וועד מורא מקדש פרעזענטירט: "על המזון".

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32536
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

וועד מורא מקדש פרעזענטירט: "על המזון".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

בס"ד

טעסטונג טעסטונג... וואן טו טרי... אקעי צינד אן... די עקאנעמי, איז אין דער ערד... ס'גייט שלעכט... מאך שטילער דארט!!! איך דארפעס נאר אין די בעגראונד... הייב אן נאכמאל... די עקאנעמי, איז אין דער ערד... ס'...

גוד עפטער נון עווריבאדי, דיס איז וויכי רייט בעק וויט דע עפטער נון שאו עט די היכל הנגינה אן די ק.נ.א, נעטווארט... מיר האבן היינט גאר א אינטערעסאנטע פראגראם, מיט גאר אינהאלטסרייכע "עקסקלוסיוו" נייעס!

פאר צוויי אהאלב יאר צוריק ווען כאב געמאלדן פאר די 'היכל הנגינה' ליינער די אויסשליסליכע נייעס אז "וועד מורא מקדש" גרייט זיך ארויסצוגעבן א אלבוים "אמן ואמן", האט מען מיר אנגעקוקט ווי איך בין אראפגעפאלן פון די 240'סטע שטאק פון די פרידאם טאוער (איי ס'האט נישט קיין 240 שטאק? זאג נאר, א פרידאם טאוער איז דען יא געווען?!) קיינער האט נישט געוואוסט פון וואס איך רעדט, ס'האט גענומען א שיינע פאר חדשים ביז דערוילעם האט געכאפט אז מ'רעדט דא פון סיריעס סטאף! מ'רעדט דא פון אידן וואס וועלן נישט שפארן קיין געלט, כח און פלאג מקדש צו זיין דעם שם שמים מיט זייערע פארשידענע פראיעקטן, וואו מ'האט זיך טאקע איבערגעצייגט ביי די בארימטע "אמן ואמן" סידי וועלכע איז פארוואנדלט געווארן אין "דער סידי" ב'ענדע ה"א הידועה און איז א ריכטיגער סעמפל וואס עס מיינט א "הייליגע" און "פראפעסניאלע" פראדאקשן.

היצטערט ווען א פרישער אשכול מיטן קעפל 'וועד מורא מקדש פרעזענטירט' שווימט ארויף, איז די מעשה גאר אנדערש, דער עולם פיצט שוין די אויערן און מ'ווישט אפ די ברילן צו ליינען וואס ברענגען זיי שוין ווידער צום טיש, וואס האבן די חברה שוין ווידער אין מיינד? אלזא, הערט צו ווייל דאס איז גאר פיינע נייעס.

"ברכות המזון".

"וואס ברכת המזון איז", פרעגסטע? חחח, ער וואשצעך נישט משבת לשבת, ער מיינט אז ברכת המזון איז א שטיקל פון די שבת'דיגע זמירות! גוט!!! אקעי, איין קאסטומער איז שוין זיכער דא... אטטא דאס איז דער פרישער פראיעקט וואס דער 'וועד' האט אונטערגענומען די לעצטע פאר חדשים. קוקט אויס אז יעדער שרייט שוין 'אמן יהא שמיה רבא', און קיינער רעדט שוין נישט ביים דאווענען (על כל פנים די היימישע אידן, ווייל די וואס רעדן ענגליש באקומען שוין זייער פארציע, ווארטס נאר ווארטס! "אמן ואמן" אויף ענגליש איז אן דע וועי - אויסשליסליכע אפדעיטס בקרוב.)

אצינד ווילן די חברה צוריק אויפבויען די עקאנאמי, זייער לאזונג איז אז "ברכת המזון" איז דער שליסל צו פרנסה, שוין, אה! יעצט רעדסטע ווערטער, קעש!!! ווען עס קומט צו קעש איז שוין יעדער א מחותן...

די "וועד" האצעך גענומען איבער דעם ענין גענוי ווי צו "אמן", אנגעהויבן האבן זיי מיט א ספעציעלע 'גליון' וואס מ'האט פאבליצירט אין די טויזנטער אונטערן נאמען 'ברכת ה' היא תעשיר' וועלכע ברענגט אראפ עטליכע קורצע שיינע מאמרים איבער די גרויסקייט פון ברכת המזון און א מורא'דיגע מעשה פון רבי מאיר שפירא מלובלין זי"ע איבער א איד וואס איז געראטעוועט געווארן ביים קריג א דאנק וואס ער האט זיך אונטערגענומען צו בענטשן בכוונה.

