ניגוני של ר' יצחק (אונגר)

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
אלדד
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 9:34 pm

ניגוני של ר' יצחק (אונגר)

תגובהדורך אלדד » פרייטאג יוני 11, 2010 7:10 am

ר' יצחק אונגר איז א באוויסטע קאמפאוזער פון ווארימע חסידישע ניגונים וואס איז אויפגעכאפט אין די גאנצע חסידישע וועלט איבערהויפט אין ויזניץ... זיינע שטייטע ניגונים זענען עפעס מורא'דיג,ער האט שוין ארויסגעגעבן צענדליגע טעיפס פון זיינע ניגונם וואס איך פארשטיי פשוט נישט פארוואס ס'איז נישט אויפגעכאפט (אדער בעסער געזאגט - פארקויפט געוואן).
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » פרייטאג יוני 11, 2010 9:14 am

ר' יצחק איז פון די יחידים וואס גיבן נאך היינט ארויס ניגונים וואס עס קען זיך דאכטן אז זיי זענען פארפאסט געווארן פאר הונדערט יאר צוריק, מיט א ריכטיגן אידישן טעם און א טעם זקנים.

פילע פון זיינע ניגונים ווערן געזינגען איבער די וועלט און מען האט גאר קיין אהנונג נישט אז זיי קומען פון אים.

אבל דא עקא, אז ער גיט ארויס זיינע ניגונים אין אלבומ'ס וועלכע זענען זייער שוואך באארבעט, סיי די רעקארדינג און סיי די מוזיק (ד"מ, נישט נאר די ניגונים זענען פון הונדערט יאר צוריק, נאר אויך די אלבומס זעען אויס ווי זיי זענען פון דעמאלס).

אבער באמת וואלט טאקע געווען א געלונגענע זאך ווען איינער פון די ארויסגעבער פון חסיד'ישע (נישט חסידיק) מוזיק וואלט איבערגעארבעט זיינע ניגונים און זיי מיט שיינע מוזיק און מענטשליכע זינגער. עס וואלט זיכער געווען א סוקסעס, און די ניגונים וואלטן זיכער געווארן מער אויפגעכאפט ביים היימישן ציבור.

איך אליינס, זינג אסאך פון זיינע ניגונים ביים שבת טיש במשך די יאר
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
אלדד
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 9:34 pm

תגובהדורך אלדד » פרייטאג יוני 11, 2010 1:34 pm

מען האט שוין יא ארויסגעגעבן א סידי מיט די ניגונים פון ר' יצחק איבערגעארבייט מיט פולע בענד און היינטיגע 'חסידישע' מוזיק, למעשה האט עס געקאסט מערר וויפיל מען האט פארדינט אויפן פראיעקט אזוי אז עס איז פארגאנגען די אפעטיט פון די ארויסגעבערס ארויס צו קומען מיט א פרישע אלבום, בשעתו האב איך געכאפט א שמועס מיט'ן ארעינזשער ה"ה ר' אליעזר הערש ראזענפעלד, כ'האב דעמאלטס געפרעגט צו וואס פעלט אויס אריינצולייגען אזוי פיל געלט (איך בין געווען בשעת מען האט רעקארדירט די בראס, ער האט געניצט די בעסטע פון די בעסט אין די אינדוסטרי) דעמאלט האט ער נאך געהאפט (אדער גע'חלומ'ט) אז עס וועט זיך לכה"פ אויסצאלן... דער פשוט'ער סיבה איז "ווען קיינער וואלט ווען נישט געמאכט קיין קאפיס דערפין....."
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » פרייטאג יוני 11, 2010 1:55 pm

זאג זשע מיר א שיינער באוואוסטער ניגון וועלכעס סיז זיינער

לפי זכרוני איז ער געווען באשריבן אין עולם החסידות פאר א יאר צוריק בערך, דארט איז געווען ארויס געברענגט די נקודה אז ער הייבט נישט אן צו קענען נאטן ועם כל זה זענען זיינע קאמפעזיציעס הערילך

אוועטאר
אלדד
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 9:34 pm

תגובהדורך אלדד » זונטאג יוני 13, 2010 1:01 am

כאיל תערוג - א מורא'דיגע הארציגע ניגון וואס מען זינגט אין ויזניץ, בעיקר ביי באטע'ס, פרעג סיי וועלכע ויזניצע בחור אדער אינגערמאן וועט דיר וויסען צו זאגן פון וואס איך רעד.

איך מיין אז די אינטערוויאו איז געווען אין בקהילה...
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » זונטאג יוני 13, 2010 8:34 am

אלדד, ווי אזוי הייסט די איבערגעארבעטע טעיפ פון וואס די רעדסט?


אלץ קינד פלעג מיר נישט קענען צוגיין צום סדר אן הערן די הערליכע פסח טעיפ. די נאכט פון סדר איז דאך הערליך און שיין.......
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג יוני 13, 2010 9:24 am

דו רעדסט וועגן ר' יצחק אונגאר? זיינע טעיפס זענען געווען פון מיינע פעיווארייטס אלס קינד. סיי זיין סדר טעיפ - ווי פריילאך האט שוין דערמאנט - און סיי זיינע אנדערע טעיפס (תורה? שבת?). כ'האב בכלל נישט געוואוסט אז ער מאכט נאך היינט ניגונים.

דאכט זיך אז "לעשות רצונך אלקי חפצתי" איז זיינס. אויך די באקאנטע "שבח יקר וגדולה" איז זיינס, מיין איך. א הערליכע "ושויתי" געדענק איך. אויך א "נכספה". וואס נאך?
An article a day keeps the babies away

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6164
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג יוני 13, 2010 9:31 am

מהר והבא איז דאכט זיך אויך זיינס,

ר' אליעזר הערש האט געמאכט א מייסטער ארבעט מיט די ארעינדזשמענטס,

איך בין צופעליג געווען ביי די 'סטרינגס' רעקארדינג, הערליך ממש.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג יוני 13, 2010 11:33 am

וועלכע מהר והבא? איך קען נאר איינס פון משפחת ווערצבערגער הלויים.

כ'מיין אז "עולם הבא איז א גוטע זאך" איז אויך פון אים.
An article a day keeps the babies away

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6164
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג יוני 13, 2010 11:42 am

כ'מעען אז ס'פאנגט זיך אן מיט 'וברחמיך ה''
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג יוני 13, 2010 12:22 pm

אה, יענץ מיינסטו. האבעך אויך נישט געוואוסט אז ס'איז זיינס.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » זונטאג יוני 13, 2010 1:02 pm

שטארק זיך האט געשריבן:כ'מעען אז ס'פאנגט זיך אן מיט 'וברחמיך ה''

דאכצעך "כי בשם קדשיך"

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6164
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג יוני 13, 2010 1:33 pm

יא ווארום זענט איר גערעכט...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » זונטאג יוני 13, 2010 1:38 pm

היינט האט יוסי גיל געשפילט א ניגון פין ר'יצחק אונגר מ'קען דאונלאודן די שאו אין די אשכול פין יוסי גיל

אוועטאר
אלדד
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 9:34 pm

תגובהדורך אלדד » זונטאג יוני 13, 2010 4:17 pm

איז דא א מעגליכקייט אריינצולינקען א mp3 פייל דא אונ'ם פורום? אויב יא, קען איך ארויפשטעלן אפאר ניגונים.....
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג יוני 13, 2010 4:28 pm

אפלאועד עס צו http://www.yousendit.com און לינק אהער דעם לינק אזוי ווי אל מאנסיי טוט

אוועטאר
אלדד
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 9:34 pm

תגובהדורך אלדד » זונטאג יוני 13, 2010 4:45 pm

איך הער - נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אלי-מונסי פאר'ן צושטעלן די דאונלאוד פון יוסי גיל'ס פראגראם, ס'איז ממש א מחיה!!
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה

אוועטאר
אלדד
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 9:34 pm

תגובהדורך אלדד » זונטאג יוני 13, 2010 4:53 pm

איך האב אריינגעלייגט אפאר ניגונים פון ר' יצחק'ס סידי 'עורה' וואס איז ארויס אפאר יאר צוריק, אויף די לינק אבער היות איך בין א שטארקע מתנגד פון נאכמאכן טעיפס און סידי'ס בעט איך אז ווער עס האט הנאה דערפון זאל מוחל זיין און גיין קויפן די סידי... (אויב איך מעג בעטן אין די יעצטיגע עקאנאמיא...)
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » מאנטאג יוני 14, 2010 6:00 am

