ניגוני ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג פאברואר 21, 2017 10:30 am

לכאורה האט געשריבן:
דוד פיישוט האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן:איך האב אמאל געליינט אין א געוויסע בלעטל אז דער הייליגער דברי חיים זי״ע האט זיך ספעציעל אויסגעלערנט צו זאגן א רייש מיט אן אונגאריעשן עקצענט (דאס מיינט אזוי ווי די מערערע באפעלקערונג פונעם היימישן עולם אין אמעריקע( איך מיין די טשאלנט טאפ וויליאמסבורג קרית יואל) זאגט א רייש אנדערשט ווי עס ווערט געזאגט ביי די באבאוו׳ער חסידים וואס דאס איז א פוילישע׳ער רייש) כדי צו קענען זינגען דעם סאלא קאקאש ניגון מיטן זעלבן נוסח ווי דער קאלעווער האט עס געזינגען. ווייסט איינער א מקור אויף דעם ? ( אגב דאס איז מיין הערשטע באשרייבונג אויף דעם קאלום. אין אזוי בכלל)

כאב עס שוין אפאר מאל געהערט פונ רבין זאל זיין געזונט ביי די סעודה שבת ביינאכט

ווער איז דער רבי זאל זיין געזונט?

איך האב עס געהערט פון הרה"ג ר' יעקב יוסף האלבערשטאם שליט"א [בית חיים יהושע],
גאר אריין געקומען פון אן מעשה ווי דער "צאנזער זיידע" - כלשונו - האט זיך (כאפנדיג ביי א 'מעשה'...) אנגערופן צום גארליצער רב: "בורררעך"... מיטן אונגארישן רי"ש...

האט הגרי"י ערציילט אז צומאל ביי געוויסע פעלער פלעגט זיך דער הייליגער ד"ח אויסדריקן מיט די הברה, זייט ער האט זיך בכוונה אויסגעלערנט נאך צוזינגען דעם הייליגן קאלעווערס ניגון.

(נאך אביסל יארצייט פון הייליגן קאלעווער)

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » מיטוואך פאברואר 22, 2017 1:54 pm

לֶעגֶעין לֶעגֶעין, סֶעגֶעין יָא-הַאז לֶעגֶעין,
נֶעסֶע נֶעקֶעד, עֶז-אָה פֶּעינְזֶעשׁ עֶרְסֶעין,
מֶעגְוֶועסֶעם-אָה, סֶעגֶעין-שֶׁעיגֶעד טְה-לֶעד,
רַא-אָה דַאשׁ-אָם, אָה-טֶע סֶערֶע- טְה-דֶעט.

הָא-עֶז-אָה פֶּעינְז, וָואל-נָא אָה-פָאגְלַאלָא,
עֶזֶער-אָנְיִט, מֶעג-אָה בָּאר-אָה וַואל-אָה,
הָא-וִוי לַא-גָאט, אָהד-נַאד רַא-אָה דַאשׁ-נָאהק,
אָה-תּוֹרָה הַקְדוֹשָׁה, טָאד שֶׁעם-אָהד-נַאם מַאשׁ-נָאק.

מֶערְט עֶז-אָה פֶּעינְז, עֶטְצֶער טְשָׁאק עֶל-פֹאויד-נָא,
שֶׁעם-וָואלַא-שָׁאם, שֶׁעם-פֶּעינְזֶעם שֶׁעם וָואלְנָא,
אָהק-אָהר לֶענֶעיק, אִיגָאזַאן-טְשָׁאק עֶד-סֶעגֶעין,
לֶעגֶעין לֶעגֶעין, סֶעגֶעין יָא-הַאז לֶעגֶעין.

שְׁזִידָא שְׁזִידָא, טֶע-עֶה סֶעגֶעין שְׁזִידָא,
מִיקָאר-לֶעס נֶעקֶעד, אִיגָאזָאן טְשָׁאק יָא-הָאה,
מָעדִיג פָאגְנָאק, טֶעיגֶעד אְהטְנִי וֶוערְנִי,
מֶעדִיג-פָאגְס אָה, וִוילַאג עֶין בָּאק-יָא לֶענִי.

