על ההרים - אייזיק האניג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

געלט_גייציג האט געשריבן:אדרבה, לאמיר הערן פון אייך, ביז וויפיל געלט הייסט 16 טאלער יא כסף מלא?

כ'קען אייך דאס נישט ענטפערען.

אבער אזויפיל ווייסעך, אז פאר 15 דאלער, און אויב די גאנצע גייט פאר אים אין טאש -פארשטייט זיך אז עס איז נישט אזוי, עס מאכן געלט די געשעפט, דיסטריביוטער וכו' - דארף ער פארקויפן 6666 צו ברעיקן איווען.

דאס איז זיכער נישט קיין ביזנעס!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

פארדעם האב איך אייך שוין פריער געזאגט, די סיבה פון ארויסגעבען סידיס איז נישט אלעמאל צו מאכן געלט דערויף, מאנכע האבן זייטיגע סיבות דערפאר
פריי זיך
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריי זיך »

"מאנכע"? כ'גלייב נישט אז ס'דא איינער וואס געט ארויס צו מאכן געלט. מ'געט עס ארויס פאר אדווערטייזמענט און פאר... כבוד. הרב האניג מאכט זיין געלט ביי שמחות.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
געלט_גייציג האט געשריבן:אדרבה, לאמיר הערן פון אייך, ביז וויפיל געלט הייסט 16 טאלער יא כסף מלא?

כ'קען אייך דאס נישט ענטפערען.

אבער אזויפיל ווייסעך, אז פאר 15 דאלער, און אויב די גאנצע גייט פאר אים אין טאש -פארשטייט זיך אז עס איז נישט אזוי, עס מאכן געלט די געשעפט, דיסטריביוטער וכו' - דארף ער פארקויפן 6666 צו ברעיקן איווען.

דאס איז זיכער נישט קיין ביזנעס!

לאמיר קוקן אויף די נומער פון קאפיעס וואס ער האט פארקויפט ביי בהר המוריה.

אגב אייוועלט וואלט אים געמעגט אינטערוויא'ן.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

ער איז אזא כ'וויל נישט זאגן וואס!!!! נאכן הערן די טעיפ אגאנצן טאג בין איך אינגאנצן צימישט, יעדעס מאל האב איך געדארפט טשעינטשען מיין מיינד וועלכע ניגון עס איז די שענסטע ניגון, עז אף יעצט זינגט שוין די לעצטע ניגון איבער די דריטע מאל
וויכי, זאג פאר ר' אייזיק'ן זז"ג נעקסט טיים זאל ער ארויפלייגן כאטש איין נישט הערליכע ניגון וואס מען זאל קענען זאגן "אלעס איז הערליך חוץ דעי ניגון" ער זאל זיך אביסל רעכענען מיט די מענטשהייט,
ווער עס האט עס נאך נישט ווייסט נישט וואס ער פארפאסט (אא"פ)(מא"פ)
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:עז אף יעצט זינגט שוין די לעצטע ניגון איבער די דריטע מאל
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

מאנ-יימער האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:עז אף יעצט זינגט שוין די לעצטע ניגון איבער די דריטע מאל

ער (יא ער) האט מיך ארויסגעפרינט א צעטל פונעם ניגון און איך קוק אריין אינעווייניג
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:........

ווער עס האט עס נאך נישט ווייסט נישט וואס ער פארפאסט (אא"פ)(מא"פ)

;l;p- טיף!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
געלט_גייציג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:42 pm
לאקאציע: 100 פלאנעט ערד ציווישן מארס און דשופיטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלט_גייציג »

מקען דאך נישט זיין נאר נעגאטיוו, מברויך קוקן אויף די גוטע זייט אויך. עכ"פ איך האב אזוי באמערקט אז די אלע היינטיגע נייע סידי'ס מיינען אז זיי מוזן אויך איקלאדן א "טעכנאו".
וויי זענען צו אויערן וואס הערן טעכנאו. דאס פלעג איך הערן אלץ קינד זומער שבת נאכמיטאג ווען די שחורים פלעגן עפענען די פייער היידרענט מיט א צווענגל און וואשן די קארס, אשריך ר' אייזיק פארן אריינלייגן "אידישע מוזיק", יאך וואלט נישט געקויפט דעם סידי ווען סוואלט געהאט א טעכנאו. פיינעלי א אידישן סידי מיט א נארמאלע (נארמאל? איינס און די וועלט!) זונגער און רייכע אוטענטישע מוזיק! דאס איז א היט!
קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלת »

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:........

ווער עס האט עס נאך נישט ווייסט נישט וואס ער פארפאסט (אא"פ)(מא"פ)

;l;p- טיף!!

הערט א מעשה וואס פארלאפן,
הערט א מעשה וואס געטראפן. (קרעדיט ר' יו"ט ז"ל)

אין אישי האבן עטליכע ראגירט אויף מיין "טיף". עטליכע האבן פשוט געוואלט וויסען וואס "(אא"פ)(מא"פ)" מיינט בכלל!! און עטליכע האבן געוואלט וויסען פארוואס כ'האלט אז עס איז טיף.

כ'האב גענטפערט, און דאן זיך געכאפט אז עס איז לכאורה נישט געווען די כוונה פונעם שרייבער וואס איך האב אריינגעטייטשט. און אז נישט יעדער איז בכלל מסכים מיט מיין הנחה. איינע פון די שמועסען האבן זיך גענדיגט "אריין אין שפראך".

וועלעך דא שרייבן די תוכן פונעם שמעוס, לאמיר זעהן וואס דער עולם האלט.

איך האב פארשטאנען דעם (אא"פ)(מא"פ) צו מיינען, די ווארט "פארפאסט" - איך האב פארשטאנען אז מען רעדט פון די צווייטע "פ" - און די גאנצע ווארט "פארפאסט", איין מאל "אן א פינטל" אינעם צווייטען "פ", און איין מאל "מיט א פינטל" אינעם צווייטען "פ".

איין מאל - מיט די פינטל - מיינט עס "פארפאסט" מלשון "פארפעלט", "איר ווייסט נישט וואס איר האט פארפעלט מיטן נישט הערן דעם טעיפ".

און די צווייטע מאל - אן די פינטל - מיינט עס "פארפאסט" מלשון "ערצייגט" "אז איר הערט נישט די טעיפ, ווייסט איר נישט וואס ר' אייזיק האט דא ערצייגט".

יענער האט געטענה'ט די ווארט "פארפאסט" - סיי ווען עס מיינט "פארפעלט", און סיי ווען עס מיינט "ערצייגט" - קומט עס מיט א פינטל אינעם צווייטען "פ".

און (אא"פ)(מא"פ) מיינט פשוט, די ערשטע "פ" פון די ווארט "פארפאסט", אן א פינטל, און די צווייטע "פ" פונען ווארט מיט א פינטל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

לכתחילה האסט אונז נאר מער צומישט....
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צומישט אהער צומישט אהין... איך קעניש סטאפן הערן דעם סידי... איך האבעס שוין געהערט בערך 15 מאל! יעדעס מאל ווערט עס שענער און שענער!

און טאקע די מוזיק פון ריגלער האבעך הערשט אנגעפאנגן צו פארשטיין ביים 13'טען מאל! די מוזיק אויף היה עם פפיות איז עפעס געוואלדיג! די ערשטע פאר מאל האבעכעס נישט ליעב געהאט, אבער ווי מער איך הערעס אלץ מער כאפעך וואס דארט טוצעך!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

איך האלט שוין מער ווי 13 מאל....יעדעס שטיקל איז א קונצט שטיקל....
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

אויך זיך געווינדערט וואס די טיף איז.... עניוועי איך מיין אז פארפאסט-ערצייגט איז אויך מיט א פינטל.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3092
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

לראשונה בחייו - ר' אייזיק ווערט אינטערוויוט ביי קול ברמה ראדיא סטאנציע.



http://www.jdn.co.il/news/223015
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מייקראסאפט האט געשריבן:אויך זיך געווינדערט וואס די טיף איז.... עניוועי איך מיין אז פארפאסט-ערצייגט איז אויך מיט א פינטל.

