יאסי גרין נייע אלבום - ניגוני ר' בעריש ווישאווער הי"ד

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

יאסי גרין נייע אלבום - ניגוני ר' בעריש ווישאווער הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

א גוט יאר חשובע ליינער אין היכל הנגינה. איך האב פאר אייך גוטע נייעס פון יוסי גרין. הערט און ליינט.

איך דארף ענק בכלל נישט פארשטעלן ווער יוסי גרין איז. איך גלייב אז איר אלע ווייסט ווער ער איז און וואס ער איז. דער וועלט בארימטער קאמפאוזער פון הונדערטער ניגונים אין די אידישע וועלט. אט האב איך אבער א אינטערסאנטער נייעס'ל פון אים וואס ס'וועט זיין אינטערסאנט פאר אלע אונזערע ליינער צוגלייך.

לאמיך אייך נישט אויפהאלטן. יוסי גרין האט זיך שוין אריבער א יאר צוריק אריינגעלייגט אין א פראדזשעקט ווי ער האט א תשוקה ארויסצוגעבן אלטע ניגונים פון ר' בעריש ווישאווער אויפן היינטיגען פארמאט. לויט זיין שטייגער.

ווי איך האב שוין געשריבן אין מיין אינטערוויו מיט יוסי א צייט צוריק, זאגט ער אייביג אז ער איז אויפגעוואקסן אינדערהיים מיט די ניגונים פון ר' בעריש'ן. (זיין ארגינעלער נאמען איז מוהר"ר דוב בעריש הלוי הוראוויץ ז"ל) ער האט נישט געהערט קיינעם פון די פרעמדע גאס אדער אנדערע קרייזן. ער איז אויפגעוואקסן בלויז מיט ר' בעריש'ן און אנדערע ניגונים פון עהרליכע יידן. די ניגונים האט ער געזונגען ביי זיין טאטען'ס שבת טיש און דאס זינגט ער נאך היינט. ער האט עפעס א גאר שטארקע תשוקה דערצו.

ער ארבעט שוין א שטיק צייט צוזאמצוקלויבן ניגונים פון אים. (אגב, עס איז שוין געווארן דערמאנט דא עטליכע מאל צווישן די שורות דערוועגן. אן אשכול וואס זיכט זיינע ניגונים איז שוין אויפגעמאכט געווארן דא אין היכל און אזוי אויך פארשידענע אנדערע ארבייט). און זייט וויסן, די ארבייט דערפון איז נישט קיין גרינגער. עס זענען פארהאן היינט אסאך ניגונים וועלעכע ווערן פאריפן אלץ ווישעווע ניגונים אבער זענען אין פאקט נישט זיינע ניגונים. אמאל איז עס אן אלטער סיגוט'ער ניגון. א ניגון פון ר' ליפא לויאש, אן אלטן וויזניץ'ער ניגון אא"וו. מענטשן מישן דאס צוזאם וויבאלד ר' בעריש האט געמאכט ניגונים פאר סיגוט, סאטמאר, וויזניץ און נאך פארשידענע חסידישע הויפן און מענטשן ווייסן נישט קיין אינטערשיד. און צומאל פארקערט איז דא ניגונים וועלעכע מען מיינט ארגינעל אז דאס קומט פון אנדערע פלעצער אבער אין פאקט איז דאס ר' בעריש'ס א ניגון.

אלזא, יוסי האט זיך אריינגעלייגט שטארק דעראין און קלויבט ניגונים נאר נאכ'ן מאכן קלאר אז דאס איז טאקע זיינס א ניגון, און דערנאך הערט ער אויס אלע ווערסיעס פונעם ניגון ביז ער קומט צו צי די ארגינעלער ווערסיע. בקיצור, ס'איז א גרויסער ארבייט.

למעשה איז יעצט אונטערגעקומען פאר יוסי א געלעגענהייט ארויסצוגעבן איין סינגל ניגון.

די מעשה איז אזוי: ווי ער דערציילט איז דא א אן אייניקעל פון ר' בעריש ווישעווער - וועלעכער איז געווען די שדכן ביי צוויי פון זיינע קינדער. יעצט מאכט א ברודער חתונה א טאכטער און יוסי האט אפגעמאכט צו שענקען איין ניגון אלץ דרשה געשאנק פון וועלעכע מיר אלע וועלן הנאה האבן.

דער חשוב'ער משגיח פון ישיבה תורה ודעת און רב פון בית המדרש אמונת ישראל, הרב ר' משה וואלפסאן שליט"א האט געזאגט וועגן דעם ענין אז "ר' בעריש ווישעווער זצוק"ל איז דאך באקאנט אין די וועלט מיט דעם וואס ער פלעגט מאכן ניגונים פאר אדמורים און אנשי מעשה איז אודאי אז זיינע ניגונים זענען א ירושה פאר זיינע אייניקלעך און זיי ארויס צוגעבן כדי יידן איבעראל זאלן קענען זינגען און נתעורר ווערן, איז א גרוסע זכות פאר זיין נשמה."

לכבוד די חתונה פון דעם הורוביץ אייניקעל גיט יוסי ארויס דעם ערשטן ניגון אלץ א סינגעל. דער נאמען פון די סינגעל אלבום איז "שבת מיט זיידי בעריש" און עס פארמאגט דער באקאנטער ניגון אויף די ווערטער "ברוך השם יום יום" וואס מיר אלע זינגען יעדן שבת מיטאג ביי די סעודה, עס איז געווארן היינט א וועלט'ס באקאנטער ניגון אויף ברוך השם יום יום.

די מוזיק איז אראנדזשירט געווארן דורך מענדי הערשקאוויטש פון פרייליך ארקעסטראו. יוסי איז מסביר אז פאר דעם ניגון קען ער נישט נעמען קיין משה לאופער, ישראל לאאם וכדו'. ער ברויך דערפאר א היימישער סאטמאר'ער אינגערמאן וואס קען די ניגונים פון אלץ קליין קינד און זינגט דיס אלץ זמירות אליין אין שטוב. מענדי וועלעכע וואוינט אין קרית יואל, א סאטמאר'ער אינגערמאן איז ספעציעל גוט דערצו.

די מוזיק באשטייט מער וווייניגער פון מענדי הערשקאוויטש, אקוסטיק פיאנאו און נחמן דרייער, אקוסטיק גיטאר, די ווישאווער פידלען און א זייער חשובער סולו פידל שפילער. יוסי זאגט אז עס פארמאגט די ווישאווער קווייער (איך ווייס נאכנישט וואס דאס מיינט, איך וועל ווארטן ביז עס קומט ארויס). די סאלאו אויף דעם ניגון איז דער באקאנטער חסידישער זינגער פון טורונטו, שלמה שמחה סופרין. און ווי ער זאגט איז ער געזיצן גאר אסאך צייט מיט מענדי אויף יעדן קאורד ארוס צוברענגען דעם זיסן טעם פון די הייליגע ניגונים, כדי ס'זאל ארויס קומען א דבר השלם.

וויבאלד עס זענען דא עטליכע ווערסיע'ס וויזאוי מענטשן זעצן די ווערטער אויף די ניגון, איז יוסי דערפאר געזיצן מיט עטליכע אידן און דאס דורכגעארבייט און לויט דעם ארויסגעקומען מיטן א פיינעל ווערסיע.

ווי דערמאנט איז דאס די ערשטע אין א סעריע פון ווישעווע ניגונים אויף וואס יוסי פלאנט ארויסצוקומען. ער פלאנט אי"ה ארויסצוקומען מיט אן אלבום און א בוך פון ר' בעריש ווישעווער. און וויפיל מיר ווייסן וועלן זיין אויף יעדען ניגון אנדערע סאלאו'ס, דייקא היימישע זינגער'ס און מיטן חסידיש'ן הברה.

מיר האפן אייך צו מעלדן ווען די זאך איז פארטיג און ברענגען די מתנה דא פארן עולם.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

די קאווער.
אטעטשמענטס
Cover.JPG
Cover.JPG (27.85 KiB) געזען 7259 מאל
ZB CD Image 5.JPG
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

זייער פיינע נייעס, און שיינע קאווער.

קענסט מיר פארשטיין געבן איין דבר, אויפן קאווער שטייט ביים קעפל Yossi Green Vistory
וואס באדייט דאס?
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ישר כוח ידידי צייטליך, ס'געוואלדיגע נייעס!

כ'זעה אז דער לע"נ איז פאר ר' בעריש'ס אייניקעל, כ'מיין אז ער איז אוועק אינג, און זיין זון איז דער בארימטער ראביי יאנקעל האראוויטץ פון מאנסי (נישט פון קאמיוניטי אוטריטש, זעה http://www.rabbihorowitz.com). ר' בעריש האט נעבעך פארלוירן אלעס אינעם ביטערן קריג, נאר איין קינד ר' יעקב משה וואס איז געקומען קיין סקרענטאן פא. פארן קריג האט איבערגעלעבט און פון אים איז געבליבן א שם ושאירת פון דעם חסיד מפורסם, חוץ זיינע פילע הייליגע ניגונים.