דֶע-אָה שְׁזִידָא, עֶר-עֶה אָסְט פֶעה-לֶעלִי,
אָה-קָאר מֶעדִיג, פָאגְנָאק עֶינְגֶעם וֶוערְנִי,
וָואל-אַה שָׁאם-אָהט, שָׁא-הָא עֶלְנֶעם הֹאויד-נָאם,
טֶערֶעם טְעמֶעט, שָׁא-הָא מֶעג-נֶעם טְשַׁאלָאם.

הָא-טֶע עֶינְגֶעם, נֶעם-פָאגְס מֶעג-טָא גָאדְנִי,
עֶלְיְא-וְואק עֶירְטֶעד, עֶשׁ-קִי פָאגְלַאק-וַואלְטָאנִי,
אָק-אָהר לֶעס, טְשָׁאק, אִיגָאזַאן טְשָׁאק-יָא-הָא,
אָז יַעַלוּ לְצִיוֹן בְּרִנָה.

מאמע לשון:
היימלאזער פאסטוך, דו ארימער היימלאזער אויף דער וועלט.
נַא דיר דָא, די פולע בערזל מיט געלט,
און איך קויף פון דיר אָפ, דיין גאנצע אָרעמקייט, גראָד,
אבער דיין ליבע תורה, גיב מיר אַוועק אַנשטאט.

ענטפערט דער ארימאן, אויב די געלט וואלט געווען נאר אן איינגאבע.
און טויזענט מאל אזויפיל, וואלט נאר געווען א צוגאבע.
און אפילו די גאנצע וועלט, וואלסטו מיר נאך צוגעגעבן.
וואלט איך די תורה הקדושה פאר אן אנדערן נישט אוועקגעגעבן.

ווייל די געלט וועט נאך אויסגעניצט ווערן אמאל.
און דעמאלטס וועל איך פארבלייבן אָן געלט, און אן די אמונה באלקי ישראל,
אוי, ערשט דאַן וועל איך דער ריכטיגער ארימער זיין,
א היימלאזער פאסטוך, א היימלאזער ארעמאן.

אידעלע אידעלע ארימער היימלאזע איד,
ווען וועט קומען די צייט אז ס'וועט דיר שוין אויך זיין גוט,
ווילאנג נאך, וועט מען דיך נאך שמייסן און שלאגן,
ווילאנג וועלן די גוים דיך פייניגן און פלאגן.

דער אידיש קינד טוט מיט שטאלץ ערקלערן,
ס'איז נישט קיין חילוק, וויפיל קלעפ מ'וועט מיר באשערן,
פונעם דרך התורה, וועל איך קיינמאל נישט אפטרעטן,
מיין אמונה אין באשעפער, וועל איך נישט פארמייטן.

זאגט דער בורא אויב דו וועסט מיך נישט פארלאזן,
וועל איך דיר אקעגן קומען, פונעם גלות שוין אויסלייזן,
אוי, ערשט דעמאלטס וועט גוט זיין, מיר וועלן נהנה זיין מזיו השכינה,
אז יעלו לציון ברנה.

אונגארין
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 2:29 pm

יישר כח

תגובהדורך אונגארין » מיטוואך מארטש 08, 2017 9:20 am

איך זיך די ווערטער שוין יאהרן איך האב עס אויף סי די געזונגן פורים דורך פערענץ אין יעצט וועל איך האבען די ווערטער יישר כח פאר אייך

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21730
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מארטש 08, 2017 9:27 am

שאץ מאץ האט געשריבן:אין די טאהש'ע ספר לימי הפורים, (איך דענק נישט דעם נאמען) ברענגט ער א ניגון אויף אונגאריש וועלכע דער אלטע טאהש'ע רבי פלעגט זינגען בימי הפורים,
ס'איז אויף די ווערטער "ס'וועט נישט אייביג פינסטער זיין עס וועט נאך אמאל לעכטיג זיין" לא יהי לעולם אפילה וכו', מיין פאטער זז"ג פלעגט דאס זינגען פורים איך בין נייגעריג צו דער מקור איז פון קאלוב צו נישט?

