שיינע וועלטליכע ניגונים, געזונגען בחצר סאטמער בעת שמחה

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

שיינע וועלטליכע ניגונים, געזונגען בחצר סאטמער בעת שמחה

תגובהדורך מחותן » זונטאג ינואר 23, 2011 12:57 pm

ביטע האלט די אשכול ריין און צום ענין,

ביי די חתונה פאריגע וואך און הופער, און אזוי אויך ביי די חתונה און קר"י פון הג"ר שז"מייזליש צוויי חדשים פריער
האט מען געזינעגען עטליכע ניגונים וואס און סאטמער האב איך עס נאך קיינמאל נישט געהערט, אבער עס קוקט אויס אלטע ניגונים, עס איז זייער שיין
דא האט איר א לינק צו איין ניגון וואס מען האט געזינגען פאריגע וואך ביי די חתונה און הופער, עס איז די ערשטע ניגון אויפן קליפ

http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topi ... age=1#R_13

ביי די חתונה און קר"י האט מען געזינגען נאך עפעס א נייע-אלטע ניגון, איך טרעף נישט קיין לינק דערצו

פון ווי קומט די ניגון?
איז עס דא אויף עפעס א טעיפ וואס מען קען קויפן??

אז איר וויייסט א תירוץ ביטע שרייבט
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום זונטאג ינואר 23, 2011 1:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 23, 2011 1:01 pm

דער ספעציפישער ניגון איז א ברעסלאווער, אויף די ווערטער "אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו", עס קוקט אויס ווי עטליכע טאלאנטפולע זינגער האבן זיך צוגעשארט צו אן אלטן אוצר הניגונים און אנגעהויבן 'ריסייקלן' פיינע ניגונים פונעם אלטן היים, ותשואת חן חן להם.

איך האב דאס געהערט אויף די חתונה אין קרית יואל, און מען האט מיר געזאגט אז א פרישע גרופע זינגער (פון ר' שמעון זאב'ס ביהמ"ד) האבן אנגעפירט די נגינה. איז מיר אינטערסאנט אז דאסמאל האבן זיי אויך אנגעפירט די ניגונים.

אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

תגובהדורך דזשעב 012 » זונטאג ינואר 23, 2011 1:41 pm

זעט אויס אז די עולם איז געווען צופרידן פון זיי, האט מען זיי פארבעטן צו זינגען נאכאמאל.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג ינואר 23, 2011 2:14 pm

די זינגער'ס זענען די "סאטמאר קאפעליע" וועלעכע זינגען ביי אלע שמחות און טישן בחצרות סאטמאר (מהר"א) אנגעפירט דורך ר' עמרם אקער פון קר"י.

ר' עמרם האט א מנהג פאר יעדע שמחה אפירצוזיכן עטליכע אלטע לעבעדיגע ניגונים און שיקט דאס ארום פאר די גרופע זינגער'ס עטליכע וואכן בעפאר זיך דאס אויסצולערנען. ער האט שוין אריינגעברענגט אסאך שיינע אלטע לעבעדיגע ניגונים אזוי. ביי די חתונה פארגאנגענע וואך אין וויליאמסבורג האט מען געזונגען א נייער/אלטער ניגון אויף די ווערטער "אני מאמין" זייער א לעבעדיגער ניגון.

איך וועל עס ארויפלייגן שעפעטער.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג ינואר 23, 2011 2:25 pm

צייטליך, יישר כח

אז דו ברענגסט שוין יא,

אפשר ברענגסטע אויך די ניגון וואס מען הערט אויף די קליפ וואס איך האב געברענגט??,
אויף די קליפ איז עס נישט קלאר, עס איז זייער א שיינע ניגון וואס איך וויל האבן אויף מיין קאמפויטער צו הערן בשעת איך בין טרוד על המחיה ועל הכלכלה


איך האב אויך געהערט שמיעסן ביי די חתונה פון הגרש"ז פון עפעס א אלטע לעבידגע ניגון וואס מען הערט אויף א וויזניץ שמחת בית השיאבה טעיפ
און ר' עמרם האט געהאפקעט דערויף ביי די חתונה, קענסט עס אפשר אפיר זיכען אויב עס נישט שווער???

יישר כח

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג ינואר 23, 2011 2:32 pm

יאך האב אלצדינג אויף סידי. מ'וועלמער מאכן צייט דערפאר.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 23, 2011 3:34 pm

צייטליך האט געשריבן:די זינגער'ס זענען די "סאטמאר קאפעליע" וועלעכע זינגען ביי אלע שמחות און טישן בחצרות סאטמאר (מהר"א) אנגעפירט דורך ר' עמרם אקער פון קר"י.

ר' עמרם האט א מנהג פאר יעדע שמחה אפירצוזיכן עטליכע אלטע לעבעדיגע ניגונים און שיקט דאס ארום פאר די גרופע זינגער'ס עטליכע וואכן בעפאר זיך דאס אויסצולערנען. ער האט שוין אריינגעברענגט אסאך שיינע אלטע לעבעדיגע ניגונים אזוי. ביי די חתונה פארגאנגענע וואך אין וויליאמסבורג האט מען געזונגען א נייער/אלטער ניגון אויף די ווערטער "אני מאמין" זייער א לעבעדיגער ניגון.

