א חתונה מיט עמרם אקער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

א חתונה מיט עמרם אקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

חחחח... איך ווייז אים (נאמען געהיטן אין רעאקציע) פריער מיין נייע אשכול וואס איך גיי עפענען פרעגט ער מיר, וואס?? די גייסט באשרייבן א חתונה מיט עמרם אקער? כ'מיין, און אפשר באשרייבסטו א חתונה מיט ישראלי ווערדיגער? אדער מיט צאלי גאלד? כ'מיין, זייט ווען באשרייבט מען חתונות? כ'האב שוין געהערט איינער ווערט איבערגענומען ביי א חתונה - שרייט ער ווייטער - אבער פון דא ביזן עפענען א אשכול דערוועגן איז פאלג-מיר-א-גאנג!

כ'שמייכל, רואיג זאג איך אים. די האסט סאך הכל געזעהן די קעפל און די טיילסט שוין גאנצע פסקים, מיינונגען ווארפן זיך כאילו האסט דאס דורכגעטוען פון דעקל-צו-דעקל. אבערוואס! האסט דאס נאכנישט געליינט אלזא - ווי ביינונז רופט מען דאס - שאט אפ!

איך גיי נישט דא דערציילן איבער א חתונה וואס איך האב געהערט עמרם אקער זינגען, כ'מיין וואלסט דאס געמעגט אליין פארשטיין. די רעדע איז איבער א נייע סידי וואס די נאמען פון די סידי איז "א חתונה מיט עמרם אקער"..... חחחח... קוק נישט אויף מיר! לייען ווייטער...

עמרם האט מיך נעכטן פארציילט אז ער איז שוין אט אט פארטיג. ער קומט ארויס מיט א סידי וואס גייט אפשפילן א חתונה ווי ער זינגט דעראויף, אבער כדאי שלא ישאר הנייר.. כ'מיין, ס'זאל נישט זיין סתם אזוי א חתונה האט דאס חידושים. אה! צו דעם האב איך געוואלט צוקומען.

ער זאגט מיר אז די ניגונים דעראויף זענען מלא חידושים, בעיקר ביי די הארא. צום ביישפיל זאגט ער מיר אז ער האט געטראפן אן אלטן חב"ד ניגון (ס'שוין הייינט - ווייזט אויס - א סטייל.. פארפאלן, ווי ס'גויאישט זיך אידישט זיך...) א געוואלדיגער הארא טאנץ ניגון וואס דער עולם וועט זיכער הנאה האבן דערפון און זיך הייבן דעראויף. (א זאך צו וועלעכע עמרם פארשטייט היפש) אזוי אויך זענען ס'רוב פון די הארא ניגונים מלא חידושים, אבער נישט ממש ניי ניגונים, נאר אלטע ניגונים ווואס ער האט אנגעטראפן און אפגעשטויבט און ער ברענגט דאס פארן ציבור. אבער נישט נאר די הארא נאר אויך ביי די שטייטע און די פרייליך ניגונים.

איר זעהט דאך אז איך בין היפש ארים אין אינפאו ס'איז נאר וויפיל ער האט מיר פארציילט נעכטן אזוי צווישן איין סלייז קוגל און צווייטן. ער זאגט מיר אז אונזער באקאנטער משי קרויס (MK Studio) גיבט זיך אפ דערמיט, אלזא העליך ווארטן צו הערן פון משה'ן עפעס מער וואס ער האט איבערצוגעבן פאר די צוהערער/ליינער.



(נ.ב. - איך האב די אויבערדערמאנטע שירות געשריבן אויף דשימעיל, אלזא וויליך שוין דא אין איינוועגסט אריינכאפן א מוחאה און אויסשרייען מיין וויי געשריי קעגן דשימעיל פארן "אפגרעיטן" זייער סיסטעם מיטן משנה זיין זייער גאנצער מהלך ביים שרייבן אימעיל'ס. שרייט'ס אלע "לעט אוער פיפעל רעסט אין פיס!!" [ג' פעמים])
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

;l;p-

האפעך נאר אז ער איז נישט צוריק געגאנגען צופיל, ביז צו די "דזשינא" עפאכע! אדער שפעטער צו די "וצמיחת קרן" עפאכע, אדער גאר אסאך צוריק צו די ??? (כ'ווייס נישט וואספארא הארא מען האט געזינגען ביי די מונקאטשע חתונה! אה כ'ווייס יא, ועל ידי זה ........).
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

איך האב אים לעצטנס געהערט אויף א חתונה. ער הייבט דעם עולם זייער גוט... דער פראבלעם איז אלס וויאזוי מ'לייגט דעם עולם צוריק אראפ, ער לאזט זיי אין די לופטן ווען ער ענדיגט זינגען...
פריי זיך
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריי זיך »

אפשר צו די יהודא בן תימא הוה עז כנמר עפאכע.. נאסטאלגיע
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

א חתונה מיט עמרם? איינס? כהאב שוין געהאט 7...