אין די לעצטע וואכן האבן זיי געלאזט דעזיינען און דרוקן א ספעציעלער 'בענטשער' וועלכע זיי האבן אויסגעטיילט אין אסאך רעסטוראנטן און געשעפטן און אויך פאר מוסדות און ישיבות, די פידבעק וואס זיי באקומען איז עפעס מורא'דיג, צענדליגע מענטשן נעמען זיך טאג טעגליך אונטער מער נישט צו פטר'ן דעם פרישטאג מיט א מזונות ראלל, נאר ענדערשט אוועקגעבן נאך אפאר מינוט זיך צו וואשן און בענטשן בכוונה.

אבער דאס אלעס איז גארנישט קעגן דעם הויפט פראיעקט אויף וואס זיי ארבעטן. די עסקנים זענען שוין לאנג געקומען צום אויספיר, (און האבענדיג דעם בעסטן ערפארונג דערין) אז דער בעסטער און ווירקזאמסטע מיטל א מעסעדש זאל ווייט דערגרייכן איז דורך נגינה און מוזיק, דעריבער פלאנען זיי ארויסצוגעבן א הערליכע לענגערע ניגון אין אידישע גראמען מיטן נאמען "על המזון".

איז אזוי. דא קומען די אטאם-באמבעס איינס נאכן צווייטן... (א באם סקוואד איז אויפן וועג...)

די גראמען זענען געשריבן געווארן דורך אונזער וועלט-בארימטע בעל מחדש, דער גאון הגאונים אין פיאטע און גראמען "ערעב מאטי". וועלכע מאטי פרעגסטע? שעמסטעך נישט??? אקעי, איך וועל דיך געבן נאך א 'הינטל', זיין לעצטע נאמען הייבט זיך אן מיט א "א" און ענדיגט זיך מיט א "ש" (אין ארץ ישראל שרייבן זיי מיט א "ץ"...). דער אינגערמאן האט אראפגעלייגט אן אויסטערלישע ארבעט מלא וגדוש מיט הערליכע טיעפע רעיונות און טרעפליכע געדאנקען. (איך האב אין מיין באזיס די ווערטער, וואס זאליכאייך זאגן? "איך האב נישט קיין ווערטער"... פאני, הא?)

זינגען: די גראמען וועלן געזינגען ווערן דורך מאטי אליינס, וואס ווי באקאנט זינגט ער כמעט 'קיינמאל נישט' אפיציעל אויף קיין אלבוים אבער פארן וועד מאכט ער אן אויסנאם. און וויאזוי דער זינגט, מיט וואס פאר א הארץ און געפיל וואס האט שוין באנומען צענדליגע טויזנטע אידישע הערצער דארף מען קיינעם נישט פארציילן.

אבער דאס איז נישט אלעס, אינאיינעם מיט אים וועט אויך זינגען א ספעציעלער 'גאסט סאלא', דער וועלט בארימטן בעל מנגן "ר' שלומי דאסקאל". זיי וועלן ביידע אראפלייגן די ניגונים אויף גאר אן אינטרעסאנטן און ספעציעלן אופן געבויעט גג על גג, (העכער די 240 שטאק!!!) וואס וועט צוגעבן אסאך הארץ און געפיל און שיינקייט צום ניגון.

די מוזיק, וועט געשריבן און אראנדשירט ווערן דורך אונזערע אלעמען באקאנטער "ר' ישראל לאאם" וואס האט שוין ביי "אמן ואמן" באוויזן אז ער פארשטיין נאך זייער גוט וויאזוי צו באצירן אידישע גראמען מיט געשמאקע, שיינע, "הארציגע" מוזיק.

דער ניגון וועט זיין א לענגערע ליד איינגעטיילט אין עטליכע ניגונים (א שטייגער ווי 'די גאלדענע ברעקלעך') וועלכע וועט אי"ה ארויסברענגען דעם מעסעדש שטארק און קלאר.

ווארט א מינוט... איך בין נאך נישט פארטיג!

