בלאט 5 פון 363

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 4:01 pm
דורך ווייסעך וואס
ישר כח ידידי (ווילסט זיין מיין פרענד?) וידיד כל בית ישראל.

ווייסט אפשר ווי מען קענן שאפן דעם ניגון אנליין?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 4:04 pm
דורך ווייסעך וואס
מאנ-יימער האט געשריבן:
ווייסעך וואס האט געשריבן:איך זוך דעם ניגון "מראה כהן" פון תפלת יוה"כ פון בעלז\ירמי' דמן.

ווייטס איינער אויף וועלכע אלבוים דאס איז, אדער ווי איך קען שאפן דעם ניגון?

ישר כח

ס'איז אויף די אלבום "אמת מה נהדר" די ניגון הייסט אויך אמת מה נהדר
צו באקומען אין אלע געשעפטן וואו אידישע מוזיק ווערט פארקויפט

ישר כח מאניימר, שוין ס'צווייטע מאל וואס דו קומסט מיר צוהילף מיט אינפארמאציע, פאריגס מאל האסטו געמאכט דעם גאנצע זשאב, מיטן שיקן דעם ניגון.

קען מען איצט אויך איינגיין דערויף?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 4:05 pm
דורך יוסף שרייבער
ווייסעך וואס האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:איך קען דיר עס זינגען.

קלערסט נישט אז דאס וועט צו ברענגען א חשש גילו?

איז דען מיין קול אזוי פעימעס?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 4:06 pm
דורך מאנ-יימער
אויב די דיינים דא וועלן פסק'נען אז ס'איז נישט גניבה ארויפצולייגן די איין טרעק

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 4:09 pm
דורך ווייסעך וואס
מאנ-יימער האט געשריבן:אויב די דיינים דא וועלן פסק'נען אז ס'איז נישט גניבה ארויפצולייגן די איין טרעק

איך בין גרייט צו צאלן דערפאר, גיב מיר נאר א סייט ווי איך קען עס דאון לאודן

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 9:11 pm
דורך ווייסעך וואס
איך וויל דא ברבים זיך באדאנקען פאר מאניימר פארן קומען מיר צו הילף אין מיין נויט.
ישר כח!!!

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 7:57 pm
דורך mevakesh
איך וואלט זייער עפרישיעיטעד אויב מען קען מיר דאס אויך שיקן. לעצטענס זיך איך דעי טעיף אנליין און נישט געטראפן. אויך זיך איך זייער די שקלים ניגון פון דעי טעיפ און וואלט געווען זייער דאנקבאר אויב איר קענט מיר דאס שיקן. א דאנק פון פאראויס. פון מיינע פעיווארט טעיפס אמאל סיי ניגינום און סיי מוזיק. שוין לאנג נישט געהערט.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 8:21 pm
דורך יוסף שרייבער
שקלים ניגון מיינט איר די ניגון אויף אור פניך עלינו אדון נשא?

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 10:17 pm
דורך mevakesh
יא, אור פניך

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 8:41 am
דורך מאנ-יימער
מאנ-יימער האט געשריבן:אויב די דיינים דא וועלן פסק'נען אז ס'איז נישט גניבה ארויפצולייגן

סאכדעס וואו ביזטו וואן מ'דארף דיך? (ווען דארף מען דיך נישט?)

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 4:58 pm
דורך יארצייטן
אויף די ׳קינדערגארטן׳ טעיפ חלק א׳ איז דא א ניגון אויף תפלה, צוטיילט אויף צוויי. די ערשטע העלפט הייבט זיך אן ׳מיר גייען דאווענען אצינד׳

דערנאך, פארט עס אריין אין אנאנדער ניגון, איך וויל זייער שטארק וויסן די מקור פונעם צווייטן האלב

ביטע צוווייזן

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 4:11 pm
דורך גוגל
ואין כל חדש תחת השמש
יצחק פוקס

וויזשניצער קה אכסוף, געזוכט,

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 2:44 pm
דורך משולם טענענבוים
טאמער איינער האט אדער ווייסט ווי כ'קען שאפען די וויזשניצער קה אכסוף ניגון, ביטע דא שרייבען,
טענקס :wink:

