בלאט 1 פון 4
א נייע ניגון, וואס זאגט איר צו דעם ?
געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2012 5:46 pm
דורך המעתיק
א גוטן טייערע חבירים.
אזוי ווי איך בין זייער נאנט באפריינדעט מיט א יונגערמאן א גרויסע קאמפאזיטער, וואס לעת עתה איז ער נאך נישט ארויס אויפ'ן מארקעט, וויל איך דא מיטטיילן דעם עולם זיינס א ניגון, ארויס צוהאבען דעם דעת הקהל.
ביטע ווער עס קען מיר צו וויזען וויאזוי מלייגט דאס ארויף פון א MP4 פייל. יישר כח
געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2012 5:57 pm
דורך תרנגול
פראביר לייגן דורך דראפבאקס
געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2012 6:20 pm
דורך המעתיק
געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2012 6:26 pm
דורך מאנטריאלע'ר
המעתיק; ס'פאסט נישט, ס'איז דאך ספירה
געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2012 6:34 pm
דורך המעתיק
גערעכט, כ'אהב מיך נישט געכאפט. ואתכם הסליחה.
געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2012 7:51 pm
דורך זאל ער קומען
שלום עליכם וואס האסטו מיט המעתיק?
געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2012 8:56 pm
דורך המעתיק
וואס הייסט ? איך בין המעתיק.
געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2012 9:43 pm
דורך זאל ער קומען
עס איז דא א קאמפאני המעתיק עס איז מיר געווען אינטערסאנט דיין נאמען אויב האסטו גארנישט מיט זיי
געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2012 10:54 am
דורך סביב העולם
אפשר וואלט כדי געווען צו אראפנעמען די אשכול און עס ארויף לייגן נאך ספירה
געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2012 10:56 am
דורך צייטליך
סביב העולם האט געשריבן:אפשר וואלט כדי געווען צו אראפנעמען די אשכול און עס ארויף לייגן נאך ספירה
און אזוי זאל מען אויך אראפנעמען אלע אשכולות מיט מוזיק??
לאז עס אראפארן און ל"ג בעומר זאל עס איינער ארויפברענגען.
געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2012 11:31 am
דורך קראק-פאט
געוויסע הערן אום ראש חודש אויך מוזיק.
געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2012 11:33 am
דורך מאנ-יימער
קראק-פאט האט געשריבן:געוויסע הערן אום ראש חודש אויך מוזיק.
געוויסע הערן מוזיק אגאנץ ספירה....
געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2012 12:59 pm
דורך המעתיק
זאל ער קומען האט געשריבן:עס איז דא א קאמפאני המעתיק עס איז מיר געווען אינטערסאנט דיין נאמען אויב האסטו גארנישט מיט זיי
איך קען גראדע גוט דעם בעל הבית ר' אבא, ווי אויך זיין זון ר' שלום, אויך ר' יואל מלאח, אבער דאס האט גארנישט מיט דעם נאמען צוטון.
און לאמרי דיר פרעגען, ריק פערי, משיח, פאטאקי וכו' וכו' האבען עפעס מיט די אמתדיגע נעמען.
און אפילו דו, דו האסט עפעס מיר דער וואס ברויך קומען, צו גאר ביסטו סתם אזוי ביי די מיינוג אז ער וויל קומען, זאל ער קומען........
געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2012 2:12 pm
דורך שטייסטענישט
ריק פערי און פאטאקי האבן טאקע נישט מיט די עכטע, אבער משיח קענסטע נישט וויסן!
געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2012 3:14 pm
דורך my_music
א וואוילער ניגון...
(איך האב עס אויסגעהערט נאך ספירה)
זאג דעם אינגערמאן זאל זיך לאזן הערן נאך.
געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2012 8:44 pm
דורך קראק-פאט
מאנ-יימער האט געשריבן:קראק-פאט האט געשריבן:געוויסע הערן אום ראש חודש אויך מוזיק.
געוויסע הערן מוזיק אגאנץ ספירה....
געוויסע אויך ביז ראש חודש אייר, און מאנכע פון ל"ג בעומר און ווייטער.
געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2012 9:00 pm
דורך און וואס נישט
המעתיק האט געשריבן:אזוי ווי איך בין זייער נאנט באפריינדעט מיט א יונגערמאן א גרויסע קאמפאזיטער, וואס לעת עתה איז ער נאך נישט ארויס אויפ'ן מארקעט, וויל איך דא מיטטיילן דעם עולם זיינס א ניגון, ארויס צוהאבען דעם דעת הקהל
ווער איז די בעל מחבר ?
געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2012 9:01 pm
דורך למעלה משבעים
מאנ-יימער האט געשריבן:קראק-פאט האט געשריבן:געוויסע הערן אום ראש חודש אויך מוזיק.
געוויסע הערן מוזיק אגאנץ ספירה....
איך גלייב נישט די לשון הרע, ס'איז דא אלע מיני שיטות וואס פון אלע צוזאמען קומט אויס אז דורך גאנץ ספירה איז דא א שיטה אז מען מעג, אבער פארשטייט זיך די שיטות זענען א סתירה איינס צום צווייטן און מען קען נישט אננעמען די מהלך פון אלע שיטות. ממילא גלייב איך נישט די לשון הרע.
געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2012 9:06 pm
דורך קראק-פאט
דורכאויס אייר איז אויך דא וואס הערן?
געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2012 11:27 pm
דורך גימעל
איך האב שוין געהערט דעם ניגון, און אזוי אויך נאך עטליכע ניגונים פונעם זעלבן מחבר (געזונגען דורכן זעלבן בעל מנגן), דאמאלטס איז געווען זיין פלאן עס צו פארקויפן, אדער ארויסצוגעבן א טעיפ פון אלע ניגונים.
למעשה זע איך אז עס שוין פארלאפן עטליכע יאר, און עס איז נאכנישט פארשפרייט.
געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2012 11:58 pm
דורך זאל ער קומען
איך פארשטיי בכלל נישט דעם דמיון צו די אנדערע ניקים, ווען איך זאל מיך רופן ליע ענועניו פאטא וואלט איך פארשטאנען אז עס נישט אזוי עטיקל צו רען אין זייער נאמן אדער איך זאל מיך רופן ספעקטראסאניק סטודיאס און רעדן ביי די טעיפס עס הערט זיך אביסל ווי מ'רעדט אין זייער נאמען.
אפשר דארף איך עס איבערלאזן פאר די מנהלים, ווייל מענטשן קענען זיך גיבן נאמען וואס אויב רעדט איך זעט אויס פאר מענטשן ווי די פירמעס זאגן דאס.
אבער דומה צו זאל ער קומען? טו מיר א טובה.
געשריבן: דינסטאג אפריל 24, 2012 12:54 pm
דורך המעתיק
און וואס נישט האט געשריבן:המעתיק האט געשריבן:אזוי ווי איך בין זייער נאנט באפריינדעט מיט א יונגערמאן א גרויסע קאמפאזיטער, וואס לעת עתה איז ער נאך נישט ארויס אויפ'ן מארקעט, וויל איך דא מיטטיילן דעם עולם זיינס א ניגון, ארויס צוהאבען דעם דעת הקהל
ווער איז די בעל מחבר ?
יואל לאווי (ברח"צ) יליד מאנטריאל, כהיום וואוינט ער אין וויליאמסבורג, ברייט באקאנט בקהלת סאטמאר (מהרז"ל) אלס מלחין און תורה שרייבער.
געשריבן: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:11 pm
דורך שטייסטענישט
אה פון אים רעדסטע, ער האט מיר שוין אפגעזונגען אפאר פון זיינע ניגונים. געב אים איבער אז ס'שוין צייט ארויסצוקומען פון באהעלטעניש...
געשריבן: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:17 pm
דורך שמיי_דריי
די הויכע (צווייטע) פאל איז הערליך שיין און הארציג
די ערשטע איז אויך זייער פיין אבער עס הערט זיך ווי צוזאם געשטעלט פון אפאר ניגונים. אזוי אויך די ענדיג פון די צווייטע פאל הערט זיך באקאנט.
די חידוש פון די תנועה וואס ער זינגט איבער פיר מאל אין די צווייטע פאל אויף די ווארט יזכרם אלוקינו לטובה הערט זיך זייער גוט און עס איז זייער הארציג, איך גלייך עס זייער.
די ערשטע פאל ברויך טאטש אפס צוליב דאס באקאנטקייט דערין פון פריערדיגע ניגונים.
אבער אין דזשענערעל קוקט ער מיר אויס ווי ער פארשטייט זיין וועג אין דעם פעלד. און מיר וועלן ווארטן צו הערן נאך פון זיינע ווערק (און ער פון מיינע מיינונגען...)
געשריבן: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:21 pm
דורך שטארק זיך
געהערט פון עימן אז ער האט גוטע סחורה, וועלן מיר אויסהאלטן ביז נאך די ימי ספירה, דאן וועלן מיר עס הערן.