בלאט 2 פון 4

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2013 2:40 pm
דורך ווינקל
קעניגזאן האט געשריבן:
זאלץוואסער האט געשריבן: דאס אליינס אז עס איז MK פראדוקציע צוזאמען מיט ר' עמרם אקער ווייזט אז משיח קען שוין קומען ב"ה.

איך דערמאן זיך ווען אברהם שמואל ווידער איז ארויסגעקומען מיט זיין פורים טעיפ האב איך אויך געמיינט אז משיח קען שוין קומען.. :lol:

און? ער קען נאך אלץ קומען, ס'האט נישט עקספייערט.

אגב, די קידוש השם קומט פאר דאהי אויפן וועלטל א גאנצן טאג... ב"ה!

----
צייטי; ראשפשאפאגאשאש (ספעל ענד גרעממער טשעק פליז...); וויכי, נעמטס אלע א באקס ;l;p- ווייל כ'בין פשוט נישט ביכולת אראפצושטעלן אזא דאנק וואס קומט ענק.

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2013 3:32 pm
דורך הערליך
הער קעניגזאהן איר האט עפעס קעגן אברהם שמואל ווידער אדער עמרם אקער?

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2013 3:36 pm
דורך ווייסעך וואס
זאלץוואסער האט געשריבן: דאס אליינס אז עס איז MK פראדוקציע צוזאמען מיט ר' עמרם אקער ווייזט אז משיח קען שוין קומען ב"ה.

זאלץ וואסער! ווייסטו נישט אז מען טאר נישט דוחק זיין הקץ??????

כ'מיין וואס האט דיך דא אזוי ספעציעל געכאפט?
איך האב שוין געהערט און געזעהן סאך בעסערע שטיקלעך וואס MK אליינס זינגט, מער ווי דאס אז ער זינגט מיט עמרם.......

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2013 3:38 pm
דורך זאלץוואסער
הער הערליך איך מיין אז דו האסט נישט פארשטאנען וואס הער קעניגזאהן האט געשריבן, איך מיין אז ער דארף לייגן טראפן מ'זאל קענען דעם ניגון.

הער ווייסעך וואס. מיך האט געכאפט דער צוזאמארבעט וואס מ'זעהט ב"ה ביי אונזער עולם כאטש וואס אויף געוויסע זאכן קען מען מחולק זיין, איך האב נישט גענומען קיין שטעלונג נאר ארויסגעברענגט אז דער עצם רעיון אז מ'ווערט נישט פארלוירן און ישראל מתפרנסין זה מזה אן קיין חשבונות איז לויבנסווערט.

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2013 3:47 pm
דורך ווייסעך וואס
זאלץוואסער האט געשריבן:הער ווייסעך וואס. מיך האט געכאפט דער צוזאמארבעט וואס מ'זעהט ב"ה ביי אונזער עולם כאטש וואס אויף געוויסע זאכן קען מען מחולק זיין, איך האב נישט גענומען קיין שטעלונג נאר ארויסגעברענגט אז דער עצם רעיון אז מ'ווערט נישט פארלוירן און ישראל מתפרנסין זה מזה אן קיין חשבונות איז לויבנסווערט.

טאקע דאס האב איך געמיינט מיט די ווערטער:
ווייסעך וואס האט געשריבן:איך האב שוין געהערט און געזעהן סאך בעסערע שטיקלעך וואס MK אליינס זינגט, מער ווי דאס אז ער זינגט מיט עמרם.......

און אויב קענסטו משה קרויס'ן איז עס נישט קיין וואונדער, ער איז א נאבעלער אינגערמאן, וואס האט נישט קיין אישוס מיט קיינעם און גארנישט.
איך האב שוין געמאכט ביי אים זייער שטארקע פארטיי'אישע פראזשעקטס, קיינמאל האב איך נישט געהאט מיט אים קיין אישו וואט סאו עווער, אין נישט נאר מיט אים נישט, נאר, מיט קיינעם פון זיינע זינגערס וואס ער רופט אריין פאר קווייער, על אף וואס זיי זענען ווייט נישט פון די פארטיי פאר וועם זיי האבן געזינגען.

און דאס איז טאקע לויבנסווערט....

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2013 4:36 pm
דורך לכאורה
איז דאס "א חתונה מיט עמרם אקער" אדער א שיעור אין ... ?

משה'ניו, שליקעצסט?

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:45 pm
דורך mk-studio
עהעעעם.....

