ניגון בר יוחאי - ר' בעריש ווישעווער

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

ניגון בר יוחאי - ר' בעריש ווישעווער

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך אפריל 28, 2010 11:07 am

דער באקאנטער מלחין וואס האט פארפאסט הערליכע אוצרות מיט ניגונים וואס ווערן געזונגען בכל תפוצות ישראל בשבתות וימים טובים, און ימים נוראים זעלבסט, ה"ה הרב החסיד רבי בעריש ווישעווער ז"ל, האט פארפאסט אן הערליכען ניגון אויף 'בר יוחאי', און האט דאס געשיקט א מתנה צו הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זצ"ל.

איך טוה אייך אלע מזכה זיין מיט דעם הערליכען ניגון, געזונגען געווארן דורך א גרופע וויזניצע יונגעלייט.

בר יוחאי ר' בעריש ווישעווער

שמעו ותחי נפשכם!
לחיים ולברכה!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אפריל 28, 2010 11:28 am

יישר כח ר' נחמן-נתן.

ניצוצות
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 3:09 pm

תגובהדורך ניצוצות » מיטוואך אפריל 28, 2010 11:53 am

תודה רבה. אבל נא לשים לב שיש ברקע מוזיקה, ואין לשמועו בימי הספירה.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך אפריל 28, 2010 12:14 pm

א גרויסן יישר כח רב נחמן נתן. (הגם איך האב דאס שוין ערהאלטן פאראיאר ביים קומזיץ בבית ר' דוד ארי' יאקאב, האב איך דאס אבער פארלארן ערגעץ ווי)

ניצוצות האט געשריבן:תודה רבה. אבל נא לשים לב שיש ברקע מוזיקה, ואין לשמועו בימי הספירה.


ווי עס ווערט גע'פסק'ט דורך אב"ד ישראל והזמנים שליט"א מעג מען הערן א פלעי אדער חזנות, דארט ווי די מוזיק איז נישט די זאך וואס מ'וויל הערן, עס שפילט נאר צו. אזוי אויך דא, קוים וואס מ'הערט די מוזיק און עס איז נישט קיין שום פראבלעם דערמיט. כנלע"ד.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
ווילדער קאפ
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2009 2:35 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווילדער קאפ » מיטוואך אפריל 28, 2010 12:47 pm

יישר כח ר' נחמן נתן! שטארק הנאה געהאט!
"Anyone who has never made a mistake has never tried anything new."

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מיטוואך אפריל 28, 2010 1:09 pm

א שיינעם דאנק ר' נחמן פארן מהנה זיין

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך אפריל 28, 2010 1:55 pm

ישר כח.
מזינגט דאס אין וויזניץ ?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג אפריל 29, 2010 12:38 pm

lebediger berel האט געשריבן:ישר כח.
מזינגט דאס אין וויזניץ ?

יא (עכ"פ אין מאנסי זיכער).
לחיים ולברכה!

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » דאנארשטאג אפריל 29, 2010 12:41 pm

אין ב"ב אויך, דאס וואס דו האסט געברענגט איז פון בני ברק. סאיז דא אויך פון רובי באנעט אויף די אלבום התעלות גדולה בה', זייער שיין.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דאנארשטאג אפריל 29, 2010 1:07 pm

ר' צייטליך,

וואלט איר אפשר אראפ געברענגט דעם מראה מקום וואו אב"ד ישראל והזמנים פסק'ט אזוי.

מיר ליגט אין זכרון אז בס' מקדש ישראל הל' בין המצרים שרייבט ער דעם היתר, אבער נאר אין פאל וואס איינער פארט אויפן וועג אין וויל נישט איינשלאפן איז ער מתיר,

אדרבה, איר ווייסט אנדערש ברענגט דאס ביטע צו, מיר קענען דעם היתר גוט נוצן.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » דאנארשטאג אפריל 29, 2010 8:43 pm

צייטליך שקויעך פארן ארוטערברענגן דעם פסק פון אב"ד ישראל והזמנים. ופשוט הוא לכאורה.

שטארק זיך: וואס שטעלסטו צו מיט אזא פשטות, בין המצרים דא אהער צו ספירה...סא גאנץ געטואכצץ אין די פוסקים, צו בין המצרים איז נלמד קיין ספירה, ווייל דארט איז עס א דין אין אבלות, און דא ביי ספירה איז עס מחמת ס'איז ימי דין, עי' במנחת אלעזר, ובשערי תשובה דארט ביי הל' תש"ב.

