, די הערצאלעך גערירט.
אוי אוי אוי אוי אוי,
א טומל א געלויף, די קעפלאך אויף ארויף,
און צוביסלעך, אויף די פיסלעך, הייבן זיי זיך אויף.
טאנצט טאנצט ציגן, א פארגעניגן,
אויף די פיס די אונטערשטע, אז שיין איז עס צו זעהן.
שאף און רינדער, ווי די קינדער,
אלע שפרינגען, אלע זינגען, יעדער ווי ער קען.
אוי אוי אוי אוי אוי,
קוקט נאר אין דערהויעך, די שטערן קומען אויך,
און זיי גלאנצן, און זיי טאנצן, אויף א ווייסן רויך.
אוי אוי אוי אוי אוי,
זעהט נאר ווער עס פליט, די פליגלן אויסגעציהט,
מלאכים קומען צו דעם צדיק, טאנצן מיט אים מיט.
בואי כלה. דער שבת איז פאר אלע,
ווער עס גלויבט אין שבת, איז דער שבת פאר אים דא.
קום קום כלה, מיר ווארטן אויף דיר אלע,
בואי כלה, בואי נא, פני שבת נקבלה.

***

יום מנוחה וקדושה
מחברו: הרה"ח ר' יו"ט עהרליך ע"ה

שבת שבת קודש, קומט דאך אויף דער וועלט.
שבת שבת קודש, אלץ ווערט אפגעשטעלט.
שבת אויפן וואסער, שבת אויפן פעלד.
שבת אינדערויסן, שבת אין געצעלט.
שבת שבת קודש, באלד זעקס טויזנט יאר.
קומט דער ליבער שבת קודש, פונקט גענוי און קלאר.
שבת שבת קודש, דער ליבלונג פון דעם איד.
ער ליבט דעם שבת, און ער שעצט אים, ווי דעם אויג אים היט.
שבת קודש, קומט מיט אונז צוזאמען.
אויף אלע וועגן, אויף אלע שטעגן, איבער אלע ים'ען.
אין דעם גרויסן גלות קלעם, אין פחד און אין שרעק.
גייט מען אויף קידוש השם, פון שבת נישט אוועק.
געשעפטן גרויסע מיט פארדינסט, לאזט מען אפ מיט שרעק.
ווי דער שבת קומט צו גיין, ווארפט מען אלץ אוועק.
שבת שבת קודש, ווען דער שבת קומט.
א נשמה גאר א נייע, יעדער איד באקומט.
שבת שבת קודש, מער פון יעדע צייט.
פאנגט עס אן צו ציען, און צו בענקן ערגעץ ווייט.
ווייל אויבן אין גן עדן, איז פארהאן אן ארט.
און פרייטאג פארנאכט, קומען אלע נשמות דארט.
און דורך א רער א ברייטן, הייבן זיי זיך אויף.
און זיי פליען צום באשעפער, זייער הויך ארויף.
***
יוסף מוקיר שבת
מחברו: הרה"ח ר' יו"ט עהרליך ע"ה

הערט א מעשה ליבע אידן,
אין גמרא שטייט געשריבן,
און געוויס איר אלע פון דעם ווייסן.
געווען א איד וואס האט געליטן,
א אידענע מיט קינדער זיבן,
יוסף מוקיר שבת האט ער געהייסן.
א גרויסער ארימאן,
דער הייזל ווי א שפאן,
הארט ביי דעם ים,
פון ארימקייט מן הסתם.
א גאנצע וואך אין יאך כסדר,
א פארשמירטע און א נאסער,
און נישט אויסגעגעבן קיין איין גראשן.
געטראגן האט ער אלטע קליידער,
און געגעסן ברויט מיט וואסער,
און די געלט האט ער איבערגעלאזן.
די קינדערלעך, די פרוי,
צופרידן געווען אזוי,
אין הויז איז טאקע פוסט,
אבער אלע האבן שוין געוואוסט.
אז דאנערשטאג פארטאג,
פלעגט ער געבן צו די אידענע א זאג,
שנעלער, בעל הבית'טע קרוין,
נעם דעם קוישל שוין.
נא דיר די גאנצע געלט,
קויף אלץ וואס דיר געפעלט.
די בעסטע פיש,
זאל זיין גרויס און פעט און פריש,
די בעסטע פלייש און וויין,
ווי טייער עס זאל נישט זיין,
און פרוכטן זייער פיל,
זאל זיין אלס וואס מען וויל.
און די אידענע איז אוועק,
גענומען ברענגען גאנצע פעק,
א גאנצע נאכט,
קיין אויג נישט צוגעמאכט.
און געבאקט און געקאכט,
א גרויס'ן לעקאך, א גרויס'ן טארט,
און געקאכט און געבאקט,
עס האט אין אויוון אזש געקנאקט.
און פרייטאג פארנאכט,
דריי אורחים האט ר' יוסף געבראכט,
אין הויז איז ליכטיג און שיין,
ווי אין גן עדן אליין,
און פון אויבן אן,
ווי א קעניג אויף זיין טראן,
זיצט ר' יוסף אליין,
און זינגט זיך זמירות מלא חן,
אשת חיל מי ימצא,
אזוינס ווי דער שבת איז נישט דא.
און אביסל ווייטער דארטן,
פונקט אקעגן יוסף'ס הייזל,
געשטאנען איז א פאלאץ א פארמאכטע.
און ארום א שיינע גארטן,
מיט פלויט פון שטאל און אייזן,
און א טויער שטענדיג א פארשפארטע.
געוואוינט האט דארט א הער,
א גרויסער מיליאנער,
א גרויסער באנדיט,
האט פיינט געהאט א איד.
פיל געלט האט ער געטוהן פארמאגן,
האט ער אויך פארמאגט פיל יארן,
אפשר שוין די אכציג און אריבער,
די פרוי און די קינדער פלעגט ער זאגן,
זענען ווי אוועק געפארן,
און אליין געלאזט האט מען אים איבער.
און קארג איז ער געווען,
קיין ארימאן נישט געוואלט זעהן,
געלעבט גאנץ אליין,
פונקט אזוי ווי א שטיין.
געדויערט נישט לאנג,
און דער גוי ווערט זייער קראנק,
און אינמיטן די נאכט,
א דאקטאר האט מען אים געבראכט,
וואס אויף די שטערן זעהט,
און ווייסט אלץ וואס זיין וועט.
און ער האט אים געזאגט,
אז אלץ וואס ער פארמאגט,
וועט ירש'נען אט דער איד,
וואס דער שבת היט.
דער גוי האט עס דערהערט,
איז אים געווארן זייער שלעכט.
ער האט א קונה געבראכט,
און אלץ פארקויפט אינמיטן די נאכט.
און געקויפט פאר די געלט,
א בריליאנט פון די גרעסטע אין די וועלט,
זיין הוט איבערגעדרייט,
און דעם בריליאנט אריין גענייט.
האט דער גוי אזוי געשפאנט,
אויף בארג און טאל ארויף אראפ,
און איז פון מענטשן אנטלאפן.
ער האט זיין הוט מיט דעם בריליאנט,
קיינמאל נישט אויסגעטוען פון קאפ,
און איז מיט דעם אפילו געשלאפן.
איינמאל איז ער אוועק,
געקומען צו א פרעמדע ברעג,
אן אייזערנע בריק,
מען קען שוין נישט גיין צוריק.
און ווי ער איז ארויפגעגאנגען,
אויפ'ן בריק ארויף געקראכן,
גענומען האט א רעגן צו גיסן,
עס האט בליצן אנגעפאנגען,
און א שטורעם אויסגעבראכן,
די הוט פון קאפ אראפגעריסן.
געכאפט האט עס א ווינט,
אין ים אריין געשמיצט געשווינד,
און דער גוי איז פון קלעם,
אריינגעשפרינגען כאפן אים.
געקומען א פיש,
געגעבן די וואסער א מיש,
פארשלונגען די הוט אין בויך,
און ארויף געשווימען אין די הויך,
פישער האבן איר דערטאפט,
און אין נעץ אריינגעכאפט.
און פרייטאג פארנאכט,
האט מען די פיש אויפ'ן ברעג געבראכט,
מען זוכט ארום דארט און דא,
קיין קונה איז נישט דא,
הייסט מען זיי צו גיין,
צו יוסף מוקיר שבת אליין.
זאגט ר' יוסף עס איז א שאד,
מיין אידענע קיין כח שוין נישט האט,
זאגט די אידענע זאג נישט אפ,
איך האב נאך א ליידיגע טאפ.
זי האט צעשניטן די בויך,
און זי האט גענומען שרייען הויך,
א בריליאנט א בריליאנט,
ר' יוסף גיט א בליק,
א בריליאנט א בריליאנט,
אבער צו שבת קומט עס נישט.
האט געזאגט א איד,
אז די גאנצע מעשה איז קיין חידוש ניט,
וואס אויף שבת מען פארווענדט,
קריגט מען צוריק מיט פראצענט.
***

***
מלאכים שרפים
ניגון מהרה"ק בעל צמח צדק זי"ע
וכששמעו מרן הדברי חיים זי"ע מאחד מחסידיו התחיל לזמרו בכל ליל שב"ק
)הפסוק פליאה הוא הוספה
(

פליאה פליאה דעת ממני, נשגבה נשגבה לא אוכל לה.
אנה אלך מרוחך, אנה אלך מרוחך,
ואנה ואנה מפניך אברח, ואנה ואנה מפניך אברח.
אם אסק שמים שם אתה, אם אסק שמים שם אתה,
ואציעה ואציעה שאול הנך, ואציעה ואציעה שאול הנך.
מלאכים שרפים ואופנים, פרעגן זיי, אוי וויי אוי וויי,
וואס איז דער בורא. ענטפערט מען זיי,
לית מחשבה תפיסא ביה, לית מחשבה תפיסא ביה,
לית מחשבה תפיסא ביה, לית מחשבה תפיסא ביה.
מלאכים שרפים ואופנים, פרעגן זיי, אוי וויי אוי וויי,
ווי איז דער בורא. ענטפערט מען זיי,
לית אתר דפנוי מיניה, לית אתר דפנוי מיניה.
לית אתר דפנוי מיניה, לית אתר דפנוי מיניה:

***
אני מאמין
מחברו: הרה"ח ר' יו"ט עהרליך ע"ה
מיוסד ע"פ י"ג עקרי אמונה

אני מאמין, איך גלויב אין דעם,
אז דער בורא געבענטשט זאל זיין זיין שם,
ער האט באשאפן אלע זאכן,
און וואס עס געשעהט טוט ער עס מאכן,
און ער אליין פירט דאך אן מיט דעם.
ער איז געווען און ער איז,
און אונזער האר וועט אייביג זיין,
אזוי ווי ער, איז נישט דא נאך איינער,
פאר אים און נאך אים איז נישט דא קיינער,
און נאר צו אים דארף מען מתפלל זיין.
און אז מען הערט אט די זיסע רייד,
און מען דערהערט און מען פארשטייט,
פון דעם ווערט אין הארצן א פרייד,
און עס זינגט זיך וואו מען שטייט און גייט.
מיר דאנקען און לויבן, פאר אונזער גלויבן,
דעם באשעפער פון אויבן,
וואס גייט מיט אונז און היט,
און האט אונז געגעבן, א גליקלאכער לעבן,
און האט אונז געלערנט וויאזוי צו זיין א איד.
אני מאמין איך גלויב וואס עס שטייט,
אז אמת זענען די נביאים'ס רייד,
און משה רבינו איז זייער פאטער,
און אונז די תורה געגעבן האט ער,
און קיינמאל אנדערש וועט נישט זיין די רייד.
און ער זעהט און ער הערט,
וואס יעדער איינער טוט און קלערט,
די וואס טוען מצוות וועט ער באלוינען,
די וואס טוען נישט, וועט ער נישט שוינען,
און זיין משפט איז דאך שטענדיג גערעכט.
אני מאמין איך גלויב אין גליק,
וואס מיין מאמע האט מיר דערציילט אין וויג,
אז משיח קומען וועט אין פלאמען,
און וועט אונז פירן איבער ימ'ען,
און דווקא אויף א פאפירענעם בריק.
און מען וועט זעהן מיט גרויס פרייד,
ווי דער עלטער זיידע גייט,
ארויסגעקומען פון גן עדן,
און מיר וועלן מיט אים רעדן,
און טרערן וועלן רינען אזש פון פרייד.

דער בלעטעלע
מחברו: הרה"ח ר' יו"ט עהרליך ע"ה

שטייט א בוים אינמיטן וועג, און די צווייגן ארויס געשטעקט,
און א בלעטעלע רייסט זיך אפ, און עס פאלט אראפ,
גייט א צדיק אויפן וועג, און די בלעטעלע געט א פרעג,
פארוואס ביסטו פון דעם בוים אוועק, און ליגסט אימיטען וועג,
זאגט די בלעטעלע: איך ווייס נישט וואס,
איך בין נישט די בעל-הבית,
מיין צווייג האט פלוצלינג זיך צעוויגט,
און מיר אראפ געפליקט,
צווייגל צווייגל בעל-הבית,
אפשר זאגסטו מיר פארוואס,
דו האסט פלוצלינג זיך צעוויגט,
און דעם בלעטעל אראפ געפליקט,
זאגט די צווייגל איך ווייס נישט וואס,
איך בין נישט דער בעל-הבית,
די ווינט האט פלוצלינג זיך צובלאזט,
און די בלעטעל אראפ געלאזט,
ווינטעלע ווינטעלע בעל-הבית, אפשר זאגסטו מיר פארוואס,
דו האסט פלוצלינג זיך צובלאזט, און די בלעטעל אראפ געלאזט,
זאגט די ווינט איך ווייס נישט וואס,
איך בין נישט דער בעל-הבית,
מיין מלאך האט מיר ארויס געלאזט, און איך האב געבלאזט,
מלאך מלאך'ל בעל-הבית, אפשר זאגסטו מיר פארוואס,
דו האסט דעם ווינט ארויס געלאזט, און ער האט געבלאזט,
זאגט דער מלאך: איך ווייס נישט וואס,
איך בין נישט דער בעל-הבית,
דער באשעפער פון די וועלט, האט מיר אזוי באפעהלט,
באשעפער גרויסע בעל-הבית, אפשר זאגסטו מיר פארוואס,
א קליינע בלעטעלע רייסט זיך אפ, און עס פאלט אראפ,
דער באשעפער ער אליין, געט דעם צדיק צו פארשטיין,
הייב די בלעטעלע אויף פון דארט, און א קוק געב דארט,
דארט ליגט א ווערימעל דאר און קליין, האט נישט קיינעם גאנץ אליין,
ער איז געוועזעהן אויפן בוים, און געאטעמט קוים,
ווייל די זון האט שטארק געברענט, האט ער שלאפן נישט געקענט,
האט ער געבעטען באשעפער באשיץ, איך האלט נישט אויס די היץ,
האב איך דעם מלאך גלייך געזאגט, האט ער דעם ווינט ארויס געיאגט,
האט די צווייגעלע זיך צובלאזט, און די בלעטעל אראפ געלאזט,
מיטן ווערימל אויפן פעלד, און פאר איהם די זון פארשטעלט,
און די קליינע ווערימעל איז, איינגעשלאפן זיס:

***
נאר אמונה
נאר אמונה נאר אמונה אין בורא כל עולמים
נאר אמונה נאר אמונה אין בורא כל העולמים.
טייערע אידן הייליגע אידן,
האט'ס אמונה האט'ס אמונה, אין בורא כל עולמים
האט'ס אמונה האט'ס אמונה, אין בורא כל עולמים
עס וועט אייך גוט זיין, עס וועט אייך וואויל זיין,
היינט היינט און אלעמאל, אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט:

***
אדיר הוא בעליונים
אדיר הוא בעליונים, בחור הוא בתחתונים.
ובעליונים ובתחתונים, הכל מודים ומאמינים,
כי הוי"ה אחד, ושמו אחד.
א שטארקער ביסטו פון אויבן, א אויסדערוועלטער ביסטו פון אונטן.
און פון אונטן און פון אויבן, אלע לויבן אלע גלויבן,
אז דו ביסט איינער, און נישט מער קיינער.

***
אחד יחיד ומיוחד

ניעט ניעט ניקאווא, קראמי באגא אדנאווא.
עס איז נישטא קיינער, אויסער גאט דער איינער.
***
קול ביער
מחברו: הרה"ק השפאלער זיידע זי"ע

קול ביער אנכי שומע,
אב על בניו קורא ומתגעגע.
א געשריי און א געוואלד, און א געפילדער,
א טאטע אין וואלד, זוכט זיינע קינדער.
בני בני היכן ישבתם, כי ממני כה שכחתם.
קינדער קינדער, וואו זענט איר געזעסן,
אז פון מיר האט איר אזוי פארגעסן.
בני בני שובו לביתי, כי אני יחידי בביתי.
קינדער קינדער, קומט צוריק אהיים,
ווייל עס איז מיר אומעטיג צו זיין אליין.
אבינו אבינו איך נלך אליך, כי שומרים עומדים על שעריך.
טאטע טאטע, ווי אזוי קענען מיר גיין צו דיר,
אז די שומרים שטייען ביי די טיר.
***
סול א קאקאש מאר
נתחבר בשפת אונאגריש ע"י הרה"ק מהרי"א מקאלוב זי"ע

סֳל אַהּ קָהּקָהּש מַר,
מוֹיד מֶגְוִוירֳד מַר,
זֶלְד עֶר דֶבֶּן,
שִׁק מֶע זֶבֶּן,
שֶׁעיטַל עֶדְיְא מָהּדַר.
קרייען טוט שוין דער האן,
דער טאג טאגט שוין אן,
אין א גרינעם וועלדל,
נעבן א פוסטן פעלדל,
א פייגעלע שפאצירט ארום.

דֶע מִיטְשָדָהּ מָהּדַר,
דֶע מִיטְשָדָהּ מָהּדַר,
שַׁרְגָהּ לַבָּהּ דְינְדֶעי אָהּ סַיָהּ,
עֶינְגֶם אָדָהּ וַר.
וואס פאר א פייגעלע איז דאס,
וואס פאר א פייגעלע איז דאס,
געלע פיסל, פערל פיסקל,
קיין ירושלים וויל זי גיין.

וַר מָהּדַר וַר,
וַר מָהּדַר וַר,
הָהּ אָהּז אִישְטֶן נֶקֶד רֶנְדֶל,
אָהּ טִיעֶט לֶסֶג מַר,
ווארט פייגעלע ווארט,
ווארט פייגעלע ווארט,
אז גאט וועט דיר באשערן,
וועסטו זיך קיין ירושלים אומקערן.

דֶע מִיקָהּר לֶס אָהּז מַר,
דֶע מִיקָהּר לֶס אָהּז מַר,
יבנה המקדש עיר ציון תמלא,
אָהּקָהּר לֶס אָהּז מַר.
ווען וועט דאס שוין זיין,
ווען וועט דאס שוין זיין,
יבנה המקדש עיר ציון תמלא,
דעמאלטס וועט דאס זיין.

***
שירנהק רינהק (הומים צועקים)
נתחבר בשפת אונאגריש ע"י הרה"ק מהרי"א מקאלוב זי"ע
הנוסח באידיש ע"י הרה"צ רבי ישכר בעריש אייכענשטיין זצ"ל מזידיטשוב

שִׁירְנָהּק רִינָהּק אָהּ בַּרַנָהּק,
פָּהּנָהּס קָהּדְנָהּק אָהּ יָהַסְנָהּק )ב"פ(
עֶי, דֶע מָנְדְיָהּ מֶג אָהּ גָהּזְדָהּ יַנְהָּק,
אָהּדְיהָּן סֶנַט אָהּיָהּנְהַק )ב"פ(
הומים צועקים צאן קדשים,
תחן עורכים לרועיהם )ב"פ(
יאמר נא לאדונהו,
יתן מספוא לצאנהו )ב"פ(
עס וויינען און שריייען די שעפעלעך זייער,
צו דעם פאסטעך אָן אַן אויפהער,
צו דעם פאסטעך אָן אַן אויפהער.
אוי ער זאל זאגן, פארן הער,
ער זאל געבן צו עסן, פאר די שעפעלעך מער,
ער זאל געבן צו עסן, פאר די שעפעלעך מער,

דֶע אָהּ גָאזְדָא אָסְט פֶעלֶעלִי,
וָואן אָהּ בָּאקָאר בָּאן קִיסֶעדְהֶעטִי )ב"פ(
דֶע אָהּ יָאהַאז אָסְט פֶעלֶעלִי,
הָא אָהּ נַאיַאט אִיד טֶעלֶעלִי,
יֶעוֶוע נַארַארָא מֶעג שֶׁעם פֶעִי,
אבל אדון משיבהו,
יש עוד צמח בשרשהו. )ב"פ(
אבל רועה משיבהו,
אם כה יהיה מאכל צאנהו,
לקיץ הבא בל יחליבהו. )ב"פ(

אבער דער הער ענטפערט אים מיט צארן,
אז אין שייער איז נאך דא קארן,
אז אין שייער איז נאך דא קארן.
אוי אבער דער פאסטאך ענטפערט אים אויף דעם,
אז ער וועט אין ווינטער, פאר די שעפעלעך נישט צו עסן געהן,
וועט ער אין זומער, זייערע מילך נישט זעהן,
וועט ער אין זומער, זייערע מילך נישט זעהן.

וָואן קֶעט הֶעט וָואד עֶש הַארָאם,
הָאד אָהּ סַאמָאדַא מָאט אִידֶעי וַוארָאם )ב"פ(
דֶע אָהּ מָאטְיֶען אָהּ סָאמַאר הַאטָאן,
טָאלַאן אָז לֶעס אָקִיט וַוארָאם )ב"פ(
יש עוד שבוע או שתים,
אשר אחכה למספר הצאן בכליון עינים . )ב"פ(
אך שם בא רוכב על החמור,
אולי זה יהיה גואל הדור. )ב"פ(

עס איז דא איינס אדער צוויי וואכן פארלאפן,
וואס אויף אונזער אויסלייזער, טוען מיר האפן,
וואס אויף אונזער אויסלייזער, טוען מיר האפן.
אוי דארט קומט ער, אויפ'ן אייזל'ס רוקן,
אפשר איז דאס דער אויף וועמען מיר טוען ארויס קוקן,
אפשר איז דאס דער אויף וועמען מיר טוען ארויס קוקן.

