היכל הנגינה איבער היכל התשובה...

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

היכל הנגינה איבער היכל התשובה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

אינעם שטארק פאפולערן גליון "הליכות החיים", איז די וואך דא א בריוול פונעם באקאנטן זינגער אברהם פריד (פרידמאן).
איך ציטיר עס דא פאר אינטערעסאנטקייט:

לא צמא למים... כי אם לשמוע
לכבוד מכון "הליכות החיים",
איך וויל דא איבערגעבן זייער אן אינטערעסאנטע געשיכטע וואס איז פארגעקומען עטליכע יאר צוריק מיט מיין ברודער, הרה"ח ר' בנציון פרידמאן הי"ו, דער ארטיגער חב"ד-שליח אין קענזעס, מיזורי, וועלכער טוט אסאך אין קירוב. איך דערצייל עס אייך דא אין זיינע אייגענע ווערטער, ווי איך האב עס פון אים געהערט.
ער האט דערציילט אזוי:
פאסירט האט עס אין די ערב-פסח טעג, ווען איך בין געפארן איין טאג אויפ'ן וועג אהיים מיט מיין משפחה אין קאר. ווען מיר האבן שוין געהאלטן נישט ווייט פון שטוב, האט מיין קליינער אינגל אנגעהויבן צו פארפירן אז ער איז דארשטיג און וויל עפעס טרינקען. אין קאר איז פונקט נישט געווען קיין וואסער, האט מיין פרוי אים געזאגט אז ער זאל צואווארטן נאך א האלבע שעה ווען מיר וועלן שוין זיין אינדערהיים און ער וועט קענען טרינקען וויפיל ער וויל.
עס איז דורך נאך צוויי מינוט, און דאס קינד האט ווידער אנגעהויבן פארפירן אז ער איז זייער דארשטיג און קען נישט ווארטן ביז מען וועט אהיימקומען, נאר ער מוז שוין טרינקען. נישט האבנדיג קיין ברירה האבן מיר זיך אפגעשטעלט ביי א " 7-11 " געשעפט, און מיין פרוי איז אריינגעגאנגען מיט אים קויפן א פלעשל וואסער.
אריינקומענדיג אינעווייניג, האבן זיי דארט באגעגענט א ריזן-הויכן מענטש, וועלכער האט אויסגעזען ווי א גוי גמור, מיט א "כתובת קעקע" אויף די הענט און קייטלעך ארומגעהאנגען אויפ'ן האלדז. יענער האט נישט אויפגעהערט צו קוקן אויף זיי. זיי האבן זיך אביסל דערשראקן און נישט געוואוסט וואס ער וויל, ביז ער האט זיך געגעבן א רוף-אן: "אינגעלע, דו טראגסט ציצית."
עס איז געווען א גרויסער חידוש, ווי איינער מיט אזא אויסזען נעבעך רעדט אזא געשמאקן פוילישן אידיש. מיין פרוי, וואס טוט אסאך אין קירוב, האט אים געפרעגט צי ער איז א איד, האט ער געענטפערט אז יא. האט זי זיך אנגערופן צו אים אז אין עטליכע טעג ארום וועט זיין פסח און מיר וועלן מאכן א גרויסן סדר, און עס וואלט ביי אונז געווען א גרויס חשיבות אויב ער וואלט געקומען צו-גאסט פראווען די סדר-נאכט צוזאמען מיט אונז. זי האט נישט געווארט אויף קיין ענטפער, נאר אים באלד געגעבן אונזער אדרעס און טעלעפאן-נומער, כאטש זי האט נישט צופיל געגלייבט אז ער וועט טאקע אנקומען.
פסח ביינאכט, אביסל נאכדעם וואס מיר האבן זיך געזעצט פראווען דעם סדר, הערן מיר א קלאפ אין טיר. ווען מיר האבן געעפנט, איז געשטאנען דארט דער מענטש וועמען מיין פרוי האט געהאט געטראפן אינעם " 7-11 ". עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט אנגענומען די איינלאדונג און געקומען מיטהאלטן די סדר-נאכט מיט אונז. ווען ער האט מיך געזען, האט ער א פרעג געגעבן, "איר זענט אפשר פרידמאן?" זאג איך אים, "יא!" (אונזער משפחה-נאמען איז אייגנטליך פרידמאן). פרעגט ער מיר, "איר זענט אפשר יעקב משה'ס א זון?" זאג איך אים, "יא, פונוואנעט ווייסט איר?" זאגט ער מיר, "וואס הייסט, איר קוקט דאך אויס גענוי ווי ער."
עס איז מיר געווען זייער אינטערעסאנט. א פארבלאנדזשעטע נשמה וועם איך האב נאך קיינמאל אין לעבן נישט געזען און באגעגנט, און ער זאגט מיר ווער איך בין און ווער מיין טאטע איז געווען.
ווען איך האב אביסל מער גערעדט מיט אים, האט זיך ארויסגעשטעלט דער וואונדער ווי אזוי דער רבוש"ע פירט זיין וועלט.
ווי באוואוסט, האט מיין טאטע, הרה"ח ר' יעקב משה פרידמאן ע"ה, ארויסגעהאלפן נאך דער מלחמה הונדערטער אידן וועלכע זענען אנגעקומען קיין פראג צו ערלעדיגן זייערע פאפירן און פארן פון דארט קיין ארץ ישראל. מיין טאטע האט געארבעט פון פראג, און דער וואס האט געהאלפן אויפנעמען און מסדר זיין די אידן אין ארץ ישראל איז געווען נישט קיין אנדערער ווי אט-דער עלטערער איד. ער האט מיך יעצט באלד דערקענט, זאגנדיג אז ווען ער זעט מיך דערמאנט ער זיך אין מיין טאטן.
איך האב עס נישט געקענט גלייבן, ווייל דער איד איז געקומען פון זייער א חשוב'ער משפחה, און ס'איז געווען טרויעריג צו זען וואו ער איז אנגעקומען. מיר האבן פרובירט אים מקרב צו זיין, און נאך פסח האב איך אים נאך עטליכע מאל גערופן צו זיך. יעדעס מאל וואס ער איז געקומען צו מיר פלעגט ער אלץ אנהייבן וויינען מיט חרטה-געפילן. ער פלעגט קוקן אויף דער משפחה און געזאגט, "גיב א קוק, יעקב משה (מיין טאטע ע"ה) האט זוכה געווען, ער האט איבערגעלאזט א שיינע משפחה, דורי דורות, אידן וועלכע גייען אויף די גוטע וועגן, און איך האב ליידער אזוי פארבלאנדזשעט." אזוי האט דער איד אויסגעדריקט זיינע חרטה-געפילן
יעדעס מאל וואס ער האט געזען מיין משפחה, באוויינענדיג דאס וואס ער האט נעבעך אזוי פארפאטשקעט זיינע יונגע יארן.
יא, דער רבוש"ע האט עס צוגעפירט אזוי, אז מיין אינגל זאל זוכן ווי אזוי צו שטילן זיין דארשט און אזוי זאלן מיר דארט אין " 7-11 " טרעפן די פארבלאנדזשעטע נשמה, וועמענ'ס נשמה איז אויך געווען "דארשטיג" און וועלן צוריקקומען צו איר שורש.
און ווער ווייסט, אויב נישט אין דעם זכות וואס ער האט ארויסגעהאלפן מיין טאטן ז"ל מיט די חסד-אקטיוויטעטן האט דער רבוש"ע צוגעפירט אז מיר זאלן זיין די ריכטיגע שלוחים אים צו העלפן צוריקקומען צום ריכטיגן וועג.
אברהם פריד (פרידמאן), קראון-הייטס
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

כ'האב עס געליינט דארט אינעם גליון נישט געוואוסט אז ער איז דער שרייבער, אבער וואס האט די נאמען פונעם אשכול מיט די מעשה?
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זייער אינטערסאנט [סיי די מעשה, און סיי דער עצם פאקט אז ר' אברמ'ל זאל זיך זעצן א בריוול צו הליכות החיים...].

א יישר כח יואל ווייס פארן איבערטייפן.
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

derech eretz האט געשריבן:כ'האב עס געליינט דארט אינעם גליון נישט געוואוסט אז ער איז דער שרייבער, אבער וואס האט די נאמען פונעם אשכול מיט די מעשה?

אברהם פריד (פרידמאן) פון היכל הנגינה שרייבט איבער היכל התשובה.
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

לכאורה האט געשריבן:זייער אינטערסאנט [סיי די מעשה, און סיי דער עצם פאקט אז ר' אברמ'ל זאל זיך זעצן א בריוול צו הליכות החיים...].

א יישר כח יואל ווייס פארן איבערטייפן.


איך האב דאס בלויז קאפירט פונעם פי-די-עף, און ארויפגעשמירט.
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

שיינע מעשה.

וועלקאם בעק יואלי...
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יא טאקע געזען דארט, און זיך געווינדערט ווי לכאורה. ישר כח פארן ברענגען.

נאך איין קלייניקייט ...... ווי ביסטו געווען באהאלטן? וועלקאם בעק!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת זקנים »

זייער שיין און אינטערעסאנט, יישר כח ר' יואל.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

טאקע שיין. יישר כח ר' יואליש. שלום עליכם
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:יא טאקע געזען דארט, און זיך געווינדערט ווי לכאורה. ישר כח פארן ברענגען.

נאך איין קלייניקייט ...... ווי ביסטו געווען באהאלטן? וועלקאם בעק!
ווינקל האט געשריבן:שיינע מעשה.

וועלקאם בעק יואלי...

כ'על פרובירן דא צו זיין לויט וויפיל די צייט וועט ערלויבן...
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

איך האב געליינט די מעשה במקור, נאר איך בין נישט געווארען אזוי איבערגענומען דערפון. למעשה איז דאך יענער נישט געווארען קיין שומר תומ"צ, טא מיט וואס איז ער דען אנדערש פון אלע רשעים מלאים חרטות?
---
אלענפאלס א ייש"כ פאר ר' יואל אז ער האט גענומען די מיה.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
yidusa
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yidusa »

please dont judge thos peapole who was suffering from the nazies & lost t the whole family in uschwitz
since you never have nisoiyan like this
dont get me wrong i dont say thay are rite but i also dont judge tham
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

איך בין נישט 'דן' יענעם אבער במציאות איז ער נישט געוועהן קיין פרומע יוד. א"כ מאי אהני לן דער גלעזל וואסער פונעם קינד?
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
yidusa
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yidusa »

who told you the end of the story maybe 1 day it will happned & this will be the cause
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

דעמאלס וועט עס זיין א שיינע מעשה. בנתיים זעה איך נישט וואס איז די גדולה.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 8:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר גרינפעלד »

אנעייייייייייייייייים
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אנעים זמירות האט געשריבן:איך האב געליינט די מעשה במקור, נאר איך בין נישט געווארען אזוי איבערגענומען דערפון. למעשה איז דאך יענער נישט געווארען קיין שומר תומ"צ, טא מיט וואס איז ער דען אנדערש פון אלע רשעים מלאים חרטות?
---
אלענפאלס א ייש"כ פאר ר' יואל אז ער האט גענומען די מיה.

פונעם משמעות פונעם סוף בריוו ווי ער שרייבט איבער די זכיה בלשון עבר, איז משמע אז ער איז יא צורוקגעקומען - וויפיל און ווי ווייט, ווייסעך נישט -.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

Dear Avraham Fried,
From An Anonymous Jew,
I grew up listening annd singing your music in our shabbos table and in all of our happy occasions. And as a kid in Jerusalem, I also remember going to Gan Soccer with the family to one of your concerts.
I am today not religious. But to this day I listen and I am inspired by your powerful, spiritual, and soul touching music.
I am so spiritually connected to your music that I am tempted to play it on shabbos. I get disappointed that the only available music I have on shabbos is the meaningless non-jewish stuff. But I wanted to let you know that I have kept your request dear to me and I will not, even at gun point, play your music on shabbos.
...
Today, during my darkest and happiest moments, I will tune in to your music for inspiration and hope.
Your music is a kidnle to my long lost Jewish soul and it is keeping me alive, both physically and spiritually.
My life would simply be meaningless without it.
So before you go to bed at night or the next time you're having a rough day, keep in mind that your music is quite literally touching my soul and giving me tremendous hope.
- - - - -
To an anonymous Jew:
Thank you for writing one of the most powerful letters That I have ever received in my 36 years of singing.
If I would respond to all the details of the letter it would take a very long time.
So I just want to say this:
I would love to meet you one day and hear your story face to face.
It was the Rebbe who told me 36 years ago when I was releasing the CD No Jew Will Be Left Behind, to print the words: please do not play on Shabbos and Yom Tov.
Perhaps he saw you and the struggle you will have with Yiddishkeit and asked me to print those words so this can be your own unique way of remembering that it's Shabbos by not playing my music.
A Rebbe can see things way ahead of its time!

For someone who calls himself not religious, your soul however seems to be on fire!
You're so in touch with your spirituality.
How lucky I am that thru my music I have a part in keeping that spark alive.
Stay tuned as a new cd is coming soon IYH.
I say to you, Chazak Chazak!
Please keep in touch.
Abraham
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”