מקורו של הניגון אוי חנוכה אוי חנוכה...לאטקעלע לאטקעלע האפ

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 12:38 pm

יונה האט געשריבן:
באלט העסטו מיר נאך וועלן פארקויפן א "איני מיני ביקסאד'ני וכו' מיי מאמי סעיד יא שיוד בי איט" איז אויך עפעס דברים נפלאים, רזי דרזין ווייל ס'איז נתפשט ביי הני נשי דידן.. שטותים האט אויך א גבול

לאך נישט אזוי איבער די ניגון. ס'שטאמט פון פריעדיגע, הרבה קיבארדים נשתברו לבאר עומק הדברים, עיין פה בעולמנו שכבר דשו בה רבים ורבים חללים הפילה.viewtopic.php?p=283758#p283758

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1687
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 12:52 pm

זיסקינד האט געשריבן:
יונה האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:אינטערעסאנט.
דאס האט קיין שייכות מיט זמירות שבת קודש מיט ישמח משה..
סתם א פאלקסניגון

ריכטיג, נתפשט ביי כלל ישראל מיינט נישט אז די גאר קליינע קינדער זינגן עס ווייל זייער טיטשער האט עס זיי אויסגעלערנט.. ביים רבין'ס הנירות זינגט מען עס נישט, און אפי' סתם ביי א חסידישע פארברענגן העט איר עס נישט הערן.


איך מיין אז אויב ס'איז נתפשט ביי אלע היימישע חדרים אן קיין אויסנאם און אלע היימישע תשב"ר וואס אויף זיי שטייט אין העולם מתקיים אלא על הבל פיהם של תשב"ר, גייט עס אריין אין די הגדרה פון נתפשט אין כלל ישראל,

ס' דא געוויסע ווערטער וואס זענען נתפשט אין אלע חדרים צווישן אלע תינוקות של בית רבן הבל פיהם שאין בהם חטא מחמת קדושת המקום גיי איך נישט מפרט זיין די ווערטער
זעט אויס אלעס רוח הקאקאש

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 1:30 pm

זיסקינד האט געשריבן:איך קען נישט פארשטיין וואס האט אזא פארשוין זוכה געווען אז זיין ניגון זאל ווערן אנגענומען בכל תפוצות ישראל,

ריוועסמאן האט נישט זוכה געוועהן, ס'איז נישט אנגענומען בכל תפוצות ישראל, אפילו די 'אימפראווטע' ווערסיע איז געבליבן ביי די קינדערגארטן טיטשערס.
דאס ליד האט אין ערשטן טייל א גראב מגושם'דיג אינהאלט וואס [ביז לערך 15 יאר צוריק] איז נישט געוועהן ביי ערליכע אידן. און אין [ארגינעלן] צווייטן טייל אן עכט 'מתייוון'דיג און בריונים'דיג כאראקטער.

אה, פארגעסן, ס'איז א בפירוש'ער לחיים טיש... וכלשונו הקדוש והטהור: "ניגון עליז בשפת האידיש, שעל פי מה שמסרו זקני הדור הקודם גם הוא היה מושר באירופה טרום השואה". אהא, הערעך..

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2432
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 1:57 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:ס'איז נישט אנגענומען בכל תפוצות ישראל, אפילו די 'אימפראווטע' ווערסיע איז געבליבן ביי די קינדערגארטן טיטשערס.
דאס ליד האט אין ערשטן טייל א גראב מגושם'דיג אינהאלט וואס [ביז לערך 15 יאר צוריק] איז נישט געוועהן ביי ערליכע אידן.

נאסא האט אהיינט געלאנדעט אויפן מאדים
סאיז אנבעליוויבל אז אזוי שנעל האט שוין אייוועלט ניקס פון דארט

נו אפשר ברענג עפעס א גריס פון דארט, וועלכע ניגון זינגען דארט די קינדער חנוכה
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 2:14 pm

דאס זינגען זיי דארט:
שיק עס אריבער פאר לחיים טיש, זאג אים אז דאס האבן די זקנים פון מאדים געזונגען.

