איך זוך ווערטער פון א ניגון...

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יין שרף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 13, 2013 10:56 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין שרף »

כזקן ורגיל האט געשריבן:פארקערט פונעם אשכול קעפל, איך זיך די ניגון פון די ווערטער...

לכה דודי, טשי רי בי-רי באם... לקראת כלה, טשי רי בי-רי באם... לכה דודי לקראת כלה, טשי רי בי-רי טשי רי בי-רי ראם...

ערגעץ פון די חזנים אדער אידישע פאלקס לידער עפאכע...

איינער קען מיר אנווייזן פון ווי? פון וועם?

ש'כח-בי-רי-ראם!

Anyone please?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

יין שרף האט געשריבן:
כזקן ורגיל האט געשריבן:פארקערט פונעם אשכול קעפל, איך זיך די ניגון פון די ווערטער...

לכה דודי, טשי רי בי-רי באם... לקראת כלה, טשי רי בי-רי באם... לכה דודי לקראת כלה, טשי רי בי-רי טשי רי בי-רי ראם...

ערגעץ פון די חזנים אדער אידישע פאלקס לידער עפאכע...

איינער קען מיר אנווייזן פון ווי? פון וועם?

ש'כח-בי-רי-ראם!

Anyone please?

https://www.dropbox.com/s/xdpyygy8ko3xf ... F.mp3?dl=0

אַז איך וועל זינגען לכה דודי
זאָלט איר זינגען טשירי-בירי-בים.
אַז איך וועל זינגען לקראת כלה
זאָלט איר זינגען טשירי-בירי-באָם.
לכה דודי טשירי-בירי-בים,
לקראת כלה טשירי-בירי-באָם,
לכה דודי לקראת כלה
טשירי-בירי-בירי-בירי-באָם.

טשירי-בים, טשירי באָם......
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
יין שרף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 13, 2013 10:56 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין שרף »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
כזקן ורגיל האט געשריבן:פארקערט פונעם אשכול קעפל, איך זיך די ניגון פון די ווערטער...

לכה דודי, טשי רי בי-רי באם... לקראת כלה, טשי רי בי-רי באם... לכה דודי לקראת כלה, טשי רי בי-רי טשי רי בי-רי ראם...

ערגעץ פון די חזנים אדער אידישע פאלקס לידער עפאכע...

איינער קען מיר אנווייזן פון ווי? פון וועם?

ש'כח-בי-רי-ראם!

Anyone please?

https://www.dropbox.com/s/xdpyygy8ko3xf ... F.mp3?dl=0

אַז איך וועל זינגען לכה דודי
זאָלט איר זינגען טשירי-בירי-בים.
אַז איך וועל זינגען לקראת כלה
זאָלט איר זינגען טשירי-בירי-באָם.
לכה דודי טשירי-בירי-בים,
לקראת כלה טשירי-בירי-באָם,
לכה דודי לקראת כלה
טשירי-בירי-בירי-בירי-באָם.

טשירי-בים, טשירי באָם......

יישר כח
אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלופי אדום »

איך זיך די ווערטער פון די ניגון אין א שיינעם העלן טאג פון הרה"ק ר' ב"צ מ'באבוב זי"ע
מיין לופי'לע........
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7306
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

אלופי אדום האט געשריבן:איך זיך די ווערטער פון די ניגון אין א שיינעם העלן טאג פון הרה"ק ר' ב"צ מ'באבוב זי"ע

פון דא
~ א ~
אין א שיינעם העלען טאג
דער סוחר ביי דעם וואג
און דער שניידער אין מיטן נייען,
דער טרעגער מיט דעם פאק
דער לויפער מיט דעם זאק
און דער גערטנער אין מיטן זייען.

פלוצלינג וועט מען הערן א געשריי
אז די צייט איז שוין געקומען,
אז מיר וועלן שוין ווערן פריי
פון גלות ארויס גענומען.

על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.


~ ב ~
די זיצערן אין די גאס
דער שענקער ביי דער פאס
און דער שמיד ביי דעם האמער,
דער מילנער אין מיטן מאלן
דער בארבער אין מיטן גאלן
און דער קוילן סוחר אין דעם קאמער.

פלוצלינג וועט מען הערן א געוואלד
אליהו הנביא איז מבשר א בשורה,
אז משיח קומט שוין באלד
ער פירט אונז אין די אלטע דירה.

על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.

~ ג ~
דער מלמד מיט'ן טייטש
דער בעל עגלה מיט'ן בייטש
און דער בלעכער אויפן דאך,
דער שלייפער ביי דעם ראד
דער בעדער אין באד
און אזוי יעדער נעבעך ביי זיין שווערן פאך.

פלוצלינג וועט מען הערן א קלאנג
אז די צייט איז שוין געקומען
עטס מעגט שוין זינגען א נייעם געזאנג
עטס ווערט פון גלות ארויס גענומען.

על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.

~ ד ~
דער פויער מאנט פאר אייער
דער סעקוועסטער מאנט פאר שטייער
און דער סעליסיטער ברענגט א קלאגע,
די קעשענע איז לעהר
דאס געמיד איז נעבעך שווער
און עס פרעגט זיך אזוי א פראגע.

פלוצלינג וועט מען הערן א קול
פון דעם שופר דעם גרויסן הארן,
דו ווערסט שוין פטור פון דעם עול
דו ביסט שוין געהאלפן געווארן.

על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.
קוק דא
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלופי אדום »

רעים האט געשריבן:

יישר כח
מיין לופי'לע........
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

למעלה משבעים האט געשריבן:האט דער טאטע מיר אמאל פארציילט,
האט מיין טאטע מיר אמאל פארציילט.

אז ס'איז געווען אמאל א אידענע, א אידענע, וואס האט זייער ביטערליך געוויינט.

האט דער טאטע געפרעגט פון די מאמע,
פארוואזשע וויינסטו,
פארוואזשע וויינסטו.

האט דער מאמע געענטפערט ווייל מיין קאפ טוט מיר זייער וויי, זייער וויי, זייער וויי.

האט דער טאטע געפרעגט פון די מאמע,
פארוואזשע וויינסטו,
פארוואזשע וויינסטו,
אז די וועסט וויינען וועט דיין קאפ נאך סאך מער וויי טון, נאך מער וויי טון, נאך מער וויי טון.

האט די מאמע געפרעגט פון טאטן,
ווי אזוי זאל איך נישט וויינען,
ווי אזוי זאל איך נישט וויינען,
אז איך ווייס עס קומט אזא פארכטיגע יום הדין, א יום הדין, א יום הדין,
און איך האב אזא טייער קינד, מיין טייער קינד, ווער ווייסט צו ער וועט זוכה בדין זיין.

האט דער טאטע געזאגט צו די מאמע,
נאר נישט וויינען,
נאר נישט וויינען,
ווייל די ווייסט דאך אז די האסט אזא טייער קינד, אזא טייער קינד, ער וועט זיכער זוכה בדין זיין.

שטייט הבן יקיר לי אפרים, אם ילד שעשועים.

---
ליפא זינגט די ניגון אויף לעילא ולעילא, טרעק 07-פארוואס וויינסטו.
=======
די מקור פארדעם זע דא viewtopic.php?p=361270#p361270



יישר כח
דבר יום ביומו
עבד אברהם
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 23, 2020 5:21 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבד אברהם »

איך זיך די ווערטער פון די ניגון "מי שמאמין לא מפחד" קאן איינער אזוי גוט זיין און אהער ברענגען ?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30719
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

עבד אברהם האט געשריבן:איך זיך די ווערטער פון די ניגון "מי שמאמין לא מפחד" קאן איינער אזוי גוט זיין און אהער ברענגען ?

בכל מקום, כל הזמן
יש לכולנו מגדול ועד קטן
ימים יפים, וגם פחות
ובניהם תשובה לכל השאלות

יש אלוהים אחד גדול
הוא בעולם הזה נותן לנו הכל
בין אפלה לקרן אור
את הנתיב אנחנו רק צריכים לבחור

וזה ידוע החיים הם מתנה
הכל צפוי והרשות נתונה

מי שמאמין לא מפחד
את האמונה לאבד
ולנו יש את מלך העולם
והוא שומר אותנו מכולם

העם הזה הוא משפחה
אחד ועוד אחד זה סוד ההצלחה
עם ישראל לא יוותר
תמיד על המפה אנחנו נשאר

וזה ידוע חיים הם מתנה
הכל צפוי והרשות נתונה

מי שמאמין לא מפחד...