איך האב געהאלטן אז "פארפאסט"-ערצייגט, קומט משורש "פאסן א באשלוס" וכדו', און דארט דאכטזיך קומט "אן א פינטל".

(נ.ב. ווען דער עולם ווערט נערוועז פון רעדן אין דעם געהענגיל פון אנדערע זאכן, זאל מען זאגן שיין, מ'ברויך נישט שרייען!)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

ר' אייזיק האט געשאנקן א גאר רייכע אונטערוויאו פארן 'המבשר' שבועות צייטונג. דער אונטערוויאו סימבאליזירט ר' אייזיק'ן בתפארתו, נישט קיין זעלבסט רימערייען, נישט קיין תוכנ'לאזע סטעיטמענטס, נאר גאר רייכע אינפארמאציע און קלאסישע סטעיטמענטס איבער אלס און אלעמען בעולם הנגינה.
אטעטשמענטס
ראיון אייזיק האניג.pdf
(1.62 MiB) געווארן דאונלאודעד 152 מאל
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
פריי זיך
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריי זיך »

ער גיבט אן אינטערוויו פאר קול ברמה אדער קול חי ראדיא אין אר"י. אנדערש ווי אונזערע היימישע אינגעלעך זינגערס וואס קראצן צוזאם אן אות צו א אות ס'זאל אויסזעהן ווי זיי קענען רעדן היברו ... (ל"ע אזוי בעיביש, א בושה) רעדט אייזיק אין פלעין אידיש און דער אנפירער טייטש איבער פאר די אויסהערער.
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

ארעסטאנט האט געשריבן:ר' אייזיק האט געשאנקן א גאר רייכע אונטערוויאו פארן 'המבשר' שבועות צייטונג. דער אונטערוויאו סימבאליזירט ר' אייזיק'ן בתפארתו, נישט קיין זעלבסט רימערייען, נישט קיין תוכנ'לאזע סטעיטמענטס, נאר גאר רייכע אינפארמאציע און קלאסישע סטעיטמענטס איבער אלס און אלעמען בעולם הנגינה.

איך האב די אונטערוויאו אין א פדף פייל (PDF בלע"ז) טאמער איינער וועט מיר העלפען עס אריפשטעלן וועט זיין גוט..אדער ווער ס'וויל קען עס באקומען אין אימייל...
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

דאס האב איך אפגעשריבן ער"ש נישט אנגעקומען ארויף צולייגן.

ס'איז ערב שבת און צו לאנג קען איך נישט מאריך זיין אבער עפעס מוז איך שרייבן פשוט ווייל איך טאנץ ארויס פון די גלייזן ווען איך הער דעם סידי.

 

בשפע ברכה: עס קומט אריין זייער שיין. זייער א גוטע ניגון אנצופאנגען די סידי. כאטש איך בין נישט קיין פען פון הערן אייזיק'ן אויף שנעלע ניגונים אבער די סידי האט זיך דאך געדארפט אנפאנגען מיט עפעס און דאס איז ממש געגאסן. די קווייער איז שיין און עס ברענגט פיין אריין אין די סידי.

אתה הראתה: ווען אייזיק בעט מיין עדווייס וואלט איך געזאגט אז די סידי זאל נאר זיין די ניגון נאכאמאל און נאכאמאל. דאס איז דאך עפעס נישט נארמאל די אינגל ביי אין כמוך איז דאך אזוי הארץ רייסנד.. עפעס די סטרינעס ווערן צושאקלט. לאמיר מאכן ריוויינד... הוי.. ואין כמעשיך... הוי...    איי ער רייסט... יעדע פאל אזוי שיין איבערגעזונגען מיטן פולן קראפט אךך... הערסטו.. דאס איז די ניגון פון אונזער יאר הונדערט.