Hanukkah song sheet).jpg
Hanukkah song sheet).jpg (49.43 KiB) געזעהן 1457 מאל


ב.ד.וו. אויפן מאדים, זעהט אויס, לייענט מען אדורך יענעם רייד פאר מען רעאגירט - לויט ווי עס זעהט אויס, דא אויפן פלאנעט, איז דער מנהג אביסל אנדערש...

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2432
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 2:18 pm

ווייס איך נישט וואס כ'האב נישט גוט געליינט אין דיינע ווערטער
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 2:48 pm

דאס איז געשריבן
בעאבאכטער האט געשריבן: ריוועסמאן האט נישט זוכה געוועהן, ס'איז נישט אנגענומען בכל תפוצות ישראל, אפילו די 'אימפראווטע' ווערסיע איז געבליבן ביי די קינדערגארטן טיטשערס.
דאס ליד האט אין ערשטן טייל א גראב מגושם'דיג אינהאלט וואס [ביז לערך 15 יאר צוריק] איז נישט געוועהן ביי ערליכע אידן. און אין [ארגינעלן] צווייטן טייל אן עכט 'מתייוון'דיג און בריונים'דיג כאראקטער.

אה, פארגעסן, ס'איז א בפירוש'ער לחיים טיש... וכלשונו הקדוש והטהור: "ניגון עליז בשפת האידיש, שעל פי מה שמסרו זקני הדור הקודם גם הוא היה מושר באירופה טרום השואה". אהא, הערעך..

דאס ליד האט מען געזונגען בלויז בכל תפוצות הטיטשערס מיט די קליינע מיידעלעך (געוועהן אמאהל א בושה צו זינגען נאריש און קינדיש געזאנג און לידער ביי ערוואקסענע).
ביז לערך 15 יאר צוריק איז נישט געזונגען געווארן ביי ערליכע אידן לידער מיט אן אינהאלט כאראקטער ווי דאס ליד [ליידער היינט יא].

דאס ליד האט מען 'געפיקס' ס'זאל 'פיטן' פאר היימישן לאגער, אבער דאס ערשטע פאל איז געבליבן גענוג פארגרעבט מען זאל באלד דערשמעקן דעם איבלדען גערוך פון דאס ליד.

ליידער היינט שוין נישט דא די סימני היכר, דען פיל פון די היינטיג 'היימישע' 'ערליכע' 'אידישע' לידער פארמעסטן זיך מיט גרויס ערפאלג מיט די אלטע אידשע לידער וואס די 'זקנים' ותלמידיהם פון פולין אוקראינא רוסלאנד וכו' האבן געזונגען 'טרום' השואה... וד"ל.

היצט איז קלאר?

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2432
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 3:43 pm

יא היצט איז קלאר אז איך האב גוט פארשטאנען און איך טאקע גוט געענטפערט,
ס'זעהט אויס אז דו ביסט טאקע פון א צווייטן פלאנעט.

קינדער ניגונים איז אייביג געווען און וועט זיין נארמאל פאר טאטעס צו זינגען מיט זיינע קינדער, קיינמאל געווען קיין בושה, נאר ביי די עלטערן וואס האבן זיך נישט אפגעגעבן מיט זייערע קינדער.
אבער מצד שני איז פונקט פארקערט אמאל איז געווען א מושג פון פאלקס ניגונים וואס עלטערן האבן געזינגען מיט זייערע קינדער, וואס די חלק איז טאקע שוין נישטא היינט.

אויף די חלק פון פארגרעבט אפשר זאגסטו מיר וואס איז אזוי פאגרעבט אין די ניגון?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 4:12 pm

נישט די מאמעס זינגען מיטן קינד און נישט דעם טאטנס זיך אראפלאזן זיך צו די קינדער האב איך געמיינט.

פאלקס ניגונים, וועלכעס, וועמ'ס?


ס'רעשט קענט איר בלייבן און האלטן מיט וואס איר ווילט.
איך גיי מיר צוריק צום מאדים..
לעצט פאראכטן דורך בעאבאכטער אום דינסטאג נובעמבער 27, 2018 4:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1059
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 4:15 pm

דוכט זיך אז די הייליגע רעקארד "לאמיר צינדן ליכטעלעך" זינגט עס אויכעט

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 4:18 pm

געברענגט א געוואלדיג ראי'!...

האט איר נאך אן הייליג ניגון פון דעם רעקארד, מלא תוכן וחכמה, ובעיקר חינוך'דיג.
לעצט פאראכטן דורך בעאבאכטער אום דינסטאג נובעמבער 27, 2018 4:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2432
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 4:22 pm

יאסעלעס פאלקס ניגונים שטאמט מער ווייניגער פון אזעלכע מקורות און זענען אויך אריבער שחיטה און מליחה
און מזינגט דאס שיין און ווארעם

___

קענסט צוריק גיין צו מאדים, אבער קענסט זיכער זיין אז אפאר יאהר ארום גייט מען דארט אויך עסן לאטקעס אן א שיעור
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
גם זקנתי
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2018 12:38 am
לאקאציע: היכל הנגינה

תגובהדורך גם זקנתי » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 12:24 am

בעאבאכטער האט געשריבן:געברענגט א געוואלדיג ראי'!...

האט איר נאך אן הייליג ניגון פון דעם רעקארד, מלא תוכן וחכמה, ובעיקר חינוך'דיג.

סארי אבער איך מוז אריינהאקן דא. איך בין אויפגעוואקסן מיט די טעיפ און ווייס נישט וויפיל פון די היינטיגע קינדער טעיפס קענען זיך פארמעסטן מיט די טעיפס פון די "לאמיר" סעריע. טאקע קינדיש, ווייל עס איז געאייגנט פאר קינדער, אבער עס האט פול מער תוכן ווי די היינטיגע סחורה.
קען זיין איך בין בייע"ס ווייל די ארויסגעבערן פון די לאמיר טעיפס איז מיינס א נאנטע קרובה. אבער אזויפיל קען איך מעיד זיין אז זי איז זייער אן ערליכע און תוכן'דיגע פרוי און זי וואלט נישט ארויסגעגעבן עפעס וואס איז נישט 100% אויסגעהאלטן.

יעצט צוריק צום קעפל...
ס'דא מענטשן וואס האבן ליב געפילטע פיש,
און ס'דא מענטשן וואס גייען מיט א קוטשמע.

(קרעדיט: לאנגזאם)

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 8:07 am

גם זקנתי האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:געברענגט א געוואלדיג ראי'!...

האט איר נאך אן הייליג ניגון פון דעם רעקארד, מלא תוכן וחכמה, ובעיקר חינוך'דיג.

סארי אבער איך מוז אריינהאקן דא. איך בין אויפגעוואקסן מיט די טעיפ און ווייס נישט וויפיל פון די היינטיגע קינדער טעיפס קענען זיך פארמעסטן מיט די טעיפס פון די "לאמיר" סעריע. טאקע קינדיש, ווייל עס איז געאייגנט פאר קינדער, אבער עס האט פול מער תוכן ווי די היינטיגע סחורה.
קען זיין איך בין בייע"ס ווייל די ארויסגעבערן פון די לאמיר טעיפס איז מיינס א נאנטע קרובה. אבער אזויפיל קען איך מעיד זיין אז זי איז זייער אן ערליכע און תוכן'דיגע פרוי און זי וואלט נישט ארויסגעגעבן עפעס וואס איז נישט 100% אויסגעהאלטן.

יעצט צוריק צום קעפל...

איך נעם אן אייער הערה.
איר זענט גערעכט, ס'איז באמת א פיין און בא'טעם'ט מיט אן עכט אידיש אינהאלט און כאראקטער אלבום, גזונגען און געשפילט מיט ערליך אידיש סטייל.

