מי יודע האט געשריבן:דאס איז 99 פראצענט א סאטמארע ניגון, דאס פלעגט מען זייער אסאך זינגען ביי כל מקדש ביים ברך משה, מיין טאטע זינגט עס אויך ביי כל מקדש, יתכן אז ס'איז ר' יאסל'ס ניגון, וי איז שאץ מאץ ווען מען דארף אים, ער וועט לכאורה עס קענען באצייכענען וועמענס ס'איז
99 פראצענט זיכער נישט א סאטמארער ניגון, די ניגון איז גאר א אלטער ניגון. דאס איז אמאל זיכער אז די ניגון ערוועקט די טיפסטע סטרינעס פון הארץ.
האב מיר געמאכט אביסל ריסורטש און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז איר זענט גערעכט, דאס איז נישט קיין סאטמארער ניגון. דאס איז א צאנזער ניגון פון דערהיים. כ'בין נאר נישט זיכער צו פון ר' אביש מאיר, צו פון א צווייטער חזן, אבער דאס איז זיכער אז ס'איז פון צאנז.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה(תיקוני זוהר)
הערט א קורצע אינטערסאנטע אינטערוויו פון הרב שלום מיכל ארגעל די מחבר פון די ניגון וחסד השם מעולם ועד עולם, ער פארציילט די השתלשלות פונעם ניגון. צווישן אנדערע פארציילט ער זיין היסטאריע מיט נגינה בחצר טאהש. ער זאגט אז ער האט באקומען א ברכה פון הרה״ק מטאהש צו פארפאסן טויזענט ניגונים, ער זאגט ער האלט ביי צוויי הונדערט, און יאגט זיך נישט אויף מער כדי כאטש אריינצוכאפן א ברכה אויף אריכות הימים. ער רעדט זייער זיס און געשמאק. לוינט צו הערן.
די ניגון ווערט געזונגען אין פארשידענע פלעצער/טעיפס אלץ א פורים ניגון, ווייסט אפשר איינער ווער איז דער בעל מחבר פון די ניגון ? און וואספארא שייכות האט דאס מיט פורים ?
מי יודע האט געשריבן:דאס איז 99 פראצענט א סאטמארע ניגון, דאס פלעגט מען זייער אסאך זינגען ביי כל מקדש ביים ברך משה, מיין טאטע זינגט עס אויך ביי כל מקדש, יתכן אז ס'איז ר' יאסל'ס ניגון, וי איז שאץ מאץ ווען מען דארף אים, ער וועט לכאורה עס קענען באצייכענען וועמענס ס'איז
99 פראצענט זיכער נישט א סאטמארער ניגון, די ניגון איז גאר א אלטער ניגון. דאס איז אמאל זיכער אז די ניגון ערוועקט די טיפסטע סטרינעס פון הארץ.
האב מיר געמאכט אביסל ריסורטש און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז איר זענט גערעכט, דאס איז נישט קיין סאטמארער ניגון. דאס איז א צאנזער ניגון פון דערהיים. כ'בין נאר נישט זיכער צו פון ר' אביש מאיר, צו פון א צווייטער חזן, אבער דאס איז זיכער אז ס'איז פון צאנז.
ניגון עתיק האט געשריבן:ווער האט קאמפאזט דעם ניגון "אם אין אני לי מי לי"? כ'מיין אז די ערשטע פלאץ וואו ס'איז געזינגען געווארן איז געווען אויף פיאמענטא'ס טעיפ.
ניגון עתיק האט געשריבן:ווער האט קאמפאזט דעם ניגון "אם אין אני לי מי לי"? כ'מיין אז די ערשטע פלאץ וואו ס'איז געזינגען געווארן איז געווען אויף פיאמענטא'ס טעיפ.
אפשר האט געשריבן:אויף מה נשמה איז דא קומזיץ וואס עס שטייט אז עס איז און מאנרא (עס קוקט נישט אויס ווי מאנרא) די ניגון קוקט אויס ווי זייער א שיינע ניגון, קען מיר אפשר איינער זאגען וואס די ניגון איז און ווער עס זינגט דארט http://www.mahnishmah.com/system/script ... +in+Monroe
די קומזיץ איז אין א"י בכלל, ס'איז א קומזיץ פון ישיבת חשמונאים - א ישיבה פאר בוחרים וואס האבן נישט זעך אזוי מסתדר געווען אין אנדערע ישיבות מיט זייער א גרויסע הצלחה, די ישיבה איז זייער שטארק משקיע אין די בוחרים אסאך אסאך כוחות און זיי ברענגען אסאך בעלי מנגנים אויף א באזוך אין ישיבה, אסאך פון זיי זענען ממש "הציץ ונפגע" און פארכאפען זעך און די קסם פון די ישיבה למשל ר' יואלי קליין - וואס קומט אסאך און ישיבה צו זינגען אומזיסט - כנ"ל ר' מאיר אדלר און ר' שמוליק לוטרמן ועוד ועוד
בנוגע צו די ערשטע ניגון וואס האט זיך ארום גירעט דא - אין ווארקי-אמשינאוו זינגט מען דאס אויף עפעס א ניגון אוין של"ס. און די פריילעכע ניגון וואס האט זעך ארום גירעט דא - דאס איז זיכער א גערע ניגון מען זינגט דאס בשעת'ן ווארפען די צוקערלעך אויף די חתן באר'ן אויפרוף
היינט געוואויר געווארען אז די הארציגע ניגון וואס איך געדענק פון פארשידענע אלטע פלעיס איז אורגינאל א ניגון אויף די ווערטער וניקתי דמם לא ניקתי וגו. קאמפוזד דורעך ר' ישראל לאמם און ר' אלי טייטעלבוים ע''ה.