בלאט 2 פון 5

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 4:17 pm
דורך זיסקינד
איך קען נישט פארשטיין וואס האט אזא פארשוין זוכה געווען אז זיין ניגון זאל ווערן אנגענומען בכל תפוצות ישראל,

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 4:19 pm
דורך דריידל
איינס האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:וואס זאל איך אייך זאגן? נאכ'ן דורכטון די גאנצע סוגיא, וועט היי יאר די ניגון זיך זינגן גאנץ אנדערש

דהיינו?
(לטב אדער למוטב)

אודאי לטב. איך בין נישט מקבל אז די ניגון קומט פון א נישט ערליכע מקור. די ישמח משה שרייבט דאך אז זמירות וואס זענען אנגענומען ביי כלל ישראל זענען נתחבר געווארן ברוח הקודש

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 4:20 pm
דורך זיסקינד
און איך האב פארגעסן א באזונדערע יישר כח פאר הר' איינס
אויף די ערליכע הארבעט און פארשונג פון דעם ניגון ואאס האט זוכה געווען נתפשט ווערן בכל תפוצות ישראל

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 4:22 pm
דורך איינס
דריידל האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:וואס זאל איך אייך זאגן? נאכ'ן דורכטון די גאנצע סוגיא, וועט היי יאר די ניגון זיך זינגן גאנץ אנדערש

דהיינו?
(לטב אדער למוטב)

אודאי לטב. איך בין נישט מקבל אז די ניגון קומט פון א נישט ערליכע מקור. די ישמח משה שרייבט דאך אז זמירות וואס זענען אנגענומען ביי כלל ישראל זענען נתחבר געווארן ברוח הקודש

דער ישמח משה האט געלייקנט אז דער מרדכי האט עקזיסטירט אדער די ישמח משה האלט אז איך זעה נישט גוט מיט מיינע אויגן

דרך אגב מ'זאגט נאך פון בעש"ט אז ער האט איינמאל זיך מורא'דיג צופייערט ביי כל מקדש, און ער האט מסביר געווען אז לאו דוקא ווייל די מחבר איז געווען אזוי גרויס נאר אז א ניגון וואס כלל ישראל זינגט שוין אזוי לאנג גייט ארויף זייער הויך

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 4:24 pm
דורך איינס
זיסקינד האט געשריבן:איך קען נישט פארשטיין וואס האט אזא פארשוין זוכה געווען אז זיין ניגון זאל ווערן אנגענומען בכל תפוצות ישראל,

ער איז נישט די איינציגסטער
זעה דא

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 4:27 pm
דורך ישראלי
נישט צום גלייבן, אבער די ניגון איז דא אויך אין עברית

ימי החנוכה, חנוכת מקדשנו,

גיל ושמחה ממלאים את לבנו,

לילה ויום סביבוננו יסוב

סופגניות נאכל בם לרוב.

האירו, הדליקו, נרות חנוכה רבים

על הניסים ועל הנפלאות

אשר עשה ה' למכבים.

נמחק
איך בעט איבער אויב איך האב ארויס גענומען פון איינער די אפעטיט פון די 'סופגניות נאכל בם לרוב'....... :lol: :lol: :lol: :lol:

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 4:34 pm
דורך דריידל
איינס האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:וואס זאל איך אייך זאגן? נאכ'ן דורכטון די גאנצע סוגיא, וועט היי יאר די ניגון זיך זינגן גאנץ אנדערש

דהיינו?
(לטב אדער למוטב)

אודאי לטב. איך בין נישט מקבל אז די ניגון קומט פון א נישט ערליכע מקור. די ישמח משה שרייבט דאך אז זמירות וואס זענען אנגענומען ביי כלל ישראל זענען נתחבר געווארן ברוח הקודש

דער ישמח משה האט געלייקנט אז דער מרדכי האט עקזיסטירט אדער די ישמח משה האלט אז איך זעה נישט גוט מיט מיינע אויגן

דרך אגב מ'זאגט נאך פון בעש"ט אז ער האט איינמאל זיך מורא'דיג צופייערט ביי כל מקדש, און ער האט מסביר געווען אז לאו דוקא ווייל די מחבר איז געווען אזוי גרויס נאר אז א ניגון וואס כלל ישראל זינגט שוין אזוי לאנג גייט ארויף זייער הויך

לויט'ן ישמח משה מוז מען זאגן אז באותו שעה כשר היה ותהי עליו רוח ד'

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 4:35 pm
דורך איינס
די גירסה העברית איז שוין אויך אלט 100 יאהר
און דער איבערטייטשער האט טאקע אראפ גענומען אינגאנצן דעם שם השם און געפאפמפט נאר די נצחון האנושי, ווי שוין געשריבן אויבן אז די פרייע האבן אייביג גענוצט די מכבים פאר כוחי ועצום ידי

