די שפיל "די לעצטע געדאנק"

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1385
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

לאמפ האט געשריבן:וואס עס אינטערעסאנט פון דעם שפיל איז אז זייער אסאך פראזן און ווערטלעך וואס מען האט דארט ערפינדן זענען עמטליך אריין אין דיקשענערי און ווערן נאך היינט צוטאגס באנוצט דורך די מאסן, נישט וויסענדיג אז ארגינעל קומט דאס פון א פלעי.

זאג נאר, זאקן וואשט מען אויכעט?


"אלעמאל אזוי קאלט דא"?
"שליש שליש זום זום..."
נו גוט, נו שוין!
גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי שוין גיי »

איר זענט 15 מעניוט ?
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1385
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

leiby האט געשריבן:קען איינער שאפן א בילד פון אים? איז ער נאך בחייו?


ב"ה בחייו, א פיין אידל!
נו גוט, נו שוין!
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

אפשר וואלט מיך עמיצער געקענט געבן זיינע קאנטאקט אינפאו, כ'וואלט גע'חליש'ט צו רעדן מיט אים. עס וואטל געווען א שטארקער תועלת. יישר כוח, ישעי' גוביטש הייסט ער אפשר
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

יא, ער הייסט ישעי ' גוביטש.

כ'וואלט אים אויך געהאט חשק צו זעהן.

האט איינער א בילד פון אים?
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

ער עקט נאך אדער איז ער אויך אריין אין די חינוך ליין?
yid101
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 31, 2014 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid101 »

How many years ago was it
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

די ציגעלע וועט זיך צוגעוואוינען,
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליקים געציל »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:די ציגעלע וועט זיך צוגעוואוינען,

דאס איז געווען א קאמיקס ("זונדל") אויף די לעצטע בלאט פון די אידישע ליכט פאר עטליכע וואכן צוריק.

און איך מיין אז נאך עטליכע וויצן האבן זיי גענומען פון די שפיל.
ידידכם
אליקים געציל
[email protected]

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

"וואטש וואו די טרעטס, טרעט נישט אין מאראסט"
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3398
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

דיין זין שלמהלע וועט דאך בלייבן א יתום
אוי ביסט גערעכט.. ניין ער וטועט דאך אויך געהרגט ווערן

פארגעסט ניט צוריק צו לייגן די מילך אין דער רעפריג'ערייטער
tosh
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 3:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tosh »

גייט באבוב איבערשפילן די פלעי?
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

א הארציגע ביטע, איז עמיצער ואס קען מיר געבן קאנטאקט אינפא וויאזוי צו טרעפן דעם אידל. איך וויל רעדן מיט אים
נישט איך!
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 13, 2014 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט איך! »

אי-רעלעווענט האט געשריבן:"וואטש וואו די טרעטס, טרעט נישט אין מאראסט"


דענק איך אמאל הערן אז זיין פוס האט זיך פארפלאנטערט און ער האט איהם באמת געמיינט צו ווארענען.
אויפ׳ן טעיפ דאכט זיך איז דא א קורצע הפסקה פאר ער זאגט טרעט נישט אין מאראסט?

איז וואר?
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1385
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

tosh האט געשריבן:גייט באבוב איבערשפילן די פלעי?


אויף די רעקלאמע פון באבוב זעהט מיר דאס אויס אז מען זעהט די ווייסע הויז אין פלאמען
איך מיין אז ביי די עלעפאנטן מיט נאפאליען איז נישט געווען קיין ווייסע הויז
נו גוט, נו שוין!
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

נישט איך! האט געשריבן:
אי-רעלעווענט האט געשריבן:"וואטש וואו די טרעטס, טרעט נישט אין מאראסט"


דענק איך אמאל הערן אז זיין פוס האט זיך פארפלאנטערט און ער האט איהם באמת געמיינט צו ווארענען.
אויפ׳ן טעיפ דאכט זיך איז דא א קורצע הפסקה פאר ער זאגט טרעט נישט אין מאראסט?

איז וואר?


קעו זיין, אבער הערן הערט זיך עס וואו א חלק פון די פלעי, אויב איז אמת וואס איר זאגטף איז דאס גאנץפיין, אויפן פלאץ די ריכטיגע געדאנק...
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

yid101 האט געשריבן:How many years ago was it

איך מיין אז תשל"ז
הנותן לשכוי בינה...
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

גיי שוין גיי האט געשריבן:איר זענט 15 מעניוט ?


דעס איז פין די פעסטע שטעלונג
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

תרנגול האט געשריבן:
yid101 האט געשריבן:How many years ago was it

איך מיין אז תשל"ז

איך מיין תשל"ט

אגב וואלט געווען אינטערסאנט צו זעהן די קאסטיומס און די פראפס פון בימים ההם.

איז ביי די נייטרא מכירת יוסף געווען געהעריג פראפס ? אדער האצעך איינער אנגעטוהן א בעקיטשע און איינער א גרעסערען הוט?
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

פרעזידענט האט געשריבן:
tosh האט געשריבן:גייט באבוב איבערשפילן די פלעי?