---

ס'איז אפשר נישט אינגאנצן אין פלאץ דא, אבער אז מ'רעדט שוין פון ר' בעריש ווישיווער, מיט א צייט צוריק זייענדיג אין סקרענטאן אויפ'ן ביה"ח האבעך גענומען בילדער פון זיין זון ר' יעקב משה'ס מציבה און נכדו ר' אהרן צבי בן ר' יעקב משה.

ר' יעקב משה איז געווען א שוחט און ער האט געדינט אלץ בעל תפילה אויף מוסף אין די הייליגע טעג, זייענדיג א שיינער בעל תפילה.

אינעם סקרענטאנער אשכול אין על הצדיקים רעדט מען שוין ארום פון אים.

יהא זכרו ברוך.
אטעטשמענטס
מציבת ר' יעקב משה האראוויטץ
מציבת ר' יעקב משה האראוויטץ
מציבת ר' אהרן הערש האראוויטץ
מציבת ר' אהרן הערש האראוויטץ
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

א גרויסן יישר כח שמעלקא פאר די אינהאלטרייכע אינפארמאציע. אדרבא אויב ווייסט איר מער קענט איר עס דא שרייבן. זאל דער עולם אין היכל הנגינה וויסן מער איבער אים און הנאה האבן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

א יישר כח צייטליך פאר די פרייליכע נייעס.

יוסי האט א לעגענדארע רעקארד פון צופרידן שטעלן זיין אוידיענץ אויפן שענסטן אופן, איז די פראגע נאר צו די אלבום וועט זיין צו באקומען ערגעץ ווי אין די געשעפטן, אדער דאס וועט זיין א פנימי.

און אז איך שרייב שוין וואלט איך געפרעגט אויב ר' בעריש זעלבסט האט עס אויפגעלייגט אויף ברוך ד' יום יום, אדער דאס איז געווען א חמול שטייגער וואס מען האט שפעטער ארויפגעלייגט.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

bailout האט געשריבן:און אז איך שרייב שוין וואלט איך געפרעגט אויב ר' בעריש זעלבסט האט עס אויפגעלייגט אויף ברוך ד' יום יום, אדער דאס איז געווען א חמול שטייגער וואס מען האט שפעטער ארויפגעלייגט.


א שטיק צייט צוריק האב איך געהערט אז הרב אורי שווארץ פון קרית יואל האט דאס ארויפגעלייגט אויף די ווערטער עטליכע דרייסיג יאר צוריק אין סאטמאר'ער אינגל קעמפ. אבער ר' יענקל אונגאר האט מיר געזאגט אז דאס קען נישט זיין ווייל ער קען דאס שוין אזוי פון אלץ אינגל און ער איז אין סאטמאר אינגל קעמפ קיינמאל נישט געגאנגען.

די סידי וועט זיין צו באקומען אי"ה פארן פובליק.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ווארום האט געשריבן:זייער פיינע נייעס, און שיינע קאווער.

קענסט מיר פארשטיין געבן איין דבר, אויפן קאווער שטייט ביים קעפל Yossi Green Vistory
וואס באדייט דאס?

דאס ווארט האט גאר אן אינטערסאנטע באדייט:
A friendship between two or more people in which the friends are very similar in tastes and can talk for hours about anything, usually well into the night and early morning hours, foregoing literally all sleep to spend time with their vistorical friends.
אוועטאר
על המחיה
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2008 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על המחיה »

לינק אראפגענומען - דער בעה"ב גיט נישט קיין רשות דאס ארויסצוגעבן פריי אויף די גאס. ביטע שיקט דאס נישט ווייטער.

צייטליך
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

יוסי האט עס געשיקט צי שי קאהן(דורך מיר)יעצט איז די ניגון אוועיליבעל צי הערן דא http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=19821&cat_id=25

ווי אויך גייט יוסי גרין האבן א קומזיץ ביי רדיו קול חי יוסי גיל ציזאמען מיט יוסי איזנטל
קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2009 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש פאר קלאנקערס »

להוי ידוע! די ניגון איז ארויף געלייגט געווארן אויף בחדרי חרדים אן די רשות פון די בעה"ב. ווער עס קען זאל עס ביטע אראפ נעמען
איך זאג עשה!
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

די בעל הבית איז יוסי גרין ניין? ער האט געשיקט צי "ישראל חבר" 3 קאפיעס
קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2009 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש פאר קלאנקערס »

ער האט געשיקט 3 קאפיס מיט דיך אז דו זאלסט עס געבן פאר 3 DJ חברה אין ישראל, און נישט ארויף צו לייגן אויפ'ן נעט. אבער למעשה אז מ'קען עס נישט דאונלאודן - מאר הערן - איז עס נישט קיין פראבלעם.
איך זאג עשה!
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

קעש פאר קלאנקערס האט געשריבן:ער האט געשיקט 3 קאפיס מיט דיך אז דו זאלסט עס געבן פאר 3 DJ חברה אין ישראל, און נישט ארויף צו לייגן אויפ'ן נעט. אבער למעשה אז מ'קען עס נישט דאונלאודן - מאר הערן - איז עס נישט קיין פראבלעם.