מיינע ווערטער זענען געוועהן געצילט צו די ווערטער
טויגליכער איד האט געשריבן:דוכט זיך אז די הייליגע רעקארד "לאמיר צינדן ליכטעלעך" זינגט עס אויכעט
איבער האב איך געענטפערט אז ס'איז קיין ראי' נישט, ווייל פארהאן דארט נאך א ניגון וואס איז עכט נאריש און אום תוכן'דיג.
'הייליג', מיט סארקאזם, האב איך זיך באצוגין צום 'הייליגן רעקארד', ווי דער טויגליכער האט עס אנגערופן.

א נאריש לידל מעג אריינגיין און דינען אלס א 'מילתא דבדיחותא'. פונקט ווי אין ווירקליכקייט מאכט מען זיך צומאל פרייליך און זאגאר נאריש אויפצהייטערן די קינדער,
פארשטייט זיך אבער, אז ווען דאס גאנצע 'הלוך ילך' פון לעבן; מצות ימים טובים, שבת, תורה וכו' איז אין א וועג פון בלויז שפיל און קידנדיש, נאריש, איז דער חינוך רח"ל...
(ס'מיינט נישט אז מען ברויך רעדן צו קינדער ווי צו ערוואקסענע, אוקעי?...)
הוא הדין מיט אלע 'חינוך' אלבומס - וואס זיי זענען בפועל מחנך די קינדער - אויב איז דאס גאצע אלבום בכללות באלערנד אידיש וכו' איז מילתא דבדיחותא (וואס איז נישט אין גדר פון משכיל'יש ליצנות, נידריג און פארגרעבט, גוי'איש סטייל) אפילו לכתחילה.
און דאס איז דער אלבום, ולאפוקי... וכו'...

בקיצור, דער אלבום איז נישט אנדערש ווי א פיין און ערליך קינדער גארטן מלמד אדער טיטשער וואס מוז כלל נישט וויסן פון וואנען דער אדער יענער ליד שטאמט בעת ווען ער אדער זי זעלבסט האבן דאס געזונגען מיטן קינדערגארטן מלמד אדער טיטשער ווען זיי זענען געוועהן קליין.

איך טוה זיך עכט אנטשולדיגן איבער דעם וואס מיינע ווערטער האבן געהאט אין זיך א נעגאטיוון מעססעדזש איבער די ערליכקייט פון אלבום "לאמיר צינדן חנוכה ליכט".
אויב האט ווער זיך געפונען געטראפן דערפון, בעט איך איבער, איך האט נישט געמיינט אראפצורייסן דאס.



אגב, מיינע קינדער הארכן צו "לאמיר צינדן חנוכה ליכט", צו "בימי מתתיהו", און צו "ר' לעיבל וויינשטאק" שוין פון חצי כסלו.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2432
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 9:30 am

בעבאכטע איך ווייס נישט וואס דו האסט קעגן די מינע ניגנים און לעניננו די אוי חנוכה ניגון
בסך הכל רעדט מען דא פון א שיינע איידעלע - און נישט גראבע - ליד, וואס מזינגט שוין ביי כלל ישראל פאר א ערך פון 100 יאהר (ווען ס'האט זיך צושפרייט ביי גאנץ כלל ישראל ווייס איך נישט, אבער מרעדט דא פון 70 80 יאהר)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
ישראלי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 3:26 pm

תגובהדורך ישראלי » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 3:22 pm

סי דא טאקע אלטע אלטע ניגונים נאך פון די אלטע היים, וואס איז שיין און הארציג, ווי - אויפן פריפעטשיק, ס'ברענט, א סוכה'לע א קליינע, יענע ניגונים זענען מסתמא אויך נישט געקומען ארויס פון הערליכע יודן אבער אפילו אזוי עס איז אריין צו יעדע אידישע חסידישע שטיב...
ארץ הצבי מה צבי זה אין עורו מחזיק את בשרו אף ארץ ישראל בזמן שיושבין עליה רווחא ובזמן שאין יושבין עליה גמדא..
מיט א תפילה צום באשעפער - אנא, השב שכינתך לציון עירך...


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט