בלאט 1 פון 31

ניגונים אדער חלק פון ניגונים וואס סאונד די זעלבע

געשריבן: מוצ"ש מארטש 26, 2011 9:53 pm
דורך elmonsey
אזויווי אסאך מענטשען זאגן אז איך האב א גיטע אויער וועל איך דא ברענגען אפאר שטיקלעך פין ניגונים וואס א פיצי חלק סאונד די זעלבע ווי א אנדערע ניגון.

איך האב אגב א קאלעקשן פין ניגונים וואס יוסי איזנטל האט צאמגעשטעלט ממש ביידע ניגונים ציזאמען אבער נישט דעס האב איך געמיינט מיט עפענען די אשכול.

פארשטייט זיך אז איך לייג נישט קיין גאנצע ניגונים!!!!

קודם לייג איך א שטיקעל פין יוסי גרין'ס נייע סידי עס סאונד די זעלבע פין א גויעשע ניגון וואס הייסט celebration
שעידס אף סאול יוסי גרין

די ניגון סעלעברעישן

מיין נעקסטע שטיקעל לייג איך די אינטרא פין די לעצטע סצענע פין די לעצטע געדאנק מיט א אלטע ניגון פין לייבלה השל ז"ל די ניגון הייסט "הנה אנוכי" איך האב מיך געמיטשעט יארן צי וייסן פין ווי די ניגון קימט אבער א שכויעך פאר יוסי גיל וואס האט מיך געעפנט מיינע אויגן צי ניגונים פין לייבלה השל אין דארט האב איך געטראפן די ניגון.
אינטרא די לעצטע געדאנק
הנה אנוכי לייבלה השל ז"ל

אין צום לעצט ברענג איך א שטיקעל פין שרולי גינסבורג פין די ניגון "טוב להודות" אין די אינטרא פין דין ניגון "ר' שימחה" פין הרב רבי כאאל שניצלער וואס אגב עס איז די זעלבע ארעינדשער פאר ביידע סידיס...
טוב להודות שרולי גינזברג

רבי שמחה מיכאל שניצלר

אויב איינער ווייסט פין נאך שטיקלעך זאל שרייבן אין אויס איך האב די ניגונים וועל איך עס אויסשניידען אין אויפלייגן דא.

תגובות זענען וועלקאם
אין "שיק עס"

געשריבן: מוצ"ש מארטש 26, 2011 10:12 pm
דורך מר. קליען
אז דו רעדסט שוין פון שעידס אף היפש,די אויספיר שטיקל פון די הויכע פאל פון אלוועיס אן קאל איז כמעט די זעלבע ווי די אויספיר שטיקל פון די הויכע פאל פון זיין ניגון מיריקעלס-רחמים

געשריבן: מוצ"ש מארטש 26, 2011 10:19 pm
דורך elmonsey
איך וועל עס בודק זיין שפעטער...

געשריבן: מוצ"ש מארטש 26, 2011 10:24 pm
דורך מר. קליען
סארי,עיקר שכחתי....זייער א גוטע איידיע אזא אשכול,און זייער גוטע נקודות...מען זעהט אז דו האסט א גוטע אויער....

ישר כח

געשריבן: מוצ"ש מארטש 26, 2011 10:25 pm
דורך elmonsey
יא ביזט גערעכט

געשריבן: מוצ"ש מארטש 26, 2011 10:27 pm
דורך מר. קליען
אויב מעגליך ארויפלייגן ישר כח

געשריבן: מוצ"ש מארטש 26, 2011 10:33 pm
דורך elmonsey
איך דארף האבן אביסעל געדולד...אפשר מארגן אדער שפעטער

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2011 1:29 am
דורך געשמאקער
די ערשטע פאל פין די ניגון והכן פרנסתנו פון מבד אויף אין עוד מלבדו איז די זעלבע טאן ווי אויף around the year פון מבד ביי די פלעינע מוזיק סוף טעיפ

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2011 2:57 am
דורך ביקסאד
איזאק האט געשריבן:דא
עס איז דא 3 ניגונים וואס זייער ערשטע פאל איז זייער ענדליך, הטוב פון ווערצבערגער (סאטמאר), הריעו לה' פון גאלדמאן (באבוב), און יהי החודש פון דמן (בעלז), ר' יודל'ס הטוב איז אבער די ערשטע ארויס געקומען לאויר העולם.

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2011 3:26 am
דורך וויכטיג מאכער
וכתבנו בספר החיים פון "זכרנו לחיים" (ר' משה גאלדמאן ז"ל)

על כן המו פון "הבן יקיר לי" (הנ"ל)

די ביעד איז אביסל פארריקט, אבער די תנועות לויפן אייניג.

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2011 7:43 am
דורך farshlufen
כמדומני אז ס'שוין פארהאן ערגעצוואו ביינונז אזא שמועס, עמיר ווארטן שילכו הנמושות ויחפשו.

מן המיצר
וטהר לבינו, ערשטע פאל.

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2011 10:03 am
דורך מאנאגרעמס
מיכאל'ס / פינקי'ס וטהר לבנו - purity איז זייער ענליך צו מיכאל'ס / פינקי'ס שטאטע ישימך אלוקים פון שבת פלאם.

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2011 12:28 pm
דורך elmonsey
wow איך האב מיר נישט געראכטן אויף אזויפיל תגובות...דעס מיינט איך דארף יעצט זיכען אין ארויסשניידן?

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2011 2:48 pm
דורך מר. קליען
elmonsey האט געשריבן: אויב איינער ווייסט פין נאך שטיקלעך זאל שרייבן אין אויס איך האב די ניגונים וועל איך עס אויסשניידען אין אויפלייגן דא.

