ספירה'יש - נייע אלבום

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
mk-studio
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2010 9:51 am

ספירה'יש - נייע אלבום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mk-studio »

די וואך קומט ארויס א נייער ספירה אלבום מיטן נאמען ספירה'יש,

ניי זאגסטו?, אקעי דא האט איר די אנפארמעישן.

מיר זענען דורכגעגאנגען אסאך אלבום'ס וואס זענען ארויסגעקומען אין די לעצטע פאר יאר, און אויסגעקליבן ניגונים וועלכע די מערסטע און בעסטע קווייערס.
נאכער האט מען זיך אראפגעזעצט און אנגעהויבן צו עדיטן אז דער ניגון זאל זיין אינגאנצן פול מיט קווייער, דאס מיינט, ווען מ'מאכט א קווייער אויף א רעגולער אלבום איז נישט די גאנצע ניגון פול מיט קווייער אגאנצן צייט, מען דארף געבן פלאץ פארן זינגער פאר די מוזיק א.א.וו. (אין אמת'ן אריין איז פארקערט, די מוזיק און זינגער גיבן פלאץ פאר די קווייער און נישט ווייס ווערסא).
יעצט, נישט אלע ניגונים האבן אלע פעלער אפגעזינגען מיט קווייער, אסאך ניגונים האט די קווייער נאר געמאכט די ערשטע אדער צווייטע פאל, האבן מיר זיך געדארפט ארויסלאזן אויפן יאגד און זוכן ניגונים וואו האבן די גאנצע ניגון אפגעזינגען מיט קווייער, מיר זענען דורכגעגאנגען גאר אסאך ניגונים און אויסגעקליבן 19 ניגונים וואס האבן געמעטשט די דעסקריבשן.
די מעלה פון דעם איבער די אנדערע ספירה אלבום'ס וואס זענען ארויסגעקומען די לעצטע פאר יאר איז, אז ס'איז נישט פשוט געזינגען דעם ניגון נאר ס'איז דא אלע שיינע שטיק וואס ווערט געמאכט אויף די ארגינעלע אלבום ווי ס'איז געווען, (ס'איז גראדע דא עטליכע ניגונים וואס זענען יא געזינגען גראד, כ'העל באלד זיין מער ספעציפיש)

דאן האט מען ארויפגעלייגט נייע סאלא'ס, חיים בלומענפעלד - חזקי' לאווי - ישעי' אילאוויטש - און א קינד סאלא.

ס'איז דא דארט א גוטע פאר ניגונים וואס זענען זייער שטארק און רייך, און ביי די ארגינעלע אלבום ווי ס'איז ארויפגעגאנגען האב מען עס נישט אזוי גוט געהערט, וועגן ביי א מוזיק אלבום ווערט די קווייער אביסל (אסאך) צוקוועטשט און קאמפרעסט, און איך רעד שוין נישט פון געשניטן רעכטס און לינקס, דעריבער בין איך געווען זייער צופרידן מיט די איידיע אז מ'וועט קענען ארויסגעבן די קווייערס מיטן גאנצן שטארקייט.

אה כ'האב פארגעסן צו זאגן הצד השוה שבהם איז אז אויף אלע ניגונים האב איך געמאכט די קווייער, איך וועל נישט זאגן, עטליכע פון די ניגונים זענען זאכן וואס איך האב געמאכט 4-5 יאר צוריק און ס'איז אפגעזינגען די ניגון אן אסאך געדרייטע שטיקעס און איך וועל נישט ארומגיין אין די גאסן און זיך אויפטוען דערמיט ווערסוס אנדערע ניגונים אויפן אלבום וואס איך האלט אז דאס איז פון מיין בעסטע ארבייט, אבער דאס קענט איר זיין זיכער אז יעדע ניגון וואס מ'האט גענומען האט געדארפט זיין גוט געזאגט מיט שיינע הארמאניס עטק. אז ס'זאל זיין שיין און איינגענעם אויסצוהערן.

איין זאך זאג איך אייך, איר וועט הנאה האבן דערפון דערפון, און די וואס האבן געהערט די קווייער אויף די ארגינעלע אלבום'ס ווען זיכער הנאה האבן דאס צו הערן גאנצערהייט מיט די ארגינעלע רייכקייט.