איך וועל עס ארויפלייגן שעפעטער.

ר' צייטליך;

איז מיין אינפארמאציע אומריכטיג? איך האב מיך ביי יענע חתונה נאכגעפרעגט אויף די קאפעליע, האט מען מיר געזאגט אז דאס איז נישט די געווענליכע קאפעליע וואס זינגט אויף אלע סאטמארע חתונות (מהר"א) נאר א ספעציעלע צוזאמשטעל פון זינגער וואס דאווענען ביים מחותן (רשז"מ).

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 23, 2011 3:41 pm

מחותן האט געשריבן:צייטליך, יישר כח

אז דו ברענגסט שוין יא,

אפשר ברענגסטע אויך די ניגון וואס מען הערט אויף די קליפ וואס איך האב געברענגט??,
אויף די קליפ איז עס נישט קלאר, עס איז זייער א שיינע ניגון וואס איך וויל האבן אויף מיין קאמפויטער צו הערן בשעת איך בין טרוד על המחיה ועל הכלכלה


איך האב אויך געהערט שמיעסן ביי די חתונה פון הגרש"ז פון עפעס א אלטע לעבידגע ניגון וואס מען הערט אויף א וויזניץ שמחת בית השיאבה טעיפ
און ר' עמרם האט געהאפקעט דערויף ביי די חתונה, קענסט עס אפשר אפיר זיכען אויב עס נישט שווער???

יישר כח

איך האב דא צוויי לינקס צו ברסלב'ער "אשרינו מה טוב חלקינו" ניגונים, אבער ביי מיר עפענען זיי זיך עפעס נישט אויף, אפשר ביי אייך יא

http://bresslev.info/music/asx/12/nigun1.asx

http://bresslev.info/music/asx/hito/nigun16.asx

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6239
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג ינואר 23, 2011 4:09 pm

קרעמער האט געשריבן:
צייטליך האט געשריבן:די זינגער'ס זענען די "סאטמאר קאפעליע" וועלעכע זינגען ביי אלע שמחות און טישן בחצרות סאטמאר (מהר"א) אנגעפירט דורך ר' עמרם אקער פון קר"י.

ר' עמרם האט א מנהג פאר יעדע שמחה אפירצוזיכן עטליכע אלטע לעבעדיגע ניגונים און שיקט דאס ארום פאר די גרופע זינגער'ס עטליכע וואכן בעפאר זיך דאס אויסצולערנען. ער האט שוין אריינגעברענגט אסאך שיינע אלטע לעבעדיגע ניגונים אזוי. ביי די חתונה פארגאנגענע וואך אין וויליאמסבורג האט מען געזונגען א נייער/אלטער ניגון אויף די ווערטער "אני מאמין" זייער א לעבעדיגער ניגון.

איך וועל עס ארויפלייגן שעפעטער.

ר' צייטליך;

איז מיין אינפארמאציע אומריכטיג? איך האב מיך ביי יענע חתונה נאכגעפרעגט אויף די קאפעליע, האט מען מיר געזאגט אז דאס איז נישט די געווענליכע קאפעליע וואס זינגט אויף אלע סאטמארע חתונות (מהר"א) נאר א ספעציעלע צוזאמשטעל פון זינגער וואס דאווענען ביים מחותן (רשז"מ).


קרעמער דיין אינפארמאציע איז ריכטיג
אבער איך וייס נישא אז דאס מיינט אז עמרם אקער האט נישט אפירגעקראצט די ניגונים ביידע קאנען זיין אמת
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג ינואר 23, 2011 4:22 pm

קרעמער האט געשריבן:איך האב דא צוויי לינקס צו ברסלב'ער "אשרינו מה טוב חלקינו" ניגונים, אבער ביי מיר עפענען זיי זיך עפעס נישט אויף, אפשר ביי אייך יא

http://bresslev.info/music/asx/12/nigun1.asx

http://bresslev.info/music/asx/hito/nigun16.asx


יא עס האט זיך גע'עפענט, און איינס איז טאקע די ניגון
אבער עס איז מאדענע, ווייל דא איז עס נישט א שנעלע טאנצעדיגע ניגון, נאר מער א רואיגע קומזיץ פארברענג
משא"כ ביי די חתונה, האבן די ווענט מיט געטאנצט דערמיט!!!!

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג ינואר 23, 2011 4:24 pm

מי יודע האט געשריבן:קרעמער דיין אינפארמאציע איז ריכטיג
אבער איך וייס נישא אז דאס מיינט אז עמרם אקער האט נישט אפירגעקראצט די ניגונים ביידע קאנען זיין אמת


ניין זיין אינפערמאציע איז נישט ריכטיג, ווייל בעיני ראיתי ע. אקער זינגען
נאר וואס דען? רש"ז מענטשן האבן לכאורה געזאגט פאר ע. אקער וואס צו זינגען!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 23, 2011 4:41 pm

בא הכתוב הראשון והכריע ביניהם

ר' עמרם האט אנגעפירט די קאפעלע וואס איז באשטאנען פון אינגעלייט וואס דאווענען ביי רש"ז און זינגען נישט געווענליך ביי אנדערע שמחות

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » זונטאג ינואר 23, 2011 5:23 pm

ויבא הכתוב הרביעי ויכריע על ההכרעות:

ביי יענע חתונה איז געווען די קאפעליע פון ר' עמרם, נאר דער שפילער - וועלכער איז געווענליך אויך אינעם סעט - איז געווען א שינוי יענצמאל.