יָאנַאפָּאט יָאנַאפָּאט עֶידֶעש קֶעד וֶועש קִישְוואוי טַארָאם,
יָאהָא אִימְבָּאן וָואן עֶי קַארְהָאם,
דֶע אָהּ יָאהַאס אָסְט פֶעלֶעלִי,
מִיג עֶן לֶעסֶעג אָהּ קֶענְדְבּוי טאַרְיָא,
יָאהָא נֶעם לֶעס קַארְיָא,

שלום עליך רועי נאמני,
ספר נא לי משלום צאני,
אבל רועה משיבהו,
עד שאני אהי' רועהו,
בל יחסר מצאנהו.

פרידן צו דיר מיין טייערער פאסטאך,
זאג מיר נאר שנעל וואס טוען מיינע שעפעלעך,
זאג מיר נאר שנעל וואס טוען מיינע שעפעלעך.
אוי אבער דער פאסטאך, ענטפערט עס אן א קלער,
ווי לאנג איך בין דער פאסטאך, פונ'ם הער,
וועט פאר זיינע שעפעלעך נישט געשען קיין מעלער,
וועט פאר זיינע שעפעלעך נישט געשעהן קיין מעלער.
***
גלות גלות
מחברו: הרה"ק מקאלוב זי"ע

גלות גלות ווי גרויס ביזטו,
שכינה הקדושה ווי ווייט ביזטו,
גלות גלות ווער אוועק גענומען,
לאמיר זיך שוין ביידע צוזאמקומען.
גלות גלות ווי גרויס ביזטו,
שכינה הקדושה ווי ווייט ביזטו,
וואלט דער גלות קלענער געווען,
וואלט די שכינה נענטער געווען.
וואלד וואלד ווי גרויס ביסטו,
רויז רויז ווי ווייט ביסטו,
וואלט דער וואלד קלענער געווען,
וואלט די רויז נענטער געווען.

***
סעיגען לעגעין – א היימלאזער פאסטוך
מחברו: הרה"ק מקאלוב זי"ע

היימלאזער פאסטוך, דוּ ארימער היימלאזער אויף די וועלט.
נא דיר דא, די פולע בערזל מיט געלט.
און איך קויף פון דיר אָפ, דיין גאנצע אָרעמקייט, גראָד.
אבער דיין ליבע תורה, גיב מיר אַוועק אַנשטאט.
און איך קויף פון דיר אָפ, דיין גאנצע אָרעמקייט, גראָד.
אבער דיין ליבע תורה, גיב מיר אַוועק אַנשטאט.
ענטפערט דער ארימאן,
אויב די געלט וואלט געווען נאר אן איינגאבע.
און טויזענט מאל אזויפיל, וואלט נאר געווען א צוגאבע.
און אפילו די גאנצע וועלט, וואלסטו מיר נאך צוגעגעבן.
וואלט איך די תורה הקדושה פאר אן אנדערן נישט אוועקגעגעבן.
און אפילו די גאנצע וועלט, וואלסטו מיר נאך צוגעגעבן.
וואלט איך די תורה הקדושה פאר אן אנדערן נישט אוועקגעגעבן.
ווייל די געלט וועט נאך אויסגעניצט ווערן אמאל.
און דעמאלטס וועל איך פארבלייבן אָן געלט, און אן די אמונה באלקי ישראל.
אוי, ערשט דאַן וועל איך דער ריכטיגער ארימער זיין.
א היימלאזער פאסטוך, א היימלאזער ארעמאן.
אוי, ערשט דאַן וועל איך דער ריכטיגער ארימער זיין.
א היימלאזער פאסטוך, א היימלאזער ארעמאן.

***
ואפיק
מחברו: הגה"צ מהרב"צ מבאבוב זצ"ל

ואפיק ואפיק,
וועמען, וועמען ית עמך,
פון וואנעט, פון וואנעט,
מגו גלותא,
עמך די בחרת מכל אומיא,
עמך די בחרת מכל אומיא.

***
הן בבקעה והן בהר
מחברו: הגה"צ מהרב"צ מבאבוב זצ"ל

הן בבקעה והן בהר, הן בשדה והן ביער,
הן בעיר והן בכפר, תצילנו מכל צער,
ותוציאנו מגלות המר,
למה פניך תסתיר תשכח ענינו ולחצנו,
אוי וויי געוואלד,
לאמיר שרייען אין אלע גאסען געוואלד,
רבונו של עולם דו זעסט דאך אליין,
כי שחה לעפר נפשנו,
דבקה לארץ בטננו, בעטן מיר דיך,
קומה עזרתה לנו ופדנו למען חסדך:

***
אין א שיינעם העלן טאג
מחברו: הגה"צ מהרב"צ מבאבוב זצ"ל

אין א שיינעם העלן טאג, דער סוחר ביי דעם וואג,
און דער שניידער אינמיטן נייען.
דער טרעגער מיטן פאק, דער לויפער מיטן זאק,
און דער גערטנער אינמיטן זייען.
פלוצלונג וועט מען הערן א געשריי,
אז די צייט איז שוין געקומען.
אז מיר וועלן שוין ווערן פריי,
פון גלות ארויסגענומען.
על כן אידעלעך, טייערע ברידערלעך,
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין,
ווייל באלד און גיעך, קומט משיח,
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.

די זיצערן אין די גאס, דער שענקער ביי דעם פאס,
און דער שמיד ביי דעם האמער.
דער מילנער אינמיטן מאלן, דער בארבער אינמיטן גאלן,
און דער קוילן סוחר אינעם קאמער.
פלוצלונג וועט מען הערן א געוואלד,
אליהו הנביא איז מבשר א בשורה.
אז משיח קומט שוין באלד,
מ'פירט אונז אין די אלטע דירה.
על כן אידעלעך, טייערע ברידערלעך,
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין,
ווייל באלד און גיעך, קומט משיח,
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.

דער מלמד מיטן טייטש, דער בעל עגלה מיטן בייטש,
און דער בלעכער אויפן דאך.
דער שלייפער ביי דעם ראד,דער בעדער אינעם באד,
און אזוי יעדער נעבעך ביי זיין שווערן פאך.
פלוצלונג וועט מען הערן א קלאנג,
אז די צייט איז שוין געקומען.
עטץ מעגסטס שוין זינגען א נייעם געזאנג,
עטץ ווערטס פון גלות ארויסגענומען.
על כן אידעלעך, טייערע ברידערלעך,
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין,
ווייל באלד און גיעך, קומט משיח,
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.

דער פויער מאנט פאר אייער, דער סעקוועסטער מאנט פאר שטייער,
און דער סעליסטער ברענגט א קלאגע.
די קעשענע איז לער, דאס געמיט איז נעבעך שווער,
און עס פרעגט זיך אזוי א פראגע.
פלוצלונג וועט מען הערן א קול,
פון דעם שופר דעם גרויסן הארן.
דו ווערסט שוין פטור פון דעם עול,
דו ביסט שוין געהאלפן געווארן.
על כן אידעלעך, טייערע ברידערלעך,
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין,
ווייל באלד און גיעך, קומט משיח,
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.

***
לא תבושי
מחברו: הרה"ח ר' יחזקאל ראטענבערג ע"ה הי"ד
מחסידי באבוב

לא תבושי, די עדה הקדושה,
וועט זיך מער נישט שעמען.
ולא תכלמי, לעלם ולעלמי,
ישראל עבד נאמן.
מה תשתוחחי, ס'וועלן ווערן גלייכע,
אלע איינגעבויגענע אידן.
ומה תהמי, און גרייטס אייך צו,
מיט פרייליכע געמידן.
בך יחסו עניי,
באלד קומט אן די ישועה,
ונבנתה עיר, נאך שענער ווי פריער,
עיר על תלה.
לכה לכה דודי, יחד כולם הודו.
לקראת כלה, א ישועה פאר אלע,
פני שבת נקבלה.

והיו למשיסה, די גאנצע חברותא,
אלע שונאי ישראל.
למשיסה שוסיך, אלע גלייך,
וועלן צוריבן ווערן מיט איין מאל.
ורחקו כל, שוין נאך דעם עול,
הגלות ועול השיעבוד.
מבלעיך, וואס בייסן דיך,
וועלן גיין לאיבוד.
ישיש עליך אלקיך,
דער אויבערשטער וועט דיך מאכן רייך.
כמשוש חתן, מסעודת לויתן,
חתן על כלה.
לכה לכה דודי, יחד כולם הודו.
לקראת כלה, א ישועה פאר אלע,
פני שבת נקבלה.

און אויף דיר איז א פסוק פארהאן,
הנה לא ינום ולא יישן,
דו היטסט דיינע קינדער,
מיט מופתים און וואונדער,
וואס לאזטו פון אונז אזוי טוהן.

ימין ושמאל, ווי פיין און ווי וואויל,
אז ימין ושמאל תפרוצי.
א שטיקעלע פלאדן, פון אל אדון,
איז פאר אונז די בעסטע מוציא.
ואת השם, אין אונזער היים,
תעריצי וועלן מיר לויבן.
בחכמה ובתבונה, מיט די גרעסטע בחינה,
וועלן מיר ווערן דערהויבן.
על יד איש בן פרצי,
שחורה אני די שווארצע.
על יד איש, ווי פיין און ווי פריש,
ונשמחה ונגילה.
לכה לכה דודי, יחד כולם הודו.
לקראת כלה, א ישועה פאר אלע,
פני שבת נקבלה.

בואי בשלום, ס'איז שוין נאך דעם חלום,
בשלום עטרת בעלה.
הייליגע שאף, שטייט'ס אויף פון שלאף,
וברננה נעלה.
גם ברנה, מזיו השכינה,
וועלן מיר נהנה זיין אלע.
עתיד כביכול, לעשות מחול,
בשמחה ובצהלה.
תוך אמוני עם, וקבצנו יחד צוזאם.
בואי קום, דריי זיך אום,
צו בואי בשלום.
די שכינה וועט זיך צו מעריב אויס דרייען,
און זי וועט אונזערע הערצער דערפרייען.
ונזכה לגאולה, ליום שכולו,
שבת מלכתא.
לכה לכה דודי, יחד כולם הודו.
לקראת כלה, א ישועה פאר אלע,
פני שבת נקבלה.
***
א נוסחא
מ'זאגט נאך א נוסחא,
פון רבי ר' בונם פון פשיסחא,
ווי ער האט געטענה'ט מיטן נורא עלילה,
זיי בעסער צופרידן,
און לייז אונז אויס אלץ אידן,
ווי איידער אלץ גויים חלילה.
***
ווען משיח וועט קומען
וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען?
ווען משיח וועט קומען וועט מען מאכן א סעודה'ניא.
וואס וועלן מיר עסן אויף דעם סעודה'ניא?
דער שור הבור, און די לויתן,
דער שור הבור, און די לויתן...
דער שור הבור, און לויתן וועלן מיר עסן,
אויף דעם סעודה'ניא.
וואס וועלן מיר טרינקען אויף דעם סעודה'ניא?
דעם יין המשומר, דעם יין המשומר...
דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען,
דער שור הבור, און לויתן וועלן מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניא.
ווער וועט אונז תורה זאגן אויף דעם סעודה'ניא?
משה רבינו, משה רבינו...
משה רבינו וועט אונז תורה זאגן, דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען,
דער שור הבור, און לויתן וועלן מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניא.
ווער וועט אונז בענטשן אויף דעם סעודה'ניא?
אהרן הכהן, אהרן הכהן...
אהרן הכהן וועט אונז בענטשן,
משה רבינו וועט אונז תורה זאגן,
דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען,
דער שור הבור, און לויתן וועלן מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניא.
ווער וועט אונז נבואות זאגן אויף דעם סעודה'ניא?
מרים הנבואה, מרים הנבואה...
מרים הנבואה וועט נבואות זאגן,
אהרן הכהן וועט אונז בענטשן,
משה רבינו וועט אונז תורה זאגן, דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען,
דער שור הבור, און לויתן וועלן מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניא.
ווער וועט אונז שפילען אויף דעם סעודה'ניא?
דוד המלך, דוד המלך...
דוד המלך וועט אונז שפילן,
מרים הנבואה וועט נבואות זאגן,
אהרן הכהן וועט אונז בענטשן,
משה רבינו וועט אונז תורה זאגן, דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען,
דער שור הבור, און לויתן וועלן מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניא.
ווער וועט אונז חכמה זאגן אויף דעם סעודה'ניא?
שלמה המלך, שלמה המלך...
שלמה המלך וועט אונז חכמה זאגן, דוד המלך וועט אונז שפילען,
מרים הנבואה וועט נבואות זאגן, אהרן הכהן וועט אונז בענטשן,
משה רבינו וועט אונז תורה זאגן, דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען,
דער שור הבור, און לויתן וועלן מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניא.
***
דוד המלך'ס ליד
מחברו: ר' יאסעלע ראזענבלאט ע"ה

נישט ווייט צו גיין, קען דאך א יעדער זעהן,
ווי אונטער א שטיין, אין א טיפער הייל.
ליגט דארט דער קרוין, לאנגע יארן שוין,
פון אונזער דוד, מלך ישראל.
דוד דוד שטיי אויף פון דיין שלאף,
געטרייער פאסטעך זאג, וואס ס'איז דא צו טאן,
זעה ווי מ'שלאכטעט אויס דיינע שאף,
און קיינער נעמט זיך פאר זיי נישט אן.
אבער אזוי ווי ער וועט הערן דעם שופר של משיח, יא,
וועט ער אויפשטיין פון זיין קבר גיך, יא,
און וועט זיך זעצן אויף זיין שטול,
און וועט געבן אויף זיין פידעלע א שפיל.
און אויף די מינוט, וועלן זיך געבן א ריק, פילע מוזיקאנטן.
און א יעדער איד, וועט זינגען דעם ליד, דער תהלים דעם באקאנטן.
און אלע קראנקע קומען באלד, אויפשטיין פון די בעטלעך,
דער גרינער וואלד, וועט קומען באלד, און קלאפן מיט די בלעטלעך.
און דוד המלך מיט זיין פידעלע, וועט אונז שפילן א פרייליך לידעל,
און דוד המלך מיט זיין פידעלע, וועט אונז שפילן א פרייליך לידעלע.
זינגט מיט מיר און טאנצט מיט מיר צו דעם לעבעדיגן גאט,
זינגט מיט מיר און טאנצט מיט מיר צו דעם לעבעדיגן גאט.
***
לאמיר דערציילן
מחברו: הרה"ק מבארדיטשוב זי"ע

לאמיר דערציילן, לאמיר דערציילן, די מעלות פון אידישע קינדער,
איין מעלה איז אום אני חומה, און נאך א מעלה איז ברה כחמה,
כאטש כאטש כאטש גולה וסורה, דאך דאך דאך דמתה לתמר.
לאמיר דערציילן, לאמיר דערציילן, די מעלות פון אידישע קינדער,
נעבעך נעבעך נעבעך ההרוגה עליך, נעבעך נעבעך נעבעך ונחשבת כצאן טבחה,
כאטש כאטש כאטש זרויה בין מכעסיה, דאך דאך דאך חבוקה ודבוקה בך.
לאמיר דערציילן, לאמיר דערציילן, די מעלות פון אידישע קינדער,
נאך א מעלה איז טוענת עולך, און ווידער א מעלה איז יחידה ליחדך,
כאטש כאטש כאטש כבושה בגולה, דאך דאך דאך לומדת יראתך.
לאמיר דערציילן, לאמיר דערציילן, די מעלות פון אידישע קינדער,
נעבעך נעבעך נעבעך מרוטת לחי, נעבעך נעבעך נעבעך נתונה למכים,
כאטש כאטש כאטש נתונה למכים, דאך דאך דאך סובלת סבלך,
כאטש כאטש כאטש עניה סוערה, דאך דאך דאך פדוית טוביה.
לאמיר דערציילן, לאמיר דערציילן, די מעלות פון אידישע קינדער,
ווי אזוי הייסן זיי צאן קדשים, און ווי אזוי פארזאמלען זיי זיך קהלות יעקב, און
ווי אזוי צייכענען זיי זיך רשומים בשמך,און וואס שרייען זיי שואגים הושענא.
אויף וועמען אויף וועמען פארלאזן זיי זיך תמוכים עליך.
וועגן דעם שרייען מיר, הושענא הושענא.
לאמיר דערציילן, לאמיר דערציילן, די מעלות פון אידישע קינדער,
***

עולם הבא
עולם הבא איז א גוטע זאך,
לערנען תורה איז נאך א בעסערע זאך,
ווארף אוועק יעדן יאך,
לערן תורה נאך און נאך,
עולם הבא איז א גוטע זאך.
***
רבש"ע לאמיר מאכן א בייט
מחברו: הרה"ק מבארדיטשוב זי"ע

רבונו של עולם איך וויל מיט דיר מאכן א בייט,
א בייט וויל איך מיט דיר מאכן.
איך וועל דיר געבן חטאים עוונות ופשעים, אוי וויי טאטע.
טאמער ווילסטו פרעגן וואס וועסטו מיר געבן דערפאר, זאג איך דיר.
דו וועסט מיר געבן מחילה סליחה וכפרה, אוי וויי טאטע.
טאמער וועסטו מיינען גלייך אויף גלייך, ניין זאג איך דיר.
דו וועסט מיר נאך צוגעבן, בני חיי ומזוני, אוי וויי טאטע.
טאמער וועסטו פרעגן וואס בני הייסט, זאג איך דיר.
בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות, אוי וויי טאטע.
טאמער וועסטו פרעגן וואס חיי הייסט, זאג איך דיר.
חי חי יודוך וישבחוך, אוי וויי טאטע.
טאמער וועסטו פרעגן וואס מזוני הייסט, זאג איך דיר.
ואכלת ושבעת וברכת את ה' אלקיך, אוי וויי טאטע.
די מצריים שרייען אז זייער גאט איז א גאט, ניין זאג איך דיר.
די פרסיים שרייען אז זייער גאט איז א גאט, ניין זאג איך דיר,
די מינים און אפיקורסים שרייען אז
ס'איז חלילה נישט דא קיין גאט, יא זאג איך דיר.
אבער איך, לוי יצחק בן שרה סאשע זאג, יתגדל ויתקדש שמה רבא
***
אודה לאל
הפי' באידיש נתחבר ע"י הרה"ח ר' אלחנן זאב קלגאסבאלד ע"ה הי"ד
מחסידי באבוב – שו"ב בטשעבין

אודה לאל לבב חוקר, ברן יחד כוכבי בוקר,
ברן יחד, ברן יחד, ברן יחד כוכבי בוקר.
געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן.
שימו לב אל הנשמה, לשם שבו ואחלמה,
ואורה כאור החמה, שבעתים כאור הבוקר.
נעם דיר נאר גוט אין אכט, אז די נשמה די שיינע פראכט,
זאל נישט קומען צו קיין שאנד, ווייל זי איז א דימאנט א בריליאנט,
דו מוזט דאך וויסן דערפון, אז זי לייכט ווי די זין,
זיבן מאל מער ווי דער פרי באגין.
געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן.
מכסא כבוד חצבה, לגור בארץ ערבה,
להצילה מלהבה, ולהאירה לפנות בוקר.
איר שטאם איז לויטער און ריין, פון כסא הכבוד אליין,
און מיט איר גרויסע ווערד, פלאטערט זי אויף דער ערד,
דארף מען היטן זי, ווי פון פייער און א ברי,
זי זאל שיינען און לייכטן יעדן מארגן פרי.
געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן.
עורו נא כי בכל לילה, נשמתכם עולה למעלה,
לתת דין וחשבון מפעלה, ליוצר ערב ובוקר.
וואך פון שלאף אויף, און נעם דיר גוט אין באטראכט,
אז די נשמה גייט ארויף, אין הימל יעדע נאכט.
דין וחשבון יעדן טאג, מוז זי געבן איר זאג,
פאר דעם יוצר וואס האט באשאפן נאכט און טאג.
געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן.
ימצאה מקושטת, בטלית וטוטפת,
כמו כלה מקושטת, תמיד בבוקר בבוקר.
דער מענטש שפירט דאס גליק, ווען ער טוט דעם באשעפערס ווילן,
קומט די נשמה צוריק, באקרוינט מיט טלית ותפילין,
באצירט און באשיינט איז זי, ווי א כלה כמות שהיא,
שטענדיג אלעמאל אינדערפרי.
געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן.
הנאמן בפקדונו, יחזירנה לו כרצונו,
איש לא גוע בעונו, ויהי ערב ויהי בוקר.
באגלייבט איז דער באשעפער און קראנט, מיטן משכון מיט זיין פאנט,
זי צוריק שטעלן ריין, ווי דער מענטש וויל אליין,
ער שטייט אויף פריש און געזונט, ער שטארבט נישט פון זיינע זינד,
ווידער א נאכט ווידער א טאג אצינד.
געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן.
והחיו העניה, יחידה תמה ונקיה,
ואשר נפשו חיה, יזכה לאור הבוקר.
טוטס זיך טראכטן און קלערן, ווי אזוי די נשמה צו ערנערן,
אז די נשמה אליין, זאל בלייבן שטענדיג ריין,
ווייל דער וואס געט זיך די מי, ווי אזוי צו שוינען און היטן זי,
וועט ער זוכה זיין צום ליכט פון דערפרי.
געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן.
***
עסן עסט זיך
ניגון ישן מחסידי חב"ד

עסן עסט זיך, שלאפן שלאפט זיך,
וואס זאל מען טון אז עס דאווענט זיך נישט.
עסן עסט זיך, שלאפן שלאפט זיך,
וואס זאל מען טון אז עס לערנט זיך נישט.