אינאיינעם מיטן ניגון וועט אויך מיטקומען א הערליכע אויגן פארכאפענדע (כאפצעם...) "פרעזענטאציע" וועלכע וועט צוזאמגעשטעלט ווערן דורך צוויי גאר פראפעסניאלע יונגעלייט ר' שמשון גייגער און ר' חיים קאמפעל, ווי די חברה געבן איבער גייט דאס זיין עפעס מורא'דיג דראמאטיש און ציענד און גאר פראפעסניאל, און יעדער וואס וועט דאס זען וועט מאכן א 'ביעור חמץ' אויף אלע בייגעלס און ראלס... און איינקויפן לויטער 'המוציא' ברויט... ער וועט שוין נישט קענען פראווען פת שחרית אויף א זעמל...

היות עס זענען פארהאן ב"ה גאר אסאך אידן וועלכע האבן נישט קיין קוק-מעגליכקייטן (קאמפיוטער בלאאז), וועט אין יעדער סידי פעקל מיטקומען צוויי דיסקס, איינס א 'וויזשיועל' דיסק און איין 'אודיא' דיסק, אזוי אז יעדער איינער, פון דער שווארץ-ווייסע גלעזער תשכ"ז איד, ביז דער קילער בלעקבערי/אייפאון אינגערמאן וועט עס קענען הערן אדער זען און פארשטייט זיך - בעז"ה נתעורר ווערן.

וואס נאך? דער מענעדשער פונעם פראיעקט איז אונזער באקאנטער ר' דוד וועבער (ברוך השם! ער איז שוין געהעריג צוריק ביי די כוחות!) וועלכע וועט אויך דעזיינען דעם דעקל און מארקעטן די זאך, לאמיר אים וואונטשן עס זאל זיך אלעס גוט פירן געזנטערהייט.

ווי די עסקנים געבן איבער איז דער פלאן ארויסצוקומען דערמיט קומענדיגן חודש אלול, פארשטייט זיך נאר אויב אלעס פארט געשמירט און עס קומען נישט אונטער קיין אומערווארטעטע קאמפליקאציעס, ווי עס איז דער שטייגער ביי אזאנע זאכן.

מיר וועלן אי"ה האלטן דעם עולם אינפארמירט מיט אויסשליסליכע נייעס און אפדעיטס!

דיס איז וויכי עט דע 'וועד מורא מקדש' דעסק... אין די היכל הנגינה דעפארטמענט אן די ק.נ.א נעטווארק.

עקנאמישע נייעס...

יעצט קומט אריין די נייעס אז די קאמפאני "פיגי בענק" האט פארקויפט א רעקארד צאל פיגי בענקס ביים היימישן עולם און די סטאק דערפון איז מורא'דיג ארויף. א אנאליסט פון ק.נ.א. איז מסביר אז די סיבה פון די פיגי בענק קויפעניש קען אנגעלייגט ווערן צוליב וואס דער עולם אין די חסידישע קאמיונעטי האט געקויפט פיגי בענקס אוועקצולייגן געלט פאר עפעס א אפקאמינג אלבוים...

און אנדערע עקענאמישע נייעס גיבן די עקאנאמיסטן איבער אז ס'איז ערווארטעט גאר גוטע עקענאמישע ציפערן אינעם נאנטן צוקונפט צוליב וואס כלל ישראל האצעך גענומען בענטשן ערליך בכוונה פון אינעווייניג... מער פרטים וועלן נאכפאלגן נאך די עדווערטייזמענט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

;l;p- ;l;p- :lol: :x :idea: :-(
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

טענקס פאר די ריפארט
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:צענדליגע מענטשן נעמען זיך טאג טעגליך אונטער מער נישט צו פטר'ן דעם פרישטאג מיט א מזונות ראלל, נאר ענדערשט אוועקגעבן נאך אפאר מינוט זיך צו וואשן און בענטשן בכוונה.

איך האב שוין א שטיק צייט צוריק אנגעהויבן זיך וואשן געהעריג צו פרישטאג אפי' ווען מען קען עס ווען אנרופן מזונות ראל די סיבות איז פשוט ווייל ע"פ הלכה איז זייער קאמפליצירט די דין פון מזונות ברויט און ס'איז כמעט נישט דא קיין היתר אויף צו עסן א געהעריגע סעודה אהן זיך וואשן און בענטשן
והשנית איך האלט אז ס'איז ממש א שאד נישט צו בענטשן אריינטראכטנדיג די טייטש דערפון
די טבע פון א מענטש איז אז מ'האט א גוטע געפיל ווען מ'קען באצאלן א טובה פאר איינעם וואס מ'איז שולדיג. די ווערטער פון בענטשן איז די געשמאקסטע ווערטער צו דאנקען דעם אויבערשטן אויף די עסן און אויף אלעם...איך האב ספעציעל ליב די ווערטער פון נודה לך מ'רעכנט דארט אויס פארשידענע זאכן נישט נאר דאס עסן .הגם פארן באשעפער איז נישט שייך צו באצאלן אם ארעב לא אומר לך עכ"ז ווייס מיר אונז אז דאס איז כביכול'ס רצון איז דאס א מורא'דיגע גוטע געפיל
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