די אינגעלייט, טאלאנטפולע זינגער, מתפללים פון הגרש"ז, האבן אנגעפירט מיט די קאפעליע ביי די חופה.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » זונטאג ינואר 23, 2011 9:03 pm

וגם אני אענה את חלקי.
דער שפילער איז געווען א אינגערמאן מארקאוויטש, וואס האט געשפילט זייער שיין און פראפעסיאנאל.

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » זונטאג ינואר 23, 2011 9:45 pm

וועלכע מארקאוויטש? יואל? פון ארץ ישראל?
הנותן לשכוי בינה...

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » זונטאג ינואר 23, 2011 10:08 pm

דאכט זיך אז ער הייסט אברהם שמעון.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג ינואר 24, 2011 10:34 am

קרעמער. ווי אנדערע האבן שוין דא דערמאנט. דיין אינפארמאציע איז געווען אומריכטיג. עס איז געווען די געווענליכע קאפעליע.

נאדער די ניגון "אני מאמין" וואס מ'האט געזונגען ביים לעצטען חתונה אין ווילי.
צוגעלייגטע

Ani Mamin.wma [ 3.24 MiB | געזעהן 1894 מאל ]

איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 24, 2011 10:50 am

איך בין נישט מצליח צו הערן דעם אני מאמין, וואספארא סעטינג איז דער חסרון?

מעכיל
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2009 10:37 am

תגובהדורך מעכיל » מאנטאג ינואר 24, 2011 11:29 am

קרעמער האט געשריבן:איך בין נישט מצליח צו הערן דעם אני מאמין, וואספארא סעטינג איז דער חסרון?


עס ארבעט נישט מיט קראום מיט IE ארבעט עס יא

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » מאנטאג ינואר 24, 2011 11:37 am

ייש"כ צייטליך פאר'ן ארויפלייגן דעם ניגון

לויט ווי עס קוקט מיר אויס איז דאס א רעקארדירונג פון קהילת תולדות אהרן אום ל"ג בעומר ביי די הדלקה, איז דאס ריכטיג?
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג ינואר 24, 2011 11:41 am

פישל האט געשריבן:ייש"כ צייטליך פאר'ן ארויפלייגן דעם ניגון

לויט ווי עס קוקט מיר אויס איז דאס א רעקארדירונג פון קהילת תולדות אהרן אום ל"ג בעומר ביי די הדלקה, איז דאס ריכטיג?


גערעכט. דאס איז נישט די חתונה רעקארדירונג, דאס איז ל"ג בעומר אין תולדות אהרן. (דאס האט ר' עמרם געגעבן זיך בלויז אויסצולערנען)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 24, 2011 12:00 pm

מעכיל האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:איך בין נישט מצליח צו הערן דעם אני מאמין, וואספארא סעטינג איז דער חסרון?


עס ארבעט נישט מיט קראום מיט IE ארבעט עס יא

א דאנק אייך, יעצט הערט זיך עס פיין אויף עקספלאורער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 24, 2011 12:10 pm

מחותן האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:איך האב דא צוויי לינקס צו ברסלב'ער "אשרינו מה טוב חלקינו" ניגונים, אבער ביי מיר עפענען זיי זיך עפעס נישט אויף, אפשר ביי אייך יא

http://bresslev.info/music/asx/12/nigun1.asx

http://bresslev.info/music/asx/hito/nigun16.asx


יא עס האט זיך גע'עפענט, און איינס איז טאקע די ניגון
אבער עס איז מאדענע, ווייל דא איז עס נישט א שנעלע טאנצעדיגע ניגון, נאר מער א רואיגע קומזיץ פארברענג
משא"כ ביי די חתונה, האבן די ווענט מיט געטאנצט דערמיט!!!!

זייענדיג אויף IE האב איך אויסגעהערט ביידע לינקס, און ביידע זענען די זעלבע ניגון, הגם שטייטער געזינגן ווי ביי די חתונות

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מאנטאג ינואר 24, 2011 12:18 pm

זיי האבן געזינגען אויך א ניגון מקובל לבית ראפשיץ, (אויף דעם ניגון האט די קאפעליע אנגעהויבן די גראמען ביים "מצוה טאנץ"). מ'קען הערן די אלע ניגונים אויף קול סאטמאר-ניגונים אפטיילונג

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » מאנטאג ינואר 24, 2011 12:34 pm

איך האב געהערט דעם "אשרנו" אהן די ווערטער אויך די סידי "סוכות אין וויזשניץ" דערוילעם האפקעט אריין, און פארשטייט זיך אז מאיר אדלער געט אויך אסאך צו.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: טראכט א מינוט, שנעלקע און 20 געסט