דער סידי איז פול ביזן דעקל, מ'האט אפי' געברויכט שניידן פון עטליכע ניגונים ס'זאל פיטן אויף א סידי, און מ'זאל קענען צומאכן דעם דעקל.

דער נאמען ספירה'יש איז גאר א וואוילער איידיע (קרעדיט: חיים בלומענפעלד) כ'האב שטארק געשמייכלט הערנדיג דעם נאמען

קרעדיטס:

די איידיע פון דעם אלבום און ארויסגעגעבן - פראדוצירט דורך חיים בלומענפעלד

קווייער ביי ערעב משה קרויס'ן

קאווער ביי ר' אייזיק ראטטנבערג - בריליאנט דעזיין
זייער א שיינער דזשאב געמאכט מוז איך צולייגן

דיסטריביוטעד ביי ניגון

און א גרויסן דאנק פאר:

ר' יואל לעוו פון רעים, פאר די שיינע ארבייט וואס מ'האט אריינגעלייגט אינעם אלבום: "חזקו ואמצו"

יוסי מאיער, אלבום: ר' מאיר אומר"

נפתלי משה שניצלער פראדוסער פון ליפא שמעלצער - אלבום: מעומקא דליבא
און די אלבום בקהל קדושים

ניגון דיסטריביוטער, אלבום: "חתונה פונעם אינגסטן"

ישיבת קול ארי' פאר ניגון "יאקאב" (געמאכט געווארן פאר א דינער לטובת די ישיבה)

יואלי שווארץ, אלבום: הוא בורא ומנהיג

אני הקטן, פאר די אלבום "א ליכטיגן חנוכה"

אויך זענען דא צוויי סקולענע ניגונים וואס האבן געדארפט ארויסקומען, אבער זיי זענען קיינמאל נישט ארויס לאור העולם
אוועטאר
mk-studio
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2010 9:51 am

קאווער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mk-studio »

פראנט קאווער

Screen Shot 2012-04-16 at 4.09.15 PM.png



אינסייד קאווער
Screen Shot 2012-04-16 at 4.06.00 PM.png
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

קוקט אויס מעכטיג!

אגב אויף קול מבשר האסטו געמאכט פורים פון מיר, האסט א פריוויו לייג עס אז נישט זאג נישט אז דו האסט עס.

נישט געפערליך, נעקסטיים טוה עס נישט.

אפשר לייגסטו דא ארויף?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אוי... נאך א קינד געווארן ״פלא״... נעבעך...

עניוועי מ״ק, גיד דזשאב... אבער פארוואס קרעדיטירסטו נישט די קאפאזיטארן?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

שטארק זיך האט געשריבן:עניוועי מ״ק, גיד דזשאב... אבער פארוואס קרעדיטירסטו נישט די קאפאזיטארן?

פונקט נעכטן באקומען אויף טעקסט

If you download a Jewish song you're not only stealing from the singer you're also stealing from whoever he stole it in first place

מ"ק יישר כח פאר די פונקטליכע ריפארט, און פאר די סידי
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך my_music »

שטארק זיך האט געשריבן:אוי... נאך א קינד געווארן ״פלא״... נעבעך...




עקזעקטלי וואס איך טענה אייביג, איך פארשטיי נישט פארוואס יעדעס קינד ווערט פארוואנדלט אין א פלא.
אוועטאר
mk-studio
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2010 9:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mk-studio »

פריוויו וועט אי"ה היינט געמאכט ווערן, איך האב נישט געוואוסט אפי' אז מ'זאגט אויף קול מבשר,

שטארק: איך וועל רעדן צו די ארויסגעבער, מ'זאל ארויסגעבן די קאמפאזירער נעמען.
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

אויף קול מבשר זאגט עס שוין זייט נאך פסח אז פאר א פריוויו זאל מען דרוקן נאמבער 9, און דארט אויף נאמבער 9 קומט א גאנצע דרשה וועגן די טעיפ, בשעת איך קען קוים ווארטן שוין אויפן פריוויו, און דערנאך זאגט עס "קומט צוריק שפעטער פאר א פריוויו", ס'הייסט אז אויב בין איך זייער נייגעריג דארף איך צוריקומען יעדע פאר שעה קוקן צו סאיז דא א פריוויו - שוין נאכ'ן זיך אויפרעגן אז מען זאגט אז סאיז דא א פריוויו און עס איז נישטא!

די איידיע פון די אלבום קוקט אויס מוראדיג, די קאווער איז הפלא'דיג, א שאד צו פארפאטשקענען און אויפרעגן די פאטענציעלע קאסטומער כדי זיי "אנצוציען", וואס קען נאך גורם זיין צו מיינען אז די גאנצע אלבום איז געמאכט געווארן אומפראפעסיאנאל און כאפעדיג.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

מאנ-יימער האט געשריבן:If you download a Jewish song you're not only stealing from the singer you're also stealing from whoever he stole it in first place


איז נישט א גונב מן הגנב פטור??

אלא מאי איז מען נישט קיין גנב? איז דאך אודאי גוט, און די גאנצע סברא הויבט זיך נישט אן מעיקרא......
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

דער דעקל איז הערליך שיין.

איך האב א שוואכקייט אלץ צו טרעפן גרייזן אויפן דעקל אדער אינסייד קאווער.

דא האב איך נאך נישט מדייק געווען, סאו פאר סאו גוד; אבער צי שרייבט מען נישט "ימי בין המצרים"?? איז "ימי המצרים" אויסגעהאלטן?

עניוועי איך פארקריך. איך בין היינט געעוען משוגע באוערד, און איך קען קוים ווארטן אויף עפעס א שיינעם ספירה טעיפ. כ'בין גרייט עס צו קויפן היינט. ווען וועט עס זיין צו באקומען בעז"ה??
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
mk-studio
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2010 9:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mk-studio »

גרויזאמער האט געשריבן:אויף קול מבשר זאגט עס שוין זייט נאך פסח אז פאר א פריוויו זאל מען דרוקן נאמבער 9, און דארט אויף נאמבער 9 קומט א גאנצע דרשה וועגן די טעיפ, בשעת איך קען קוים ווארטן שוין אויפן פריוויו, און דערנאך זאגט עס "קומט צוריק שפעטער פאר א פריוויו", ס'הייסט אז אויב בין איך זייער נייגעריג דארף איך צוריקומען יעדע פאר שעה קוקן צו סאיז דא א פריוויו - שוין נאכ'ן זיך אויפרעגן אז מען זאגט אז סאיז דא א פריוויו און עס איז נישטא!

די איידיע פון די אלבום קוקט אויס מוראדיג, די קאווער איז הפלא'דיג, א שאד צו פארפאטשקענען און אויפרעגן די פאטענציעלע קאסטומער כדי זיי "אנצוציען", וואס קען נאך גורם זיין צו מיינען אז די גאנצע אלבום איז געמאכט געווארן אומפראפעסיאנאל און כאפעדיג.



שטארקער פוינט, העמער זיך צויאגן, איך האף אין די נעקסטע האלבע שעה עס צו האבן רעדי
אוועטאר
mk-studio
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2010 9:51 am

פריוויו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mk-studio »

שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

mk-studio האט געשריבן:http://dl.dropbox.com/u/10734261/Preview%20Sfirish.mp3

Error we cannot find page you are looking for....
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
mk-studio
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2010 9:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mk-studio »

שמעק_טאביק האט געשריבן:דער דעקל איז הערליך שיין.

אבער צי שרייבט מען נישט "ימי בין המצרים"?? איז "ימי המצרים" אויסגעהאלטן?

כ'בין גרייט עס צו קויפן היינט. ווען וועט עס זיין צו באקומען בעז"ה??


פארראכטן שקויעך.

ס'קוקט אויס אז ס'וועט זיין צו באקומען מיטוואך
אוועטאר
mk-studio
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2010 9:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mk-studio »

שטארק זיך האט געשריבן:
mk-studio האט געשריבן:http://dl.dropbox.com/u/10734261/Preview%20Sfirish.mp3

Error we cannot find page you are looking for....