אקעי וואס זאל איך זאגן, איך גלייב אז איך ברויך נישט מאריך זיין אין דברי תורה דא, אמממ איך מיין, אז איך דארף נישט מאריך זיין וווער ר' עמרם איז, איך פערזענדליך קען איהם נאך פון קינווייז אן (יא הערליך ווען ער פלעגט דראמען אויפן טיש) און ווי איך זעה קען איהם דער עולם דא גוט, איך האב שוין געארבייט מיט ר' עמרם'ען ביי זיין פריערדיגע קאסעטע להללו, און אזוי אויב ביי די אנדערע סאטמארע קאסעטעס ווי צדיקים ישמחו און אלע ימים נוראים טעיפ וואס ר' שלמה הערש עקשטיין גיבט ארויס און ר' עמרם איז אויך אינוואלווד (איך טייל היינט ר'ס זייער גרינג, ווער ס'דארף א "רעב" זאל זיך שטעלן אין די ליין) אקיצור אונז קעמער זיך.

אצינדער, ר' עמרם האט אריינשפאנצירט צו מיר און געמאלדן אז ער וויל אראפזינגען א חתונה, פאר וואס ווען ווי האט ר' יואל פייערשטיין אריינמארשירט מיט זיינע כלי קודש זיך אויפגעסעט און געגאנען, איך האב אראפגעדריקט דעם רעקארד קנעפל און מ'האט אראפגעזינגען א חתונה כדבעי, ס'געווען לעבעדיג, אויף אזוי ווייט אז די אנוועזנדע האבן געמוזט מיטאנצן.

יעצט אזוי, ס'איז דא גאנץ פיינע איידיעס וואס איך האב הנאה געהאט און איך מיין אז דר'עולם וועט אויך הנאה האבן, ווי למשל די לעצטע ניגון, אנשטאט ענדיגן מיט לעשאנא הבא, האט ער אפירגעקראצט עפעס א "לחיים קיין ירושלים" איך ווייס נישט פון וואו, און אויך די חבד ניגון וואס איך זעה אז מ'האט שוין גערעדט דערפון, וואס איז אויך זייער פיין.

בשעת די שורות ווערן געשריבן זיצט ר' עמרם דא און איך האב איהם אקורשט איבערגעגעבן דעם מעסטער, לחיים!


און תהילים איד: ס'איז everything before politics!

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:47 pm
דורך ווינקל
מזל טוב!

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:52 pm
דורך אליעזר גרינפעלד
ווינקל האט געשריבן:מזל טוב!


לחיים קיין ירושלים.

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2013 6:41 pm
דורך שאץ מאץ
אין איין ווארט, אט דער אשכול דערמאנט מיך עפעס פון די אמאליגע צייטן, איינער ווייסט פארוואס?.....

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2013 7:11 pm
דורך לכאורה
שאץ מאץ האט געשריבן:אין איין ווארט, אט דער אשכול דערמאנט מיך עפעס פון די אמאליגע צייטן, איינער ווייסט פארוואס?.....

וועגן צייטליך?

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2013 10:08 am
דורך מאנ-יימער
עמרם, גיב ארויס נאך אפאר טעיפס, דער עולם דא וועקט זיך אויף און מיר האלטן זיך ביי די זייטן.

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2013 10:50 am
דורך מי יודע
צייטליך האט געשריבן:אין א לעצטיגע מיטונג אנליין מיט MK האב איך געכאפט עמרם'ן דארט אינאיינעם מיט אים. נאדער ס'בילד. (גענומען פון מיין סקרין)

איך טריי צו כאפן ווער ס'איז דער בארד דארט אינעם אונטערגרינד, אפשר צייטליך?

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2013 11:01 am
דורך ווייסעך וואס
מי יודע האט געשריבן:
צייטליך האט געשריבן:אין א לעצטיגע מיטונג אנליין מיט MK האב איך געכאפט עמרם'ן דארט אינאיינעם מיט אים. נאדער ס'בילד. (גענומען פון מיין סקרין)

איך טריי צו כאפן ווער ס'איז דער בארד דארט אינעם אונטערגרינד, אפשר צייטליך?

ניין צייטליך איז געווען אויף די אנדערע זייט..... איך מיין אז עס איז ראפאגאש..... נו גילו......

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2013 3:35 pm
דורך שאץ מאץ
איז דער אקער א הויעך הילכער, עס גריצעלט און נודזשעט ווי א צובראכענע פען. קען זיין איך בין נישט גערעכט, אבער דאס איז מיין מיינונג.