***
אז ס'איז נישטא קיין ...
אז ס'איז נישטא קיין אמונה צוזאמען מיט'ן געלט.
וואס'זשעט ארבעטסטו אויף דער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין בינה צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט ברויכסטו די גאנצע וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין גמילות חסדים צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט גייסטו אויף דער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין דעת צוזאמען מיט'ן געלט.
וואס'זשעט דארפסטו די גאנצע וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין הכנסת אורחים צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט הארעוועסטו אויף דער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין ותיקות צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט ווילסטו אויף דער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין זכיות צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט זיכסטו אויף דער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין חסידות צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט כאפסטו די גאנצע וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין טהרה צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט טויג דיר די גאנצע וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין יראת שמים צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט יאגסטו דיך אויף דער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין כבוד התורה צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט קריכסטו אויף דער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין לימוד התורה צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט לעבסטו אויף דער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין מדות צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט מאכסטו אויף דער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין נאמנות צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט נעמסטו די גאנצע וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין סייעתא דשמיא צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט סאפעסטו אויף דער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין ענוה צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט וועסטו ענטפערן אויף דער אמת'דיגער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין פדיון שבויים צוזאמען מיט'ן געלט,
ווא ס'זשעט פלאגסטו דיך אויף דער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין צדקה צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס פאר א ציל האסטו אויף דער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין קדושה צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט קויפסטו אויף דער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין רחמנות צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט ברויכסטו די גאנצע וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין שמירת שבת צוזאמען מיט'ן געלט,
פון וואס'זשעט שעפסטו חיות אויף דער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין תמימות צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס איז דיין תכלית אויף דער וועלט.

***
מ'דארף באהאלטן
מ'דארף באהאלטן, א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט,
ס'זאל זיין א וואונדער,פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן
ערליכער איד.
מ'דארף געדענקן, און נאך שטערקער בענקן, אויף די טעג וואס זענען פון
אונז אוועק,
וואס זיי זענען געווען, און וואס מיט אונז איז געשעהן, עס כאפט דאך אן א
פחד א שרעק.

***
א חסיד
א פייער זאל ברענען און א רויעך זאל נישט גיין,
דאס קען נאר א חסיד אליין פארשטיין.
פאר דעם פאר דעם אליינס איז כדאי א חסיד צו זיין
אלעס איז דיינע, און גארנישט איז מיינע,
דאס קען נאר א חסיד אליין פארשטיין.
פאר דעם פאר דעם אליינס איז כדאי א חסיד צו זיין.
וואס פאר די וועלט איז שיין, זאל ביי דיר זיין געמיין,
דאס קען נאר א חסיד אליין פארשטיין.
פאר דעם פאר דעם אליינס איז כדאי א חסיד צו זיין
***
מיר אידן אינאיינעם
מיר אידן אינאיינעם מיר האבן נישט מורא פון קיינעם,
נאר פון דעם בורא עולם דעם איינעם.
לאמיר אלע ליסטיג זיין, פרייליך זיין, ערליך זיין,
לאמיר אלע דינען דעם באשעפער אליין.

***
די מאמע האט געהייסען
מחברו: הרה"ק רבי משה לייב מסאסוב זי"ע
וזמר זה שר הרה"ק מצאנז זי"ע

אל גנז אגוז ירדתי, ירדתי,
לראות באבי הנחל, לראות באבי הנחל.
לראות הפרחה הפרחה הגפן, לראות הפרחה הפרחה הגפן,
הנצו הרמונים.
די מאמע האט געהייסן, געהייסן,
ניסעלעך פון בוים אפרייסן, ניסעלעך פון בוים אפרייסן,
אוי ווי הויך זענען די צווייגעלעך, אוי ווי נידריג זענען די קינדערלעך,
מיר קענען נישט דערגרייכן.
***
קול דודי
מחברו: הרה"ח ר' מענדל מהורדאק ז"ל

וואלט איך געהאט גאלדענע רעדער, וואלט איך צו דיר געפארן,
וואלט איך געהאט גאלדענע רעדער, וואלט איך צו דיר געפארן,
קול דודי דופק פתחי לי אחתי רעיתי יונתי תמתי.
וואלט איך געהאט גאלדענע פליגלען,וואלט איך צו דיר געפלויגן,
וואלט איך געהאט גאלדענע פליגלען, וואלט איך צו דיר געפלויגן,
קול דודי דופק פתחי לי אחתי רעיתי יונתי תמתי.
וואלט איך געהאט א גאלדענע פעדער, וואלט איך צו דיר געשריבן,
וואלט איך געהאט א גאלדענע פעדער, וואלט איך צו דיר געשריבן,
קול דודי דופק פתחי לי אחתי רעיתי יונתי תמתי.
וואלט איך געהאט א גאלדענע פינגערל, וואלט איך צו דיר געגעבן,
וואלט איך געהאט א גאלדענע פינגערל, וואלט איך צו דיר געגעבן,
קול דודי דופק פתחי לי אחתי רעיתי יונתי תמתי.
***
דו ביסט אונזער גאט
מקובל שהרה"ק בעל צמח צדק זי"ע זימר זמר זה

רבונו של עולם, רבונו של עולם,
דו ביסט אונזער גאט,
אוי מיר זענען דיינע אידן,
דו ביסט אונזער פאטער,
און מיר זענען דיינע קינדער.
***
רבונו של עולם
רבונו של עולם איך בעט דיר זייער,
העלף אלע אידן און אויך מיר,
איך פארזיכער זיך נישט אין קיינעם, נאר אין דיר,
איך האף נישט צו קיינעם, נאר צו דיר,
מיין הילף איז נישט פון קיינעם, נאר פון דיר,
אן דיין הילף קען מען נישט אריבערגיין די שוועל פון טיר,
אן דיין כח קען מען זיך נישט געבן,
קען מען זיך נישט געבן א ריר,
איך פארלאז מיך נישט אויף קיינעם, נאר אויף דיר,
דיין רחמנות און דיינע חסדים, זענען אן א שיעור,
רבונו של עולם מען דארף אנקומען צו דיר,
יעדע רגע און יעדע מינוט, אויף יעדן טריט און יעדן שריט,
סיי ווען ס'איז חס ושלום שלעכט, און סיי ווען ס'איז גוט,
רבונו של עולם איך בעט דיר זייער,
רבונו של עולם איך בעט דיר זייער,
אוי העלף מיר, העלף מיר, איך זאל קענען היטן מיינע אויגן,
און מיינע רייד פון מויל זאלן זיין געוואויגן,
און מיין הארץ, מיין הארץ, זאל זיין פאר דיר געבויגן,
און אלע מיינע מעשים זאלן זיין, כראוי וכהוגן.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: שבת התאחדות – פאסיגע ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

ניגונים
א. טוֹב לְהוֹדוֹת לַה', וּלְזַמֵּר לְשִׁמְךָ עֶלְיוֹן לְהַגִּיד בַּבּוֹקֶר חַסְדֶּךָ, וֶאֱמוּנָתְךָ בַּלֵּילוֹת:
ב. כְּאַיָל תַּעֲרוֹג, עַל אַפִיקֵי מָיִם, עַל אַפִיקֵי מָיִם, כֵּן נַפְשִׁי, נַפְשִׁי תַעֲרוֹג, אֵלֶיךָ אֶלֹקִים. צָמְאָה נַפְשִׁי, צָמְאָה נַפְשִׁי לֵאלֹקִים, צָמְאָה נַפְשִׁי לֵאלֹקִים לְקֵל חָי, מָתַי אָבוֹא וְאֵרָאֶה פְּנֵי אֶלֹקִים, מָתַי אָבוֹא וְאֵרָאֶה פְּנֵי אֶלֹקִים.
ג. הַמַלְאָךְ הַגוֹאֵל אוֹתִי, מִכָּל רָע, יְבָרֵךְ אֶת הַנְעָרִים וְיִקָרֵא בָהֶם שְׁמִי, וְשֵׁם אַבוֹתַי, וְשֵׁם אַבוֹתַי, אַבְרָהָם, וְיִצְחָק, וְיִדְגוּ לָרוֹב, וְיִדְגוּ לָרוֹב, בְּקֶרֶב הָאָרֶץ, אוֹי אוֹי.
ד. לוּלֵי תוֹרָתְךָ שַׁעֲשֻׁעָי, אָז אָבַדְתִּי בְּעָנְיִי, לְעוֹלָם לֹא אֶשְׁכַּח פִּקוּדֶיךָ, כִּי בָּם חִיִיתָנוּ לְךָ אַנִי הוֹשִׁעֵינוּ, כִּי פִּקוּדֶיךָ דָרָשְׁתִּי
ה. אֵלִי אַתָּה וְאוֹדֶךָּ אֱלֹהַי אֲרוֹמְמֶךָּ:
ו. פְּנֵה לְעֶלְבּוֹן, מְקוֹם עָוֹן, מקום עון לְהָשִׂים, צַחַן הָסֵר, וְגַם תְּבַשֵׂר, לְבָּך חוֹסִים סָלַחְתִּי ,
ז. קוֹלִי שְׁמַע, וּרְאֵה דֶמַע, וּרְאֵה דֶמַע עֵינִי, רִיב רִיבִי, שְׁעֵה נִיבִי, וְהַשִׁיבֵנִי סָלַחְתִּי, :
ח. אֲנִי מַאֲמִין, בְּאֶמוּנָה שְׁלֵימָה, בְּבִיאַת הַמָשִׁיחַ ,
ט. וְאַף עַל פִּי, וְאַף עַל פִּי, שְׁיִתְמַהְמֵהַ, עִם כָּל זֶה אַחַכֶּה לוֹ בְּכָל יוֹם שְׁיָבֹא,
י. כִּי נִחַם הַשֵׁם צִיּוֹן נִחַם כָּל חָרְבֹתֶיהָ וַיָּשֶׂם מִדְבָּרָהּ כְּעֵדֶן וְעַרְבָתָהּ כְּגַן הַשֵׁם שָׂשׂוֹן וְשִׂמְחָה יִמָּצֵא בָהּ תּוֹדָה וְקוֹל זִמְרָה:
יא. כִּי תְקַדְמֶנוּ בִּרְכוֹת טוֹב תָּשִׁית לְרֹאשׁוֹ עֲטֶרֶת פָּז: חַיִים שָׁאַל מִמְךָ נָתַתָּ לוֹ אוֹרֶךְ יָמִים עוֹלָם וָעֶד:
יב. אוֹדֶה ה' מְאֹד בְּפִי, וּבְתוֹךְ רַבִּים אֲהַלְלֶנוּ. כִּי יַעֲמֹד לִימִין אֶבְיוֹן, לְהוֹשִׁיעַ מִשֹׁפְטֵי נַפְשׁוֹ.
יג. הֵן בַּבִּקְעָה וְהֵן בָּהָר, הֵן בַּשָׂדֶה וְהֵן בַּיַעַר, הֵן בָּעִיר, וְהֵן בַּכְּפַר, תַצִילֵנוּ מִכָּל צַעַר, וְתוֹצִיאֵנוּ מִגָלוּת הַמַר, אוֹי, לָמָה פָּנֶיךָ תַּסְתִּיר, תִּשְׁכַּח עָנְיֵנוּ וְלַחֲצֵנוּ, אוֹי, לָמָה פָּנֶיךָ תַּסְתִּיר, תִּשְׁכַּח עָנְיֵנוּ וְלַחֲצֵנוּ, אוֹי ווֵיי גֶעווַאלְד, לָאמִיר שְׁרֵייעֶן אִין אַלֶע גַאסְן גֶעווַאלְד, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם דוּ זֶעהְסְט דָאךְ אַלֵיין, כִּי שָׁחָה לְעָפָר נַפְשֵׁינוּ, דָבְקָה לָאָרֶץ בִּטְנֵנוּ, בֶּעטְן מִיר דִיר, קוּמָה קוּמָה, קוּמָה עֶזְרָתָה לָנוּ, קוּמָה, קוּמָה עֶזְרָתָה לָנוּ וּפְדֵנוּ לְמַעַן חַסְדֶךָ
יד. כֹּה אָמַר ה' זָכַרְתִּי לָךְ חֶסֶד נְעוּרַיִך אַהַבַת כְּלוּלוֹתַיִך לֶכְתֵּך אַחְרֵי בַּמִדְבָּר בְּאֶרֶץ לֹא זְרוּעָה׃
טו. וְיֵדַע כָּל פָּעוּל כִּי אַתָּה פְעַלְתּוֹ, וְיָבִין כָּל יָצוּר כִּי אַתָּה יְצַרְתּוֹ, וְיֹאמַר כֹּל אֲשֶׁר נְשָׁמָה בְּאַפּוֹ, ה’ אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל מֶֽלֶךְ, וּמַלְכוּתוֹ בַּכֹּל מָשָֽׁלָה.
טז. וְהַעֲרֶב נָא יְיָ אֱלֹהֵינוּ אֶת דִּבְרֵי תוֹרָתְךָ בְּפִינוּ, וּבְפִיּוֹת עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל, וְנִהְיֶה אֲנַחְנוּ וְצֶאֱצָאֵינוּ, וְצֶאֱצָאֵי צֶאֱצָאֵינוּ, וְצֶאֱצָאֵי עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל, כֻּלָּנוּ יוֹדְעֵי שְׁמֶךָ, וְלוֹמְדֵי תוֹרָתֶךָ לִשְׁמָהּ.
יז. אָבִינוּ, אָב הָרַחֲמָן, הַמְרַחֵם, רַחֵם נָא עָלֵינוּ, וְתֵן בְּלִבֵּנוּ בִּינָה, לְהָבִין וּלְהַשְׂכִּיל, לִשְׁמֹעַ, לִלְמוֹד וּלְלַמֵּד, לִשְׁמֹר וְלַעֲשׂוֹת וּלְקַיֵּם אֶת כָּל דִּבְרֵי תַלְמוּד תּוֹרָתֶךָ בְּאַהֲבָה. וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתוֹרָתֶךָ, וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְוֹתֶיךָ, וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ,
יח. צָמְאָה נַפְשִׁי לֵאלֹקִים לְקֵל חָי מָתַי אָבוֹא וְאֵרָאֶה פְּנֵי אֱלֹקִים:
יט. אֵין עֲרוֹך לְךָ ה' אֱלֹקֵינוּ בָּעוֹלָם הַזֶּה, וְאֵין זוּלָתְךָ מַלְכֵּנוּ לְחַיֵּי הָעוֹלָם הַבָּא, אֶפֶס בִּלְתְּךָ גּוֹאֲלֵנוּ לִימוֹת הַמָּשִׁיחַ, וְאֵין דּוֹמֶה לְּךָ מוֹשִׁיעֵנוּ לִתְחִיַּת הַמֵּתִים:
כ. רַחֵם בְּחַסְדֶּךָ, עַל עַמְּךָ צוּרֵנוּ עַל צִיּוֹן מִשְׁכַּן כְּבוֹדֶךָ זְבוּל בֵּית תִּפְאַרְתֵּנוּ, בֶּן דָּוִד עַבְדֶּךָ יָבֹא וְיִגְאָלֵנוּ רוּחַ אַפֵּינוּ מָשִׁיחַ ה':
כא. צָמְאָה לְךָ נַפְשִׁי כָּמַהּ לְךָ בְּשָׂרִי בְּאֶרֶץ צִיָּה וְעָיֵף בְּלִי מָיִם, כֵּן בַּקֹּדֶשׁ חֲזִיתִךָ לִרְאוֹת עֻזְּךָ וּכְבוֹדֶךָ:
כב. קֵלִי אַתָּה וְאוֹדֶךָ אֱלֹקַי אֲרוֹמְמֶךָ:
כג. זְכָר דָבָר לְעַבְדֶךָ, עַל אַשֶׁר יִחַלְתָּנִי. זֹאת נֶחָמָתִי בְעָנְיִי, כִּי אִמְרָתְךָ חִיָתְנִי. זֵדִים הֱלִיצֻנִי עַד מְאֹד, מִתּוֹרָתְךָ לֹא נָטִיתִי
כד. וְהוּא יוֹשִׁיעֵנוּ וְיִגְאָלֵנוּ שֵׁנִית וְיַשְׁמִיעֵנוּ בְּרַחֲמָיו שֵׁנִית לְעֵינֵי כָּל חַי לֵאמֹר, הֵן גָּאַלְתִּי אֶתְכֶם אַחֲרִית כְּרֵאשִׁית לִהְיוֹת לָכֶם לֵאלֹקִים:
כה. כְּבוֹדוֹ מָלֵא עוֹלָם, מְשָׁרְתָיו שׁוֹאֲלִים זֶה לָזֶה אַיֵּה מְקוֹם כְּבוֹדוֹ לְהַעֲרִיצוֹ, לְעֻמָּתָם בָּרוּך יֹאמֵרוּ:
כו. עַד אָנָה ה' תִּשְׁכָּחֵנִי נֶצַח עַד אָנָה תַּסְתִּיר אֶת פָּנֶיךָ מִמֶּנִּי, הַבִּיטָה עֲנֵנִי ה' אֱלקָי הָאִירָה עֵינַי:
כז. הִגָלֶה נָא וּפְרוֹס חֲבִיבִי עָלַי אֶת סֻכַּת שְׁלוֹמֶךָ:
כח. כֹּה אָמַר ה' זָכַרְתִּי לָך חֶסֶד נְעוּרַיִך אַהֲבַת כְּלוּלוֹתָיִך לֶכְתֵּך אַחֲרַי בַּמִּדְבָּר בְּאֶרֶץ לא זְרוּעָה:
כט. אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, בְּבִיאַת הַמָּשִׁיחַ, וְאַף עַל פִּי שֶׁיִּתְמַהְמֵהַּ, עִם כָּל זֶה אֲחַכֶּה לּוֹ בְּכָל יוֹם שֶׁיָּבוֹא:
ל. רַחֵם נָא ה' אֱלקֵינוּ, עַל יִשְׂרָאֵל עַמֶּךָ, וְעַל יְרוּשָׁלַיִם עִירֶךָ, וְעַל צִיּוֹן מִשְׁכַּן כְּבוֹדֶךָ, וְעַל מַלְכוּת בֵּית דָּוִד מְשִׁיחֶךָ, וְעַל הַבַּיִת הַגָּדוֹל וְהַקָּדוֹשׁ:
לא. שִׁפְכִי כַּמַיִם לִבֵּך נֹכַח פְּנֵי ה':
לב. לְמַעַן אַחַי וְרֵעָי אֲדַבְּרָה נָּא שָׁלוֹם בָּך, לְמַעַן בֵּית ה' אֱלֹקֵינוּ אֲבַקְשָׁה טוֹב לָך:
לג. אַחֵינוּ כָּל בֵּית יִשְׂרָאֵל, הַנְּתוּנִים בַּצָרָה וּבַשִׁבְיָה, הָעוֹמְדִים בֵּין בַּיָּם וּבֵין בַּיַּבָּשָׁה, הַמָּקוֹם יְרַחֵם עֲלֵיהֶם וְיוֹצִיאֵם מִצָּרָה לִרְוָחָה, וּמֵאֲפֵלָה לְאוֹרָה, וּמִשִּׁעְבּוּד לִגְאֻלָּה, הַשְׁתָּא בַּעֲגָלָא וּבִזְמַן קָרִיב, וְנֹאמַר אָמֵן:
לד. הַמַּלְאָך הַגֹּאֵל אֹתִי מִכָּל רָע יְבָרֵך אֶת הַנְּעָרִים וְיִקָּרֵא בָהֶם שְׁמִי וְשֵׁם אֲבוֹתַי אַבְרָהָם וְיִצְחָק וְיִדְגּוּ לָרֹב בְּקֶרֶב הָאָרֶץ:
לה. לוּלֵי תוֹרָתְךָ שַׁעֲשֻׁעָי אָז אָבַדְתִּי בְעָנְיִי: לְעוֹלָם לֹא אֶשְׁכַּח פִּקּוּדֶיךָ כִּי בָם חִיִּיתָנִי, לְךָ אֲנִי הוֹשִׁיעֵנִי כִּי פִקּוּדֶיךָ דָרָשְׁתִּי:
לו. כְּאַיָּל תַּעֲרֹג עַל אֲפִיקֵי מָיִם כֵּן נַפְשִׁי תַעֲרג אֵלֶיךָ אֱלקִים, צָמְאָה נַפְשִׁי לֵאלקִים לְקֵל חָי מָתַי אָבוֹא וְאֵרָאֶה פְּנֵי אֱלקִים:
לז. אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ אָבִינוּ אָתָּה, אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ אֵין לָנוּ מֶלֶך אֶלָּא אָתָּה:
לח. וְיֵדַע כָּל פָּעוּל כִּי אַתָּה פְעַלְתּוֹ וְיָבִין כָּל יְצוּר כִּי אַתָּה יְצַרְתּוֹ, וְיֹאמַר כֹּל אֲשֶׁר נְשָׁמָה בְּאַפּוֹ ה' אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל מֶלֶך וּמַלְכוּתוֹ בַּכֹּל מָשָׁלָה:
לט. יִוָּדַע בַּגּוֹיִם לְעֵינֵינוּ נִקְמַת דַּם עֲבָדֶיךָ הַשָּׁפוּך: תָּבוֹא לְפָנֶיךָ אֶנְקַת אָסִיר כְּגֹדֶל זְרוֹעֲךָ הוֹתֵר בְּנֵי תְמוּתָה: וְהָשֵׁב לִשְׁכֵנֵינוּ שִׁבְעָתַיִם אֶל חֵיקָם חֶרְפָּתָם אֲשֶׁר חֵרְפוּךָ ה':
מ. כִּי נִחַם ה' צִיּוֹן נִחַם כָּל חָרְבתֶיהָ, וַיָּשֶׂם מִדְבָּרָהּ כְּעֵדֶן וְעַרְבָתָהּ כְּגַן ה', שָׂשֹוֹן וְשִׂמְחָה יִמָּצֵא בָהּ, תּוֹדָה וְקוֹל זִמְרָה:
מא. פְּנֵה לְעֶלְבּוֹן, מְקוֹם עָוֹן, לְהָשִׂים: צַחַן הָסֵר, וְגַם תְּבַשֵּׂר, לְבָך חוֹסִים, סָלַחְתִּי, קוֹלִי שְׁמַע, וּרְאֵה דֶּמַע, עֵינִי:
מב. כַּד יַתְבִין יִשְׂרָאֵל וְעָסְקִין וְעָסְקִין בְּשִׂמְחַת הַתּוֹרָה, קוּדְשָׁא בְּרִיך הוּא אוֹמֵר אוֹמֵר לְפַּמַלְיָא דִילֵי', חֲזוּ חֲזוּ בָּנֵי בָּנֵי בָּנֵי חֲבִיבֵי, דְמִשְׁתַּכְּחִין בְּצַעֲרָא דִילְהוֹן וְעָסְקִין בְּחֶדְוָתָא דִילִי.
מג. מַכְנִיסֵי רַחֲמִים הַכְנִיסוּ רַחֲמֵינוּ, לִפְנֵי בַּעַל הָרַחֲמִים, מַשְׁמִיעֵי תְּפִלָּה הַשְׁמִיעוּ תְּפִלָּתֵנוּ, לִפְנֵי שׁוֹמֵעַ תְּפִלָּה, מַשְׁמִיעֵי צְעָקָה הַשְׁמִיעוּ צַעֲקָתֵנוּ, לִפְנֵי שׁוֹמֵעַ צְעָקָה, מַכְנִיסֵי דִמְעָה הַכְנִיסוּ דִמְעוֹתֵינוּ, לִפְנֵי מֶלֶך מִתְרַצֶּה בִּדְמָעוֹת, הִשְׁתַּדְּלוּ וְהַרְבּוּ תְּחִנָּה וּבַקָּשָׁה, לִפְנֵי מֶלֶך קֵל רָם וְנִשָׂא:
מד. אַך לֵאלֹקִים דּוֹמִּי נַפְשִׁי כִּי מִמֶּנּוּ תִּקְוָתִי אַך הוּא צוּרִי וִישׁוּעָתִי מִשְׂגַּבִּי לֹא אֶמּוֹט:
מה. אָנָּה ה' כִּי אֲנִי עַבְדֶּךָ, אֲנִי עַבְדְּךָ בֶּן אֲמָתֶךָ פִּתַּחְתָּ לְמוֹסֵרָי:
מו. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, וּתְמַהֵר וְתָחִישׁ לִגְאָלֵינוּ וְתִבְנֶה בֵּית מִקְדָשֵׁינוּ וְתִפְאַרְתֵּינוּ:
מז. אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ, חָנֵּנוּ וַעֲנֵנוּ כִּי אֵין בָּנוּ מַעֲשִׂים, עֲשֵׂה עִמָּנוּ צְדָקָה וָחֶסֶד וְהוֹשִׁיעֵנוּ:
מח. הִגָּלֶה נָא וּפְרוֹס חֲבִיבִי עָלַי אֶת סֻכַּת שְׁלוֹמֶךָ, תָּאִיר אֶרֶץ מִכְּבוֹדֶךָ, נָגִילָה וְנִשְׂמְחָה בָּך, מַהֵר אֱהוֹב כִּי בָא מוֹעֵד וְחָנֵנוּ כִּימֵי עוֹלָם:
מט. כִּי לֶקַח טוֹב נָתַתִּי לָכֶם, תּוֹרָתִי אַל תַּעֲזֹבוּ עֵץ חַיִּים הִיא לַמַּחֲזִיקִים בָּהּ, וְתֹמְכֶיהָ מְאֻשָּׁר דְּרָכֶיהָ דַרְכֵי נֹעַם וְכָל נְתִיבוֹתֶיהָ שָׁלוֹם:
נ. אַחַת שָׁאַלְתִּי מֵאֵת ה', אוֹתָהּ אֲבַקֵּשׁ, שִׁבְתִּי בְּבֵית ה' כָּל יְמֵי חַיַּי, לַחֲזוֹת בְּנֹעַם ה' וּלְבַקֵּר בְּהֵיכָלוֹ:
נא. כִּי תְקַדְּמֶנּוּ בִּרְכוֹת טוֹב תָּשִׁית לְרֹאשׁוֹ עֲטֶרֶת פָּז, חַיִּים שָׁאַל מִמְּךָ נָתַתָּה לּוֹ אֹרֶך יָמִים עוֹלָם וָעֶד:
נב. כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ וּבְשָׁלוֹם תּוּבָלוּן, הֶהָרִים וְהַגְּבָעוֹת יִפְצְחוּ לִפְנֵיכֶם רִנָּה, וְכָל עֲצֵי הַשָּׂדֶה יִמְחֲאוּ כָף:

