בלאט 2 פון 6

ניגוני ר אייזיק׳ל קאלעווער

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2012 1:20 pm
דורך כל טוב
איך האב אמאל געליינט אין א געוויסע בלעטל אז דער הייליגער דברי חיים זי״ע האט זיך ספעציעל אויסגעלערנט צו זאגן א רייש מיט אן אונגאריעשן עקצענט (דאס מיינט אזוי ווי די מערערע באפעלקערונג פונעם היימישן עולם אין אמעריקע( איך מיין די טשאלנט טאפ וויליאמסבורג קרית יואל) זאגט א רייש אנדערשט ווי עס ווערט געזאגט ביי די באבאוו׳ער חסידים וואס דאס איז א פוילישע׳ער רייש) כדי צו קענען זינגען דעם סאלא קאקאש ניגון מיטן זעלבן נוסח ווי דער קאלעווער האט עס געזינגען. ווייסט איינער א מקור אויף דעם ? ( אגב דאס איז מיין הערשטע באשרייבונג אויף דעם קאלום. אין אזוי בכלל)

ניגונים פון הרה"ק רבי אייזיקל קאליבער זי"ע

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 6:42 pm
דורך חסידישער איד
איך זיך ניגונים פון הרה"ק ר' אייזיקל מקאליב זי"ע, איך ברענג דא א רשימה וואס ליגט מיר יעצט און זכרון. סאלא קאקאש, גלות גלות, אתה בן אדם, ניגון על שלום עליכם.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 10:52 am
דורך דוד פיישוט
כל טוב האט געשריבן:איך האב אמאל געליינט אין א געוויסע בלעטל אז דער הייליגער דברי חיים זי״ע האט זיך ספעציעל אויסגעלערנט צו זאגן א רייש מיט אן אונגאריעשן עקצענט (דאס מיינט אזוי ווי די מערערע באפעלקערונג פונעם היימישן עולם אין אמעריקע( איך מיין די טשאלנט טאפ וויליאמסבורג קרית יואל) זאגט א רייש אנדערשט ווי עס ווערט געזאגט ביי די באבאוו׳ער חסידים וואס דאס איז א פוילישע׳ער רייש) כדי צו קענען זינגען דעם סאלא קאקאש ניגון מיטן זעלבן נוסח ווי דער קאלעווער האט עס געזינגען. ווייסט איינער א מקור אויף דעם ? ( אגב דאס איז מיין הערשטע באשרייבונג אויף דעם קאלום. אין אזוי בכלל)

כאב עס שוין אפאר מאל געהערט פונ רבין זאל זיין געזונט ביי די סעודה שבת ביינאכט

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 11:16 am
דורך לכאורה
דוד פיישוט האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן:איך האב אמאל געליינט אין א געוויסע בלעטל אז דער הייליגער דברי חיים זי״ע האט זיך ספעציעל אויסגעלערנט צו זאגן א רייש מיט אן אונגאריעשן עקצענט (דאס מיינט אזוי ווי די מערערע באפעלקערונג פונעם היימישן עולם אין אמעריקע( איך מיין די טשאלנט טאפ וויליאמסבורג קרית יואל) זאגט א רייש אנדערשט ווי עס ווערט געזאגט ביי די באבאוו׳ער חסידים וואס דאס איז א פוילישע׳ער רייש) כדי צו קענען זינגען דעם סאלא קאקאש ניגון מיטן זעלבן נוסח ווי דער קאלעווער האט עס געזינגען. ווייסט איינער א מקור אויף דעם ? ( אגב דאס איז מיין הערשטע באשרייבונג אויף דעם קאלום. אין אזוי בכלל)

כאב עס שוין אפאר מאל געהערט פונ רבין זאל זיין געזונט ביי די סעודה שבת ביינאכט

ווער איז דער רבי זאל זיין געזונט?

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2013 7:31 pm
דורך דוד פיישוט
סאטמאר רבי וואס וואוינט אין ק"י ועכשיו בניו העמפשיער

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2013 7:43 pm
דורך הערליך
נישט אלע דא באלאנגען צום זעלבן חסידות, עס איז כדי צו שרייבן קלאר וועמען מען מיינט

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 9:30 am
דורך שאינו יודע
האט איינער די טעקסט אונגאריש און אידיש פון סאל א קאקאש?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 10:49 am
דורך יוראפ
דא מיינסטו אדער מיט מאמע לשון בוכשטאבן?

א
סוֹל אָהּ קָה-קָהּש מַר,
מוֹיד מֶגְורָד מַר,
זְלְד עֶר-דְבֶן
שִיק מֶ-זְבֶן
שֶיְטַל עֶדְיְ מָהּדר
ב
דֶה מִטְשָדָהּ מָהּדַר?
דֶה מִטְשָדָהּ מָהּדַר?
שַרְגָהּ לַבָהּ דְ'ינְדְ'י אָהּ סַיָהּ,
אֶינְגֶם אָדָה וַר,
ג
וַרְיְ מָהּדַר וַרְיְ,
וַרְיְ מָהּדַר וַרְיְ,
הָהּ אָהּז אִש-טֶן נֶקֶד רֶנְדֶל,
אָהּ טִאֶט לֶסֶג מַר,
ד
דֶהַ מִקָהּר לֶס אָהּז מַר?
דֶהַ מִקָהּר לֶס אָהּז מַר?
יִבָּנֶה הַמִקְדָש עִיר צִיּוֹן תְּמַלֵּא
אָהּקָהּר לֶס אָהּז מַר.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 10:52 am
דורך שאינו יודע
מאמע לשון

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 6:15 pm
דורך לכתחילה אריבער
קרייען טוט שוין דער האן
דער טאג טאג´ט אן,
א´ן א גרינעם וועלדל,
א פייגעלע שפאצירט ארום.
וואס פארא פוגיל איז דאס
וואס פארא פוגיל איז דאס
געלא פיסל פערל פיסקל
קיין ירושלים וויל זי גיין.