נו ודאי איז עס וויכי!!! נישט מעגליך א צווייטער זאל דאס נאכמאכן.... ריזיג!

----
שפאנונג איז דא מיט מיר...
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

זאג, איך וויל קויפן א פיגי בענק
ווי איז די 'פיגי בענק קאמפאני' באזירט?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איך וועל ארויסגעבן נאך סודות, אבער דאסמאל פון אחראים אפיס. ס'טוט זיך דארט אויף טישן און בענקלעך (אין אפיס זענען נישטא קיין בענק, מ'שטיינס געזאגט, אלעס זיצט דארט אויף באקוועמען בענקלעך) וואו די אשכול באלאנגט. מאנכע טענה'ן - און מיט רעכט - אז דאס באלאנגט בכלל נישט אין די נגינה אפטיילונג, "עס איז א געהעריגע קרעטשמע ארטיקל!" שרייט איין אחראי (נאמען געהיטן צוליב רעאקציע) עס באלאנגט אין קרעטשמע ווי אלע אזעלעכע געלונגענע ארטיקלן האבן קונה שביתה געווען.

ווידער אנדערע טענה'ן אז דאס איז פארט א נייעס איבער נגינה, נישט סתם נגינה, "ווייניג מאל וואס מ'זעהט אזא דעטאלירטן באריכט פון אנפאנג ביז די ענדע, ממש יעדע קליינע שמיטשיג שרייבט ער" זאגט א צווייטער הנהלה מיטגליד בשעת ער פארארבייט מעשים אויפן נייעם "מייקרעסאופט צענזור 11" פראגראם, "אזא באריכט איז די שפיגעלע פון נגינה" ענדיגט ער.

למעשה האט מען נאכנישט קיין פיינעל, שפעטער אין מאנאט וועלן פארקומען וואלן דערוועגן צווישן אלע חברי הנהלה ווי מ'וועט דאס אפמאכן, אבער אויף דערווייל קען דאס יעדער דא ליינען און צו די זעלבע צייט הנאה האבן פונעם באריכט, העמער זיך יעצט זעצן און ווארטן אויפן סידי. (זינט איך בין פון די תשכ"ז - לענסעס אידן, ווייס איך נאכנישט ווי איך פאל אריין, לאמיר האפן אז זיי וועלן מיטגעבן די 3 1/2 פלאפי דיסק פאר מיין טייפרייטער וועלעכע איך האב לעצטענס געדארפט ארויסטראגן פון הויז צוליב א תקנה ביינונז אין בית החיים)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת זקנים »

ש'כוח וויכי, הערליך דעטאלירטע באריכט.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:...די "וועד" האצעך גענומען איבער דעם ענין גענוי ווי צו "אמן", אנגעהויבן האבן זיי מיט א ספעציעלע 'גליון' וואס מ'האט פאבליצירט אין די טויזנטער אונטערן נאמען 'ברכת ה' היא תעשיר' וועלכע ברענגט אראפ עטליכע קורצע שיינע מאמרים איבער די גרויסקייט פון ברכת המזון און א מורא'דיגע מעשה פון רבי מאיר שפירא מלובלין זי"ע איבער א איד וואס איז געראטעוועט געווארן ביים קריג א דאנק וואס ער האט זיך אונטערגענומען צו בענטשן בכוונה...

גראדע האביך די לעצטע שטיק צייט אנגעהויבן מקפיד צו זיין זיך צו וואשן פת שחרית מיט ברהמ"ז כדבעי, יעצט דערמיך איך מיך אז די התעוררות האב איך טאקע באקומען נאכן ליינען דעם גליון מיט די מעשה פון מהר"ם שפירא.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

די סידי איז א זייטיגע באונעס. די עיקר איז די ארטיקל דא. חחח...
איך לייג יעצט אריין די עד אין דבר יום ביומו. "א קילע אינגערמאן געזוכט מיטצואוואקן מיט איינעם וואס שוויצט געפערליך אין די יעצטיגע וועטערס. פערציג טעג ברציפת"
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

געלעגער האט געשריבן:די סידי איז א זייטיגע באונעס. די עיקר איז די ארטיקל דא. חחח...
איך לייג יעצט אריין די עד אין דבר יום ביומו. "א קילע אינגערמאן געזוכט מיטצואוואקן מיט איינעם וואס שוויצט געפערליך אין די יעצטיגע וועטערס. פערציג טעג ברציפת"

נאדיר ;l;p- איינס און איינס פאר דיר וויכי ;l;p- האסט מיר דערלעדיגט....
פון ווען רעדט מען נאך חנוכה???????? (יוי אין אפאר יאר ארום! פארוואס???)
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

.
אטעטשמענטס
A9hafp_CQAAXW5L.jpg
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

ווער איז דער מיטלסטער?
הנותן לשכוי בינה...
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

יוסי רובין, פראדוסער/מענעדזשער
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32536
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

נו וואו האמער געהאלטן? וואס? יא! איך בין דא צוריק!!! האסט נאך עפעס צו פרעגן? נו פרעג... אה! גוט געפרעגט, ער פרעגט וואו מ'האלט מיטן פראיעקט... זאלעכעם ענטפערן? אקעי הער ווי גאו!

מ'האלט אזוי, קודם איז דא א טשעינדזש... איי געסס אז זינט אבאמא האט געוואונען האבן די חברה אנערקענט אז טשעינדזש איז נאכאלץ אין סטייל... די ערשטע חלק טשעינדזש איז אז ס'גייט נישט זיין קיין DVD אינאיינעם מיטן סידי... שא! בארואיג דיך, ס'גייט זיין, אבער ס'גייט זיין עקסטער...

חחחח... ער האט געמיינט אז דא ענדיגט זיך מיין ריפארט! חלום!!! ביי אונז פלעגט מען זאגן "די בעסט איז יעט טו קאם"... ווארט איין מינוט! צייטליך צינד אן די מוזיק... שתזמין פרנסה... אוי אוי יוי יוי בנחת, ולא ולא... כדי שנוכל לעבוד... אה, יעצט איזעס פיין!

וואס זאלעך ענק זאגן, איטס געטטינג בעטטער ביי די מינוט! די ערשטע חלק וואס אונז האמער געליינט אויבן איז געווארן בלויז "א חלק" פון די אלבוים, די וועד איז אויפגעקומען מיט א געוואלדיגע איידיע... איך ווייס נישט וויפיל מענטשן ס'זענען חסד דרייווערס, אדער גמ"ח הצלה דרייווערס, אבער צווישן דעם עולם דא האבן שוין זייער אסאך געהערט פונעם באקאנטן בדחן/זינגער ערעב וועלוול פעלדמאן... יא יא, דער פון די חסד קליפ, יא יא, דער זינגער וואס זינגט אמאל פאר שירה און יא יא, דער בדחן וואס האט געגראמט ביי יענע חתונה...

וואס איז די מעשה מיט דעם ר' וועלווי? די מעשה איז אזוי, ווער ס'האטעם שוין געזעהן עקטן ווייסט אז אזא עקטער (ווי ער און זיין שותף) האט כלל ישראל שוין נישט געזעהן יארן! יארן זאגעך? קיינמאל!!! די חברה זענען אנבעליוועבל... אבער די וואס הערן אים גראמען ביי א חתונה קענען נישט גלייבן אז דאס איז דער זעלבער מענטש! דער גראמט מיט זיין זיסע אבער שטארקע שטומע, און ער גראמט מיט אזא מין ווארעמקייט, אז ס'לאצעך באמת נישט גלייבן אז דער איז דער זעלבער וואס האט פריער געמאכט דעם עולם זיך קוילערן!!! און איך גיי צולייגן נאך איין זאך... "ווער ס'האטעם שוין געהערט, גייט זאגן אז איך האב ניטאמאל געשריבן מקצת שבחו"!!! אבער דאס איז נישט מיין ציהל יעצט, איך האב פשוט געוואלט דער עולם זאל באקומען א בליק פון וועם מ'רעדט דא! מ'רעדט דא פון א עקטער, א בדחן און א זינגער מיט א הערליכע שטומע... אדער ווי איינער פון די וועד האצעך אויסגעדריקט ווען מ'האט גערעדט פון וועלווי "ווען די רבי האט גערעדט פון טאלאנט האטער גערעדט פון וועלווי"...

אט דעם ר' וועלוול האט די וועד אויסגעוועהלט פאר די נייע טרעק אינעם פראיעקט! אבער מייניש יעצט אז ס'קומט א טרעק פון 2 מינוט! נאו וועי! וועלווי (וואו מ'רופטעם בלשון חיבה) גייט דא פרעזענטן א געוואלדיגע סצענע, געמישט פון א דראמאטישע ערציילונג און גראמען... די מוזיק גייט שפיהלן די ארגינעלע (לאופער) טרעקס פון דעם באקאנטן משה גאלדמאן ניגון "שתזמין פרנסה", און וועלווי גייט אויף גאר א דראמאטישן אופן ארויסברענגען שיינע ענינים אויף גראמען, רעדענדיג און זינגענדיג די גראמען, ווען און די הינטערגרינד הערט מען "לאופער"ס אלטע מוזיק אויסגעמישט מיט פרישע סטרינגס פון "לאאם"...

איך דארף יעצט גיין ווייטער אדער איך קען סטאפן? אךךך! איך קעניש סטאפן דא... דער עולם העטעך נישט וויסן וועגן די ווידיאו... די מעשה מיט די ווידיאו איז זייער פשוט... וואס פשוט? מעידזשער!!! די ווידיאו איז שוין פיניש, און די וואס האבן עס געזעהן גיבן איבער אז מעידזשער איז א אנדערסטעיטמענט!!! ווי געשריבן איז די ווידיאו א פרעזענטעישן איבער דאס ענין פון ברכת המזון גע'עקט ביי באקאנטע טאפ אוו דע ליין עקטערס און פראדוסט ביי אן טיים סטודיאוס...

ריליס דעיט? דאס איז נאכנישט באשלאסן, די וועד וויל ענדיגן די "וועלווי" פרעזענטעישן, און דאן העט מען אפמאכן ווען די פראיעקט קומט ארויס...

פאר מער פרטים... אםםם, נע, גארנישט! דזשאסט וועיט ענד סי! די וועד האט אונז סורפרייזד מיט "אמן ואמן", עס איז ערווארטעד נאך מער א געלונגענע פראיעקט מיט "על המזון"...

צייטליך, האסט עפעס וואס מוסף צו זיין?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אה וויכי, פרעגסט גוט! אויב איך האב וואס מוסיף צו זיין. צום ערשט האסטו בכלל נישט גערעדט, אדער אפילו דערמאנט בהקיץ, אזוי אפילו אונטערן ארעם דעם פאקט אז וויכי האט נארוואס געגעבן א באריכט אזוי, א לאנגס און א ברייטס כשנים קדמוניות. אקעי, איך פארשטיי אז די האסט עס נישט געקענט שרייבן אין דעם באריכט ווארים דער באריכט איז דאך דער עצם באריכט פון וואס איך רעדט יעצט אז וויכי האט אזוי גוט געשריבן, אלזא איז בכלל נישט שייך אז אין דעם סאמען באריכט זאלסטו דערמאנען דעם וויזויהייסטעס נאר. בקיצור כ'פארשטיי און איך וועל נישט רעדן דערפון א גאנצע נאכט. איך וועל דא שטיין בלייבן.

שטיין בלייבן האב איך אבער נישט געמיינט אזוי פשוטו כמשמעו. הרבה דרכים למקו.. אךך.. אסאך פשטים קעמען דעראין אריינלערנען, אבער איך האב געמיינט צו זאגן אז פון וויכי ווועליך מער נישט רעדן (אויך נאר דא און יעצט) אבער פון וועלווי איז שוין א צווייטע מעשה!

ידידי היקר ר' וועלווי (ביי וועמען איך האב נארוואס אפגעשטאט א באזוך) איז ווערט א באגריסונג. זיינע טאלאנטן האביך שוין קענען געלערנט א שטיק צייט צוריק און ווי וויכי (שוין ווייטער?) דערמאנט איז נישט צום גלייבן ווי דער אקטיאר און לץ קען גראמען אזוי ערנסט, שיין און געלאסן.

איך טוה גראטאלירן דעם וועד פאר די געלונגענע פייבאל וועלעכע וועט זיכער אסאך צוברענגען צום שוין אזוי אויך הויכן #ניווא פון זייערע פראיעקטן.