נעם לעס מינדעי עי סאקאה
מויד מעגוויראט וואלאהא.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך מארטש 08, 2017 9:35 am

אונגארין האט געשריבן:איך זיך די ווערטער שוין יאהרן איך האב עס אויף סי די געזונגן פורים דורך פערענץ אין יעצט וועל איך האבען די ווערטער יישר כח פאר אייך

איך דערמאן זיך איצט אז איך האב געהערט דעם לֶעגֶעין לֶעגֶעין ניגון אלץ קינד (דאכצעך פון ר' חיים העללער). איצט אז מיר האבן די ווערטער, ברענג ביטע דעם ניגון.
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

popo
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

תגובהדורך popo » מאנטאג יולי 17, 2017 12:13 pm

מבקש האט געשריבן:די ניגון "אל גינת" וואס מען זינגט אין צאנז, דוכט זיך אז אין הגדה דברי חיים שטייט אז דאס שטאמט פון הרה"ק רבי אהרן מקארלין זי"ע


ס'דא צוויי ניגונים וואס די צאנזער רב פלעגט זינגען בשם די רוז'ינער, אל גינת אגוז, און "מלאכים שרפים וכו' לית אתר פנוי מיני' וכו' ווואס מ'זינגט אין באבוב אויף "אזמר בשבחין" און זיי ביידע קומען פון הרה"ק רבי אהרן הגדול מקארלין זי"ע.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21730
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 17, 2017 12:34 pm

popo האט געשריבן:
מבקש האט געשריבן:די ניגון "אל גינת" וואס מען זינגט אין צאנז, דוכט זיך אז אין הגדה דברי חיים שטייט אז דאס שטאמט פון הרה"ק רבי אהרן מקארלין זי"ע


ס'דא צוויי ניגונים וואס די צאנזער רב פלעגט זינגען בשם די רוז'ינער, אל גינת אגוז, און "מלאכים שרפים וכו' לית אתר פנוי מיני' וכו' ווואס מ'זינגט אין באבוב אויף "אזמר בשבחין" און זיי ביידע קומען פון הרה"ק רבי אהרן הגדול מקארלין זי"ע.

א מקור ביטע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

תגובהדורך חיי אריכי » מאנטאג יולי 17, 2017 1:14 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
דוד פיישוט האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן:איך האב אמאל געליינט אין א געוויסע בלעטל אז דער הייליגער דברי חיים זי״ע האט זיך ספעציעל אויסגעלערנט צו זאגן א רייש מיט אן אונגאריעשן עקצענט (דאס מיינט אזוי ווי די מערערע באפעלקערונג פונעם היימישן עולם אין אמעריקע( איך מיין די טשאלנט טאפ וויליאמסבורג קרית יואל) זאגט א רייש אנדערשט ווי עס ווערט געזאגט ביי די באבאוו׳ער חסידים וואס דאס איז א פוילישע׳ער רייש) כדי צו קענען זינגען דעם סאלא קאקאש ניגון מיטן זעלבן נוסח ווי דער קאלעווער האט עס געזינגען. ווייסט איינער א מקור אויף דעם ? ( אגב דאס איז מיין הערשטע באשרייבונג אויף דעם קאלום. אין אזוי בכלל)

כאב עס שוין אפאר מאל געהערט פונ רבין זאל זיין געזונט ביי די סעודה שבת ביינאכט

ווער איז דער רבי זאל זיין געזונט?

איך האב עס געהערט פון הרה"ג ר' יעקב יוסף האלבערשטאם שליט"א [בית חיים יהושע],
גאר אריין געקומען פון אן מעשה ווי דער "צאנזער זיידע" - כלשונו - האט זיך (כאפנדיג ביי א 'מעשה'...) אנגערופן צום גארליצער רב: "בורררעך"... מיטן אונגארישן רי"ש...

האט הגרי"י ערציילט אז צומאל ביי געוויסע פעלער פלעגט זיך דער הייליגער ד"ח אויסדריקן מיט די הברה, זייט ער האט זיך בכוונה אויסגעלערנט נאך צוזינגען דעם הייליגן קאלעווערס ניגון.

(נאך אביסל יארצייט פון הייליגן קאלעווער)


אינטערסאנט אז דאס איז דער סיבה פונעם רי״ש, שמעתי אז דער שינווא׳ער רב האר אויך געהאט אזא רי״ש,
איך האב אויך געהערט פונעם באבוב׳ער רב ז״ל (ר׳ שלמה) א געוויסע מעשה וואס דער שינווא׳ער רב האט געשריגן אויפן ברודער ״בורררעך״

(נישט כדי צו שרייבן די מעשה ברבים)

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » מאנטאג יולי 17, 2017 1:46 pm

עוד סיפר האדמו"ר מהר"ש אז ווען שינווער רב איז אמאל דורכגעפארן באבוב מיט די באן האט די באבובער רב ארויסגעפארן צום שטעטל בפאר באבוב און ארויף אויפן באן מקבל פנים צו זיין די גרויסע פעטער למעשה האט שינווער רב געדרימלט און ווען מען איז אנגעקומען קיין באבוב האט ער זיך אויפגעכאפט און מען האט זיך שלום געגעבן און געזעגנט אויף די איינמאל האט זיך שינווער רב אנגעריפן (דא האט ער נאכגעמאכט די ר') בראיה בעלמא קני, עד כאן הסיפור בקיצור
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

תגובהדורך חיי אריכי » מאנטאג יולי 17, 2017 1:49 pm

חוקר האט געשריבן:עוד סיפר האדמו"ר מהר"ש אז ווען שינווער רב איז אמאל דורכגעפארן באבוב מיט די באן האט די באבובער רב ארויסגעפארן צום שטעטל בפאר באבוב און ארויף אויפן באן מקבל פנים צו זיין די גרויסע פעטער למעשה האט שינווער רב געדרימלט און ווען מען איז אנגעקומען קיין באבוב האט ער זיך אויפגעכאפט און מען האט זיך שלום געגעבן און געזעגנט אויף די איינמאל האט זיך שינווער רב אנגעריפן (דא האט ער נאכגעמאכט די ר') בראיה בעלמא קני, עד כאן הסיפור בקיצור


מיר קענען די מעשה, אבער הצד השוה שבהן אז דער שינווא׳ער האט אויך געהאט אזא רי״ש.

popo
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

תגובהדורך popo » דינסטאג יולי 18, 2017 8:11 am

farshlufen האט געשריבן:
popo האט געשריבן:
מבקש האט געשריבן:די ניגון "אל גינת" וואס מען זינגט אין צאנז, דוכט זיך אז אין הגדה דברי חיים שטייט אז דאס שטאמט פון הרה"ק רבי אהרן מקארלין זי"ע


ס'דא צוויי ניגונים וואס די צאנזער רב פלעגט זינגען בשם די רוז'ינער, אל גינת אגוז, און "מלאכים שרפים וכו' לית אתר פנוי מיני' וכו' ווואס מ'זינגט אין באבוב אויף "אזמר בשבחין" און זיי ביידע קומען פון הרה"ק רבי אהרן הגדול מקארלין זי"ע.

א מקור ביטע.


viewtopic.php?f=18&t=11432&p=353928&hilit=%D7%9E+%D7%92%D7%A9%D7%95%D7%A8%D7%99#p353928

shomierpeevilshonoi
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:30 pm

תגובהדורך shomierpeevilshonoi » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 1:04 am

ניגון צמאה מרבי ר' אייזיק מזידיטשוב
האט איינער ?

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 1:25 am

shomierpeevilshonoi האט געשריבן:ניגון צמאה מרבי ר' אייזיק מזידיטשוב
האט איינער ?

מה ענין זידיטשוב אצל קאלוב ?

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6385
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג אפריל 29, 2019 5:10 pm

שאינו יודע האט געשריבן:האט איינער די טעקסט אונגאריש און אידיש פון סאל א קאקאש?

sola kokosh.jpg
sola kokosh.jpg (135.67 KiB) געזעהן 650 מאל


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט