בלאט 1 פון 1

הילד הפלא יואלי טייכמאן • פנימי • [איבערגעארבעט]

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2011 11:38 am
דורך GEstudios
בילד

געזינגען דורך הילד הפלא יואלי טייכמאן 12 יאר אלט
אליין געמאכט די הארמאניס

ניי איבערגעארבערטער מוזיק און מיקס


דערווייל איז דא ניגון: הכל יודוך און מכניסי רחמים.

מער וועט נאכפאלגן אם ירצה השם יתברך.

עס איז דערווייל נאר דא צו באקומען דא אויך נאר איין ניגון אויף א מאל.
ווען אלע ניגונים (וואס זענען אין פלאן) וועלן זיין גרייט וועט עס אי"ה זיין אין גישעפטן אויך.

נישט אלע ניגונים זענען אין פלאן איבערצוארבעטן. טייל האבן מיר נישט די ארגענעהלע טרעקס און טייל פאר אנדערע סיבות.
דער שטאטע ניגון אני מאמין פון א"מ רמ"ג ע"ה האט מען אויך דאן אויפגעכאפט מיט יואלי נ"י אבער משום איזה סיבה שלא נודע לי כעת האט מען דאס נישט ארויפגעלייקט אויף דעם פנימי ווען עס איז ארויס צון ערשטן מאל. יעצט וועט דאס אי"ה יא איבערגעארבעט ווערן און ארויסקומען.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2011 11:41 am
דורך לעניית דעתי
יישר כח פאר די בשורה טובה,
זאג נאר מיסטער זשי אי סטודיאס,
וואס הייסט איבערגעארבערטער מיקס?
אז די מוזיק איז ניי, מוז מען דאך ממילא איבער מיקסן, ניין?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2011 10:12 pm
דורך מאנאגרעמס
די גרעפיקס ווער מאכט?...

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2011 10:17 pm
דורך באמבאסטיש
לעניית דעתי האט געשריבן:יישר כח פאר די בשורה טובה,
זאג נאר מיסטער זשי אי סטודיאס,
וואס הייסט איבערגעארבערטער מיקס?
אז די מוזיק איז ניי, מוז מען דאך ממילא איבער מיקסן, ניין?

מיר ווארטן אויך אויף א ענטפער.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2011 10:56 pm
דורך GEstudios
לעניית דעתי האט געשריבן:יישר כח פאר די בשורה טובה,
זאג נאר מיסטער זשי אי סטודיאס,
וואס הייסט איבערגעארבערטער מיקס?
אז די מוזיק איז ניי, מוז מען דאך ממילא איבער מיקסן, ניין?


גערעכט. וואס מ' מיינט דא איז אז מ' קען היינט צו טאגס בעסער עדעטן (מלשון edit) און טאָנען (מלשון tune) די קולות.
ממילא דאס [וואס מ' זאגט אז עס איז א נייע מיקס] גייט ארויף אויף דעם חלק וואס איז נישט ניי - דעם קול.
בליוז פאר דעם חלק אליין איז ווערט דאס צו הערן נאכאמאל.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2011 11:02 pm
דורך לעניית דעתי
א דאנק.

צוויי קשיות.

1. פארוואס נעמט אזוי לאנג ביז איר ענטפערט?
2. לפי האמור וואלט עס געדארפט אנגערופן ווערן אז עס איז "פריש גע'עדיט מיט עדווענסט טעקנאלעדשי" און נישט ארויף ווארפן כל הנ"ל אויף דעם ווארט "מיקס"?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2011 11:04 pm
דורך לעניית דעתי
מאנאגרעמס האט געשריבן:די גרעפיקס ווער מאכט?...


עס וואנדערט מיר דאס זעלבער. אפשר האלטן זיי גאר אז א פנימי קומט זיך נישט קיין געהעריגע גרעפיקס?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2011 11:14 pm
דורך שטארק זיך
קרעמער,אריבערפירן אין רעדן צו זיך אליין אשכול...
...
שכוח ג׳י אי סטודיאו פאר די נייעס!

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 28, 2011 11:54 pm
דורך leiby
שטארק זיך האט געשריבן:קרעמער,אריבערפירן אין רעדן צו זיך אליין אשכול...

וואס גייט דיך אן צו באקומען די נייעס אויף דעם וועג, פרעג אויך דיינע קשיות און איינער פון די צוויי וועט דיר ענטפערן..

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 29, 2011 2:33 am
דורך שוועמל
לעניית דעתי האט געשריבן:א דאנק.

2. לפי האמור וואלט עס געדארפט אנגערופן ווערן אז עס איז "פריש גע'עדיט מיט עדווענסט טעקנאלעדשי" און נישט ארויף ווארפן כל הנ"ל אויף דעם ווארט "מיקס"?

דאס האט יא גרעפיקס, די שיינע פיהרהאנג טוט אנדייטן אויף די פנימי, בחינת סוד הגלוי..

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 29, 2011 12:02 pm
דורך לעניית דעתי
ניגון מכניסי רחמים איז שוין ארויף.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 05, 2011 9:54 pm
דורך שנאפס
בדרך אגב

מזל טוב לר' יואל טייכמאן לרגל הולדת הבן

תזכה לגדלו ולחנכו לתורה ולחופה ולמעש"ט

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 05, 2011 9:57 pm
דורך באמבאסטיש
"ילד" הפלא האט געהאט א קינד? טאקע א פלא...