מצוה גדולה להיות בשמחה
להיות בשמחה תמיד

מי שמאמין לא מפחד...
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
עבד אברהם
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 23, 2020 5:21 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבד אברהם »

שלום ותודה רבה להרב ר' קנאפער שליט"א
קורטמן
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 03, 2021 6:53 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קורטמן »

איך זוך די ווערטער פון דעם ניגון "לוח ליד" קאמפאזירט דורך ר' משה גולדמן אין זיין אלבום "להודיע"
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30719
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קורטמן האט געשריבן:איך זוך די ווערטער פון דעם ניגון "לוח ליד" קאמפאזירט דורך ר' משה גולדמן אין זיין אלבום "להודיע"

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 94#p316194
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
קורטמן
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 03, 2021 6:53 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קורטמן »

א גרויסן יישר כח
חזן
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 1:54 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזן »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
כזקן ורגיל האט געשריבן:פארקערט פונעם אשכול קעפל, איך זיך די ניגון פון די ווערטער...

לכה דודי, טשי רי בי-רי באם... לקראת כלה, טשי רי בי-רי באם... לכה דודי לקראת כלה, טשי רי בי-רי טשי רי בי-רי ראם...

ערגעץ פון די חזנים אדער אידישע פאלקס לידער עפאכע...

איינער קען מיר אנווייזן פון ווי? פון וועם?

ש'כח-בי-רי-ראם!

Anyone please?

https://www.dropbox.com/s/xdpyygy8ko3xf ... F.mp3?dl=0

אַז איך וועל זינגען לכה דודי
זאָלט איר זינגען טשירי-בירי-בים.
אַז איך וועל זינגען לקראת כלה
זאָלט איר זינגען טשירי-בירי-באָם.
לכה דודי טשירי-בירי-בים,
לקראת כלה טשירי-בירי-באָם,
לכה דודי לקראת כלה
טשירי-בירי-בירי-בירי-באָם.

טשירי-בים, טשירי באָם......



ווער איז די זינגער\ פארפאסער ?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30719
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

חזן האט געשריבן:ווער איז די זינגער\ פארפאסער ?

נישט ממש קלאר דער מחבר, אבער עס קומט פון די פרייע יידישיסטן פון אזא הונדערט יאר צוריק (דא וואס שרייבן אז עס איז פון לייבוש לערער, אנדערע זאגן אז עס איז פון אברהם גולדפדן ביין שפיל בר כוכבא.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30719
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

די ווערטער פון יונתן שווארץ'ס "אגרת הרמב"ן" ניגון?

אדער אפשר דער בוקלעט וואס איז געקומען מיט דער "א גוטע בשורה" אלבום?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30719
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קנאפער ידען האט געשריבן:די ווערטער פון יונתן שווארץ'ס "אגרת הרמב"ן" ניגון?

אדער אפשר דער בוקלעט וואס איז געקומען מיט דער "א גוטע בשורה" אלבום?

אז קיינער נישט האב איך עס געמוזט אליינס אפשרייבן...

יונתן שווארץ – אגרת הרמב"ן (אלבום: א גוטע בשורה)

א בריוו איז ביי אונז אידן פארהאן
ס'האט געשריבן דער הייליגער רמב"ן
ווען זיין זון האט געלערנט אין ישיבה
גאר א ווייטן סביבה

ליין דעם בריוו נאך און נאך
כאטשיג איינמאל א וואך
אין דעם טאג וואס דו וועסט ליינען דעם בריוו
קענסט דיך אויסבעטן כל טוב

שטענדיג רעד רואיג און געלאסן
דורך דעם וועסטו נישט זיין קיין כעסן
געדענק דער וואס רעגט זיך אויף יענעם
איז שולט אויף אים כל מיני גיהנום

וכאשר תנצל מן הכעס
דורך דעם וועסטו נישט טון קיין שום גרייז
א רואיג קאפ א רואיגע מחשבה
דורך דעם וועסטו קומען צו ענווה

יהללוך זר ולא פיך
זאלסט דיך קליין האלטן כל ימי חייך
שמע בני מוסר אביך
ועל תיטוש תורת אמך

שמע בני מוסר אביך
ועל תיטוש תורת אמך


ענווה קומט מען צו צו מורא
יראת שמים פון דעם הייליגן בורא
אויף דעם איז נישטא קיין שום שאלות
דער אייבערשטער זעט דאך אלעס