די פרימערע ציעניסטן האבן געטוישט צו על הנסים ועל הנפלאות אשר חולל ה' למכבים

איך האב לכתחילה נישט ארויף געברענגט דעם חלק ווייל איך מיין אז ס'איז נישט די ריכטיגע פלאץ

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 5:13 pm
דורך בענקעל
ישראלי האט געשריבן:איך בעט איבער אויב איך האב ארויס גענומען פון איינער די אפעטיט פון די 'סופגניות נאכל בם לרוב'....... :lol: :lol: :lol: :lol:

וואסי מיט אייך, הערשט יעצט. ברוב עם, מיטן לשם יחוד, עס איז דאך בפירוש'ע ניגון.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 5:31 pm
דורך ענדע צדיק!
בענקעל האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט כבוד הרב 'איינס'. צולייגט אין א שיינע סדר. קיינמאל נישט געהערט די אלע זאכן. יישר כוח!

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 5:34 pm
דורך שטאלצער יוד
זייער זייער אינטערסאנט. יישר כח אייינס.

איז באקאנט אויב די ניגון- tune- שטאמט אויך פון דעם בחור?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 5:37 pm
דורך דריידל
אז מ'רעדט שוין, ס'דא וואס זאגן אז די וועלטס ניגון אויף מעוז ציר קומט פון א נישט אידיש מקור. ס'דא וואס זאגן גאר אז ס'שטאמט פון די יונים.
כ'שטעל מיך פאר אז מ'רעדט שוין דערפון ערגעץ דא. אדרבה, ווער ס'ווייזט ווי זאל אנצייכענען

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 5:41 pm
דורך שופר
שטאלצער יוד האט געשריבן:זייער זייער אינטערסאנט. יישר כח אייינס.

איז באקאנט אויב די ניגון- tune- שטאמט אויך פון דעם בחור?

זעה דא
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%99% ... 7%97%D7%9F

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 7:48 pm
דורך בראשית ברא
אינטערעסאנט.
דאס האט קיין שייכות מיט זמירות שבת קודש מיט ישמח משה..
סתם א פאלקסניגון

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 8:30 pm
דורך גרויסער יחסן
אין קעפל ווערט פארצייכנט וועגן "לאטקעלע האפ" איך זעה נישט קיין התייחסות צו דעם אין אשכול, אפשר האט יינער רחמנות און בריינגט דעם מקור פון דעם?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 10:27 pm
דורך יצחק ברוך
הודו להשם האט געשריבן:יישר כחכם! זייער שיין.
איינס האט געשריבן:קומטס קינדער געשווינדער
די חנוכה ליכטעלעך אנצינדן
זאגט על הניסים
און דאנקען פאר די נסים
און לאמיר אלע טאנצן צוזמען

כך נהגו רבותי

וכך מקובלני מבית אבי אבא
וכן פיינע פרישע לאטקעס עסן מיר והכל על מקומו יבא בשלום

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 10:36 pm
דורך יונה
בראשית ברא האט געשריבן:אינטערעסאנט.
דאס האט קיין שייכות מיט זמירות שבת קודש מיט ישמח משה..
סתם א פאלקסניגון

ריכטיג, נתפשט ביי כלל ישראל מיינט נישט אז די גאר קליינע קינדער זינגן עס ווייל זייער טיטשער האט עס זיי אויסגעלערנט.. ביים רבין'ס הנירות זינגט מען עס נישט, און אפי' סתם ביי א חסידישע פארברענגן העט איר עס נישט הערן.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 10:59 pm
דורך Haklal
יישר כח הרב איינס, איר זענט אריינגעקומען זייער קלאר אין דעם גאנצן ענין

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 11:02 pm
דורך קלאָצקאָפּ
זייער אינטערעסאנט הרב איינס!

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 12:34 am
דורך ישראלי
איינס האט געשריבן:די גירסה העברית איז שוין אויך אלט 100 יאהר
און דער איבערטייטשער האט טאקע אראפ גענומען אינגאנצן דעם שם השם און געפאפמפט נאר די נצחון האנושי, ווי שוין געשריבן אויבן אז די פרייע האבן אייביג גענוצט די מכבים פאר כוחי ועצום ידי

די פרימערע ציעניסטן האבן געטוישט צו על הנסים ועל הנפלאות אשר חולל ה' למכבים

איך האב לכתחילה נישט ארויף געברענגט דעם חלק ווייל איך מיין אז ס'איז נישט די ריכטיגע פלאץ

וואס איז די פראבלעם מיט אשר עשה ה' למכבים? דו האלסט חלילה אז סי נישט געווען אזוי?.
אבער חזקה עלי בקשת כבוד תורתך הרב איינס און איך מעק אויס די לעצטע שורה

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 3:23 am
דורך זיסקינד
יונה האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:אינטערעסאנט.
דאס האט קיין שייכות מיט זמירות שבת קודש מיט ישמח משה..
סתם א פאלקסניגון

ריכטיג, נתפשט ביי כלל ישראל מיינט נישט אז די גאר קליינע קינדער זינגן עס ווייל זייער טיטשער האט עס זיי אויסגעלערנט.. ביים רבין'ס הנירות זינגט מען עס נישט, און אפי' סתם ביי א חסידישע פארברענגן העט איר עס נישט הערן.


איך מיין אז אויב ס'איז נתפשט ביי אלע היימישע חדרים אן קיין אויסנאם און אלע היימישע תשב"ר וואס אויף זיי שטייט אין העולם מתקיים אלא על הבל פיהם של תשב"ר, גייט עס אריין אין די הגדרה פון נתפשט אין כלל ישראל,

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 9:25 am
דורך איינס
ישראלי האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:די גירסה העברית איז שוין אויך אלט 100 יאהר
און דער איבערטייטשער האט טאקע אראפ גענומען אינגאנצן דעם שם השם און געפאפמפט נאר די נצחון האנושי, ווי שוין געשריבן אויבן אז די פרייע האבן אייביג גענוצט די מכבים פאר כוחי ועצום ידי
די פרימערע ציעניסטן האבן געטוישט צו על הנסים ועל הנפלאות אשר חולל ה' למכבים
איך האב לכתחילה נישט ארויף געברענגט דעם חלק ווייל איך מיין אז ס'איז נישט די ריכטיגע פלאץ

וואס איז די פראבלעם מיט אשר עשה ה' למכבים? דו האלסט חלילה אז סי נישט געווען אזוי?.
אבער חזקה עלי בקשת כבוד תורתך הרב איינס און איך מעק אויס די לעצטע שורה

איך האב גערעדט פון עַל הַנִּסִּים וְעַל הַנִּפְלָאוֹת אֲשֶׁר חוֹלְלוּ הַמַּכַּבִּים.
און טאקע די פרימע האבן אריינגעלייגט אשר חולל ה' ס'זאל נישט זיין קיין פראבלעם

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 10:13 am
דורך איינס
שופר האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:זייער זייער אינטערסאנט. יישר כח אייינס.

איז באקאנט אויב די ניגון- tune- שטאמט אויך פון דעם בחור?

זעה דא
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%99% ... 7%97%D7%9F


אין דעם ביכל שרייבט ער אז ס'איז א חסידישע טאן, די וחוקרים אין דעם פעלד טענה'ן אויך אז ס'איז א חסידישע אדער געבויעט אויף א חסידישע טאן. אבער נישטא קיין ליד וואס זיי קענען אנצייגן אויף דעם.
שטיקלעך פונעם ליד איז אויך דא אין אנדערע אידישע לידער: "לעבעדיק יענקל", "ר' שמואלס ניגון" "די לוסטיקע חסידים"

איך האב געטרייט זיכן די ניגונים אבער איך טרעף נישט
אפשר ווייסט איינער מער פרטים וועגן דעם.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 10:22 am
דורך אדער יא

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 12:14 pm
דורך יונה
זיסקינד האט געשריבן:
יונה האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:אינטערעסאנט.
דאס האט קיין שייכות מיט זמירות שבת קודש מיט ישמח משה..
סתם א פאלקסניגון

ריכטיג, נתפשט ביי כלל ישראל מיינט נישט אז די גאר קליינע קינדער זינגן עס ווייל זייער טיטשער האט עס זיי אויסגעלערנט.. ביים רבין'ס הנירות זינגט מען עס נישט, און אפי' סתם ביי א חסידישע פארברענגן העט איר עס נישט הערן.


איך מיין אז אויב ס'איז נתפשט ביי אלע היימישע חדרים אן קיין אויסנאם און אלע היימישע תשב"ר וואס אויף זיי שטייט אין העולם מתקיים אלא על הבל פיהם של תשב"ר, גייט עס אריין אין די הגדרה פון נתפשט אין כלל ישראל,

אין מיין חדר האט מען דאס נישט געזינגן, און מיין יונגל'ס חדר אויך נישט. ביי די קליינע מיידעלאך הערט מען עס, די טיטשער לערנט עס אויס ווייל זיי האבן עס געהערט פון זייער טיטשער ולמעלה בקאקאש ביז עפעס א ווייסעכווער.

באלט העסטו מיר נאך וועלן פארקויפן א "איני מיני ביקסאד'ני וכו' מיי מאמי סעיד יא שיוד בי איט" איז אויך עפעס דברים נפלאים, רזי דרזין ווייל ס'איז נתפשט ביי הני נשי דידן.. שטותים האט אויך א גבול