וויכי, פרעג זיי נאר א קלייניגקייט. אויב די DVD איז שוין פארטיג, צו וואס ווארטן?? אפשר קעניך שוין גיין אויפפיקן איינס?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

וויכי וואס הייסט מ' האט צו-געלייגט לאם'ס פידלעך איבער דעם פרנסה ניגון מיט מוזיק? ווי אזוי גייט דאס? און פאר וואס פעהלט דאס אויס?
לויט ווי איך פארשטיי גייט זיין "רעדן" פון אויבן און פרנסה פון אינטן. איז ווי גייען די פידלעך? מוז זיין אז דער פרנסה ניגון האבן זיי אפגעטיילט
און דארט אריינגעשטעקט די פידלעך - און דארט זינגט מען הא?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12680
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

כ'האב שוין עטליכע מאל געהערט דעם פעלדמאן, און טאקע יעדעס מאל מיט אן אנדערן הוט: אמאל א בדחן, אמאל א לץ, אמאל א זינגער, און נאך. ער קען דיך מאכן לאכן אדער וויינען, אלעמאל פארקערט ווי דו ווילסט...

שכוח וויכי פאר דעם באריכט.
An article a day keeps the babies away
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

איך בין אביסל צומישט. עס קיין זיין א ווידעאו אן דעם סידי און דערצו קומט נאך צו א פרעזענטעשאן פון וועלוועל?
your friend
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך your friend »

יאפ, שוין געהערט דעם וועלווי גראמען/זינגען/רעדן אויף דעם סטייל וואס וויכי שרייבט. געווען איז דאס ביי א דינער לטובת א מוסד וואס איז געווען לזכרו ולעילוי נשמתו הטהורה פון זיין אומפארגעסליכען ברודער ר' יואל פעלדמן ע"ה וואס איז פריצייטיג אוועק געריסען געווארן פון אונז. האט ר' וועלווי דארט געזינגען גראמען און אויך גערעדט אפאר שורות איבער זיין ברודער ווען א רייכע כאר ברומט אינטער אין די בעק ראונד. איין זאך איבער יענע מעמד קעניך שרייבען אז עס איז נישט געווען אין זאל א טרוקן אויג!

צייטליך, וואס איז דאס א "פייבאל", א מין פרוכט?

איך בין געווען ביי חסד ווילי פרעזענטאציע (ביידע יארן) און אזוי אויך ביי גמ"ח הצלה און דארטן איז אויך נישט געווען קיין טרוקן אויג, אבער נישט פון געוויין נאר פון געלעכטער

וועלווי צלח ורכב!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32536
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אויפריכטיג האט געשריבן:איך בין אביסל צומישט. עס קיין זיין א ווידעאו אן דעם סידי און דערצו קומט נאך צו א פרעזענטעשאן פון וועלוועל?



וואסי שווער צו פארשטיין? פארגעס פאר איין מינוט פון די DVD, וועלווי מאכט א פרעזענטעישן אויף די סידי...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

יישר כח וויכי פאר ביידע באריכטן, הערליך שיין אראפגעלייגט! פלעין צו קענען ליינען אזא באריכט האט זיך שוין געלוינט אז זיי זאלן ארויסגעבן א סידי...
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן:איך בין אביסל צומישט. עס קיין זיין א ווידעאו אן דעם סידי און דערצו קומט נאך צו א פרעזענטעשאן פון וועלוועל?



וואסי שווער צו פארשטיין? פארגעס פאר איין מינוט פון די DVD, וועלווי מאכט א פרעזענטעישן אויף די סידי...


אלמאסט שוין קלאר, און די פרעזענטשעין אויף די סידי וועט זיין צו זעהן אדער הערן?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32536
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צו הערן.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:צו הערן.

אקעי, יעצט כאפ איך שוין וואס איך האב נישט פארשטאנען.....

עס האט מיר עפעס נישט געקלינגען אז עס גייט זיין א וויזשואלע פרעזענטאציע אין צוגאב צו א פולקאמע די.ווי.די.

אצינד איז אלעס אויסגעקלארט... בלייבט נאר איבער צו ווארטן מיט שפאנונג און האפן אז עס וועט נעמען שנעלער ווי אייזיק האניג'ס נייע סידי....
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

מען קען שוין גיין בענטשן?
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”