ענד יו קנוי... יעדעס מאל איז ער געקומען מיט פרישע חידושים, זיכער צו מאכן אז דערוילעם פליט ארויף ס'העכסטע ס'שייך! א זעלטנהייט.

א סידי דערפון? א פיינע געדאנק. אויף ווען איז דאס אין פלאן?
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א חתונה מיט [ר'] עמרם אקער האב איך שוין מיטגעהאלטן מער ווי איינמאל, און ער איז ווירקליך א הייבער [TM - PATENT PENDING].
ראפאגאש
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2011 3:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאגאש »

חחחח... איך ווייז אים (נאמען געהיטן אין פריזער) פריער מיין תגובה וואס איך גיי שרייבן.
פרעגט ער מיר: וואס?? דו גייסט באשרייבן א אשכול מיט צייטליך? כ'מיין, און אפשר באשרייבסטו א אשכול מיט יענטאש? אדער מיט נתן דוב? כ'מיין, זייט ווען באשרייבט מען א אשכול? כ'האב שוין געהערט איינער ווערט איבערגענומען פון א אשכול - שרייט ער ווייטער - אבער פון דא ביזן שרייבן א תגובה דערוועגן איז פאלג-מיר-אדער-כאפסט-א-פראסק!


כ'שמייכל, רואיג זאג איך אים. דו האסט סאך הכל געזעהן די קעפל און דו טיילסט שוין גאנצע פסקים, מיינונגען ווארפן זיך כאילו האסט דאס דורכגעטוען פון רעקל-צו-וועסטל. אבערוואס! האסט דאס נאכנישט געליינט אלזא - ווי ביי צייטליך רופט מען דאס - שאט אפ!

איך גיי נישט דא דערציילן איבער א אשכול וואס איך האב געליינט פון צייטליך, כ'מיין וואלסט דאס געמעגט אליין פארשטיין. די רעדע איז איבער א נייע אשכול וואס די נאמען דערפון איז "א חתונה מיט עמרם אקער"..... חחחח... קוק נישט אויף מיר! לייען ווייטער...


אזוי נאך א גאנצע געשלעג צווישן די פארזאמעלטע, איינער שרייט אז דער פראבלעם איז אז ער לאזט אלץ זיינע אשכולות אין די לופטן. דער צווייטער שלאגט פאר מ'זאל טיילן אנקעטע'ס. אזוי וועט ער זעהן נידריגע נומערן, וועט ער קומען כאפן אביסל, ביז ער וועט ווערן די שטערקסטע. (ווי שטארק?! פונף-און-צוואנציג!)

ווייטער הערט זיך פון ארונטער:

א אשכול מיט צייטליך? איינס? כהאב שוין געליינט 7... אפפס, אסאך מער!
('תהילים-איד', קום אריין.. סימידיר? נאר זיבן פון צייטליך?)

עלמער שפעטער קעיר נעמען פון דעם. אבער ווי צייטליך זאגט: קוק נישט אויף אים. ליינט ווייטער...

ענד יו קנוי... יעדעס מאל איז ער געקומען מיט פרישע חידושים, זיכער צו מאכן אז דערוילעם פליט ארויף ס'העכסטע ס'שייך!
"א זעלטנהייט אז א אשכול זאל אזוי סאך מאל ארויפפליען צום אויבערפלאך". זאגט ער. (די לעצטע פאר ווערטער זענען די פארלוירענע פאל פון תהילים-איד'ס תגובה)


עניוועי, צוריק צו אקער'ס סידי. עלמער ווארטן מיט שפאנונגען באנאזאם אויף מערערע דעטאלן.
וואס איז זיכער, אז דער עמרם איז א יחיד במינו. אנדערש ווי די היינטיגע זינגערס, וואס קומען אריין צו א חתונה און זינגען אפ א ניגון, און גייען אהיים. עמרם, ער קומט אריין צו א חתונה און זינגט אפ א ניגון, און אממ ס'טועך דא.. יא, ער זינגט אפ א ניגון מיט די אמאליגע חן, וואס הייבט יעדן אינעם זאל. כה לחי' עמרם!

מיר קוקן אלע ארויס צו הערן דעם סידי.

שרייט'ס אלע: "ווי-אר-דע-ניינטי-ניין-פראצענט!!" [ג' פעמים]
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

חח שוין לאנג נישט געלאכט אזוי אין היכל הנגינה.