הייסט דאס אז מיכאל שניצלער זינגט שיין??....
איך וויל פשוט פארשטיין דיין טעיסט,
אויב האט מיכאל מיט זיין דיקע שטומע (אפגערעדט זיין שוואכקייט אין דרייען מיט א ניגון) געקענט הייסן א גוטע זינגער, צוליב זיין אייגנארטיגן חן, (ביי וועלכע מענטשן ער האט געהאט חן) קען עמרם אקער אוודאי און אוודאי האבן חן, א זינגער ביי א חתונה מוז "נישט" האבן קיין שיינע שטומע, ער מוז זיין גוט, פריש, געשמאק, לעבעדיג, והא ראי' אייזיק האניג וועלכע האט פון די שענסטע שטומע'ס ביים היימישן ציבור, אבער אויף א חתונה ביים טאנצן איז ער בכלל נישט די שטערקסטע זינגער'ס, כהנה וכהנה,

מילא ווען די ווילסט האבן א בעל תפלה ראש השנה, פארשטיי איך אז דו זאגסט אז דו האסט נישט ליעב זיין קול, אבער אויף א חתונה, איז עמרם נומ. 1...

און מיר קוקן ארויס אויף זיין פרישע סי די פונעם פרישן זינגער וועלכע זינגט פריש אויף יעדע חתונה.

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2013 3:39 pm
דורך mk-studio
נו שאץ? דו גייסט אמאל מגלה זיין פארוואס דאס דערמאנט דיר פון אמאליגע צייטן? אדער דו גייסט מיך מאכן בעטן.


און ביידעוועי איך בין מיט דיר אינגאנצן אויף דיין לעצטע תגובה

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2013 4:06 pm
דורך שאץ מאץ
mk-studio האט געשריבן:נו שאץ? דו גייסט אמאל מגלה זיין פארוואס דאס דערמאנט דיר פון אמאליגע צייטן? אדער דו גייסט מיך מאכן בעטן.


און ביידעוועי איך בין מיט דיר אינגאנצן אויף דיין לעצטע תגובה


קען זיין דו ביסט א נוי קאמער, אבער אין די אלטע צייטן האט יעדע אשכול אזוי אויסגעזעהן, צייטליך הייבט אזוי קרום, און ראפאגאש סטייל ענפערט צוריק, און וויכי גראד עס אויס, און די אנדערע קוועטשן אריין אין די זייט מיט גוטסלעך. און וויצלעך,

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2013 4:37 pm
דורך mk-studio
שאץ מאץ האט געשריבן:
קען זיין דו ביסט א נוי קאמער,


אזוי וועט מען איינזעצן

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2013 5:14 pm
דורך פערפעקט
עמרם ביי די ארבעט...

וואסערפאל'ס ברכה

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2013 7:43 pm
דורך וואסערפאל
עמרם, להגדיל מוזיק ולהאדירה, באכע אריין שמחה אין אידישע הערצער.
MK וועב אריין דיינע מיוזיקאלישע סטרונעס אין אידישע ריפן-ביינער.

איר זאלט ביידע זעען ברכה במעשי ידיכם.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 02, 2013 12:52 pm
דורך אזוי צו אזוי
אויף ווען קומט דער סי-די ארויס?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 02, 2013 1:25 pm
דורך ווייסעך וואס
אזוי צו אזוי האט געשריבן:אויף ווען קומט דער סי-די ארויס?

זאגט מיר היינט ר' עמרם, אויף מיין שאלה ווען עס קומט ארויס, אז ער האט שוין גארנישט מיט דעם סי-די, פון דא און ווייטער איז עס MRM וואס דיסטירבעט עס, און ער מיינט\האפט אז עס קומט ארויס גלייך נאך שבועות.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 02, 2013 1:30 pm
דורך זאלץוואסער
נישט געוואוסט אז MK איז אויך גאנץ א שיינער זינגער. איינער זאגט מיר ער האט אים געהערט ביי א בר מצוה און ער מאכט א פיינעם ארבייט. איז ער א זינגער וואס נעמט אן שמחות?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 02, 2013 1:33 pm
דורך ווייסעך וואס
ער זינגט מיט משוררים

זעה דא

געשריבן: דאנארשטאג מאי 02, 2013 5:09 pm
דורך דער תהילים איד
זאלץוואסער האט געשריבן:דאס אליינס אז עס איז MK פראדוקציע צוזאמען מיט ר' עמרם אקער ווייזט אז משיח קען שוין קומען ב"ה.


ווי האט מושי געשריבן פריער?

Everything before Politic

משיח קען שוין קומען צום צווייטן מאל...