נג. וּבְיוֹם הַשַׁבָּת קוֹדֶשׁ שִׂישׂוּ וְשִׂמְחוּ כִּמְקַבְּלֵי מַתַּן נַחֲלִיאֵל:
נד. מֵעֵין עוֹלָם הַבָּא, יוֹם שַׁבָּת מְנוּחָה, כָּל הַמִּתְעַנְּגִים בָּהּ, יִזְכּוּ לְרוֹב שִׂמְחָה, מֵחֶבְלֵי מָשִׁיחַ יֻצָּלוּ לִרְוָחָה, פְּדוּתֵינוּ תַצְמִיחַ וְנָס יָגוֹן וַאֲנָחָה:
נה. שַׁבָּת קוֹדֶשׁ שַׁבָּת שַׁבָּת קוֹדֶשׁ:
נו. פְּרוֹק יַת עָנָךְ מִפּוּם אַרְיְוָתָא, וְאַפֵּיק יַת עַמֵּךְ מִגּוֹ גָלוּתָא, עַמֵּךְ דִּי בְחַרְתְּ מִכָּל אֻמַּיָּא
נז. שַׂבְּעֵנוּ מִטּוּבֶךָ וְשַׂמַּח נַפְשֵׁנוּ בִּישׁוּעָתֶךָ וְטַהֵר לִבֵּנוּ לְעָבְדְּךָ בֶּאֱמֶת, וְהַנְחִילֵנוּ ה' אֱלֹקֵינוּ בְּאַהֲבָה וּבְרָצוֹן שַׁבַּת קָדְשֶׁךָ:
נח. שֶׁבַח יְקָר וּגְדֻלָּה וְכָבוֹד, יִתְּנוּ לָאֵל מֶלֶך יוֹצֵר כֹּל, הַמַּנְחִיל מְנוּחָה לְעַמּוֹ יִשְׂרָאֵל בִּקְדֻשָּׁתוֹ:
נט. וְשָׁמְרוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶת הַשַּׁבָּת, לַעֲשׂוֹת אֶת הַשַּׁבָּת לְדֹרֹתָם בְּרִית עוֹלָם. בֵּינִי וּבֵין בְּנֵי יִשְׂרָאֵל אוֹת הִיא לְעֹלָם:
ס. מְשׁוֹךְ חַסְדְּךָ לְיוֹדְעֶיךָ, אֵל קַנֹּא וְנוֹקֵם, נוֹטְרֵי לַיּוֹם הַשְּׁבִיעִי זָכוֹר וְשָׁמוֹר לְהָקֵם, שַׂמְּחֵם בְּבִנְיַן שָׁלֵם, בְּאוֹר פָּנֶיךָ תַּבְהִיקֵם
סא. שׁוֹמְרֵי מִצְוֹתֶיהָ יִנְחָלוּ לְיוֹם שֶׁכֻּלּוֹ שַׁבָּת בְּצִבְאוֹתֶיהָ, זֶה הָאוֹת אֲשֶׁר שָׂם קֵל, בֵּינוֹ וּבֵין בְּנֵי יִשְׂרָאֵל:
סב. רַחֵם בְּחַסְדֶּךָ, עַל עַמְּךָ צוּרֵנוּ, עַל צִיּוֹן מִשְׁכַּן כְּבוֹדֶךָ, זְבוּל בֵּית תִּפְאַרְתֵּנוּ, בֶּן דָּוִד עַבְדֶּךָ, יָבוֹא וְיִגְאָלֵנוּ, רוּחַ אַפֵּינוּ, מְשִׁיחַ מְשִׁיחַ ה'.
סג. יִבָּנֶה הַמִּקְדָּשׁ, עִיר צִיּוֹן תְּמַלֵּא, וְשָׁם נָשִׁיר שִׁיר חָדָשׁ, וּבִרְנָנָה נַעֲלֶה, הָרַחֲמָן הַנִּקְדָּשׁ, יִתְבָּרַךְ וְיִתְעַלֶּה, עַל כּוֹס יַיִן מָלֵא כְּבִרְכַּת ה'.
סד. וֶוען אִיך וָואלְט גֶעהַאט כֹּח וָואלְט אִיך גֶעלָאפְן אִין דִי גַאסְן אוּן אִיך וָואלְט גֶעשְׁרִיגְן הוֹיעֶך שַׁבָּת הֵיילִיגֶער שַׁבָּת.
סה. אֵין עֲרוֹךְ לְךָ ה' אֱלֹקֵינוּ בָּעוֹלָם הַזֶּה וְאֵין זוּלָתְךָ מַלְכֵּנוּ לְחַיֵּי הָעוֹלָם הַבָּא. אֶפֶס בִּלְתְּךָ גּוֹאֲלֵנוּ לִימוֹת הַמָּשִׁיחַ וְאֵין דּוֹמֶה לְּךָ מוֹשִׁיעֵנוּ לִתְחִיַּת הַמֵּתִים.
סו. קַדְּשֵׁנוּ בְּמִצְוֹתֶיךָ וְתֵן חֶלְקֵנוּ בְּתוֹרָתֶךָ, שַׂבְּעֵנוּ מִטּוּבֶךָ וְשַׂמַּח נַפְשֵׁנוּ בִּישׁוּעָתֶךָ, וְטַהֵר לִבֵּנוּ לְעָבְדְּךָ בֶּאֱמֶת.
סז. שֶׁבַח יְקָר וּגְדֻלָּה וְכָבוֹד יִתְּנוּ לָקֵל מֶלֶךְ יוֹצֵר כֹּל, הַמַּנְחִיל מְנוּחָה, לְעַמּוֹ יִשְׂרָאֵל בִּקְדֻשָּׁתוֹ.
סח. מֵעֵין עוֹלָם הַבָּא, יוֹם שַׁבָּת מְנוּחָה, כָּל הַמִּתְעַנְּגִים בָּהּ, יִזְכּוּ לְרֹב שִׂמְחָה, מֵחֶבְלֵי מָשִׁיחַ, יֻצָּלוּ לִרְוָחָה, פְּדוּתֵנוּ תַצְמִיחַ, וְנָס יָגוֹן וַאֲנָחָה.
סט. זִכְרוּ תּוֹרַת מֹשֶׁה בְּמִצְוַת שַׁבָּת גְּרוּסָה,
ע. וְשָׁמְרוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶת הַשַּׁבָּת, לַעֲשׂוֹת אֶת הַשַּׁבָּת לְדֹרֹתָם בְּרִית עוֹלָם. בֵּינִי וּבֵין בְּנֵי יִשְׂרָאֵל אוֹת הִיא לְעוֹלָם,
עא. פְּרוֹק יַת עָנָךְ מִפּוּם אַרְיְוָתָא, וְאַפֵּיק יַת עַמֵּךְ מִגּוֹ גָלוּתָא, עַמֵּךְ דִּי בְחַרְתְּ מִכָּל אֻמַּיָּא.
עב. אוֹי אוֹי שַׁבָּת, אוֹי אוֹי שַׁבָּת, אוֹי אוֹי שַׁבָּת קוֹדֶשׁ.
עג. תְּנוּ שֶׁבַח וְשִׁירָה לָקֵל אֲשֶׁר שַׁבָּת בָּרָא.
עד. יִשְׂמְחוּ בְמַלְכוּתְךָ שׁוֹמְרֵי שַׁבָּת וְקוֹרְאֵי עֹנֶג, עַם מְקַדְּשֵׁי שְׁבִיעִי, כֻּלָּם יִשְׂבְּעוּ וְיִתְעַנְּגוּ מִטּוּבֶךָ, וּבַשְּׁבִיעִי רָצִיתָ בּוֹ וְקִדַּשְׁתּוֹ, חֶמְדַּת יָמִים אוֹתוֹ קָרָאתָ, זֵכֶר לְמַעֲשֵׂה בְרֵאשִׁית.
עה. וְהוּא יוֹשִׁיעֵנוּ וְיִגְאָלֵנוּ שֵׁנִית, וְיַשְׁמִיעֵנוּ בְּרַחֲמָיו שֵׁנִית לְעֵינֵי כָּל חָי, לֵאמֹר: הֵן גָּאַלְתִּי אֶתְכֶם אַחֲרִית כְּרֵאשִׁית, לִהְיוֹת לָכֶם לֵאלֹקִים.
עו. .
עז. קָהּ רִבּוֹן עָלַם וְעָלְמַיָּא, אַנְתְּ הוּא מַלְכָּא מֶלֶךְ מַלְכַיָּא עוֹבַד גְּבוּרְתֵּךְ וְתִמְהַיָּא, שְׁפַר קֳדָמָךְ לְהַחֲוָיָּא.
עח. לְמִקְדָּשֵׁךְ תּוּב וּלְקֹדֶשׁ קֻדְשִׁין, אֲתַר דִּי בֵהּ יֶחֱדוּן רוּחִין וְנַפְשִׁין, וִיזַמְּרוּן לָךְ שִׁירִין וְרַחֲשִׁין, בִּירוּשְׁלֵם קַרְתָּא דְשׁוּפְרַיָּא.
עט. יִשְׂמְחוּ בְמַלְכוּתְךָ שׁוֹמְרֵי שַׁבָּת וְקוֹרְאֵי עֹנֶג, עַם מְקַדְּשֵׁי שְׁבִיעִי, כֻּלָּם יִשְׂבְּעוּ וְיִתְעַנְּגוּ מִטּוּבֶךָ, וּבַשְּׁבִיעִי רָצִיתָ בּוֹ וְקִדַּשְׁתּוֹ, חֶמְדַּת יָמִים אוֹתוֹ קָרָאתָ, זֵכֶר לְמַעֲשֵׂה בְרֵאשִׁית.