קוקט אויס אקער'ס לעבעדיגקייט איז קאנטעידזשעס.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

הייסט דאס אז ער געט ארויס סיי די ערשטע און סיי די צווייטע טאנץ?
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

ראפאגאש'ס נאמען איז אפשר געהיטן אין פריזער, אבער זיינע תגובות זענען 'אומבאהיטן', אויט אוו קאנטראל! (די לעצטע פאר ווערטער זענען די פארלוירענע פאל פון ראפאגאש'ס תגובה).

ש'ביסטו זיס.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

שכח צייטליך פאר די אינפאו

רעביי אקער קען איך נאך נישט אדער כאפ איך נישט פון וועם מ'רעדט
אבער אז MK ארבייט אויף זיין סידי גלייב איך אז סע גייט ראַקן. (ראַקן מיינט - גוט!)

*******
לגבי דזימעיל וויל איך נישט קאמענט'ן
זיי קענען נאך בעטן געלט פון מיר, איך בין נאך ביזדערוויל אויף די טרייעל.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

נאכדעם וואס ראפאגאש האט מגיב געווען איז שוין זייער שווער צו שרייבן... ס'שווער זיך צו קאנטראלירן און האלטן גראד... אבער היות איך בין שיף פון צייטליך'ס תגובה האט מיך ראפאגאש מער ווייניגער אויסגעגראדט העלעך טרייען מיין בעסט...

ווער איז עמרם אקער? מסתם דעם אלטן אקער'ס אן אייניקל, נישט אזוי? אבער נישט פארדעם איזער באקאנט, באקאנט איזער אלס דער קנאקער! דער וואס קנאקט ביי אלע סאטמארע (מהר"א) מאורע'ס... (ספעל ענד גרעממער טשעק פליז...) און פאר די לעצטע שטיק צייט זינגט ער אויך ביי חתונות... איך האבעם געהערט איינס אדער צוויי מאל, דער יוד מאכט באמת גאר לעבעדיג א זאל! סיי די וועג וויזוי ער זינגט, און סיי מיט די סעלעקשן פון ניגונים... נישט קיין שלעכטע פלאן אז ער זאל ארויסגיבן א חתונה אלבוים... קענט וועיט!

ווער איז צייטליך? דאס איז שוין אביסל מער טריקי... ווייל לויט מיין אינפערמעישן איזער נישט דעם אלטן צייטליך'ס אן אייניקל, און זיין סטייל זינגען איז נישט אזוי וואו אקער'ס... ס'מער בדידי סטייל... אבער דאונט ווארי, לא אלמן ישראל... אונז זעמער דערגאנגן ווער דער צייטליך איז... דער איז דער וועלט באקאנטער שרייבער פון "קרעטשמע מעפס", בעיקר באקאנט מיט זיינע געלונגענע דיירעקשענס קיין "מאנדראו"... וואו אויך האטער געוואונען א "מעדאל אין דזשורנאליזם" ווען ער איז געווען דער ערשטער אויפצודעקן דעם "פאנזי שווינדל" פון די וויינען...

ווער ראפאגאש איז? הממממ... דאס איז שוין עכט קאמפליקעיטעד! אבער דאס מאל ווידער קענט איר זיין רואיג! מ'דארף נישט שווער ארבייטן... יעדער קענעם! ער איז דער באקאנטער נייעס שטעלער וואס שרייבט אונז די זיסליכע נייעסער יעדע נאכט...

נו, וחוט המשלש, א סידי פון עמרם אקער, און צוויי תגובות איינס פון צייטליך און איינס פון ראפאגאש... קען עפעס זיין בעסער?

יא!!! ס'ווערט נאך בעסער! ס'ווערט סאך בעסער! אויב מוישי קרויס פיהרט דעם פראיעקט ווערט די זאך נאר בעסער!!!

אה, יעצט איז די זאך רעדי טו גאו! לאמער זיך ענדיגן אויסגראדן, אזוי העלעכמעך קענען שטעלן נעבן שפאנונג צו ווארטן אויף די סידי...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

איי עמרם, איך געדענק נאך ווי ער פלעגט זיצן אין חיידער אין שפילן חתונה, ער איז געוועהן דער זינגער פארשטייצעך, דער דראממער געדענק איך שוין נישט ווער סאיז געוועהן, ווי נעמט מען די יונגע יארן, אזוי שנעל אוועק געפארן.
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

@בן מלך, לויט ווי איך פארשטיי גייט ער זינגען אין א סטודיאו אין מושי קרויס גייט אים עדזשאסטען די מייק
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אקעי. פאר אזא אשכול גיי איך שוין בעטן געלט פון עמרם... כאניש געוויסט אז ראפאגאש און וויכי און אלע אנדערע וועלן אזוינס אריינווארפן דא.