אויף די רעקלאמע פון באבוב זעהט מיר דאס אויס אז מען זעהט די ווייסע הויז אין פלאמען
איך מיין אז ביי די עלעפאנטן מיט נאפאליען איז נישט געווען קיין ווייסע הויז

יא זיי גייען עס איבערשפילן.
און זעלבסט פארשטענדליך אז איר זעהט אויפן בילד א ווייסן הויז ווייל... זיי טוישן די פאקטן צו מער א היינטיגע מעשה אבער די קערעקטערס און די יסודות בלייבט
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

די יסודות בלייבט מיינט אז די בעיסיק סטארי בלייבט אבער אן די ממש זעלבע פרטים ווי די פאריגע פלעי? אדער ממש די זעלבע לצנות און דיטעלס בלייבען נאר די נעמען און העלדן פון די מעשה ווערט מער היינטיג?
אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1735
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארגארפיק »

מודעה משמחת! נינידזשער (סטעיט פאליס) ראוד ספיד לימיט איז 55! שוין יאהרן לאנג....
[email protected]
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

ישלהוסיף האט געשריבן:דער קאפל עלנבויגען איז די מערסטע טאלאנטפולע שפילער, ער פארמאגט א געוואלד מיט פראפעשעניליזם אין זיך, א שטארקע תוכן'דיגע מענטש, זייער א רייכע שטימע, א הארציגע מענטש, דאס אלעס צוזאמען ברענגט ארויס א געוואלד מיט כשרונות וואס איין מענטש באזיצט, כמעט קיינמאהל ווערט ער זיך 'פארלירען' אינמיטן א שפיל, אויב מאכט זיך א טעות ביי א צווייטע שפילער (דהיינע יענער פארגעסט וואס צו זאגען) וועט ער מיט גרויס מומחה זיך אנרופען וכדומה, אז קיינער פין די אודיענץ וועט עפעס באמערקן וואס דא איז געשעהן.

אסאך שפילערס זיין יענער באקאנטע "די לעצטע געדאנק" זענען געקומען אין געגאנגען, אבער קיינער האט נאך נישט באוויסען צו צוקומען נאהנט צו ר' קאפי עלנבויגען. ווי האט יענער געזאגט אין דער קרעטשמע פון "ביים סליחות נאכט אין קיעוו", "ס'נאר דא איין COPY, נישט דא נאך א קאפי", לשון נופל על לשון, אוי ווי גערעכט איז יענער געוועהן.


אה ! אונז גיי מיר פאר קאפי ! ממש מורא'דיג, דא האט איר א דוגמא פון איין הארציגער ניגון, געזונגען ביי 'על נהרות בבל' פלעי


אלקא דיליה יקר ורבותא, באתי לעמוד ולהתחנן לפניך,
איך בין טאקע באפרייט פון תפיסה, אבער וואס וועט זיין עם שארית עמך,
עס כאפט מיר אן א פחד און א ציטער, ווען איך נעם נאר אויפן זינען,
אז פאר כלל ישראל איז ליידער די גורל ביטער, ווער ווייסט צו איך וועל זיי נאך אין שטאט געפונען.

אנא השם אנא השם הושיעה, אז עס ווערט ליידער מקוים מיין נבואה,
רומה אלקים מושפלת עד שאול תחתיה, על אלה אני בוכיה,
עד הנה עד הנה עזרוני, העלף אונז ווייטער אויך אין זכות פון אברהם אבינו,
און האב שוין רחמנות אויף כל הקהל ועדה, אין זכות פון יצחק ביי די עקדה.

רבון העולמים טאטע זיסע לעמך ישראל סלח, איך קען נישט אויפהערן צו קלאגן,
ווייל כלל ישראל די עם הנבחר איז ליידער זייער שוואך, אזא שווערן גלות איבערצוטראגן.

הייליגע אבות שטייט אויף פון אייערע קברים, און גייט איינרייסן ביי דעם שוכן מרום,
ווייל עס ליגט אצינד אויף ענק א גרויסע התחייבות, ווייל בניכם גלו ובתיהם חריבות,
און איך וועל מיך יעצט טאקע מיט אלע מיינע כוחות באמיעהן, און איך וועל שוין גייען צו די מקומות הקדושים ווי די אבות רוען,
און פון דארט וועל איך מיך נישט אוועקטרעטן, ביז איך וועל ביים באשעפער פאר די יודעלעך אויסבעטן.
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

זעמיל...
rps20180418_150122.jpg
rps20180418_150122.jpg (79.8 KiB) געזען 8430 מאל
צימישט
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 7:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צימישט »

elmonsey האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:די אויסנאם פון דעם שפיל איז, אז אויסער דעם וואס מ'האלט זיך ביי די זייטען אין דאס איז בעיקר א דאנק דעם חיים (משה) שטינקאוויטש/זעמעל.


נאך מער פון דעם, אנדערש ווי ביי יעדער אנדערע שפיל וואס דער וויצען מאכער איז א איבעריגע מענטש נאר געשטעלט אויף צו מאכען וויצען, ליגט באהאלטן א טיפע פיקחות...


זייער גוט ארויסגעברענגט
איך למשל האב אויפגעכאפט וועם ער מיינט "די מכשיפה פון ארץ ישראל" איך האב געפרעגט אסאך מענטשען צי זיי ווייסן וועם ער מיינט אין קיינער האט נישט געוויסט.
עס איז דא נאך אבער מיין פארקער פען ארבעט נישט

געמיינט האט ער ציזאגען , גאלדא מאיר , איז דענמאלס געווען פריי מיניסטאר ,אין מדינת ישראל, עס איז געווען מלחמת יום הכיפורים צייטען ,

אגב ביי אינז אין שטיב איז שליש שליש א נארמאלע מימרא.
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”