כתר: האב איך מיך איינגערעדט אז איך וויל די סידי זאל זיך אפשטעלן ביי די צווייטע ניגון? קיינמאל! וואס וואלט געווען מיט כתר? חלילה! זונגזשע זינג... יחד יחד.. (לאז די הארמעני אריין קומען שטערקער.. אט אזוי..) עס וואלט מיך נישט געבאדערט צו הערן די יונגל דארט מיטזונגען.. אבער איך בעט שוין צו סך.. יו.. איז דאס שיין... ביי 4:56 ווען ער קומט אריין מיט די הויעכע יחד.. אט די שטיקל גיי איך איבער און איבער און נאכאמאל איבער.. דער איז נישט נארמאל גוט... איין זאך פארשטיי איך נישט פארוואס די ניגון ענדיגט זיך אזוי שנעל.. פלעגט נישט אמאל א ניגון זיין 15 מינוט???

וברצונך: אויך א מעסטער פון א ניגון. א סאליד ניגון פאר ווען מ'זיצט צוזאמען נאך א גוטע סעודה.. עס זונגט זיך עפעס אזוי שיין אראפ. אייזיק אייזיק, וויניג קענען נעמען יעדע ניגון און אזוי שיין אראפלייגן. די עיקר חידוש דא איז אז אויב מאכט מען צו די אויגן קען מען ממש פארשטיין יעדעס ווארט עס איז ממש געגאסן.

ויאתיו: א הערליכע סאלידע ניגון די קווייער איז געגאסן. נישט קיין ספציעלע חידושים אבער הערליך אראפגעזונגען.

הפורש: איז מיין ניגון. איך ווייס איך האב עס שוין געזאגט ביי אנדערע טרעקס אבער איך מוז עס איבערזאגן ווייל איך גיי ניסלעך פאר אים.ביי 4:45 ווען מ'גייט ארויף איז דאך משוגע צו ווערן ווי שיין דאס איז אראפגעגאסן. הערליך איז דאס ווארט אויף דעם. און ביי 6:11 ווען מ'גייט ארויף נאכאמאל בלייבט שוין נישט מער ווי זיך צומאכן די אויגן און זיך נעמען מיטשאקלן..

הרינו מזמן: איז א שיינע לעבעדיגע ניגון אבער זינט איך הער נישט אייזיק'ן פאר שנעלע ניגונים וועל איך סקיפן ווייל מיין צייט איז קורץ.

אל דמי לך: איז א סופער הארציגע מאלעדיע. ביי א קומזיץ מיט פארמאכטע לעקטערס נאכן טרינקען א גלעזל צוויי קען איך מיך זען זיצן אויף דעם ניגון און איבער זונגען איינמאל און נאכאמאל מיט די הענט ארויף און זיך ווייקן... אוי ליגט דא הארץ..

יכירו: איז אויך א לעבעדיגע שיינע ניגון. די קנייטש ביי לבדך איז הערליך און איך גלייך עס זייער. אבער עגעין א שנעלע ניגון נישט מיין טעיסט אויף אייזיק'ן.

יעצט גיימיר זיך שארן די ארבעל און רעדן פון קינדערליך..

די וועג וויאזוי די מוזיק פאנגט זיך אן טוט אנדייטן אז דא זאל מען צוגרייטן א פאפיר ווייל דא קומט די "יודעלע" פון די נייע יאר הונדערט.. די גראמען און די מוזיק איז עפעס נישט פון דעם עולם.. ווער אויב נישט אייזיק זאל דאס זינגען?? איך וויל נאך וויסן די סוד פון וואו אייזיק האט פארשאפט די שליסל צו מיין הארץ.. ער ווייסט אייביג וויאזוי דאס אנצודרייען און זיך שפילן דערמיט לויט זיין ווילן.. אין א געוויסע זין איז עס גניבה.. עס איז מיין הארץ אבער ער פאנגט עס אזוי אן קיין רשות... אוי... קינדערלעך.... ער נעמט נאך יונגלעך מיטצוזינגען.. די קוויער.. אוי קינדערליך... וואס שרייב איך דא? וויאזוי לייג איך עס אראפ? ווייסט וואס. איך זאג גארנישט! גייטס הערטס עס און מער דארף איך גארנישט זאגן.. "ווייל איר זענט מיינע קייינדערלעעך..." איין רגע איך מאך ריוויינד... אוי...  איך דארף לויפן, ווען נישט וואלט איך איבער געשפילט נאכאיינמאל און דערנאך נאכאיינמאל...

