גם זקנתי האט געשריבן:סארי אבער איך מוז אריינהאקן דא. איך בין אויפגעוואקסן מיט די טעיפ און ווייס נישט וויפיל פון די היינטיגע קינדער טעיפס קענען זיך פארמעסטן מיט די טעיפס פון די "לאמיר" סעריע. טאקע קינדיש, ווייל עס איז געאייגנט פאר קינדער, אבער עס האט פול מער תוכן ווי די היינטיגע סחורה.
קען זיין איך בין בייע"ס ווייל די ארויסגעבערן פון די לאמיר טעיפס איז מיינס א נאנטע קרובה. אבער אזויפיל קען איך מעיד זיין אז זי איז זייער אן ערליכע און תוכן'דיגע פרוי און זי וואלט נישט ארויסגעגעבן עפעס וואס איז נישט 100% אויסגעהאלטן.
יעצט צוריק צום קעפל...
איך נעם אן אייער הערה.
איר זענט גערעכט, ס'איז באמת א פיין און בא'טעם'ט מיט אן עכט אידיש אינהאלט און כאראקטער אלבום, גזונגען און געשפילט מיט ערליך אידיש סטייל.
מיינע ווערטער זענען געוועהן געצילט צו די ווערטער
טויגליכער איד האט געשריבן:דוכט זיך אז די הייליגע רעקארד "לאמיר צינדן ליכטעלעך" זינגט עס אויכעט
איבער האב איך געענטפערט אז ס'איז קיין ראי' נישט, ווייל פארהאן דארט נאך א ניגון וואס איז עכט נאריש און אום תוכן'דיג.
'הייליג', מיט סארקאזם, האב איך זיך באצוגין צום 'הייליגן רעקארד', ווי דער טויגליכער האט עס אנגערופן.
א נאריש לידל מעג אריינגיין און דינען אלס א 'מילתא דבדיחותא'. פונקט ווי אין ווירקליכקייט מאכט מען זיך צומאל פרייליך און זאגאר נאריש אויפצהייטערן די קינדער,
פארשטייט זיך אבער, אז ווען דאס גאנצע 'הלוך ילך' פון לעבן; מצות ימים טובים, שבת, תורה וכו' איז אין א וועג פון בלויז שפיל און קידנדיש, נאריש, איז דער חינוך רח"ל...
(ס'מיינט נישט אז מען ברויך רעדן צו קינדער ווי צו ערוואקסענע, אוקעי?...)
הוא הדין מיט אלע 'חינוך' אלבומס - וואס זיי זענען בפועל מחנך די קינדער - אויב איז דאס גאצע אלבום בכללות באלערנד אידיש וכו' איז מילתא דבדיחותא (וואס איז נישט אין גדר פון משכיל'יש ליצנות, נידריג און פארגרעבט, גוי'איש סטייל) אפילו לכתחילה.
און דאס איז דער אלבום, ולאפוקי... וכו'...
בקיצור, דער אלבום איז נישט אנדערש ווי א פיין און ערליך קינדער גארטן מלמד אדער טיטשער וואס מוז כלל נישט וויסן פון וואנען דער אדער יענער ליד שטאמט בעת ווען ער אדער זי זעלבסט האבן דאס געזונגען מיטן קינדערגארטן מלמד אדער טיטשער ווען זיי זענען געוועהן קליין.
איך טוה זיך עכט אנטשולדיגן איבער דעם וואס מיינע ווערטער האבן געהאט אין זיך א נעגאטיוון מעססעדזש איבער די ערליכקייט פון אלבום "לאמיר צינדן חנוכה ליכט".
אויב האט ווער זיך געפונען געטראפן דערפון, בעט איך איבער, איך האט נישט געמיינט אראפצורייסן דאס.אגב, מיינע קינדער הארכן צו "לאמיר צינדן חנוכה ליכט", צו "בימי מתתיהו", און צו "ר' לעיבל וויינשטאק" שוין פון חצי כסלו.