פ. יוֹדוּ לַה' חַסְדּוֹ, וְנִפְלְאוֹתָיו לִבְנֵי אָדָם כִּי הִשְׂבִּיעַ נֶפֶשׁ שֹׁקֵקָה, וְנֶפֶשׁ רְעֵבָה מִלֵּא טוֹב:
פא. וְתִגָּלֶה וְתֵרָאֶה מַלְכוּתוֹ עָלֵינוּ בִּזְמַן קָרוֹב:
פב. נָאר אֶמוּנָה נָאר אֶמוּנָה אִין בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים,
פג. הָאטְס אֶמוּנָה, הָאטְס אֶמוּנָה אִין בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוֹי טֵייעֶרֶע אִידְן הַארְצִיגֶע אִידְן, עֶס ווֶעט אֵייךְ גוּט זַיין, הַיינְט, הַיינְט אוּן אַלֶעמָאל, אוֹיף דֶער ווֶעלְט, אוּן אוֹיף יֶענֶע ווֶעלְט.
פד. גוּטְס אַרֵיין אַ נְחָמָה'לֶע אִין אַ יוּדִישֶׁע נְשָׁמָה'לֶע גוּטְס אַרֵיין אַ חַיוּת אִין אַ יוּד.
פה. טוֹב לִי תּוֹרַת פִּיךָ, מֵאַלְפֵי זָהָב וָכָסֶף.
פו. הוֹשִׁיעָה אֶת-עַמֶךָ, וּבָרֵךְ אֶת נַחֲלָתֶךָ, וּרְעֵם וְנַשְּׂאֵם עַד עוֹלָם.
פז. מ¬ֹשֶׁה אֶמֶת, וְתוֹרָתוֹ אֶמֶת
פח. וְיֵדְעוּ וְיֵדְעוּ וְיֵדְעוּ, כִּי אַתָּה שִׁמְךָ ה' כִּי אַתָּה שִׁמְךָ ה' לְבַדֶךָ ,
פט. עֶלְיוֹן עֶלְיוֹן עַל כָּל הָאָרֶץ, עֶלְיוֹן עֶלְיוֹן עַל כָּל הָאָרֶץ:
צ. תְּהֵא הַשָׁעָה הַזֹאת, שַׁעֲת רַחֲמִים, וְעֵת רָצוֹן, מִלְפָנֶיךָ
צא. קָהּ, זְכוּת אָבוֹת, זְכוּת אָבוֹת יָגֵן עָלֵינוּ, זְכוּת אָבוֹת, יָגֵן יָגֵן יָגֵן עָלֵינוּ,
צב. אוֹי, נֶצַח יִשְׂרָאֵל, מִצָרוֹתֵינוּ גְאָלֵנוּ, וּמִבּוֹר גָלוּת דְלֵנוּ, דְלֵנוּ וְהַעֲלֵנוּ, אוֹי אוֹי, לְנַצֵחֲ, לְנַצֵחֲ, לְנַצֵחֲ, עַל מְלֶאכֶת בֵּית ד, :
צג. וְאָמַר וְאָמַר בַּיוֹם הַהוּא, וְאָמַר בַּיוֹם הַהוּא, הִנֵה אֱלוֹקֵינוּ זֶה זֶה, קִוִינוּ לוֹ וְיוֹשִׁיעֵנוּ , זֶה ה' קִוִינוּ לוֹ, נָגִילָה נָגִילָה, וְנִשְׂמְחָה בִּישׁוּעָתוֹ אוֹי אוֹי, :
צד. אֶחָד יָחִיד וּמְיוּחָד, הָיָה הֹוֶה וְיִהְיֶה, אוֹי אוֹי
צה. לַעֲשׂות נַחַת רוּחַ, לַעֲשׂות נַחַת רוּחַ, לַעֲשׂות נַחַת רוּחַ לְהַבּוֹרֵא יִתְבָּרֵךְ שְׁמוֹ
צו. אַהַבַת עוֹלָם תָּבִיא לָהֶם, תָּבִיא תָּבִיא לָהֶם וּבְּרִית אָבוֹת לַבָּנִים תִּזְכּוֹר, אוֹי אוֹי לַבָּנִים תִּזְכּוֹר,
צז. אַהַבַת עוֹלָם תָּבִיא לָהֶם, תָּבִיא תָּבִיא לָהֶם, וּבְּרִית אָבוֹת לַבָּנִים תִּזְכּוֹר, לַבָּנִים תִּזְכּוֹר, :
צח. בָּרוּךְ, בָּרוּךְ ה', ה' אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל, בָּרוּךְ ה' אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל, מִן הָעוֹלָם וְעַד הָעוֹלָם, וְאָמַר כָּל הָעָם אָמֵן, הַלְלוּקָהּ:
צט. שְׁנִשְׁמַע וְנִתְבַּשֵׂר, בְּשׂוֹרוֹת טוֹבוֹת, יְשׁוּעוֹת וְנֶחָמוֹת, אוֹי אוֹי, שְׁנִשְׁמַע וְנִתְבַּשֵׂר בְּשׂוֹרוֹת טוֹבוֹת יְשׁוּעוֹת וְנֶחָמוֹת, שְׁנִשְׁמַע וְנִתְבַּשֵׂר בְּשׂוֹרוֹת טוֹבוֹת, יְשׁוּעוֹת וְנֶחָמוֹת
ק. וְתֵן בָּנוּ, וְתֵן וְתֵן בָּנוּ, יֵצֶר יֵצֶר טוֹב, לְעָבְדְךָ, בְּאֶמֶת וּבְיִרְאָה, וּבְאַהַבָה,:
קא. וְחֶסֶד ה', מֵעוֹלָם וְעַד עוֹלָם, וְחֶסֶד ה ', מֵעוֹלָם וְעַד עוֹלָם, עַל יְרֵאָיו, וְצִדְקָתוֹ לִבְנֵי בָּנִים לִבְנֵי בָּנִים, אוֹי אוֹי אוֹי:
קב. וְעַתָּה אֱלֹקֵינוּ , מוֹדִים אֲנַחְנוּ לָךְ, וּמְהַלְלִים, וּמְהַלְלִים, לְשֵׁם תִּפְאַרְתְּךָ, לְשֵׁם תִּפְאַרְתְּךָ , וִיבָרְכוּ, וִיבָרְכוּ, שֵׁם כְּבוֹדֶךָ, וּמְרוֹמָם עַל כָּל בְּרָכָה וּתְהִלָה,
קג. יְקוּם פּוּרְקָן מִן שְׁמַיָא, חִנָא וְחִסְדָא וְרַחֲמֵי, וְחֲיֵי אַרִיכֵי וּמְזוֹנֵי רְוִיחֵי, וְסִייַעתָּא דִשְׁמַיָא
קד. וְתִבְנֵהוּ מְהֵרָה, וּתְגַדֵל כְּבוֹדוֹ, וּתְגַדֵל כְּבוֹדוֹ אוֹי אוֹי אָבִינוּ מַלְכֵּינוּ, אָבִינוּ מַלְכֵּינוּ, גַלֵה, גַלֵה כְּבוֹד, גַלֵה כְּבוֹד מַלְכוּתְךָ עָלֵינוּ, עלינו מְהֵרָה, וְתִבְנֵהוּ מְהֵרָה וּתְגַדֵל, וּתְגַדֵל כְּבוֹדוֹ:
קה. וִיְמַלֵא מִשְׁאַלוֹתֵינוּ, וִיְמַלֵא מִשְׁאַלוֹתֵינוּ, וִיְמַלֵא מִשְׁאַלוֹתֵינוּ בְּמִדָה טוֹבָה יְשׁוּעָה וְרַחְמִים
קו. יִרְאוּ עֵינֵינוּ, וְיִשְׂמַח לִבֵּנוּ, יִרְאוּ עֵינֵינוּ, וְיִשְׂמַח לִבֵּנוּ, וְתָגֵל נַפְשֵׁינוּ , בִּישׁוּעָתְךָ בְּאֶמֶת, בִּישׁוּעָתְךָ בְּאֶמֶת, בֶּאֶמוֹר לְצִיוֹן מָלַךְ אֶלֹקָיִךְ, מָלַךְ אֶלֹקָיִךְ
קז. אַשְׁרֵי הָעָם, שְׁכָּכָה לוֹ, אַשְׁרֵי הַָעָם שֶה' אֶלֹקָיו ,
קח. הַכֹּל יוֹדוּךָ, וְהַכֹּל יְשַׁבְּחוּךָ, וְהַכֹּל יֹאמְרוּ, וְהַכֹּל יֹאמְרוּ אֵין קָדוֹשׁ כַּה',
קט. כִּי אַתָּה הוּא מֶלֶךְ מַלְכֵי הַמְלָכִים, מַלְכוּתוֹ נֶצַח, נוֹרְאוֹתָיו שִׂיחוּ, סַפְּרוּ עוּזוֹ, פֶּאֱרוּהוּ צְבָאָיו ,קַדְשׁוּהוּ, רוֹמְמוּהוּ, רוֹן שִׁיר וָשֶׁבַח, תּוֹקֶף תְּהִלוֹת תִּפְאַרְתּוֹ, :
קי. בָּרוּךְ הוּא אֱלֹהֵֽינוּ שֶׁבְּרָאָֽנוּ לִכְבוֹדוֹ וְהִבְדִּילָֽנוּ מִן הַתּוֹעִים וְנָֽתַן לָֽנוּ תּוֹרַת אֱמֶת וְחַיֵּי עוֹלָם נָטַע בְּתוֹכֵֽנוּ
קיא. כִּי לַייָ הַמְּלוּכָה, וּמֹשֵׁל בַּגּוֹיִם.
קיב. אוֹר חָדָשׁ עַל צִיּוֹן תָּאִיר, וְנִזְכֶּה כֻלָּֽנוּ בִּמְהֵרָה לְאוֹרוֹ.
קיג. אַ יוּד צוּ זַיין אִיז טֵייעֶר אַ יוּד צוּ זַיין אִיז גוּט, לָאְמִיר אַלֶע טַאקֶע זַיין אַן עֶרְלִיכֶער יוּד.
קיד. עִבְדוּ אֶת ה' בְּשִֹמְחָה בֹּאוּ לְפָנָיו בִּרְנָנָה.
קטו. אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ פְּתַח שַׁעֲרֵי שָׁמַיִם לִתְפִלָתֵנוּ.
קטז. עוֹלָם הַבָּא אִיז אַ גוּטֶע זַאךְ, לֶערְנֶען תּוֹרָה אִיז דִי בֶּעסְטֶע זַאךְ, וַוארְף אַוֶועק אַ יֶעדֶן יָאךְ, אוּן לֶערְן תּוֹרָה נָאךְ אוּן נָאךְ, לֶערְנֶען תּוֹרָה אִיז דִי בֶּעסְטֶע זַאךְ.
קיז. וַהַרִקֹתִי לָכֶם בְּרָכָה עַד בְּלִי דַי, עַד שֶׁיִבְלוּ שִׂפְתוֹתֵיכֶם מִלוֹמַר דַי.
קיח. אַשְׁרֵי אָדָם עוֹז לוֹ בָּךְ, אַשְׁרֵי אִישׁ שֶׁלֹא יִשְׁכָּחֶךָּ וּבֶן אָדָם יִתְאַמֶץ בָּךְ.
קיט. טַאטֶע אִיךְ דַאנְק דִיךְ טַאטֶע אִיךְ לוֹיבּ דִיךְ טַאטֶע אִיךְ הָאְבּ דִיךְ לִיבּ, טַאטֶע אִיךְ דַאנְק דִיךְ טַאטֶע אִיךְ לוֹיבּ דִיךְ וַוייל אִיךְ בִּין אַ יוּד, אַשְׁרֵינוּ מַה טוֹב חֶלְקֵינוּ וּמַה נָעִים גוֹרָלֵינוּ וּמַה יָפָה יְרוּשָׁתֵינוּ.
קכ. וְטַהֵר לִבֵּנוּ לְעָבְדְ בֶּאֱמֶת.
קכא. וְתָמִיד נְסַפֵּר תְּהִילָתֶ וּנְהַלֵל לְשֵׁם תִּפְאַרְתֶּ, וַאֲנִי בְּעוֹדִי אֲהַלְלָה בּוֹרְאִי.
קכב. וּבְכֵן צַדִיקִים יִרְאוּ וְיִשְׂמָחוּ וִישָׁרִים יַעֲלוֹזוּ וַחֲסִידִים בְּרִנָה יָגִילוּ.
קכג. אַחַת שָׁאַלְתִּי מֵאֵת ה' אוֹתָהּ אַבַקֵשׁ שִׁבְתִּי בְּבֵית ה' כָּל יְמֵי חַיַי לַחֲזוֹת בְּנוֹעַם ה' וּלְבַקֵר בְּהֵיכָלוֹ.
קכד. טוֹב לְהוֹדוֹת לַה' וּלְזַמֵר לְשִׁמְךָ עֶלְיוֹן: לְהַגִיד בַּבּוֹקֶר חַסְדֶךָ וֶאֱמוּנָתְךָ בַּלֵילוֹת:
קכה. מַה תִּשְׁתּוֹחֲחִי נַפְשִי וּמַה תֶּהֱמִי עָלַי הוֹחִילִי לֵאלֹקִים כִּי עוֹד אוֹדֶנוּ יְשׁוּעוֹת פָּנַי וֵאלֹקָי
קכו. מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֶלֹקֵי וֵאלֹקֵי אַבוֹתַי עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִֹיתָ עִמָדִי וְעִם כָּל עַמְךָ בֵּית יִשְֹרָאֵל בְּנֵי בְּרִיתֶךָ
קכז. מִן הַמֵּצַר קָרָאתִי קָהּ, עָנָנִי בַמֶּרְחָב קָהּ.
קכח. וְזַכֵּינוּ לִרְאוֹת בָּנִים וְּבְנֵי בָנִים עוֹסְקִים בַּתּוֹרָה וְּבְמִצְוֹת עַל-יִשְׂרָאֵל שָׁלוֹם.
קכט. קוֹל צָהֳלָה וְרִנָּה. שְׂפָתֵינוּ אָז תְּרַנֵּנָה. אָנָּא יְיָ הוֹשִׁיעָה נָּא. אָנָּא יְיָ הַצְלִיחָה נָא:
קל. זַרְעָא חַיָּא וְקַיָּמָא, זַרְעָא דִּי לָא יִפְסוּק, וְדִי לָא יִבְטוּל, מִפִּתְגָּמֵי אוֹרַיְתָא.
קלא. שִׁירוּ לוֹ, זַמְּרוּ לוֹ, שִׂיחוּ בְּכָל נִפְלְאֹתָיו. הִתְהַלְלוּ בְּשֵׁם קָדְשׁוֹ, יִשְׂמַח לֵב מְבַקְשֵׁי ה’.
קלב. אֲהַלְלָה ה’ בְּחַיָּי, אֲזַמְּרָה לֵאלקי בְּעוֹדִי.
קלג. כִּי כָל פֶּה לְךָ יוֹדֶה, וְכָל לָשׁוֹן לְךָ תִשָּׁבַע, וְכָל עַיִן לְךָ תְצַפֶּה, וְכָל בֶּרֶךְ לְךָ תִכְרַע,
קלד. אֲנָא עַבְדָּא דְקֻדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא,
קלה. עַד הֵנָּה עֲזָרוּנוּ רַחֲמֶיךָ, וְלֹא עֲזָבוּנוּ חֲסָדֶיךָ, ה’ אלקינוּ, וְאַל תִּטְּשֵׁנוּ, ה’ אלקינוּ, לָנֶצַח.
קלו. יוֹדוּ לַה’ חַסְדּוֹ, וְנִפְלְאוֹתָיו לִבְנֵי אָדָם. כִּי הִשְׂבִּיעַ נֶפֶשׁ שֹׁקֵקָה, וְנֶפֶשׁ רְעֵבָה מִלֵּא טוֹב.
קלז. יִשְׂמְחוּ הַשָּׁמַיִם וְתָגֵל הָאָרֶץ, יִרְעַם הַיָּם וּמְלֹאוֹ.
קלח. בָּרוּךְ הוּא אֱלֹהִים אֲשֶׁר טוֹב גְּמָלָנוּ. כְּרַחֲמָיו וּכְרֹב חֲסָדָיו הִגְדִּיל לָנוּ. אֵלֶה וְכָאֵלֶה יוֹסֵף עִמָּנוּ. לְהַגְדִּיל שְׁמוֹ הַגָּדוֹל הַגִּבּוֹר וְהַנּוֹרָא שֶׁנִּקְרָא עָלֵינוּ :
קלט. כִּי הִרְבֵּיתָ טוֹבוֹת אֵלָי כִּי הִגְדַלְתָּ חַסְדְךָ עָלָי וּמָה אָשִׁיב לָך וְהַכֹּל שֶׁלָך לְךָ שָׁמַיִם אַף אֶרֶץ לָך.
קמ. שֶׁבְּשִׁפְלֵנוּ זָכַר לָנוּ כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ, וַיִּפְרְקֵנוּ מִצָּרֵינוּ כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ:
קמא. לַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לְהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַך:
קמב. כִּי אוֹרֶך יָמִים וּשְׁנוֹת חַיִּים וְשָׁלוֹם יוֹסִיפוּ לָך:
קמג. כוְתֶאֱסוֹף גָּלֻיּוֹתֵינוּ לְחַצְרוֹת קָדְשֶׁךָ, לִשְׁמוֹר חֻקֶּיךָ, וְלַעֲשׂוֹת רְצוֹנֶךָ, וּלְעָבְדְךָ בְּלֵבָב שָׁלֵם:
קמד. אַך טוֹב וָחֶסֶד יִרְדְּפוּנִי כָּל יְמֵי חַיָּי וְשַׁבְתִּי בְּבֵית ה' לְאֹרֶך יָמִים:
קמה. תְּהֵא הַשָּׁעָה הַזֹּאת שְׁעַת רַחֲמִים וְעֵת רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ:
קמו. הוֹשִׁיעָה אֶת עַמֶּךָ וּבָרֵך אֶת נַחֲלָתֶךָ, וּרְעֵם וְנַשְּׂאֵם עַד הָעוֹלָם:
קמז. יְהִי הַחֹדֶשׁ הַזֶּה כִּנְבוּאַת אֲבִי חוֹזֶה, וְיִשָּׁמַע בְּבַיִת זֶה וּבְבָתֵּי כָּל יִשְׂרָאֵל קוֹל שָׂשׂוֹן וְקוֹל שִׂמְחָה, קוֹל חָתָן וְקוֹל כַּלָּה, חָזָק יְמַלֵּא מִשְׁאֲלוֹתֵינוּ אַמִּיץ יַעֲשֶׂה בַּקָּשָׁתֵנוּ, וְהוּא יִשְׁלַח בְּמַעֲשֵׂה יָדֵינוּ בְּרָכָה וְהַצְלָחָה:
קמח. קַדְּשֵׁנוּ בְּמִצְוֹתֶיךָ וְתֵן חֶלְקֵנוּ בְּתּוֹרָתֶךָ שַׂבְּעֵנוּ מִטּוּבֶךָ וְשַׂמַּח נַפְשֵׁנוּ בִּישׁוּעָתֶךָ וְטַהֵר לִבֵּנוּ לְעָבְדְּךָ בֶּאֱמֶת:
קמט. הַכֹּל יוֹדוּךָ, וְהַכֹּל יְשַׁבְּחוּךָ, וְהַכֹּל יֹאמְרוּ אֵין קָדוֹשׁ כַּה':
קנ. וְחֶסֶד ה' מֵעוֹלָם וְעַד עוֹלָם עַל יְרֵאָיו וְצִדְקָתוֹ לִבְנֵי בָנִים:
קנא. וִימַלֵּא מִשְׁאֲלוֹתֵינוּ בְּמִדָּה טוֹבָה יְשׁוּעָה וְרַחֲמִים:
קנב. עִבְדוּ אֶת ה' בְּשִׂמְחָה, בֹּאוּ לְפָנָיו בִּרְנָנָה:
קנג. אָמַר רַבִּי עֲקִיבָא, אַשְׁרֵיכֶם יִשְׂרָאֵל, לִפְנֵי מִי אַתֶּם מִטַּהֲרִין, וּמִי מְטַהֵר אֶתְכֶם, אֲבִיכֶם שֶׁבַּשָּׁמַיִם וְאוֹמֵר מִקְוֵה יִשְׂרָאֵל ה', מַה מִקְוֶה מְטַהֵר אֶת הַטְמֵאִים, אַף הַקָדושׁ בָּרוּך הוּא מְטַהֵר אֶת יִשְׂרָאֵל:
קנד. אֱמֶת, אַתָּה הוּא רִאשוֹן וְאֶמֶת אַתָּה הוּא אַחֲרוֹן, וּמִבַּלְעָדֶיךָ אֵין לָנוּ מֶלֶך גוֹאֵל וּמוֹשִׁיעַ:
קנה. עַל זֹאת שִׁבְּחוּ אֲהוּבִים וְרוֹמְמוּ לָאֵל, וְנָתְנוּ יְדִידִים זְמִירוֹת שִׁירוֹת וְתִשְׁבָּחוֹת, בְּרָכוֹת וְהוֹדָאוֹת לְמֶּלֶך קֵל חַי וְקַיָּם:
קנו. בָּרוּך הוּא אֱלֹקֵינוּ שֶׁבְּרָאָנוּ לִכְבוֹדוֹ, וְהִבְדִּילָנוּ מִן הַתּוֹעִים, וְנָתַן לָנוּ תּוֹרַת אֱמֶת, וְחַיֵּי עוֹלָם נָטַע בְּתוֹכֵנוּ:
קנז. יְהִי ה' אֱלֹקֵינוּ עִמָּנוּ כַּאֲשֶׁר הָיָה עִם אֲבוֹתֵינוּ, אַל יַעַזְבֵנוּ וְאַל יִטְּשֵׁנוּ: לְהַטּוֹת לְבָבֵנוּ אֵלָיו, לָלֶכֶת בְּכָל דְּרָכָיו:
קנח. בָּרוּך ה' אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל מִן הָעוֹלָם וְעַד הָעוֹלָם, וְאָמַר כָּל הָעָם אָמֵן, הַלְלוּקָהּ:
קנט. מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקַי וֵאלֹקֵי אֲבוֹתַי, עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי וְעִם כָּל בְּנֵי בֵיתִי וְעִם כָּל עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל בְּנֵי בְּרִיתֶיךָ:
קס. וְיֵתֵי לָנָא וּלְכָל נַפְשָׁתָנָא חִנָּא וְחִסְדָּא וְחַיֵי אֲרִיכֵי וּמְזוֹנֵי רְוִיחֵי וְרַחֲמֵי מִן קֳדָמֵיהּ:
קסא. וַאֲנִי בְּעוֹדִי אֲהַלְלָה בּוֹרְאִי, וַאֲבָרֶכְכָה כָּל יְמֵי צְבָאִי:
קסב. מְהֵרָה, ה' אֱלֹהֵינוּ, יִשָּׁמַע בְּעָרֵי יְהוּדָה וּבְחֻצוֹת יְרוּשָׁלָיִם, קוֹל שָׂשׂוֹן וְקוֹל שִׂמְחָה, קוֹל חָתָן וְקוֹל כַּלָּה, קוֹל מִצְהֲלוֹת חֲתָנִים מֵחֻפָּתָם וּנְעָרִים מִמִּשְׁתֵּה נְגִינָתָם.
קסג. מַה תִּשְׁתּוֹחֲחִי נַפְשִׁי וּמַה תֶּהֱמִי עָלָי הוֹחִילִי לֵאלֹקִים כִּי עוֹד אוֹדֶנּוּ יְשׁוּעֹת פָּנַי וֵאלֹקָי:
קסד. וְאֶטָּהֵר וְאֶתְקַדֵּשׁ בִּקְדֻשָּׁה שֶׁל מַעְלָה, וְעַל יְדֵי זֶה יֻשְׁפַּע שֶׁפַע רַב בְּכָל הָעוֹלָמוֹת:
קסה. זַמְּרוּ אֱלֹהִים זַמֵּרוּ זַמְּרוּ לְמַלְכֵּנוּ זַמֵּרוּ כִּי מֶלֶך כָּל הָאָרֶץ אֱלֹהִים זַמְּרוּ מַשְׂכִּיל:
קסו. וְאִלּוּ פִינוּ מָלֵא שִׁירָה כַּיָּם. וּלְשׁוֹנֵנוּ רִנָּה כַּהֲמוֹן גַּלָּיו. וְשִׂפְתוֹתֵינוּ שֶׁבַח כְּמֶרְחֲבֵי רָקִיעַ. אֵין אֲנַחְנוּ מַסְפִּיקִים לְהוֹדוֹת לְךָ ה' אֱלֹקֵינוּ:
קסז. בָּרוּך הוּא אֱלֹקֵינוּ אֲשֶׁר טוֹב גְּמָלָנוּ, כְּרַחֲמָיו וּכְרוֹב חֲסָדָיו הִגְדִּיל לָנוּ, אֵלֶּה וְכָאֵלֶּה יוֹסֵף עִמָּנוּ, לְהַגְדִּיל שְׁמוֹ הַגָּדוֹל הַגִּבּוֹר וְהַנּוֹרָא שֶׁנִּקְרָא עָלֵינוּ:
קסח. וּתְמַהֵר וּתְמַהֵר וְתָחִישׁ, וְתָחִישׁ לְגָאָלֵנוּ , וְתִבְנֶה וְתִבְנֶה, בֵּית מִקְדָשֵׁינוּ, וְתִבְנֶה בֵּית, מִקְדָשֵׁינוּ וְתִפְאַרְתֵּנוּ אוֹי, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם לֵייז שׁוֹין אוֹיס, וְתָחִישׁ לְגָאָלֵנוּ, בּוֹי שׁוֹין אוֹיף דַיין הֵיילִיג הוֹיז, בִּמְהֵרָה בְּיָמֵינו ,
קסט. וְאָמַר בַּיוֹם הַהוּא, הִנֵה אֱלוֹקֵינוּ זֶה זֶה, קִוִינוּ לוֹ וְיוֹשִׁיעֵנוּ , זֶה ה' קִוִינוּ לוֹ, נָגִילָה, וְנִשְׂמְחָה בִּישׁוּעָתוֹ
קע. הִנֵּה מַה טּוֹב וּמַה נָּעִים שֶׁבֶת אַחִים גַּם יָחַד:
קעא. וְעַתָּה אֱלקֵינוּ מוֹדִים אֲנַחְנוּ לָך, וּמְהַלְלִים לְשֵׁם תִּפְאַרְתֶּךָ, וִיבָרְכוּ שֵׁם כְּבוֹדֶךָ, וּמְרוֹמַם עַל כָּל בְּרָכָה וּתְהִלָּה:
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: שבת התאחדות – פאסיגע ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

wow! א הערליכע אוצר, ייש"כ גדול!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
ליב ליינער
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 07, 2017 9:07 pm

Re: שבת התאחדות – פאסיגע ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליב ליינער »

איינער קען ביטע מאכן א PDF?
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: שבת התאחדות – פאסיגע ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דא האב איך עס געלייגט אויף א ווארד פייל
ליב ליינער
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 07, 2017 9:07 pm

Re: שבת התאחדות – פאסיגע ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליב ליינער »

יישר כח גדול!
קלוג ייד
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 6:07 pm

Re: שבת התאחדות – פאסיגע ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוג ייד »

Ban Mazel האט געשריבן: זונטאג מאי 08, 2022 9:54 pm
דער שבת ליד
דעם שבת ווער עס הייליגט, דער ווערט גערייניגט, פון א יעדע עבירה.
ווער עס פארשטייט די כוונה, דעם איז עס א מתנה, דער באקומט א נשמה יתירה.
דער שבת איז טייער, ער ברענט ווי א פייער, ממש מעין עולם הבא.
נאר דער קען דאס שפירן, ווער עס טוט זיך אידיש פירן, וואויל איז אים בזה ובבא.

אין אלע הייליגע ספרים געפינען מיר שטיין,
דעם טעם פארוואס שבת הייסט אות געבן זיי צו פארשטיין,
ווייל פון שבת זעהט א יעדער לויטער און ריין,
אז דער עם סגולה איז היינט אויך נאר דאס אידעלע אליין.

ווייל כאטש דאס אידעלע איז שוין צוויי-טויזענט יאר אין גלות פארשפרייט,
און א גאנצע וואך פון דאגות און פון צרות פארדרייט,
עס קומט אבער פרייטאג צונאכט נישט גערישט און נישט געגרייט,
ווערט ער פול מיט נחת און מיט פרייד.

דאס קענען דאך אנדערע גארנישט משיג זיין,
ווי אזוי די שמחה איז געווארן אזוי גרויס און די דאגה אזוי קליין,
נאר אז דאס איז דער אור פון שבת וואס לייכט אין אידישן הארץ אריין,
מן השמים פון באשעפער אליין.
דער שבת איז טייער, ער ברענט ווי א פייער, ממש מעין עולם הבא.
נאר דער קען דאס שפירן, ווער עס טוט זיך אידיש פירן, וואויל איז אים בזה ובבא.

ווען דאס אידעלע קומט פרייטאג צונאכט פונעם שול אהיים,
באגלייטן אים צוויי מלאכים ביז אין שטוב אריין,
דער מלאך טוב וואונטשט אים אן לשבת הבא כן,
און דער מלאך רע מוז בעל כרחו נאכזאגן אמן.