און אז מען רעדט שוין, איז וויכטיג אנצומערקן אז די היתר צו הערן בימי הספירה מוזיק, איז "גענוי די זעלביגע ווי א גאנץ יאר" ודו"ק.
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דאנארשטאג אפריל 29, 2010 8:49 pm

זעליג האט געשריבן:אין ב"ב אויך, דאס וואס דו האסט געברענגט איז פון בני ברק. סאיז דא אויך פון רובי באנעט אויף די אלבום התעלות גדולה בה', זייער שיין.


תיקון טעות: דאס וואס נחמן נתן האט געברענגט איז טאקע פון יענע אלבום פון רובי באנעט.
הנותן לשכוי בינה...

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דאנארשטאג אפריל 29, 2010 10:57 pm

צייטליך און פרייליכערהייט;

כ'כהאב נאכגעקוקט בס' מקדש ישראל הל' ימי העומר סי' סד' און סה' און ער איז מתיר.

פרייליכער, לפי דברי הרב הנ"ל יש לחלק טובא בין ימי העומר לכל ימות השנה ועיי"ש.

וצודקים דבריך כלפי היתירו המפורסם של המהרש"ג ח"ב סי' קכ"ה, שלפי דבריו יתכן להתיר אפי' וכו', יעו"ש.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » פרייטאג אפריל 30, 2010 11:07 am

לאמיר נישט צו ווייט פארקריכן, אבער כדאי צו וויסן אז אין הלכה ווערט נישט דערמאנט כלל אז מ'טאר נישט באנייען קיין בגדים אין ספירה, בשעת קינד און קייט שרייט אז מען טאר נישט באנייען אין ספירה. (אפי' די אחרוני הפוסקים ווי דער מג"א, אדמוה"ז, משנה ברורה וכדו' דערמאנען אויך גארנישט דערפון), נאר וואס יא, אין די מנהגים ווערט געברענגט (דאכט זיך פון תרומת הדשן) אז ס'איז דא אזא ענין, אבער להלכה ווערט דאס נישט דערמאנט.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
פיניע חזן
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

תגובהדורך פיניע חזן » דאנארשטאג מאי 13, 2010 5:45 pm

עס וואלט געווען אינטרעסאנט צו מאכן א קאלעקשאן פון אלע בר יוחאי'ס, איך ווייס פון 7, 1) די באוואסטע 2) די וואס די קארלינער זינגען וואס יעדע בית ווערט צוטיילט אויף 2 אדער אויף 4. די פינסק קארלינער האבן ארויס געגעבן א סעריעס פון סי דיס פון זייערע ניגונים און דארט איז דא עטליכע ניגונים וואס למעשה זענען אלע איינס מיט א קוועטש אהער א קוועטש אהין 3) א באבובער (דער לעצטער בית זעהט אויס א צוגעלייגטע שטיקל, ווייל דאס איז למעשה דער ניגון וואס איז באוואוסט אלץ דעם ריז'ינערס ניגון 4) א בעלזער 5) א נדבורנאר 6) ר' בעריש ווישעווער ווי גערעדט בארוכה אין דעם אשכול 7) ווער דען אויב נישט פיניע חזן
ווער עס ווייסט נאך זאל צולייגן

אוועטאר
א גוטע זאך
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 17, 2009 10:41 am
לאקאציע: אין א גוטע פלאץ

תגובהדורך א גוטע זאך » מוצ"ש מאי 15, 2010 6:55 pm

איך האב געמיינט אז עס עקזיסטירט נאך אויפן סייט פון yousendit, אבער :(

קען איינער וואס האט עס - שיקן צו מיר?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מוצ"ש מאי 15, 2010 9:41 pm

די פייל האט עקספייערט, ביטע איבערלייגן
אדער לייגן דא http://www.divshare.com/ און קאנפירמירן די אימעיל וועט עס בלייבן אויף שטענדיג
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
א גוטע זאך
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 17, 2009 10:41 am
לאקאציע: אין א גוטע פלאץ

תגובהדורך א גוטע זאך » זונטאג מאי 16, 2010 10:07 am


אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » מאנטאג מאי 17, 2010 4:02 am


משה חובב
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2013 6:13 am

אן אינטרעסאנטע עפיזאדע

תגובהדורך משה חובב » זונטאג אוקטובער 19, 2014 8:58 pm

איבער דעם ניגון איז דא אן אינטרעסאנטער עפיזאדע;