יהיה כן האט געשריבן:אפלאועד עס צו http://www.yousendit.com און לינק אהער דעם לינק אזוי ווי אל מאנסיי טוט


איך בין א מעמבער אויף yousendit וועגן דעם עקספייערט נישט מיינע לינקס אויב די ביזט נישט קיין מעמבער וועט עס אפלויפן נאך 7 טעג

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג יוני 14, 2010 10:49 am

די בעסטע סייט צו אפלאודען מוזיק און ווידעאו איז http://www.divshare.com , סיי ווייל ס'עקספייערט נישט און סיי ווייל מ'קען עס גלייך הערן/זעהן און מ'דארף נישט דאונלאודען (ווענדט זיך וועלכע סארט פיייל).
An article a day keeps the babies away

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » מאנטאג יוני 14, 2010 11:14 am

עס איז דא א ניגון פון אים אויף די ווערטער תנו רבנן קטן היודע לדבר אביו מלמדו תורה וכו' תורה צוה לנו משה וכו'

שבת הייליגער שבת, שבת שבת קודש.

ווער זאגט
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 26, 2010 1:12 am

תגובהדורך ווער זאגט » מאנטאג יוני 14, 2010 11:36 am

אוי וויי לעו אואורייר ליבי אוי ליבי לאהבתוועוועך- ווי הערט מען נאך אזעלכע ניגונים......
סיז שוין צייט זיך א ריר צו טאן - ווייל אם לא עכשיו אמתי? נא! דו האלטסט אויך אזוי?

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מאנטאג יוני 14, 2010 3:11 pm

ווער האט נאר געהערט דעם יונגל זינגען:

"אוי (מיט א קרעכץ) כאאשר זכינו, אוי כאאאשר זכינו, אוי יואוי לסדר... אואואותו.... כן נזכה, כן נזכה, אוי כייייייין נזכה, כן נזכה, נזכה לעשותו...."

"פון איין פענסטער הערט מען קידוש, דער צווייטער די מה נשתנה
פון איין פענסטער די הגדה, מיט ניגונים שיינע
דער אויבערשטער נעמט צאם די בית-דין של מעלה, און זאגט זיי הערט גוט אויס
ווי מיינע קינדער דערציילן זיינע ווינדער, פון קדושה גייען זיי אויס"

אוועטאר
אלדד
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 9:34 pm

תגובהדורך אלדד » מאנטאג יוני 14, 2010 5:56 pm

זיס - ברענגסט ארויף הרגשים וואס מען קען ניטאמאל באשרייבן, דער דומם דער קאמפיוטער קען ניטאמאל ארויסברענגן ריכטיג דאס שיינקייט, שטייענדיג ביים נעילת החג טיש, ציקוועטשט ווי ס'גיסט זיך ים'ען שווייס פון אלע פנים'ער און ר' יצחק שטייט דארט לעבן רבי'ן שליט"א און זינגט זיך אזוי הארציג - כן נזכה אוי כן נזכה לעשותו... דאס הארץ צוגייט פאר בענקעניש... לשנה הבאה בירושלים!!!
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה

אוועטאר
אלדד
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 9:34 pm

תגובהדורך אלדד » מאנטאג יוני 14, 2010 9:41 pm

elmonsey האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:אפלאועד עס צו http://www.yousendit.com און לינק אהער דעם לינק אזוי ווי אל מאנסיי טוט


איך בין א מעמבער אויף yousendit וועגן דעם עקספייערט נישט מיינע לינקס אויב די ביזט נישט קיין מעמבער וועט עס אפלויפן נאך 7 טעג

איך בין נישט קיין מעמבער - ווער עס וויל די פיילס וואס איך האב ארויפגעשטעלט, זאל עס אראפנעמען פאר עס עקספייערט (דהיינו פאר 7 טעג...)
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א.ב.ג און 21 געסט