 

מה נאוו: איז א דיפרענט טייפ וואס איך גלייך גראדע  א שיינע מוצאי שבת ניגון. די איידיע אז עס ווערט שנעלער און שנעלער איז זייער זיס.

היה עם פפיות: איז געגאסן צו ענדיגן אזא סידי א תוכן'פולע ניגון הערליך און צום הארץ און ווידער אמאל יעדעס ווארט אזוי שיין געזעצט אזוי הארציג און שיין. פאר די הויעכע פאל אליינס וואלט מען געקענט שרייבן א גאנצע מגילה ווי שיין דאס איז. אבער ווי געזאגט די טאג איז קורץ און איך דארף לויפן.

איך וויל נאר ענדיגן מיט איין ווארט. די סידי איז ווערט יעדע דאלער!! יעדע ניגון איז ווערט באלד ווי א גאנצע סידי.. יא, היינטיגע צייטן ווען מען מיינט אז דער עולם זוכט ווייס איך וואס, קומט די סידי און פראסקעט אין פנים פאר די אלע. זאל יעדער דערהערן וואס א סידי מיינט, וואס אפזונגען א ניגון מיינט. קיין איין ניגון איז נישט אבי אפגעזאגט יעדע זאך אזוי הערליך און הארציג.. יעפ! אייזיק האט זיך געלאזט ווארטן. אבער עס האט זיך אויסגעצאלט פי כמה....

לאמיך צוריק מישן... אבער וועלכע ניגון קלויב איך??? יו איך בין עדיקטעד צו די סידי.... וואס גיי איך טון שבת???

 

 

 

 
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

WOW! א הערליכע ריוויא!!

נאכן איבערהערן דעם סידי צווישן 10 און 15 מאל קען איך בלויז צושטימען צו (כמעט) אלעס וואס דו שרייבסט דא.

הערליך ארויסגעברענגט!
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

wow keep it up געלעגער

---
At interview last night with Kol Chai
אטעטשמענטס
IMG-20130519-WA0002-500x375.jpg
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

יעצט דאונלאודעד דעם סידי פון TopJewishMusic.com
אייוועלט ארכיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט ארכיוו »

מכטי1 האט געשריבן:
ארעסטאנט האט געשריבן:ר' אייזיק האט געשאנקן א גאר רייכע אונטערוויאו פארן 'המבשר' שבועות צייטונג. דער אונטערוויאו סימבאליזירט ר' אייזיק'ן בתפארתו, נישט קיין זעלבסט רימערייען, נישט קיין תוכנ'לאזע סטעיטמענטס, נאר גאר רייכע אינפארמאציע און קלאסישע סטעיטמענטס איבער אלס און אלעמען בעולם הנגינה.

איך האב די אונטערוויאו אין א פדף פייל (PDF בלע"ז) טאמער איינער וועט מיר העלפען עס אריפשטעלן וועט זיין גוט..אדער ווער ס'וויל קען עס באקומען אין אימייל...

מכטי1 האט מיר עס געשיקט אויף אימיעל אז איך זאל עס קלענער מאכן און ארויפלייגן

דא האט איר
אטעטשמענטס
Page 1.pdf
(248.96 KiB) געווארן דאונלאודעד 317 מאל
Page 2.pdf
(194.77 KiB) געווארן דאונלאודעד 214 מאל
Page 3.pdf
(186.54 KiB) געווארן דאונלאודעד 203 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”