ר' בעריש ז"ל וואס איז גיוועהן אויך א פארפאסער אין סאטמער, האט אט דעם ניגון פארפאסט אויף א 'לכה-דודי' צום שבת אויפרוף פון איינס פון די קינדער פון מרן מסאטמער זצוק"ל, (איך האב אמאהל גיהערט ביי וועמען, אבער איך גידענק נישט לעת עתה), למעשה האט עס נישט געפאלען פארען רעבין, אין ר' בעריש זייענדיג אביסעל דיסאפוינטט אז דער ניגון איז נישט געווארען אנגענומען האט ער ארויפגלייגט נייע ווערטער אין געשיקט פאר דעם אהבת ישראל-ר' ישראל פון וויזניץ, מיט יאהרען שפעטער האט דער רבי גיהערט דעם 'בר-יוחאי' אין דערקענט אז דאס איז אט דער אלטער ניגון וואס ר' בעריש האט אים פארפאסט אויף לכה דודי, האט ער זיך אנגערופען מיר האבען פארפאסט א ניגון.

דער ניגון איז במשך די יאהרען נישט גידענקט גיווארען, נאר אין וויזשניץ מאנסי, איז דא א יוד ר' יצחק ווייס לאוי"ט וואס ער האט גידענקט דעם ניגון, אין דער בעל הישועות משה זצ"ל האט עטליכע מאל דערמאנט אז ער גידענק אז ביי זיין הייליגען זיידען דער 'אהבת ישראל' פלעגט מען זינגען א ניגון אויף די ווערטער 'בר-יוחאי' אין דער 'אהבת ישראל' פלעג צו וויינען בדמעות שליש (שלא כהרגלו, ווייל ער פלעג כמעט נישט וויינען הערענדיג א צווייטען דאווענען אדער זינגען-נאר ווען ער האט אליין געדאווענט), אין הרה"ח ר' בנימין הארטמאן לרפו"ש (אן אלטער באוויסטער ספעציאליסט און מומחה אין ענייני נגינה), מיט חבר מרעיו (ר' אשר פאלאק, די היינטיגע פירער פונעם וויז'ניצען קאר ביי אדמו"ר מהר"י אין בני ברק) אין ר' יוסל שעכטער (וואס זינגט אויף דעם דיסק וואס איז אויבן דערמאנט), זענען גיגאנגען אויסהערען דעם ר' יצחק'ן, אין מ'האט ארויס גיברענגט דעם ניגון מן הכח אל הפועל.
גיוועהן איז דאס אין יאהר תש"מ/א וואס מ'האט דעם ניגון געזינגען דאס ערשטע מאהל פארען 'ישועות משה' אין ער האט זיך ציוויינט בשעת'ן הערען דעם אור-אלטען ניגון, דערמאנענדיג זיך פונעם זיידען.

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » זונטאג אוקטובער 19, 2014 9:01 pm

אינטרעסאנט ביז גאר! ייש"כ משה חובב

אנכי
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:46 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכ"י יושבת

תגובהדורך אנכי » זונטאג אוקטובער 19, 2014 9:18 pm

מי יכול להעלות כאן הניגון עוה"פ?
אנא נפשי כתבית יהבית

משה חובב
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2013 6:13 am

תגובהדורך משה חובב » זונטאג אוקטובער 19, 2014 9:29 pm

אנכי האט געשריבן:מי יכול להעלות כאן הניגון עוה"פ?


אין אתר פון הזמנה לפיוט
http://www.piyut.org.il/tradition/3540.html?currPerformance=4791
פארגעס נישט אז דער סידי האט רעכטען פאר רובי באנעט, אדער פאר חיים שמחה אמזל, נישט עובר זיין אויף חוקי התורה, איך ווייס נישט וואס טוט זיך היינט מיט די רעכטען.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » זונטאג אוקטובער 19, 2014 9:34 pm

כפי ידיעתי פלעג ר' בעריש עמטליך שיקן יערליך די זעלבע ניגונים קיין סאטמאר און קיין וויזניץ. מיין עלטער זיידע האט געוואוינט אין א גרויסע שטאט אין מאראמאראש וואו עס האבן זיך געפינען א גרויסע קבוצה וויזניצער חסידים, און אזויווי קיינער פון זיי האט נישט געקענט קיין נאטן האט מיין זיידע - א ספינקער/סיגוטער חסיד - גע'חזר'ט מיט די וויזניצער חסידים די ניגונים.
מיין זיידע געדענקט איז די זעלבע ניגונים זענען געשיקט געווארן צו ביידע הויפן.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

purple knish
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:14 am

תגובהדורך purple knish » זונטאג אוקטובער 19, 2014 9:59 pm

please put link again. thanks


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 27 געסט