בד"וו. משי קרויס פירט נישט די אלבום, עס ווערט סך הכל רעקארדירט ביי אים אלזא האב איך געטראכט אז ער קען קומען מיט מער אינפאו. ס'איז נישטא וואס צו פירן, ס'איז א בלויזער חתונה, מוזיק (איין מאן באנד) מיט א זינגער. די חידושים זענען נאר די ניגונים וואס ער גייט אריינברענגען.
-
ים רויבער האקט. גערעכט.

(נישט געשריבן דורך דשימעיל)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

שלעפשיץ האט געשריבן:שכח צייטליך פאר די אינפאו

רעביי אקער קען איך נאך נישט אדער כאפ איך נישט פון וועם מ'רעדט
אבער אז MK ארבייט אויף זיין סידי גלייב איך אז סע גייט ראַקן. (ראַקן מיינט - גוט!)

*******
לגבי דזימעיל וויל איך נישט קאמענט'ן
זיי קענען נאך בעטן געלט פון מיר, איך בין נאך ביזדערוויל אויף די טרייעל.


דאס אליינס אז עס איז MK פראדוקציע צוזאמען מיט ר' עמרם אקער ווייזט אז משיח קען שוין קומען ב"ה.
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

קעניגזאן האט געשריבן:הערליך וועלכע חדר מיינסטו ׳טאהש׳?

איך ווייס נישט צו די עולם האט פארשטאנען מיין פריערדיגע תגובה וועגן די הויכע וואליום, אלזא העל איך עס בעסער ערקלערן. באמת וואלט איך נישט געוואלט ארויס שטעלן מיין מיינונג ווייל איך וויל נישט זיין אייביג דער וואס געבט די שלעכטע טאן, דער שווארץ קוקער ווי מ׳רופט עס, אבער עס איז גוט צו הערן די אנדערע זייט אויך אזוי קומען ארויס די גוטע חלקים בעסער. מצידי איז דער אקער א הויעך הילכער, א מאסיווער גראגער וואס הילכעט אויף די העכסטע טאן אזש מען קען קוים הערן וואס ער זינגט, עס גריצעלט און נודזשעט ווי א צובראכענע פען. קען זיין איך בין נישט גערעכט, אבער דאס איז מיין מיינונג.


איך האב אים שוין געהערט גרילצן אויך, און עס האט אסאך צו טוהן מיטן סיסטעם פון די מייק'ס. בדרך כלל איז ער נישט שולדיג אויפן וואליום, ער זינגט ווי אלע זינגער'ס און לייגט צו א שטיקל חן אין זיינע חידושים.
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

קעניגזאן האט געשריבן:הערליך וועלכע חדר מיינסטו ׳טאהש׳?


מען גיבט ניט ארויס קיין פריוואטע אינפאו, גילו :lol:
אוועטאר
yidusa
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yidusa »

זאלץוואסער האט געשריבן:דאס אליינס אז עס איז MK פראדוקציע צוזאמען מיט ר' עמרם אקער ווייזט אז משיח קען שוין קומען ב"ה.

its not the first time & remember business bfore pleasure
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

פארמעקט דורכן בעל תגובה אלס חשש וויי טון א איד.
לעצט פארראכטן דורך קעניגזאן אום מיטוואך מאי 01, 2013 3:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

זאלץוואסער האט געשריבן:דאס אליינס אז עס איז MK פראדוקציע צוזאמען מיט ר' עמרם אקער ווייזט אז משיח קען שוין קומען ב"ה.


אסאאאך פראיעקטן זענען שוין ארויס פון די צוויי [ידידים] אינאיינעם, אריינגערענכט די ימים נוראים סידי'ס די לעצטע עטליכע יאר.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אין א לעצטיגע מיטונג אנליין מיט MK האב איך געכאפט עמרם'ן דארט אינאיינעם מיט אים. נאדער ס'בילד. (גענומען פון מיין סקרין)
אטעטשמענטס
MK Aker.jpg
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

קוקט אויס ווי זיי ליינען ראפאגאש'ס תגובה.
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

yidusa האט געשריבן:
זאלץוואסער האט געשריבן:דאס אליינס אז עס איז MK פראדוקציע צוזאמען מיט ר' עמרם אקער ווייזט אז משיח קען שוין קומען ב"ה.

its not the first time & remember business bfore pleasure


Pleasure before Politics.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
your friend
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך your friend »

מנהלים איך בין באמת אפסעט אויף אייך, איך ווייס אז איר באקומט נישט געצאלט צו מנהל זיין דעם מקום, אבער דאך, אזא גוטע שרייבער אוואו ראפאגאש ירום הודו וואלט געמעגט האבן מער ווי א בר מצוה (13) תגובות!!!!!!!!!!

און איבער די נושא פון די שם האשכול וויליך צולייגן אז דאס וועט זיין פשטות זיין א בעסט סעלער, זייענדיג א אלבום וואס אזא איידיע איז נאך נישט געווען זינט ששת ימי בראשית.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”