ער האט געשיקט אלע 3 פאר די זעלבע מענטש אז ער זאל עס האבן אין דארפן מאכען קאפיעס פין דעם(געהערט פין יוסי גרין אליינס)שי פלאנט צי געבן איינס פאר יוסי גיל די אנדערע 2 בלייבט אין רדיו קול חי
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

elmonsey האט געשריבן:
קעש פאר קלאנקערס האט געשריבן:ער האט געשיקט 3 קאפיס מיט דיך אז דו זאלסט עס געבן פאר 3 DJ חברה אין ישראל, און נישט ארויף צו לייגן אויפ'ן נעט. אבער למעשה אז מ'קען עס נישט דאונלאודן - מאר הערן - איז עס נישט קיין פראבלעם.

ער האט געשיקט אלע 3 פאר די זעלבע מענטש אז ער זאל עס האבן אין דארפן מאכען קאפיעס פין דעם(געהערט פין יוסי גרין אליינס)שי פלאנט צי געבן איינס פאר יוסי גיל די אנדערע 2 בלייבט אין רדיו קול חי


אויפן ראדיו אז מ'הערט עס האט ער נישט קיין פראבלעם. ער וויל נישט אז מ'זאל עס דאונלאודן. פשוט הערן איז קיין פראבלעם. אדרבא.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
ישראל_חבר
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 17, 2010 7:14 am

הטלעכע מנוטין פאר יום הקדוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_חבר »

סי איז מיר שווער צו שרייבן אוף אידיש.

אלי מונסי האט מיר באוויזין וואס מיהאט דא געשריבן אין איך האב מיר געשפירט אז איך מיז פארהענטפערן.

איך האב גיעהרט וועגן דאס ניגון , און פאר א-פאר יאהר האב איך גיהערט פון יוסי גרין וועגן ר' בעריש און איך האב זיך געבהייטן ביי יוסי זאל מיר שיקין...

איך האב נישט געווסט אדער פארשטאנען פון יוסי אז מי וויל נישט מיזאל העס לאזן הערן איבראל.

אזוי ווי מיהאט שויין גיזאגט דא סי איז נאר אויף צו הערן און נישט חלילה מיזאל העס קענען ארופ נעמען.

איך האב גמיינט באמת נאר לטובה און איך בעהט זיך איבער אויב מיהאט גיהאט דער פון א-עגמת נפש.
אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמחפורקניה »

איך האב געהערט פון א מקור מוסמך, אז:

1. דער דיסק גייט האבען 8 ניגונים.

2. צווישען די ניגונים גייט אויך זיין דער "נענועים ניגון" פונעם רבי'ן דער דברי יואל זי"ע

3. אז בערך נאר א יאר גייט עס ארויס (איך האף אז ס'וועט האבן קפיצת הדרך)
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

קעש פאר קלאנקערס האט געשריבן: אבער למעשה אז מ'קען עס נישט דאונלאודן - נאר הערן - איז עס נישט קיין פראבלעם.

מ'קען היינט צוטאג אלעס דאונלאודן... ודי.
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

קען מען שוין קויפן די סידי?
אויב יא, ווי?
אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמי »

פונקט צום יאר, הא?
געכאפט ביים ווארט.

וואס טוט זיך טאקע דערמיט?
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

יוסי האלט יעצט אינמיטן ארבעטן אויף די צוויטע ניגון
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

ווען טראכט ער צו זיין אינדרויסן?
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

צים פינטעל האט געשריבן:ווען טראכט ער צו זיין אינדרויסן?

לויטן חשבון בערך 7-8 יאר ארום...
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2027
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

געכאפט א שמועס מיט מענדי הערשקאוויטש, זאגט ער אז אויב דער עולם וועט עס פארלאנגען קען מען רעדן פון ארויסגעבן נאך, ער ווארט צי הערן פונעם עולם.
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

זאג אים אז דער עולם ווארט בכליון ענים
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”