ווארט פייגעלע ווארט
ווארט פייגעלע ווארט
אז ג´ט ועט דיר באשערן
וועסט קיין ירושלים אום קערן

אבער ווען וועט דאס זיין
אבער ווען וועט דאס זיין
יבנה המקדש עיר ציון תמלא
דעמאלס וועט דאס זיין.

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 9:16 am
דורך שאינו יודע
יישר כחכם

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 2:06 pm
דורך לכתחילה אריבער
דאס האבעך געטראפען. אין זיכרון איז עס עטוואס אנדערשט. למעשה איז עס סיי ווי נישט "ווארט ביי ווארט", סא קען דרייען אביסעל ארויף און אראפ.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 7:39 am
דורך verveist
דער ניגן װאס מען זינגט אין באבוב שבת בייטאג בשעת׳ן מאכען די ציבל מיט אייער אין און סאטמער אויף די שירה אין אויף חסל סידור פּסח איז א ניגון פינעם הייליגען קאליבער ז״ל זי״ע

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 8:18 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד,

אינטערעסאנט, אויף קול דודי דופק זאגט איינער ביים יארצייט פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע אז דער ניגון איז פון רבי ר' הערש זי"ע.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 8:34 am
דורך ידיד
ליגט מיר אויך אין קאפ אז ס'איז מקובל פון רבי ר' הערש זי"ע.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 9:42 am
דורך שאינו יודע
אינטערעסאנט.

איך הא בגעוויסט נאר פון בבואי מאדום, אהבה רבה, און טל.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 10:28 pm
דורך להגדיל שמו
קהלת האט געשריבן:
אגב, דעם ניגון וואס מען זינגט אין באבוב נאכ'ן סדר בליל פסח, מיט די ווערטער די מאמע האט געהייסען - אל גנז אגוז ירדתי איז נישט פין הרה"ק ר' אייזיק קאלובער ?

אין באבוב זינגט מען די לשון קודש ווערטער אויך?

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 7:59 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד,

"די מאמע האט געהייסן" איז לכאורה פון צאנז-באבוב, וויפיל איך ווייס (נישט גענוג...)

יא, עס קומט מיט די לשה"ק ווערטער אויך.

אויף "כולנו מסובין" (לחיים טיש פסח) זינגט מען עס הערליך מיט'ן ילד הפלא

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 8:56 pm
דורך ידיד
פון די מעלות.
קרעדיט מאן יימער

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 9:06 pm
דורך להגדיל שמו
יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד,

יא, עס קומט מיט די לשה"ק ווערטער אויך.

אויף "כולנו מסובין" (לחיים טיש פסח) זינגט מען עס הערליך מיט'ן ילד הפלא

כבודו במקומו מונח, איך מיין אז די לשון קודש איז אליין ציגעלייגט, מיין זיידע זז"ג (א אייניקל פין דברי חיים) זינגט שוין די ניגון יארן לאנג, די ערשטע מאל איך האב דאס געהערט אין לשון קודש איז געווען אויף די טעיפ .

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 7:55 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד,

ברוכים הבאים הרב להגדיל! זאל זיין להגדיל תורה ולהאדירה.

וואס דו זאגסט איז אביסל אינטערעסאנט, ווייל מען רעדט נישט דא פון "איבערטייטשן" אריגינעלע "אידישע" אדער אויף אונגאריש ניגונים אויף נייע לשה"ק ווערטער, למשל "שירנאק רינאק" אויף "הומים צועקים"

מען רעדט פון זאגן די הייליגע ווערטער פון שיר השירים אשר לשלמה, מיט'ן זעלבן באדייט ווי די אידישע ווערטער פונעם ניגון.

אבער סיי ווי, עס איז גארנישט קיין מעלער. קען זיין ביסט גערעכט!

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 8:19 pm
דורך להגדיל שמו
לויט ווי מיין זיידע זאגט נאך בשם צאנז גייט דאס ארויף אויף אראפ נעמען די מדריגות, וואס לויט דעם האט דאס גארנישט מיט די לשון קודש ווערטער.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 6:16 am
דורך verveist
און באבוב װען מען זאגט שיר השירים נאכן צווייטען סדר זינגט מען דעם ניגן אויף דעם פסוק (אין אויף נאך עטליכע פסוקים דורך שיר השירים) אבער נישט אינאיינעם מיט די אידישע װערטער (װי אויף די טעיפ) און װען מען זינגט די אידישע איז דאס א ליד פאר זיך אן די לשון קודש װערטער.
(לכאורה איז דאס ״ניסלעך״ אין דעם ליד א פארריפונג אויף דעם פסוק אבער דער המשך איז נישט גלאט אויסגעטייטשט דעם פסוק)

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 7:53 am
דורך להגדיל שמו
איך האב הנאה צי הערן אז אין באבוב זינגט מען עס אויך נישט ציזאמען, זעי איך אז עס איז טאקע אן עקסטערע ניגון

געשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:42 pm
דורך יוראפ
שאינו יודע האט געשריבן:מאמע לשון