געדענק דיין גאנצן לעבן
א דין וחשבון וועסטו דארפן אפגעבן
און טאמער פרעגסטו לפני מי
מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא

טאמער וועסט דיך פירן אזוי
וועסטו זיין א שמח בחלקו
וועסט נישט זוכן קיין איבריגע תאוה
וועסט ניצל ווערן פון מידת הגאווה

געדענק מיין קינד ווער ס'האלט זיך גרויס
המתגאה על הבריות
ווידערשפעניגט אין דעם מלכות שמים
ה' מלך גאות לבש ה'

האלט זיך נישט גרויס מיט קיין שום זאך
צו מיט כבוד צו דו האסט געלט אסאך
דער אייבערשטער מאכט ארעם און רייך
יעדער איינער איז ביים אייבערשטן גלייך

דער וואס האלט זיך קליין איז גרויס ביי קודשא בריך הוא
זאלסט זיך קליין האלטן כל ימי חייך
שמע בני מוסר אביך
ועל תיטוש תורת אמך

שמע בני מוסר אביך
ועל תיטוש תורת אמך

על כן הער צו מיין קינד
איך וועל דיר מפרש זיין אצינד
וויאזוי זיך צו האלטן קליין
שטענדיג רעד רואיג און שיין

דיין קאפ זאל זיין אראפגעבויגן
אויף דער ערד זאל קוקן דיינע אויגן
מיט איידעלע ווערטער זיך אויסדרוקן
אין פנים יענעם נישט אריינקוקן

יעדער איינער זאל זיין ביי דיר גרעסער
טראכט אלעמאל אז יענער איז בעסער
צו א חכם צו אן עושר
מכבד זיין איז נישט מער ווי יושר

א ארעמאן וואס האט נישט קיין פעני
חשוב כי אתה חייב ממנו
געב אים אויך כבוד אן א שיעור
אפשר האט ער מער מצוות פון דיר

טראכט אלעמאל דו שטייסט פארן קודשא בריך הוא
בכל מעשיך ומחשבותיך
שמע בני מוסר אביך
ועל תיטוש תורת אמך

שמע בני מוסר אביך
ועל תיטוש תורת אמך


שטענדיג זאל זיין דיין מסורה
הוי זהיר לקרות בתורה
ווען דו שטייסט אויף פון ספר טראכט אריין
וואס קענסטו פון דארט מקיים זיין

טראכט נישט פון גארנישט אויף דער וועלט
ווען צום דאווענען האסטו דיך געשטעלט
הכן לבך דיין הארץ גרייט גוט צו
לפני המקום ברוך הוא

יעדע ווארט טראכט גוט איבער
וחשוב הדיבור
האב אינזין די פירוש המילות
וועט דער אייבערשטער אננעמען דיינע תפילות

ליין דעם בריוו נאך און נאך
כאטשיג איינמאל א וואך
למען תצליח אויף דער וועלט דא
און אויך ותזכה לעולם הבא

ובכל יום שתקראנה יענוך
כאשר יעלה על לבך
שמע בני מוסר אביך
ועל תיטוש תורת אמך

שמע בני מוסר אביך
ועל תיטוש תורת אמך
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

באלד עמיר געוואר ווערן אז אלע ניגונים שרייבסטו אראפ אליינס לטובת הציבור...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30719
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:באלד עמיר געוואר ווערן אז אלע ניגונים שרייבסטו אראפ אליינס לטובת הציבור...

ווען איך נעם עס פון ערגעץ (א סייט) וועל איך געווענדליך געבן קרעדיט. אויב נישט איז עס אדער געקאפיעט טעקסט פון דער PDF אדער אליינס אראפגעטייפט.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
חבצלת השרון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבצלת השרון »

ווערטער פון די ניגון 'אורייתא' פון בעני פריעדמאן?
אוועטאר
אייער
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2021 5:23 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער »

איינער האט די ווערטער פון די ניגון א גוטע איד פון די אלבום א גוטע בשורה?
די ניגון
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30719
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אייער האט געשריבן:איינער האט די ווערטער פון די ניגון א גוטע איד פון די אלבום א גוטע בשורה?
די ניגון

viewtopic.php?p=486049#p486049
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
sukoss
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2013 6:23 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sukoss »

איינער האט די אידישע ווערטער פון די קה ריבון עלם פון באבוב
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30719
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

sukoss האט געשריבן:איינער האט די אידישע ווערטער פון די קה ריבון עלם פון באבוב

יונתן שווארץ – א גוטן שבת - קה רבון (אידיש) שבת אחים

ס'איז זייער גוט באקאנט
אין ספרים ווערט דערמאנט
אז שבת איז א צייט פון אחדות ביי אידן
יעדע קהל און קהל
שבת יעדעס מאל
קומט מען זיך צאם אין זמנים פארשידן

פרייטאג צונאכטס לעבעדיג און פריש
אידן גייען צום רבי'ן צום טיש
מ'שטייט אויף די פארענטשעס אויף די הויכע שורות
מ'זינגט תשבחות און זמירות
מ'כאפט שיריים
מ'טרינקט לחיים
מ'שעפט זיך אן מיט יראת שמים
ס'שיינט דאך דארט אזא שיינע אורה
ווען דער רבי זאגט די דברי תורה

קומט ענק צאם אידעלעך
טייערע ברידערלעך
מה טוב ומה נעים שבת אחים גם
ס'איז אזוי געשמאק
חזק חזק
אז אידישע קינדער קומען זיך צוזאם


דערנאך קומט מען בחבורה
מ'זינגט שבח ושירה
מ'מאכט א באטע א שבת אחים
ס'קומען אלע ידידים
תהילתו בקהל חסידים
מ'לויבט דעם באשעפער דעם חנון ורחום

ביי איינעם איז געבוירן געווארן א בחור
מ'קומט זיך צאם אויף די שלום זכור
מ'וואונטש אים נחת אן א שיעור
אויף אביסל ארבעס און א גלעזל ביר
און מיט א ברכה איז מען אים מהנה
דאס ברית זאל זיין בעיתה ובזמנה
דאס קינד זאל וואקסן א תלמוד חכם
זען דורות ישרים ומבורכים

קומט ענק צאם אידעלעך
טייערע ברידערלעך
מה טוב ומה נעים שבת אחים גם
ס'איז אזוי געשמאק
חזק חזק
אז אידישע קינדער קומען זיך צוזאם


ס'קומט שבת צופרי
נעמט מען זיך די מיה
ביי א איד אין שטוב איז שמחה וששון
יעדער טוט זיך גרייטן
אין בית המדרש צו באגלייטן
צו דעם אויפרוף דעם חשוב'ן חתן
און ווען דער חתן איז עולה לתורה
עס פליען די פעקלעך משמי קורה
א סימן די דורות זאלן זיך מערן
און בשורות טובות שטענדיג צו הערן

און ביי איינעם אין שטוב מאכט מען א קידוש
ס'איז געבוירן א טאכטער פיין און אידיש
לגדלה וואונטש ידידים און קרובים
לתורה לחופה ולמעשים טובים

קומט ענק צאם אידעלעך
טייערע ברידערלעך
מה טוב ומה נעים שבת אחים גם
ס'איז אזוי געשמאק
חזק חזק
אז אידישע קינדער קומען זיך צוזאם


ס'איז ממש א וואונדער
אפילו ביי די קינדער
קומט מען צוזאם ביי די חברת תהילים
ס'איז דברים נשגבות
אביסל פרקי אבות
זייער תורה ותפילה איז עולה על כולם

ביי שלוש סעודות בעת רעווא דרעווין
בצוותא חדא טוט מען פראווען
מ'שעפט קדושה נאך און נאך
ס'איז משפיע אויף א גאנצע וואך

און אפילו במוצאי יום מנוחה
ביים סעודה דוד מלכא משיחא
קומט מען צוזאם בנבל וכינור
ביי א מלוה מלכה אדער ביי א דינער

קומט ענק צאם אידעלעך
טייערע ברידערלעך
מה טוב ומה נעים שבת אחים גם
ס'איז אזוי געשמאק
חזק חזק
אז אידישע קינדער קומען זיך צוזאם
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
מיכל הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 11:52 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל הירש »

איך זיך די ווערטער פון די בלעטעלע ניגון פון ר' משה גאלדמאן. עס ערשיינט אויף די להודיע אלבום.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”