שטארק זיך דו ברויכסט עס צו געבן 50 סעקונדען פון ווען איך דראפ עס אריין אין דראפבאקס ביז ס'ווערט אפלאדירט (נישט זיך צו פארמישן מיט אפלאדירן)

ס'שוין ארויף
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

mk-studio האט געשריבן:http://dl.dropbox.com/u/10734261/Preview%20Sfirish.mp3

sounds beautiful. גיי מיר קויפן...
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
פארטראכט
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 15, 2012 3:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארטראכט »

סאונד׳ס גוד די פריוויא. דער יונגעל איז צופיל אויטא טון און ווידער קול ביי שבעינו ניגון. און די ניגון אבינו מלכינו איז אן אלטען סקולענע ניגון. ס׳איז אויף איינע פון זייערע אלטע טעיפס. זייער שיין.

Bt"w ווער זינגט אבינו מלכינו, חזקי לעווי?
. Those who can't laugh at themselves leave the job to others
אוועטאר
mk-studio
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2010 9:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mk-studio »

פארטראכט האט געשריבן:סאונד׳ס גוד די פריוויא. דער יונגעל איז צופיל אויטא טון און ווידער קול ביי שבעינו ניגון.


wow שקויעך, איך באמערק יעצט אז די ריווערב (reverb) טרעק איז געווען אראפגעריקט ביז אונטן, דערפאר הערט זיך די דילעי (ווידער קול) אזוי שטארק.
איך פיקס עס יעצט יעצט און איך איך גיי עס אריינשיקן העמער זעהן צו די קאפי פיפל קענען עס נאך ריפלעיסן מיט די נייע טרעק, יא יא - ניש ניש.
(און אלס א שקויעך פארן עס אויפמערקן, האב איך לכבוד דיר אראפגעריקט די אויטא טון אביסעלע, אפי' געווענדליך האב איך עס יא ליב שטארק :)


פארטראכט האט געשריבן:

Bt"w ווער זינגט אבינו מלכינו, חזקי לעווי?


יאפ, דאס איז ער
פארטראכט
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 15, 2012 3:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארטראכט »

אויף חזקי קען מען זאגען, בלויז wow!!!

איך קען אים ניטאמאל, בלויז פון אים זעהן אויף שווים טוב און ביי חתונות בין איך משוגע געווארען.
. Those who can't laugh at themselves leave the job to others
אוועטאר
אורחאפורחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 31, 2010 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחאפורחא »

זייער א שיינע פריוויאו כ'כען קוים ווארטן פאר א שיינע נארמאלע ספירה'ישע טעיפ -ענדליך-

(קאווער זייער שיין. יא :?
לעצט פארראכטן דורך אורחאפורחא אום מאנטאג אפריל 16, 2012 9:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מינימום פרייז $25 אויב העלפט איר 50 זאגט א מיינונג 75 פארשטייט בעסער 100
פארטראכט
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 15, 2012 3:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארטראכט »

מוישי דיין קוויער איז ווי אייביג, ״פינאמענעל״ (קענסט עס גוגעלן, ס׳איז א קאמפלימענט...)
. Those who can't laugh at themselves leave the job to others
אוועטאר
mk-studio
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2010 9:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mk-studio »

טענקס רעב פארטראכט.
אוועטאר
aperlscript
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2011 1:57 pm
לאקאציע: Dreaming in code

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aperlscript »

mk-studio האט געשריבן:
קאווער ביי ר' אייזיק ראטטנבערג - בריליאנט דעזיין
זייער א שיינער דזשאב געמאכט מוז איך צולייגן

מושי די פריוויו איז ביוטעפול (די טעיפ ווייס איך נאכנישט, חחח כ'האבעס נאכנישט געקויפט..)
אייזיק , די קאווער איז גורזדשעס!
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

די קאווער א מעסטער פיעס

גיימער יעצט הערן די פריוויא
אוועטאר
בדיל ויעבור
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 24, 2011 3:39 pm
לאקאציע: במקום הנ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדיל ויעבור »

באמת שיין

איין הגה, מיין קינד "חנינה'לה"?!
הק' בדיל ויעבור
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”