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 5:25 pm
דורך Quality
גוגל האט געשריבן:ואין כל חדש תחת השמש
יצחק פוקס
אויף וועלכע טעיפ איז עס

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:27 pm
דורך גוגל
Quality האט געשריבן:
גוגל האט געשריבן:ואין כל חדש תחת השמש
יצחק פוקס
אויף וועלכע טעיפ איז עס

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:33 pm
דורך יארצייטן
גוגל האסט גערעדט צו מיר?

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 10:15 pm
דורך גוגל
יארצייטן האט געשריבן:גוגל האסט גערעדט צו מיר?

ניין

געשריבן: דינסטאג פעברואר 05, 2013 6:31 pm
דורך Forkosh
איך זיך די ניגון אנא מלך מלכי המלכים פון מררדכי דוד עסטרייכער. איינער קען עס אפלאודן דא?

געשריבן: דינסטאג פעברואר 05, 2013 7:09 pm
דורך יוסף שרייבער
שלום עליכם רב פארקאש.

אנא מלך פון מררדכי דוד עסטרייכער

געשריבן: מיטוואך פעברואר 06, 2013 12:20 pm
דורך Composer

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 6:22 am
דורך Forkosh
א שיינעם דאנק

געשריבן: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 11:28 pm
דורך פאמיליעמירעלס
אויף די סידי וואס קהל סאטמאר ירושלים [מהרי"י] האט ארויסגעגעבן לכבוד די נסיעה, זינגען זיי א ניגון וואס ר' פייבוש אשכנזי הי"ד האט פארפאסט בשנת תרצ"ב אלס אן אזמר בשבחין ניגון, א לעבעדיגע ניגון.

זיי שרייבן אז דאס איז נתגלה געווען מאוצרו של ר' ברוך קליין גבאי ביהמ"ד אוהל רחל ירושלים.

איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן, איז דא אן אוצר פון אלטע ניגונים וואס ווארט אונז אפ, איז דא עפעס ערנסט אויף וואס זיך צו רישן ?
וויאזוי האט ער דאס געהאט, אין נאטן אדער אויף א פאנאגראף?

ווער ס'ווייסט עפעס מער איז מכובד זיך אנצורופן..

ניגון קם רבה שחטי' לרבי זירא

געשריבן: פרייטאג פעברואר 15, 2013 9:15 am
דורך yylb
איך האב אמאל געהערט אז ס'איז פאראן א חסידישע ניגון (אפשר קרעטשניף) צו די ווערטער פון די ידוע'דיקע גמרא פון קם רבה שחטי' לרבי זירא. האט עמיצער דא אמאל געהערט פון אזא ניגון. אפשר קען עמיצער דאס ארויףשטעלען אנליין?

איך האב נאכאמאל געשריבען מיין שאלה ווייל כנראה דער עולם וויל אז מען זאל שרייבען דוקא אויף יידיש

געשריבן: פרייטאג פעברואר 15, 2013 9:31 am
דורך געשמאקער
פארוואס קענסטו נישט שרייבען טאקע אין אידיש, און דא שרייבט מען טאקע דייקא נישט קיין עברעאיש

געשריבן: זונטאג פעברואר 17, 2013 2:09 am
דורך לכאורה
yylb האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אז ס'איז פאראן א חסידישע ניגון (אפשר קרעטשניף) צו די ווערטער פון די ידוע'דיקע גמרא פון קם רבה שחטי' לרבי זירא. האט עמיצער דא אמאל געהערט פון אזא ניגון. אפשר קען עמיצער דאס ארויףשטעלען אנליין?

איך האב נאכאמאל געשריבען מיין שאלה ווייל כנראה דער עולם וויל אז מען זאל שרייבען דוקא אויף יידיש

איך קען א תנועה אויף די ווערטער, די זעלבע תנועה ווי שבשפלנו זכר לנו אה, ויפרקנו מצרינו אה.