דאס אידעלע נעמט זיך זאגן אזוי ווי מ'ברויך,
פייערדיג מיט גרויס כוונה שבת שלום ומבורך,
דערנאך באגריסט ער זיינע געסט די מלאכי מרום,
שלום עליכם מלאכי השלום.

ער פארגעסט פון אלע זאכן פון א גאנצע וואך,
פון געשעפטן שמועסט ער גארנישט ער דענקט נאך זיי נישט נאך,
אזוי ווי די חכמים דרש'נען וביום השביעי,
יהא בעיניך כל מלאכתך עשוי.
דער שבת איז טייער, ער ברענט ווי א פייער, ממש מעין עולם הבא.
נאר דער קען דאס שפירן, ווער עס טוט זיך אידיש פירן, וואויל איז אים בזה ובבא.

ווי שיין איז דאס צוצוקוקען ווי דאס אידעלע זאגט זיך פרום,
פייערדיג מיט גרויס כוונה רבון כל העולמים,
דאס בני בית זיצט מיט דרך ארץ און הערט צו שטיל,
זינגען דעם זמר אשת חיל.

קידוש צו מאכן מיט גרויס כוונה נעמט ער זיך דערצו,
און זאגט ויהי ערב ויהי בוקר יום הששי,
ויכולו השמים והארץ וכל צבאם,
הוא יצרם והוא בראם.

די קדושה הערשט אין שטיבעלע עס לייכטן זיך די לעכט,
אויפ'ן טיש ליגט לחם משנה מיט א שיין געפלעכט,
די צוויי מלאכים בענטשן אים און זאגן דעם פסוק פאר,
וסר עונך וחטאתך תכופר.
דער שבת איז טייער, ער ברענט ווי א פייער, ממש מעין עולם הבא.
נאר דער קען דאס שפירן, ווער עס טוט זיך אידיש פירן, וואויל איז אים בזה ובבא.

מ'וואשט זיך צום לחם משנה און מ'זעצט זיך צום טיש,
מ'דערלאנגט אים באלד א פארציע מיט פיש,
ער זינגט אתקינו סעודתא און ויהא רעוא דערנאך,
מ'דערלאנגט אים באלד א פרישן טעלער יאך.

פלייש און צושפייז פעלט אויך נישט עס איז פון אלעם דא,
אפילו פירות ברענגט מען אויך צו דער שבת סעודה,
ביים ארימאן איז אויך אנגעגרייט בכל מכל כל,
אזוי ווי אין פסוק שטייט לא ניכר שוע לפני דל.

דאס אידעלע איז גוט געלוינט און זינגט זיך פריילעך אזוי,
כל מקדש שביעי כראוי לו,
לעכטיגקייט און פרייליכקייט איז ביים אידעלע אומעטום,
ווען ער זינגט מנוחה ושמחה אור ליהודים.
דער שבת איז טייער, ער ברענט ווי א פייער, ממש מעין עולם הבא.
נאר דער קען דאס שפירן, ווער עס טוט זיך אידיש פירן, וואויל איז אים בזה ובבא.

ווי שיין איז דאס צוצוקוקן און ווי זיס,
ווי דאס אידעלע פאר'מח'ט זיך ביי מה ידידות,
עס איז דאך גארנישט צו שילדערן ווי אזוי דאס איז בא'טעמ'ט,
ווען ער זינגט מה יפית ומה נעמת.

און אויך אזוי ביי דעם זמר צור משלו,
אשרי העם שככה לו,
מ'שטעלט זיך אויף און מ'מאכט א רעדל ארום און ארום,
מ'זינגט דעם זמר רננו צדיקים.

רבונו של עולם קוק שוין אראפ פון הימל אויף אונז אמאל,
און זעה שוין אז מי כעמך ישראל,
דו מעגסט דיך מיט זיי אלע בארימען,
אפילו ריקנים שבהם מלאים מצוות כרימון.
דער שבת איז טייער, ער ברענט ווי א פייער, ממש מעין עולם הבא.
נאר דער קען דאס שפירן, ווער עס טוט זיך אידיש פירן, וואויל איז אים בזה ובבא.

איי ס'איז דא נעבעך אידעלעך וואס היטן דעם שבת נישט,
איז אויך נאר ווייל אונז זעמיר פארטריבן פון דיין הייליגן טיש,
ווייל אונז זעמיר שוין צוויי טויזענט יאר נתונים בצרה,
פארגעסן זיי פון שבת קודש הנתונה במרה.

טו אונז נאר פון דעם גלות ארויס ציען,
וועסטו זעהן אז זיי אלע וועלן אויך רוען,
בינד שוין אויף פון אונזערע הענד די שטריק די גרויסע,
וועסטו זעהן שוין אז כל עדת ישראל יעשו אותו.

רבש"ע ווי לאנג וועלן מיר נאך אין גלות שרייען,
לשנה הבאה בירושלים,
העלף אונז שוין און לייז אונז שוין אויס בזכות די תפלה,
וואס דאס אידעלע בעט זיך שבת קודש אויף די גאולה.
דער דער שבת איז טייער, ער ברענט ווי א פייער, ממש מעין עולם הבא.
נאר דער קען דאס שפירן, ווער עס טוט זיך אידיש פירן, וואויל איז אים בזה ובבא.

ער שרייט מיט א יאמערלעך קול טאטע זיסע,
אלקא דיליה יקר ורבותא,
פרוק ית ענך מפום אריותא,
ואפיק ית עמך מגו גלותא.

שומע צעקת דל ומאזין תחינה,
דו ווייסט דאך אז די גאנצע כוונה איז נאר וועגן גלות השכינה,
ס'זאל שוין מקודש ווערן שמך המחולל בגוים,
על אלה אני בוכיה עיני יורדה מים.

רבש"ע נעם דיך שוין אן פאר דיין כבוד,
און שיק אונז גיך און באלד משיח בן דוד,
ס'זאל מקוים ווערן דער פסוק והיתה לד המלוכה,
תנחילנו ליום שכולו שבת ומנוחה.
דער שבת איז טייער, ער ברענט ווי א פייער, ממש מעין עולם הבא.
נאר דער קען דאס שפירן, ווער עס טוט זיך אידיש פירן, וואויל איז אים בזה ובבא.
* * *
גוט שבת
גוט שבת, גוט שבת, גוט שבת, גוט שבת גוט שבת,
אוי וויי, שרייט'זשעט אידעלעך, גוט שבת,
זאג'זשעט אידעלעך, גוט שבת,
הייליגער שבת, לעכטיגער שבת,
שרייט'זשעט אידעלעך גוט שבת. )ב"פ(
* * *
ישמח משה
ישמח משה במתנת חלקו, כי עבד נאמן קראת לו
דער שבת האט דער בורא געגעבן, נאר פאר אונז יודעלעך אליין,
און אזוי שטייט אין די תורה געשריבן,
אז שבת דארף מען פרייליך זיין,
עסן דאס שענסטע און דאס בעסטע, לויט ווי איינער פארמאגט.
קליידער אנצוטאן די שענסטע,
ווייל אזוי האט אונז דער תורה אנגעזאגט,
ישמח משה במתנת חלקו, כי עבד נאמן קראת לו,
דאס יודעלע איז נעבעך אין גלות, ליידן ליידט ער צרות אן א שיעור,
שבת פארגעסט ער אין אלעם, ער לעבט זיך ווי א גביר,
אין שבת געפינט ער א נחמה, זיין אויסגעמאטערטע נשמה,
נפש כי נאנחה, בא שבת בא מנוחה,

ישמח משה במתנת חלקו, כי עבד נאמן קראת לו

***
ווען איך וואלט געהאט כח
שמור לקדשו מבואו ועד צאתו,
שבת קודש יום חמדתו.(ב"פ)
ווען איך וואלט געהאט כח,
וואלט איך געלאפן אין די גאסן,
און איך וואלט געשריגן הויעך,
שבת, הייליגער שבת. (ב"פ)
מקולות מים רבים אדירים משברי ים
אדיר במרום ה'. (ב"פ)

***
הכנה לשבת קודש
מחברו: הרה"ח ר' יו"ט עהרליך ע"ה

שבת קודש, שבת קודש,
גרייטן זיך אידן צום שבת קודש,
שטארק צופרידן מיט שבת קודש,
יעדער איינער וויל זיין הייליג, אין דעם שבת קודש,

יעדער איינער וויל א חלק, אין דעם שבת קודש.
די תנאים, די אמוראים, הנה מה טוב ומה נעים,
עפעס טון פאר דעם שבת קודש,
וואס מען קען פאר דעם שבת קודש,
דער גאנצער כח, דער גאנצער מח, שבת, שבת.
רב הונא צינט ליכט לכבוד שבת,
רבא זאלצט פיש לכבוד שבת,
רב חסדא בראקט קרויט, רבי זירא מאכט פייער,
רב נחמן טראגט וואסער, לכבוד שבת,
רב ספרא מאכט ריין א קאפ פון א בהמה, אלץ לכבוד שבת,
און מיט אהבה, און מיט אימה, אלץ לכבוד שבת.
שבת קודש, שבת קודש, גרייטן זיך אידן צום שבת קודש,
שטארק צופרידן מיט שבת קודש,
יעדער איינער וויל זיין הייליג, אין דעם שבת קודש,
יעדער איינער וויל א חלק, אין דעם שבת קודש.
א גרויסע זכיה, אן עליה, יעדער איד מיט זיין יגיעה,
עפעס טוהן פאר דעם שבת קודש,
וואס מען קען פאר דעם שבת קודש,
וואס מער לויפן, וואס מער קויפן, שבת, שבת,
די ליכט אנגרייטן, לכבוד שבת,
פיצן קנויטן, לכבוד שבת,
אוי אלץ באדארפן, די שפינוועבס ווארפן,
די מעסערס שארפן, לכבוד שבת,
נאר עס זאל פאר אלעמען טויגן, אלץ לכבוד שבת,
נישט שטיין די בעל הבאסטע פאר די אויגן, אלץ לכבוד שבת,
א גרויסע זכיה, אן עליה, יעדער איד מיט זיין יגיעה,
עפעס טון פאר'ן שבת קודש, וואס מען קען פאר'ן שבת קודש,
וואס מער מיען, וואס מער ציען, שבת, שבת,
באקן חלות, לכבוד שבת, עסן אלעס, לכבוד שבת,
אליין געבראטן, אליין געקנאטן, ווי מער געראטן לכבוד שבת,
יעדער איינער וויל זיין הייליג, אין דעם שבת קודש,
יעדער איינער וויל א חלק, אין דעם שבת קודש:
***
קבלת שבת אין פעלד
מחברו: הרה"ח ר' יו"ט עהרליך ע"ה

הערט אויס ליבע אידן, וואס איך וועל אייך דערציילן,
און איר וועט זיין צופרידן, זייער שטארק מיט דעם,
די מעשה האט געטראפן, איך וועל אייך זאגן אפן,
מען זאגט אז ביים אריז"ל, מען זאגט אז ביים בעל שם.
זכרונם לברכה, מיר ווייסן די הלכה,
אז אט די מלאכה, האבן ביידע גוט געקענט.
שטיינער מאכן זינגען, וואסער מאכן קלינגען,
ביימער זאלן שפרינגען, און פאטשן מיט די הענט.
פריילעך אידן, מיר דארפן זיין צופרידן,
פון אונזער בורא, מיט זיין תורה, גליקליך זיין אסאך.
און מיר גלויבן, אז דער פון אויבן,
האט געגעבן כח אויך פאר זיינע צדיק'מלעך.
אוי אוי אוי אוי אוי,
דער צדיק איז אמאל, געגאנגען בארג און טאל,
מיט חסידים און תלמידים א באשטימטע צאל.
אוי אוי אוי אוי אוי,
עס קומט שבת אויף דער וועלט, און אינמיטן פעלד,
מקבל זיין דעם ליבן שבת האט ער זיך געשטעלט.
בואי כלה, דער שבת איז פאר אלע,
נישטא קיין שוהל, נישטא קיין עמוד, קיין זאך איז נישטא,
קום קום כלה, עס ווארטן אויף דיר אלע,
שעפסאלאך מיט בהמה'לאך, פני שבת נקבלה.
דער צדיק זינגט א ניגון, עס איז א פארגעניגן,
עס קומען צו די ציגן, זיי האבן נישט קיין רוה.
די קעלבאלאך די קליינע, די שעפסאלאך די שיינע,
איינע גלייך נאך איינע, רוקן זיי זיך צו.
געקומען זענען אלע,מען הערט עפעס א כלה,
מען זעהט דעם צדיק טאנצן, מען הערט אויס זיין געזאנג.
עפעס נעמט זיי ציען, עפעס נעמט זיי בריען,
עפעס נעמט זיי גליען, אין קעפל א געדאנק.
בואי כלה, דער שבת איז פאר אלע,
די שעפסאלאך, די ציגאלאך, מען קומט פון אומעטום.
און זיי בליקן, און זיי קוקן,
און פון גרויסן פארגעניגן רינגעלט מען ארום..
אוי אוי אוי אוי אוי,
עפעס האט דערשפירט, דער ווערימעל וואס קריכט,
די פייגעלעך, די האזעלעך, די הערצאלעך גערירט.
אוי אוי אוי אוי אוי,
א טומל א געלויף, די קעפלאך אויף ארויף,
און צוביסלעך, אויף די פיסלעך, הייבן זיי זיך אויף.
טאנצט טאנצט ציגן, א פארגעניגן,
אויף די פיס די אונטערשטע, אז שיין איז עס צו זעהן.
שאף און רינדער, ווי די קינדער,
אלע שפרינגען, אלע זינגען, יעדער ווי ער קען.
אוי אוי אוי אוי אוי,
קוקט נאר אין דערהויעך, די שטערן קומען אויך,
און זיי גלאנצן, און זיי טאנצן, אויף א ווייסן רויך.
אוי אוי אוי אוי אוי,
זעהט נאר ווער עס פליט, די פליגלן אויסגעציהט,
מלאכים קומען צו דעם צדיק, טאנצן מיט אים מיט.
בואי כלה. דער שבת איז פאר אלע,
ווער עס גלויבט אין שבת, איז דער שבת פאר אים דא.
קום קום כלה, מיר ווארטן אויף דיר אלע,
בואי כלה, בואי נא, פני שבת נקבלה.

***

יום מנוחה וקדושה
מחברו: הרה"ח ר' יו"ט עהרליך ע"ה

שבת שבת קודש, קומט דאך אויף דער וועלט.
שבת שבת קודש, אלץ ווערט אפגעשטעלט.
שבת אויפן וואסער, שבת אויפן פעלד.
שבת אינדערויסן, שבת אין געצעלט.
שבת שבת קודש, באלד זעקס טויזנט יאר.
קומט דער ליבער שבת קודש, פונקט גענוי און קלאר.
שבת שבת קודש, דער ליבלונג פון דעם איד.
ער ליבט דעם שבת, און ער שעצט אים, ווי דעם אויג אים היט.
שבת קודש, קומט מיט אונז צוזאמען.
אויף אלע וועגן, אויף אלע שטעגן, איבער אלע ים'ען.
אין דעם גרויסן גלות קלעם, אין פחד און אין שרעק.
גייט מען אויף קידוש השם, פון שבת נישט אוועק.
געשעפטן גרויסע מיט פארדינסט, לאזט מען אפ מיט שרעק.
ווי דער שבת קומט צו גיין, ווארפט מען אלץ אוועק.
שבת שבת קודש, ווען דער שבת קומט.
א נשמה גאר א נייע, יעדער איד באקומט.
שבת שבת קודש, מער פון יעדע צייט.
פאנגט עס אן צו ציען, און צו בענקן ערגעץ ווייט.
ווייל אויבן אין גן עדן, איז פארהאן אן ארט.
און פרייטאג פארנאכט, קומען אלע נשמות דארט.
און דורך א רער א ברייטן, הייבן זיי זיך אויף.
און זיי פליען צום באשעפער, זייער הויך ארויף.
***
יוסף מוקיר שבת
מחברו: הרה"ח ר' יו"ט עהרליך ע"ה

הערט א מעשה ליבע אידן,
אין גמרא שטייט געשריבן,
און געוויס איר אלע פון דעם ווייסן.
געווען א איד וואס האט געליטן,
א אידענע מיט קינדער זיבן,
יוסף מוקיר שבת האט ער געהייסן.
א גרויסער ארימאן,
דער הייזל ווי א שפאן,
הארט ביי דעם ים,
פון ארימקייט מן הסתם.
א גאנצע וואך אין יאך כסדר,
א פארשמירטע און א נאסער,
און נישט אויסגעגעבן קיין איין גראשן.
געטראגן האט ער אלטע קליידער,
און געגעסן ברויט מיט וואסער,
און די געלט האט ער איבערגעלאזן.
די קינדערלעך, די פרוי,
צופרידן געווען אזוי,
אין הויז איז טאקע פוסט,
אבער אלע האבן שוין געוואוסט.
אז דאנערשטאג פארטאג,
פלעגט ער געבן צו די אידענע א זאג,
שנעלער, בעל הבית'טע קרוין,
נעם דעם קוישל שוין.
נא דיר די גאנצע געלט,
קויף אלץ וואס דיר געפעלט.
די בעסטע פיש,
זאל זיין גרויס און פעט און פריש,
די בעסטע פלייש און וויין,
ווי טייער עס זאל נישט זיין,
און פרוכטן זייער פיל,
זאל זיין אלס וואס מען וויל.
און די אידענע איז אוועק,
גענומען ברענגען גאנצע פעק,
א גאנצע נאכט,
קיין אויג נישט צוגעמאכט.
און געבאקט און געקאכט,
א גרויס'ן לעקאך, א גרויס'ן טארט,
און געקאכט און געבאקט,
עס האט אין אויוון אזש געקנאקט.
און פרייטאג פארנאכט,
דריי אורחים האט ר' יוסף געבראכט,
אין הויז איז ליכטיג און שיין,
ווי אין גן עדן אליין,
און פון אויבן אן,
ווי א קעניג אויף זיין טראן,
זיצט ר' יוסף אליין,
און זינגט זיך זמירות מלא חן,
אשת חיל מי ימצא,
אזוינס ווי דער שבת איז נישט דא.
און אביסל ווייטער דארטן,
פונקט אקעגן יוסף'ס הייזל,
געשטאנען איז א פאלאץ א פארמאכטע.
און ארום א שיינע גארטן,
מיט פלויט פון שטאל און אייזן,
און א טויער שטענדיג א פארשפארטע.
געוואוינט האט דארט א הער,
א גרויסער מיליאנער,
א גרויסער באנדיט,
האט פיינט געהאט א איד.
פיל געלט האט ער געטוהן פארמאגן,
האט ער אויך פארמאגט פיל יארן,
אפשר שוין די אכציג און אריבער,
די פרוי און די קינדער פלעגט ער זאגן,
זענען ווי אוועק געפארן,
און אליין געלאזט האט מען אים איבער.
און קארג איז ער געווען,
קיין ארימאן נישט געוואלט זעהן,
געלעבט גאנץ אליין,
פונקט אזוי ווי א שטיין.
געדויערט נישט לאנג,
און דער גוי ווערט זייער קראנק,
און אינמיטן די נאכט,
א דאקטאר האט מען אים געבראכט,
וואס אויף די שטערן זעהט,
און ווייסט אלץ וואס זיין וועט.
און ער האט אים געזאגט,
אז אלץ וואס ער פארמאגט,
וועט ירש'נען אט דער איד,
וואס דער שבת היט.
דער גוי האט עס דערהערט,
איז אים געווארן זייער שלעכט.
ער האט א קונה געבראכט,
און אלץ פארקויפט אינמיטן די נאכט.
און געקויפט פאר די געלט,
א בריליאנט פון די גרעסטע אין די וועלט,
זיין הוט איבערגעדרייט,
און דעם בריליאנט אריין גענייט.
האט דער גוי אזוי געשפאנט,
אויף בארג און טאל ארויף אראפ,
און איז פון מענטשן אנטלאפן.
ער האט זיין הוט מיט דעם בריליאנט,
קיינמאל נישט אויסגעטוען פון קאפ,
און איז מיט דעם אפילו געשלאפן.
איינמאל איז ער אוועק,
געקומען צו א פרעמדע ברעג,
אן אייזערנע בריק,
מען קען שוין נישט גיין צוריק.
און ווי ער איז ארויפגעגאנגען,
אויפ'ן בריק ארויף געקראכן,
גענומען האט א רעגן צו גיסן,
עס האט בליצן אנגעפאנגען,
און א שטורעם אויסגעבראכן,
די הוט פון קאפ אראפגעריסן.
געכאפט האט עס א ווינט,
אין ים אריין געשמיצט געשווינד,
און דער גוי איז פון קלעם,
אריינגעשפרינגען כאפן אים.
געקומען א פיש,
געגעבן די וואסער א מיש,
פארשלונגען די הוט אין בויך,
און ארויף געשווימען אין די הויך,
פישער האבן איר דערטאפט,
און אין נעץ אריינגעכאפט.
און פרייטאג פארנאכט,
האט מען די פיש אויפ'ן ברעג געבראכט,
מען זוכט ארום דארט און דא,
קיין קונה איז נישט דא,
הייסט מען זיי צו גיין,
צו יוסף מוקיר שבת אליין.
זאגט ר' יוסף עס איז א שאד,
מיין אידענע קיין כח שוין נישט האט,
זאגט די אידענע זאג נישט אפ,
איך האב נאך א ליידיגע טאפ.
זי האט צעשניטן די בויך,
און זי האט גענומען שרייען הויך,
א בריליאנט א בריליאנט,
ר' יוסף גיט א בליק,
א בריליאנט א בריליאנט,
אבער צו שבת קומט עס נישט.
האט געזאגט א איד,
אז די גאנצע מעשה איז קיין חידוש ניט,
וואס אויף שבת מען פארווענדט,
קריגט מען צוריק מיט פראצענט.
***

***
מלאכים שרפים
ניגון מהרה"ק בעל צמח צדק זי"ע
וכששמעו מרן הדברי חיים זי"ע מאחד מחסידיו התחיל לזמרו בכל ליל שב"ק
)הפסוק פליאה הוא הוספה
(

פליאה פליאה דעת ממני, נשגבה נשגבה לא אוכל לה.
אנה אלך מרוחך, אנה אלך מרוחך,
ואנה ואנה מפניך אברח, ואנה ואנה מפניך אברח.
אם אסק שמים שם אתה, אם אסק שמים שם אתה,
ואציעה ואציעה שאול הנך, ואציעה ואציעה שאול הנך.
מלאכים שרפים ואופנים, פרעגן זיי, אוי וויי אוי וויי,
וואס איז דער בורא. ענטפערט מען זיי,
לית מחשבה תפיסא ביה, לית מחשבה תפיסא ביה,
לית מחשבה תפיסא ביה, לית מחשבה תפיסא ביה.
מלאכים שרפים ואופנים, פרעגן זיי, אוי וויי אוי וויי,
ווי איז דער בורא. ענטפערט מען זיי,
לית אתר דפנוי מיניה, לית אתר דפנוי מיניה.
לית אתר דפנוי מיניה, לית אתר דפנוי מיניה:

***
אני מאמין
מחברו: הרה"ח ר' יו"ט עהרליך ע"ה
מיוסד ע"פ י"ג עקרי אמונה

אני מאמין, איך גלויב אין דעם,
אז דער בורא געבענטשט זאל זיין זיין שם,
ער האט באשאפן אלע זאכן,
און וואס עס געשעהט טוט ער עס מאכן,
און ער אליין פירט דאך אן מיט דעם.
ער איז געווען און ער איז,
און אונזער האר וועט אייביג זיין,
אזוי ווי ער, איז נישט דא נאך איינער,
פאר אים און נאך אים איז נישט דא קיינער,
און נאר צו אים דארף מען מתפלל זיין.
און אז מען הערט אט די זיסע רייד,
און מען דערהערט און מען פארשטייט,
פון דעם ווערט אין הארצן א פרייד,
און עס זינגט זיך וואו מען שטייט און גייט.
מיר דאנקען און לויבן, פאר אונזער גלויבן,
דעם באשעפער פון אויבן,
וואס גייט מיט אונז און היט,
און האט אונז געגעבן, א גליקלאכער לעבן,
און האט אונז געלערנט וויאזוי צו זיין א איד.
אני מאמין איך גלויב וואס עס שטייט,
אז אמת זענען די נביאים'ס רייד,
און משה רבינו איז זייער פאטער,
און אונז די תורה געגעבן האט ער,
און קיינמאל אנדערש וועט נישט זיין די רייד.
און ער זעהט און ער הערט,
וואס יעדער איינער טוט און קלערט,
די וואס טוען מצוות וועט ער באלוינען,
די וואס טוען נישט, וועט ער נישט שוינען,
און זיין משפט איז דאך שטענדיג גערעכט.
אני מאמין איך גלויב אין גליק,
וואס מיין מאמע האט מיר דערציילט אין וויג,
אז משיח קומען וועט אין פלאמען,
און וועט אונז פירן איבער ימ'ען,
און דווקא אויף א פאפירענעם בריק.
און מען וועט זעהן מיט גרויס פרייד,
ווי דער עלטער זיידע גייט,
ארויסגעקומען פון גן עדן,
און מיר וועלן מיט אים רעדן,
און טרערן וועלן רינען אזש פון פרייד.
און אז מען הערט אט די זיסע רייד,
און מען דערהערט און מען פארשטייט,
פון דעם ווערט אין הארצן א פרייד,
און עס זינגט זיך וואו מען שטייט און גייט.
מיר דאנקען און לויבן, פאר אונזער גלויבן,
דעם באשעפער פון אויבן,
וואס גייט מיט אונז און היט,
און האט אונז געגעבן, א גליקלאכער לעבן,
און האט אונז געלערנט וויאזוי צו זיין א איד.

***
דער בלעטעלע
מחברו: הרה"ח ר' יו"ט עהרליך ע"ה

שטייט א בוים אינמיטן וועג, און די צווייגן ארויס געשטעקט,
און א בלעטעלע רייסט זיך אפ, און עס פאלט אראפ,
גייט א צדיק אויפן וועג, און די בלעטעלע געט א פרעג,
פארוואס ביסטו פון דעם בוים אוועק, און ליגסט אימיטען וועג,
זאגט די בלעטעלע: איך ווייס נישט וואס,
איך בין נישט די בעל-הבית,
מיין צווייג האט פלוצלינג זיך צעוויגט,
און מיר אראפ געפליקט,
צווייגל צווייגל בעל-הבית,
אפשר זאגסטו מיר פארוואס,
דו האסט פלוצלינג זיך צעוויגט,
און דעם בלעטעל אראפ געפליקט,
זאגט די צווייגל איך ווייס נישט וואס,
איך בין נישט דער בעל-הבית,
די ווינט האט פלוצלינג זיך צובלאזט,
און די בלעטעל אראפ געלאזט,
ווינטעלע ווינטעלע בעל-הבית, אפשר זאגסטו מיר פארוואס,
דו האסט פלוצלינג זיך צובלאזט, און די בלעטעל אראפ געלאזט,
זאגט די ווינט איך ווייס נישט וואס,
איך בין נישט דער בעל-הבית,
מיין מלאך האט מיר ארויס געלאזט, און איך האב געבלאזט,
מלאך מלאך'ל בעל-הבית, אפשר זאגסטו מיר פארוואס,
דו האסט דעם ווינט ארויס געלאזט, און ער האט געבלאזט,
זאגט דער מלאך: איך ווייס נישט וואס,
איך בין נישט דער בעל-הבית,
דער באשעפער פון די וועלט, האט מיר אזוי באפעהלט,
באשעפער גרויסע בעל-הבית, אפשר זאגסטו מיר פארוואס,
א קליינע בלעטעלע רייסט זיך אפ, און עס פאלט אראפ,
דער באשעפער ער אליין, געט דעם צדיק צו פארשטיין,
הייב די בלעטעלע אויף פון דארט, און א קוק געב דארט,
דארט ליגט א ווערימעל דאר און קליין, האט נישט קיינעם גאנץ אליין,
ער איז געוועזעהן אויפן בוים, און געאטעמט קוים,
ווייל די זון האט שטארק געברענט, האט ער שלאפן נישט געקענט,
האט ער געבעטען באשעפער באשיץ, איך האלט נישט אויס די היץ,
האב איך דעם מלאך גלייך געזאגט, האט ער דעם ווינט ארויס געיאגט,
האט די צווייגעלע זיך צובלאזט, און די בלעטעל אראפ געלאזט,
מיטן ווערימל אויפן פעלד, און פאר איהם די זון פארשטעלט,
און די קליינע ווערימעל איז, איינגעשלאפן זיס:

***
נאר אמונה
נאר אמונה נאר אמונה אין בורא כל עולמים
נאר אמונה נאר אמונה אין בורא כל העולמים.
טייערע אידן הייליגע אידן,
האט'ס אמונה האט'ס אמונה, אין בורא כל עולמים
האט'ס אמונה האט'ס אמונה, אין בורא כל עולמים
עס וועט אייך גוט זיין, עס וועט אייך וואויל זיין,
היינט היינט און אלעמאל, אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט:

***
אדיר הוא בעליונים
אדיר הוא בעליונים, בחור הוא בתחתונים.
ובעליונים ובתחתונים, הכל מודים ומאמינים,
כי הוי"ה אחד, ושמו אחד.
א שטארקער ביסטו פון אויבן, א אויסדערוועלטער ביסטו פון אונטן.
און פון אונטן און פון אויבן, אלע לויבן אלע גלויבן,
אז דו ביסט איינער, און נישט מער קיינער.

***
אחד יחיד ומיוחד

ניעט ניעט ניקאווא, קראמי באגא אדנאווא.
עס איז נישטא קיינער, אויסער גאט דער איינער.
***
קול ביער
מחברו: הרה"ק השפאלער זיידע זי"ע

קול ביער אנכי שומע,
אב על בניו קורא ומתגעגע.
א געשריי און א געוואלד, און א געפילדער,
א טאטע אין וואלד, זוכט זיינע קינדער.
בני בני היכן ישבתם, כי ממני כה שכחתם.
קינדער קינדער, וואו זענט איר געזעסן,
אז פון מיר האט איר אזוי פארגעסן.
בני בני שובו לביתי, כי אני יחידי בביתי.
קינדער קינדער, קומט צוריק אהיים,
ווייל עס איז מיר אומעטיג צו זיין אליין.
אבינו אבינו איך נלך אליך, כי שומרים עומדים על שעריך.
טאטע טאטע, ווי אזוי קענען מיר גיין צו דיר,
אז די שומרים שטייען ביי די טיר.
***
סול א קאקאש מאר
נתחבר בשפת אונאגריש ע"י הרה"ק מהרי"א מקאלוב זי"ע

סֳל אַהּ קָהּקָהּש מַר,
מוֹיד מֶגְוִוירֳד מַר,
זֶלְד עֶר דֶבֶּן,
שִׁק מֶע זֶבֶּן,
שֶׁעיטַל עֶדְיְא מָהּדַר.
קרייען טוט שוין דער האן,
דער טאג טאגט שוין אן,
אין א גרינעם וועלדל,
נעבן א פוסטן פעלדל,
א פייגעלע שפאצירט ארום.

דֶע מִיטְשָדָהּ מָהּדַר,
דֶע מִיטְשָדָהּ מָהּדַר,
שַׁרְגָהּ לַבָּהּ דְינְדֶעי אָהּ סַיָהּ,
עֶינְגֶם אָדָהּ וַר.
וואס פאר א פייגעלע איז דאס,
וואס פאר א פייגעלע איז דאס,
געלע פיסל, פערל פיסקל,
קיין ירושלים וויל זי גיין.

וַר מָהּדַר וַר,
וַר מָהּדַר וַר,
הָהּ אָהּז אִישְטֶן נֶקֶד רֶנְדֶל,
אָהּ טִיעֶט לֶסֶג מַר,
ווארט פייגעלע ווארט,
ווארט פייגעלע ווארט,
אז גאט וועט דיר באשערן,
וועסטו זיך קיין ירושלים אומקערן.

דֶע מִיקָהּר לֶס אָהּז מַר,
דֶע מִיקָהּר לֶס אָהּז מַר,
יבנה המקדש עיר ציון תמלא,
אָהּקָהּר לֶס אָהּז מַר.
ווען וועט דאס שוין זיין,
ווען וועט דאס שוין זיין,
יבנה המקדש עיר ציון תמלא,
דעמאלטס וועט דאס זיין.

***
שירנהק רינהק (הומים צועקים)
נתחבר בשפת אונאגריש ע"י הרה"ק מהרי"א מקאלוב זי"ע
הנוסח באידיש ע"י הרה"צ רבי ישכר בעריש אייכענשטיין זצ"ל מזידיטשוב

שִׁירְנָהּק רִינָהּק אָהּ בַּרַנָהּק,
פָּהּנָהּס קָהּדְנָהּק אָהּ יָהַסְנָהּק )ב"פ(
עֶי, דֶע מָנְדְיָהּ מֶג אָהּ גָהּזְדָהּ יַנְהָּק,
אָהּדְיהָּן סֶנַט אָהּיָהּנְהַק )ב"פ(
הומים צועקים צאן קדשים,
תחן עורכים לרועיהם )ב"פ(
יאמר נא לאדונהו,
יתן מספוא לצאנהו )ב"פ(
עס וויינען און שריייען די שעפעלעך זייער,
צו דעם פאסטעך אָן אַן אויפהער,
צו דעם פאסטעך אָן אַן אויפהער.
אוי ער זאל זאגן, פארן הער,
ער זאל געבן צו עסן, פאר די שעפעלעך מער,
ער זאל געבן צו עסן, פאר די שעפעלעך מער,

דֶע אָהּ גָאזְדָא אָסְט פֶעלֶעלִי,
וָואן אָהּ בָּאקָאר בָּאן קִיסֶעדְהֶעטִי )ב"פ(
דֶע אָהּ יָאהַאז אָסְט פֶעלֶעלִי,
הָא אָהּ נַאיַאט אִיד טֶעלֶעלִי,
יֶעוֶוע נַארַארָא מֶעג שֶׁעם פֶעִי,
אבל אדון משיבהו,
יש עוד צמח בשרשהו. )ב"פ(
אבל רועה משיבהו,
אם כה יהיה מאכל צאנהו,
לקיץ הבא בל יחליבהו. )ב"פ(

אבער דער הער ענטפערט אים מיט צארן,
אז אין שייער איז נאך דא קארן,
אז אין שייער איז נאך דא קארן.
אוי אבער דער פאסטאך ענטפערט אים אויף דעם,
אז ער וועט אין ווינטער, פאר די שעפעלעך נישט צו עסן געהן,
וועט ער אין זומער, זייערע מילך נישט זעהן,
וועט ער אין זומער, זייערע מילך נישט זעהן.

וָואן קֶעט הֶעט וָואד עֶש הַארָאם,
הָאד אָהּ סַאמָאדַא מָאט אִידֶעי וַוארָאם )ב"פ(
דֶע אָהּ מָאטְיֶען אָהּ סָאמַאר הַאטָאן,
טָאלַאן אָז לֶעס אָקִיט וַוארָאם )ב"פ(
יש עוד שבוע או שתים,
אשר אחכה למספר הצאן בכליון עינים . )ב"פ(
אך שם בא רוכב על החמור,
אולי זה יהיה גואל הדור. )ב"פ(

עס איז דא איינס אדער צוויי וואכן פארלאפן,
וואס אויף אונזער אויסלייזער, טוען מיר האפן,
וואס אויף אונזער אויסלייזער, טוען מיר האפן.
אוי דארט קומט ער, אויפ'ן אייזל'ס רוקן,
אפשר איז דאס דער אויף וועמען מיר טוען ארויס קוקן,
אפשר איז דאס דער אויף וועמען מיר טוען ארויס קוקן.

יָאנַאפָּאט יָאנַאפָּאט עֶידֶעש קֶעד וֶועש קִישְוואוי טַארָאם,
יָאהָא אִימְבָּאן וָואן עֶי קַארְהָאם,
דֶע אָהּ יָאהַאס אָסְט פֶעלֶעלִי,
מִיג עֶן לֶעסֶעג אָהּ קֶענְדְבּוי טאַרְיָא,
יָאהָא נֶעם לֶעס קַארְיָא,

שלום עליך רועי נאמני,
ספר נא לי משלום צאני,
אבל רועה משיבהו,
עד שאני אהי' רועהו,
בל יחסר מצאנהו.

פרידן צו דיר מיין טייערער פאסטאך,
זאג מיר נאר שנעל וואס טוען מיינע שעפעלעך,
זאג מיר נאר שנעל וואס טוען מיינע שעפעלעך.
אוי אבער דער פאסטאך, ענטפערט עס אן א קלער,
ווי לאנג איך בין דער פאסטאך, פונ'ם הער,
וועט פאר זיינע שעפעלעך נישט געשען קיין מעלער,
וועט פאר זיינע שעפעלעך נישט געשעהן קיין מעלער.
***
גלות גלות
מחברו: הרה"ק מקאלוב זי"ע

גלות גלות ווי גרויס ביזטו,
שכינה הקדושה ווי ווייט ביזטו,
גלות גלות ווער אוועק גענומען,
לאמיר זיך שוין ביידע צוזאמקומען.
גלות גלות ווי גרויס ביזטו,
שכינה הקדושה ווי ווייט ביזטו,
וואלט דער גלות קלענער געווען,
וואלט די שכינה נענטער געווען.
וואלד וואלד ווי גרויס ביסטו,
רויז רויז ווי ווייט ביסטו,
וואלט דער וואלד קלענער געווען,
וואלט די רויז נענטער געווען.

***
סעיגען לעגעין – א היימלאזער פאסטוך
מחברו: הרה"ק מקאלוב זי"ע

היימלאזער פאסטוך, דוּ ארימער היימלאזער אויף די וועלט.
נא דיר דא, די פולע בערזל מיט געלט.
און איך קויף פון דיר אָפ, דיין גאנצע אָרעמקייט, גראָד.
אבער דיין ליבע תורה, גיב מיר אַוועק אַנשטאט.
און איך קויף פון דיר אָפ, דיין גאנצע אָרעמקייט, גראָד.
אבער דיין ליבע תורה, גיב מיר אַוועק אַנשטאט.
ענטפערט דער ארימאן,
אויב די געלט וואלט געווען נאר אן איינגאבע.
און טויזענט מאל אזויפיל, וואלט נאר געווען א צוגאבע.
און אפילו די גאנצע וועלט, וואלסטו מיר נאך צוגעגעבן.
וואלט איך די תורה הקדושה פאר אן אנדערן נישט אוועקגעגעבן.
און אפילו די גאנצע וועלט, וואלסטו מיר נאך צוגעגעבן.
וואלט איך די תורה הקדושה פאר אן אנדערן נישט אוועקגעגעבן.
ווייל די געלט וועט נאך אויסגעניצט ווערן אמאל.
און דעמאלטס וועל איך פארבלייבן אָן געלט, און אן די אמונה באלקי ישראל.
אוי, ערשט דאַן וועל איך דער ריכטיגער ארימער זיין.
א היימלאזער פאסטוך, א היימלאזער ארעמאן.
אוי, ערשט דאַן וועל איך דער ריכטיגער ארימער זיין.
א היימלאזער פאסטוך, א היימלאזער ארעמאן.

***
ואפיק
מחברו: הגה"צ מהרב"צ מבאבוב זצ"ל

ואפיק ואפיק,
וועמען, וועמען ית עמך,
פון וואנעט, פון וואנעט,
מגו גלותא,
עמך די בחרת מכל אומיא,
עמך די בחרת מכל אומיא.

***
הן בבקעה והן בהר
מחברו: הגה"צ מהרב"צ מבאבוב זצ"ל

הן בבקעה והן בהר, הן בשדה והן ביער,
הן בעיר והן בכפר, תצילנו מכל צער,
ותוציאנו מגלות המר,
למה פניך תסתיר תשכח ענינו ולחצנו,
אוי וויי געוואלד,
לאמיר שרייען אין אלע גאסען געוואלד,
רבונו של עולם דו זעסט דאך אליין,
כי שחה לעפר נפשנו,
דבקה לארץ בטננו, בעטן מיר דיך,
קומה עזרתה לנו ופדנו למען חסדך:

***
אין א שיינעם העלן טאג
מחברו: הגה"צ מהרב"צ מבאבוב זצ"ל

אין א שיינעם העלן טאג, דער סוחר ביי דעם וואג,
און דער שניידער אינמיטן נייען.
דער טרעגער מיטן פאק, דער לויפער מיטן זאק,
און דער גערטנער אינמיטן זייען.
פלוצלונג וועט מען הערן א געשריי,
אז די צייט איז שוין געקומען.
אז מיר וועלן שוין ווערן פריי,
פון גלות ארויסגענומען.
על כן אידעלעך, טייערע ברידערלעך,
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין,
ווייל באלד און גיעך, קומט משיח,
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.

די זיצערן אין די גאס, דער שענקער ביי דעם פאס,
און דער שמיד ביי דעם האמער.
דער מילנער אינמיטן מאלן, דער בארבער אינמיטן גאלן,
און דער קוילן סוחר אינעם קאמער.
פלוצלונג וועט מען הערן א געוואלד,
אליהו הנביא איז מבשר א בשורה.
אז משיח קומט שוין באלד,
מ'פירט אונז אין די אלטע דירה.
על כן אידעלעך, טייערע ברידערלעך,
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין,
ווייל באלד און גיעך, קומט משיח,
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.

דער מלמד מיטן טייטש, דער בעל עגלה מיטן בייטש,
און דער בלעכער אויפן דאך.
דער שלייפער ביי דעם ראד,דער בעדער אינעם באד,
און אזוי יעדער נעבעך ביי זיין שווערן פאך.
פלוצלונג וועט מען הערן א קלאנג,
אז די צייט איז שוין געקומען.
עטץ מעגסטס שוין זינגען א נייעם געזאנג,
עטץ ווערטס פון גלות ארויסגענומען.
על כן אידעלעך, טייערע ברידערלעך,
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין,
ווייל באלד און גיעך, קומט משיח,
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.

דער פויער מאנט פאר אייער, דער סעקוועסטער מאנט פאר שטייער,
און דער סעליסטער ברענגט א קלאגע.
די קעשענע איז לער, דאס געמיט איז נעבעך שווער,
און עס פרעגט זיך אזוי א פראגע.
פלוצלונג וועט מען הערן א קול,
פון דעם שופר דעם גרויסן הארן.
דו ווערסט שוין פטור פון דעם עול,
דו ביסט שוין געהאלפן געווארן.
על כן אידעלעך, טייערע ברידערלעך,
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין,
ווייל באלד און גיעך, קומט משיח,
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.

***
לא תבושי
מחברו: הרה"ח ר' יחזקאל ראטענבערג ע"ה הי"ד
מחסידי באבוב

לא תבושי, די עדה הקדושה,
וועט זיך מער נישט שעמען.
ולא תכלמי, לעלם ולעלמי,
ישראל עבד נאמן.
מה תשתוחחי, ס'וועלן ווערן גלייכע,
אלע איינגעבויגענע אידן.
ומה תהמי, און גרייטס אייך צו,
מיט פרייליכע געמידן.
בך יחסו עניי,
באלד קומט אן די ישועה,
ונבנתה עיר, נאך שענער ווי פריער,
עיר על תלה.
לכה לכה דודי, יחד כולם הודו.
לקראת כלה, א ישועה פאר אלע,
פני שבת נקבלה.

והיו למשיסה, די גאנצע חברותא,
אלע שונאי ישראל.
למשיסה שוסיך, אלע גלייך,
וועלן צוריבן ווערן מיט איין מאל.
ורחקו כל, שוין נאך דעם עול,
הגלות ועול השיעבוד.
מבלעיך, וואס בייסן דיך,
וועלן גיין לאיבוד.
ישיש עליך אלקיך,
דער אויבערשטער וועט דיך מאכן רייך.
כמשוש חתן, מסעודת לויתן,
חתן על כלה.
לכה לכה דודי, יחד כולם הודו.
לקראת כלה, א ישועה פאר אלע,
פני שבת נקבלה.

און אויף דיר איז א פסוק פארהאן,
הנה לא ינום ולא יישן,
דו היטסט דיינע קינדער,
מיט מופתים און וואונדער,
וואס לאזטו פון אונז אזוי טוהן.

ימין ושמאל, ווי פיין און ווי וואויל,
אז ימין ושמאל תפרוצי.
א שטיקעלע פלאדן, פון אל אדון,
איז פאר אונז די בעסטע מוציא.
ואת השם, אין אונזער היים,
תעריצי וועלן מיר לויבן.
בחכמה ובתבונה, מיט די גרעסטע בחינה,
וועלן מיר ווערן דערהויבן.
על יד איש בן פרצי,
שחורה אני די שווארצע.
על יד איש, ווי פיין און ווי פריש,
ונשמחה ונגילה.
לכה לכה דודי, יחד כולם הודו.
לקראת כלה, א ישועה פאר אלע,
פני שבת נקבלה.

בואי בשלום, ס'איז שוין נאך דעם חלום,
בשלום עטרת בעלה.
הייליגע שאף, שטייט'ס אויף פון שלאף,
וברננה נעלה.
גם ברנה, מזיו השכינה,
וועלן מיר נהנה זיין אלע.
עתיד כביכול, לעשות מחול,
בשמחה ובצהלה.
תוך אמוני עם, וקבצנו יחד צוזאם.
בואי קום, דריי זיך אום,
צו בואי בשלום.
די שכינה וועט זיך צו מעריב אויס דרייען,
און זי וועט אונזערע הערצער דערפרייען.
ונזכה לגאולה, ליום שכולו,
שבת מלכתא.
לכה לכה דודי, יחד כולם הודו.
לקראת כלה, א ישועה פאר אלע,
פני שבת נקבלה.
***
א נוסחא
מ'זאגט נאך א נוסחא,
פון רבי ר' בונם פון פשיסחא,
ווי ער האט געטענה'ט מיטן נורא עלילה,
זיי בעסער צופרידן,
און לייז אונז אויס אלץ אידן,
ווי איידער אלץ גויים חלילה.
***
ווען משיח וועט קומען
וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען?
ווען משיח וועט קומען וועט מען מאכן א סעודה'ניא.
וואס וועלן מיר עסן אויף דעם סעודה'ניא?
דער שור הבור, און די לויתן,
דער שור הבור, און די לויתן...
דער שור הבור, און לויתן וועלן מיר עסן,
אויף דעם סעודה'ניא.
וואס וועלן מיר טרינקען אויף דעם סעודה'ניא?
דעם יין המשומר, דעם יין המשומר...
דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען,
דער שור הבור, און לויתן וועלן מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניא.
ווער וועט אונז תורה זאגן אויף דעם סעודה'ניא?
משה רבינו, משה רבינו...
משה רבינו וועט אונז תורה זאגן, דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען,
דער שור הבור, און לויתן וועלן מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניא.
ווער וועט אונז בענטשן אויף דעם סעודה'ניא?
אהרן הכהן, אהרן הכהן...
אהרן הכהן וועט אונז בענטשן,
משה רבינו וועט אונז תורה זאגן,
דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען,
דער שור הבור, און לויתן וועלן מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניא.
ווער וועט אונז נבואות זאגן אויף דעם סעודה'ניא?
מרים הנבואה, מרים הנבואה...
מרים הנבואה וועט נבואות זאגן,
אהרן הכהן וועט אונז בענטשן,
משה רבינו וועט אונז תורה זאגן, דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען,
דער שור הבור, און לויתן וועלן מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניא.
ווער וועט אונז שפילען אויף דעם סעודה'ניא?
דוד המלך, דוד המלך...
דוד המלך וועט אונז שפילן,
מרים הנבואה וועט נבואות זאגן,
אהרן הכהן וועט אונז בענטשן,
משה רבינו וועט אונז תורה זאגן, דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען,
דער שור הבור, און לויתן וועלן מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניא.
ווער וועט אונז חכמה זאגן אויף דעם סעודה'ניא?
שלמה המלך, שלמה המלך...
שלמה המלך וועט אונז חכמה זאגן, דוד המלך וועט אונז שפילען,
מרים הנבואה וועט נבואות זאגן, אהרן הכהן וועט אונז בענטשן,
משה רבינו וועט אונז תורה זאגן, דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען,
דער שור הבור, און לויתן וועלן מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניא.
***
דוד המלך'ס ליד
מחברו: ר' יאסעלע ראזענבלאט ע"ה

נישט ווייט צו גיין, קען דאך א יעדער זעהן,
ווי אונטער א שטיין, אין א טיפער הייל.
ליגט דארט דער קרוין, לאנגע יארן שוין,
פון אונזער דוד, מלך ישראל.
דוד דוד שטיי אויף פון דיין שלאף,
געטרייער פאסטעך זאג, וואס ס'איז דא צו טאן,
זעה ווי מ'שלאכטעט אויס דיינע שאף,
און קיינער נעמט זיך פאר זיי נישט אן.
אבער אזוי ווי ער וועט הערן דעם שופר של משיח, יא,
וועט ער אויפשטיין פון זיין קבר גיך, יא,
און וועט זיך זעצן אויף זיין שטול,
און וועט געבן אויף זיין פידעלע א שפיל.
און אויף די מינוט, וועלן זיך געבן א ריק, פילע מוזיקאנטן.
און א יעדער איד, וועט זינגען דעם ליד, דער תהלים דעם באקאנטן.
און אלע קראנקע קומען באלד, אויפשטיין פון די בעטלעך,
דער גרינער וואלד, וועט קומען באלד, און קלאפן מיט די בלעטלעך.
און דוד המלך מיט זיין פידעלע, וועט אונז שפילן א פרייליך לידעל,
און דוד המלך מיט זיין פידעלע, וועט אונז שפילן א פרייליך לידעלע.
זינגט מיט מיר און טאנצט מיט מיר צו דעם לעבעדיגן גאט,
זינגט מיט מיר און טאנצט מיט מיר צו דעם לעבעדיגן גאט.
***
לאמיר דערציילן
מחברו: הרה"ק מבארדיטשוב זי"ע

לאמיר דערציילן, לאמיר דערציילן, די מעלות פון אידישע קינדער,
איין מעלה איז אום אני חומה, און נאך א מעלה איז ברה כחמה,
כאטש כאטש כאטש גולה וסורה, דאך דאך דאך דמתה לתמר.
לאמיר דערציילן, לאמיר דערציילן, די מעלות פון אידישע קינדער,
נעבעך נעבעך נעבעך ההרוגה עליך, נעבעך נעבעך נעבעך ונחשבת כצאן טבחה,
כאטש כאטש כאטש זרויה בין מכעסיה, דאך דאך דאך חבוקה ודבוקה בך.
לאמיר דערציילן, לאמיר דערציילן, די מעלות פון אידישע קינדער,
נאך א מעלה איז טוענת עולך, און ווידער א מעלה איז יחידה ליחדך,
כאטש כאטש כאטש כבושה בגולה, דאך דאך דאך לומדת יראתך.
לאמיר דערציילן, לאמיר דערציילן, די מעלות פון אידישע קינדער,
נעבעך נעבעך נעבעך מרוטת לחי, נעבעך נעבעך נעבעך נתונה למכים,
כאטש כאטש כאטש נתונה למכים, דאך דאך דאך סובלת סבלך,
כאטש כאטש כאטש עניה סוערה, דאך דאך דאך פדוית טוביה.
לאמיר דערציילן, לאמיר דערציילן, די מעלות פון אידישע קינדער,
ווי אזוי הייסן זיי צאן קדשים, און ווי אזוי פארזאמלען זיי זיך קהלות יעקב, און
ווי אזוי צייכענען זיי זיך רשומים בשמך,און וואס שרייען זיי שואגים הושענא.
אויף וועמען אויף וועמען פארלאזן זיי זיך תמוכים עליך.
וועגן דעם שרייען מיר, הושענא הושענא.
לאמיר דערציילן, לאמיר דערציילן, די מעלות פון אידישע קינדער,
***

עולם הבא
עולם הבא איז א גוטע זאך,
לערנען תורה איז נאך א בעסערע זאך,
ווארף אוועק יעדן יאך,
לערן תורה נאך און נאך,
עולם הבא איז א גוטע זאך.
***
רבש"ע לאמיר מאכן א בייט
מחברו: הרה"ק מבארדיטשוב זי"ע

רבונו של עולם איך וויל מיט דיר מאכן א בייט,
א בייט וויל איך מיט דיר מאכן.
איך וועל דיר געבן חטאים עוונות ופשעים, אוי וויי טאטע.
טאמער ווילסטו פרעגן וואס וועסטו מיר געבן דערפאר, זאג איך דיר.
דו וועסט מיר געבן מחילה סליחה וכפרה, אוי וויי טאטע.
טאמער וועסטו מיינען גלייך אויף גלייך, ניין זאג איך דיר.
דו וועסט מיר נאך צוגעבן, בני חיי ומזוני, אוי וויי טאטע.
טאמער וועסטו פרעגן וואס בני הייסט, זאג איך דיר.
בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות, אוי וויי טאטע.
טאמער וועסטו פרעגן וואס חיי הייסט, זאג איך דיר.
חי חי יודוך וישבחוך, אוי וויי טאטע.
טאמער וועסטו פרעגן וואס מזוני הייסט, זאג איך דיר.
ואכלת ושבעת וברכת את ה' אלקיך, אוי וויי טאטע.
די מצריים שרייען אז זייער גאט איז א גאט, ניין זאג איך דיר.
די פרסיים שרייען אז זייער גאט איז א גאט, ניין זאג איך דיר,
די מינים און אפיקורסים שרייען אז
ס'איז חלילה נישט דא קיין גאט, יא זאג איך דיר.
אבער איך, לוי יצחק בן שרה סאשע זאג, יתגדל ויתקדש שמה רבא
***
אודה לאל
הפי' באידיש נתחבר ע"י הרה"ח ר' אלחנן זאב קלגאסבאלד ע"ה הי"ד
מחסידי באבוב – שו"ב בטשעבין

אודה לאל לבב חוקר, ברן יחד כוכבי בוקר,
ברן יחד, ברן יחד, ברן יחד כוכבי בוקר.
געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן.
שימו לב אל הנשמה, לשם שבו ואחלמה,
ואורה כאור החמה, שבעתים כאור הבוקר.
נעם דיר נאר גוט אין אכט, אז די נשמה די שיינע פראכט,
זאל נישט קומען צו קיין שאנד, ווייל זי איז א דימאנט א בריליאנט,
דו מוזט דאך וויסן דערפון, אז זי לייכט ווי די זין,
זיבן מאל מער ווי דער פרי באגין.
געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן.
מכסא כבוד חצבה, לגור בארץ ערבה,
להצילה מלהבה, ולהאירה לפנות בוקר.
איר שטאם איז לויטער און ריין, פון כסא הכבוד אליין,
און מיט איר גרויסע ווערד, פלאטערט זי אויף דער ערד,
דארף מען היטן זי, ווי פון פייער און א ברי,
זי זאל שיינען און לייכטן יעדן מארגן פרי.
געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן.
עורו נא כי בכל לילה, נשמתכם עולה למעלה,
לתת דין וחשבון מפעלה, ליוצר ערב ובוקר.
וואך פון שלאף אויף, און נעם דיר גוט אין באטראכט,
אז די נשמה גייט ארויף, אין הימל יעדע נאכט.
דין וחשבון יעדן טאג, מוז זי געבן איר זאג,
פאר דעם יוצר וואס האט באשאפן נאכט און טאג.
געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן.
ימצאה מקושטת, בטלית וטוטפת,
כמו כלה מקושטת, תמיד בבוקר בבוקר.
דער מענטש שפירט דאס גליק, ווען ער טוט דעם באשעפערס ווילן,
קומט די נשמה צוריק, באקרוינט מיט טלית ותפילין,
באצירט און באשיינט איז זי, ווי א כלה כמות שהיא,
שטענדיג אלעמאל אינדערפרי.
געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן.
הנאמן בפקדונו, יחזירנה לו כרצונו,
איש לא גוע בעונו, ויהי ערב ויהי בוקר.
באגלייבט איז דער באשעפער און קראנט, מיטן משכון מיט זיין פאנט,
זי צוריק שטעלן ריין, ווי דער מענטש וויל אליין,
ער שטייט אויף פריש און געזונט, ער שטארבט נישט פון זיינע זינד,
ווידער א נאכט ווידער א טאג אצינד.
געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן.
והחיו העניה, יחידה תמה ונקיה,
ואשר נפשו חיה, יזכה לאור הבוקר.
טוטס זיך טראכטן און קלערן, ווי אזוי די נשמה צו ערנערן,
אז די נשמה אליין, זאל בלייבן שטענדיג ריין,
ווייל דער וואס געט זיך די מי, ווי אזוי צו שוינען און היטן זי,
וועט ער זוכה זיין צום ליכט פון דערפרי.
געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן.
איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן.
***
עסן עסט זיך
ניגון ישן מחסידי חב"ד

עסן עסט זיך, שלאפן שלאפט זיך,
וואס זאל מען טון אז עס דאווענט זיך נישט.
עסן עסט זיך, שלאפן שלאפט זיך,
וואס זאל מען טון אז עס לערנט זיך נישט.

***
אז ס'איז נישטא קיין ...
אז ס'איז נישטא קיין אמונה צוזאמען מיט'ן געלט.
וואס'זשעט ארבעטסטו אויף דער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין בינה צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט ברויכסטו די גאנצע וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין גמילות חסדים צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט גייסטו אויף דער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין דעת צוזאמען מיט'ן געלט.
וואס'זשעט דארפסטו די גאנצע וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין הכנסת אורחים צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט הארעוועסטו אויף דער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין ותיקות צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט ווילסטו אויף דער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין זכיות צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט זיכסטו אויף דער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין חסידות צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט כאפסטו די גאנצע וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין טהרה צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט טויג דיר די גאנצע וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין יראת שמים צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט יאגסטו דיך אויף דער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין כבוד התורה צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט קריכסטו אויף דער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין לימוד התורה צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט לעבסטו אויף דער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין מדות צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט מאכסטו אויף דער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין נאמנות צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט נעמסטו די גאנצע וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין סייעתא דשמיא צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט סאפעסטו אויף דער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין ענוה צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט וועסטו ענטפערן אויף דער אמת'דיגער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין פדיון שבויים צוזאמען מיט'ן געלט,
ווא ס'זשעט פלאגסטו דיך אויף דער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין צדקה צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס פאר א ציל האסטו אויף דער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין קדושה צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט קויפסטו אויף דער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין רחמנות צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס'זשעט ברויכסטו די גאנצע וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין שמירת שבת צוזאמען מיט'ן געלט,
פון וואס'זשעט שעפסטו חיות אויף דער וועלט.
אז ס'איז נישטא קיין תמימות צוזאמען מיט'ן געלט,
וואס איז דיין תכלית אויף דער וועלט.

***
מ'דארף באהאלטן
מ'דארף באהאלטן, א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט,
ס'זאל זיין א וואונדער,פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן
ערליכער איד.
מ'דארף געדענקן, און נאך שטערקער בענקן, אויף די טעג וואס זענען פון
אונז אוועק,
וואס זיי זענען געווען, און וואס מיט אונז איז געשעהן, עס כאפט דאך אן א
פחד א שרעק.

***
א חסיד
א פייער זאל ברענען און א רויעך זאל נישט גיין,
דאס קען נאר א חסיד אליין פארשטיין.
פאר דעם פאר דעם אליינס איז כדאי א חסיד צו זיין
אלעס איז דיינע, און גארנישט איז מיינע,
דאס קען נאר א חסיד אליין פארשטיין.
פאר דעם פאר דעם אליינס איז כדאי א חסיד צו זיין.
וואס פאר די וועלט איז שיין, זאל ביי דיר זיין געמיין,
דאס קען נאר א חסיד אליין פארשטיין.
פאר דעם פאר דעם אליינס איז כדאי א חסיד צו זיין
***
מיר אידן אינאיינעם
מיר אידן אינאיינעם מיר האבן נישט מורא פון קיינעם,
נאר פון דעם בורא עולם דעם איינעם.
לאמיר אלע ליסטיג זיין, פרייליך זיין, ערליך זיין,
לאמיר אלע דינען דעם באשעפער אליין.

***
די מאמע האט געהייסען
מחברו: הרה"ק רבי משה לייב מסאסוב זי"ע
וזמר זה שר הרה"ק מצאנז זי"ע

אל גנז אגוז ירדתי, ירדתי,
לראות באבי הנחל, לראות באבי הנחל.
לראות הפרחה הפרחה הגפן, לראות הפרחה הפרחה הגפן,
הנצו הרמונים.
די מאמע האט געהייסן, געהייסן,
ניסעלעך פון בוים אפרייסן, ניסעלעך פון בוים אפרייסן,
אוי ווי הויך זענען די צווייגעלעך, אוי ווי נידריג זענען די קינדערלעך,
מיר קענען נישט דערגרייכן.
***
קול דודי
מחברו: הרה"ח ר' מענדל מהורדאק ז"ל

וואלט איך געהאט גאלדענע רעדער, וואלט איך צו דיר געפארן,
וואלט איך געהאט גאלדענע רעדער, וואלט איך צו דיר געפארן,
קול דודי דופק פתחי לי אחתי רעיתי יונתי תמתי.
וואלט איך געהאט גאלדענע פליגלען,וואלט איך צו דיר געפלויגן,
וואלט איך געהאט גאלדענע פליגלען, וואלט איך צו דיר געפלויגן,
קול דודי דופק פתחי לי אחתי רעיתי יונתי תמתי.
וואלט איך געהאט א גאלדענע פעדער, וואלט איך צו דיר געשריבן,
וואלט איך געהאט א גאלדענע פעדער, וואלט איך צו דיר געשריבן,
קול דודי דופק פתחי לי אחתי רעיתי יונתי תמתי.
וואלט איך געהאט א גאלדענע פינגערל, וואלט איך צו דיר געגעבן,
וואלט איך געהאט א גאלדענע פינגערל, וואלט איך צו דיר געגעבן,
קול דודי דופק פתחי לי אחתי רעיתי יונתי תמתי.
***
דו ביסט אונזער גאט
מקובל שהרה"ק בעל צמח צדק זי"ע זימר זמר זה

רבונו של עולם, רבונו של עולם,
דו ביסט אונזער גאט,
אוי מיר זענען דיינע אידן,
דו ביסט אונזער פאטער,
און מיר זענען דיינע קינדער.
***
רבונו של עולם
רבונו של עולם איך בעט דיר זייער,
העלף אלע אידן און אויך מיר,
איך פארזיכער זיך נישט אין קיינעם, נאר אין דיר,
איך האף נישט צו קיינעם, נאר צו דיר,
מיין הילף איז נישט פון קיינעם, נאר פון דיר,
אן דיין הילף קען מען נישט אריבערגיין די שוועל פון טיר,
אן דיין כח קען מען זיך נישט געבן,
קען מען זיך נישט געבן א ריר,
איך פארלאז מיך נישט אויף קיינעם, נאר אויף דיר,
דיין רחמנות און דיינע חסדים, זענען אן א שיעור,
רבונו של עולם מען דארף אנקומען צו דיר,
יעדע רגע און יעדע מינוט, אויף יעדן טריט און יעדן שריט,
סיי ווען ס'איז חס ושלום שלעכט, און סיי ווען ס'איז גוט,
רבונו של עולם איך בעט דיר זייער,
רבונו של עולם איך בעט דיר זייער,
אוי העלף מיר, העלף מיר, איך זאל קענען היטן מיינע אויגן,
און מיינע רייד פון מויל זאלן זיין געוואויגן,
און מיין הארץ, מיין הארץ, זאל זיין פאר דיר געבויגן,
און אלע מיינע מעשים זאלן זיין, כראוי וכהוגן.
the first song here, דער שבת ווער עס הייליגט im trying to find where to hear it. can anyone show a place?? tnx
אידישע קינדער, ספעציעל חסידישע אידן, זענען...... וואויל!!
naf5371
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 25, 2021 5:59 pm

Re: שבת התאחדות – פאסיגע ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך naf5371 »

א שטיקל ליסטע וואס איך האב אמאל אנגעהויבן מאכן און קיינמאל נישט געענדיגט

1 צמאה לך נפשי (חב"ד)
2 צמאה לך נפשי (בעלזא)
3 ק-ה ריבון עלם (מ. י. ווייס)
4 שומרי מצותיה (איינהארן)
5 וטהר ליבנו (בעלזא)
6 ושמרו בני ישראל
7 אנא מלך (פיטסבורג)
8 השבת נועם הנשמות (גאלדמאן)
9 השבת נועם הנשמות [וויזניץ]
10 השבת נועם הנשמות [בעלזא]
11 מגן אבות (בעלזא)
12 וזכני לקבל שבתות
13 וזכנו לגדל
14 שבת הייליגע שבת (ויזניץ)
15 כאיל תערוג
16 הרחמן הוא ינחילנו
17 נפשי חולת (פאלקאוויטש)
18 ק-ל אחד בראני (פאלקאוויטש)
19 חוקותיה במרה (קאליש)
20 הגלה נא
21 נפשי חמדה (ישי)
22 ווען איך וואלט געהאט כח(ויזניץ)
23 ושויתי ד' (ויזניץ)
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”