תגובות זענען וועלקאם
אין "שיק עס"

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2011 2:54 pm
דורך חלפתא
איך האב אפאר אזעלכע שטיקלעך, אבער וויאזוי לייג איך עס ארויף?

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2011 3:01 pm
דורך תרנגול
די צוויי ניגונים פון ר' משה גאלדמאן ע"ה:

אוי שמחתי, באומרים לי, בית השם, נלך....

כנשר, יעיר קנו, על גוזליו, ירחף....

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2011 4:12 pm
דורך וויכטיג מאכער
תרנגול האט געשריבן:די צוויי ניגונים פון ר' משה גאלדמאן ע"ה:

אוי שמחתי, באומרים לי, בית השם, נלך....

כנשר, יעיר קנו, על גוזליו, ירחף....



א אלטע טעות, נעם א קיבארד, העסטע זעהן אז ס'איז נישט די זעלבע.

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2011 4:13 pm
דורך תרנגול
הייסט מ'רעדט דא פון שטיקלעך וואס זענען גענוי די זעלבע?

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2011 6:19 pm
דורך elmonsey
תרנגול האט געשריבן:הייסט מ'רעדט דא פון שטיקלעך וואס זענען גענוי די זעלבע?


יא ממש גנוי די זעלבע אזויווי די שטיקלעך וואס איך האב דא אהער געלייגט

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2011 7:05 pm
דורך מי חכם
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
תרנגול האט געשריבן:די צוויי ניגונים פון ר' משה גאלדמאן ע"ה:

אוי שמחתי, באומרים לי, בית השם, נלך....

כנשר, יעיר קנו, על גוזליו, ירחף....



א אלטע טעות, נעם א קיבארד, העסטע זעהן אז ס'איז נישט די זעלבע.


ערגעץ געליינט - אויף העברעאיש דוכט זיך - אז איימיצער האט מעורר געווען ר' משה'ן דערויף, און ער האט געענטפערט אז ער האט זיך באמת נישט געכאפט. "זעט אויס דער זכרון איז א גנב" האט ער געזאגט (אדער בערך כהאי לישנא).

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2011 8:04 pm
דורך שמערי בערי
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
תרנגול האט געשריבן:די צוויי ניגונים פון ר' משה גאלדמאן ע"ה:

אוי שמחתי, באומרים לי, בית השם, נלך....

כנשר, יעיר קנו, על גוזליו, ירחף....



א אלטע טעות, נעם א קיבארד, העסטע זעהן אז ס'איז נישט די זעלבע.

זינג צוזאמען מיט מיר (די הויכע פאל) כנשר, באומרים לי, על גוזליו, נלך...

פון ר"מ קען מען טרעפן אזאלכע זאכן, אמאל נאר אויף א ווארט צוויי.

והטלית והטלית: שתזמין פרנסה

כך כך (אזכה): כן כן (יכבשו) [חומת אש]

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2011 8:12 pm
דורך וויכטיג מאכער
שמערי, אונז גיימער זיך נישט טענה'ן אויף פען און פאפיר, אנלעסס דו קענסט ליינען נאוטס... ס'איז נישט די זעלבע נאוטס!!!

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2011 10:45 pm
דורך לב טוב
שמערי בערי האט געשריבן:פון ר"מ קען מען טרעפן אזאלכע זאכן, אמאל נאר אויף א ווארט צוויי.

פון ר"מ טרעפט מען גאר אסאך דערפון, פשוט ווייל ער האט געמאכט אזויפיל ניגונים אז ס'קען נישט אלעס זיין נאר נייע תנועות, איך פלעג האבן א האבי ביי יעדע נייע מחנה שלוה טעיפ צו מעטשן צו וועלכע ניגון עס ענדלט אדער ווי ס'איז ממש די זעלבע.
לדוגמא: חיים חיים של פרנסה חיים של עושר וכבוד=בי יכתירו צדיקים כי תגמול כי תגמול עלי וכו'

געשריבן: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:41 am
דורך 1x1
מי חכם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
תרנגול האט געשריבן:די צוויי ניגונים פון ר' משה גאלדמאן ע"ה:

אוי שמחתי, באומרים לי, בית השם, נלך....

כנשר, יעיר קנו, על גוזליו, ירחף....



א אלטע טעות, נעם א קיבארד, העסטע זעהן אז ס'איז נישט די זעלבע.


ערגעץ געליינט - אויף העברעאיש דוכט זיך - אז איימיצער האט מעורר געווען ר' משה'ן דערויף, און ער האט געענטפערט אז ער האט זיך באמת נישט געכאפט. "זעט אויס דער זכרון איז א גנב" האט ער געזאגט (אדער בערך כהאי לישנא).


דא האסטע (אין א אינטערוויו מיט שלומי טוסיג):
http://bit.ly/eyUJM3

געשריבן: מאנטאג מארטש 28, 2011 12:15 pm
דורך משיח
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
תרנגול האט געשריבן:אוי שמחתי, באומרים לי, בית השם, נלך....
כנשר, יעיר קנו, על גוזליו, ירחף....

א אלטע טעות, נעם א קיבארד, העסטע זעהן אז ס'איז נישט די זעלבע.

וויכי, די גאנצע פאל איז טאקע נישט די זעלבע, נאר גאנץ ענליך.
אבער די ווערטער "על גוזליו" און "בית השם" - די הויעכע פאל (די ערשטע מאל) איז אויך נישט די זעלבע?
ביידע זענען פיר שטעקעלעך (באטענס), נידריגער און נידריגער אוי-בית-ה-שם - על-גו-ז-ליו.