אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

לעקישבער
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:29 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקישבער »

למדן וצדיק האט געשריבן:כהאב בכלל נישט גערעדט פון דער די דאס דעם, כהאב גערעדט פונעם פרעפיקס ״דער״ און ״ער״. ער האט געזאגט אז מקען ניצן וועלכן מען וויל נאר וועלכן מניצט זאל זאל מען אייביג ניצן און נישט טוישן אמאל ״דער און אמאל ״ער״. אויף דעם ארויף זאג איך אז למשל דאס ווארט ״קלערן״ מיטן פרעפיקס ״דער״ האט באקומען ביי אונז אן אנדער מיינונג ווי מיטן פרעפיקס ״ער״. דערקלערן מיינט ״דערקלערן א דעקלעראציע״ און ״ערקלערן״ מיינט מסביר זיין. אשר על כן מוז מען על כרחך ניצן ביי אונז אמאל ״דער״ און אמאל ״ער״.

גערעכט, און אויף דעם האב איך געזאגט אז לכאו' לא הי' כוונתו צו טוישן מיינונגען, און ער רעדט פון רוב פעלער
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

וועלכע איז ריכטיג
"אנשטייאונג" / "אנטשייאונג"
(אויף גוגעל טרעפט מען ביידע, דא אויף אייוועלט בלויז די ערשטע - פערזענליך בין איך געוואוינט צום צווייטן, אבער דער ערשטער מאכט מער סענס)
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

איך קען די צווייטע
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

קרעמער האט געשריבן:וועלכע איז ריכטיג
"אנשטייאונג" / "אנטשייאונג"
(אויף גוגעל טרעפט מען ביידע, דא אויף אייוועלט בלויז די ערשטע - פערזענליך בין איך געוואוינט צום צווייטן, אבער דער ערשטער מאכט מער סענס)

אנטשייאונג זעט אויס ריכטיג

פון געוואוינהייט הערט זיך אנשטייאונג שרעקליך גרייזיג, קען זיין מיינע אויגן האבן עס שלעכט אויפגעכאפט

וואס האט דאס מיט סענס? וואס איז דער שורש פונעם ווארט? איז עס ווי אויפשטייאונג?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

קרעמער האט געשריבן:וועלכע איז ריכטיג
"אנשטייאונג" / "אנטשייאונג"
(אויף גוגעל טרעפט מען ביידע, דא אויף אייוועלט בלויז די ערשטע - פערזענליך בין איך געוואוינט צום צווייטן, אבער דער ערשטער מאכט מער סענס)

די ערשטע.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובה דורך למדן וצדיק »

סתם פאר אינטערסאנטקייט. א ליסטע פון ווערטער וואס האט זיך איינגעגעסן ביי אונז מיטן פרעפיקס ער־:

ערגענצן, ערגרייכן, ערהאלטן, ערהוילן, ערווארטן, ערוויילן, ערווענען, ערוועקן, ערווארבן, ערזעצן, ערלויבן, ערלעדיגן, ערמארדן, ערמוטיגן, ערמעגלעכן, ערנערן, ערפאלג, ערפארן, ערפילן, ערפינדן, ערצויגן, ערציילן, ערציען, ערקלערן, עררייכן, ערשטוינען, ערשיינען

און אגב איז דא נאך א סופיקס וואס האט זיך ביי אונז שטארק איינגעגעסן און איז נישטא אין "יידיש" און ווי ווייט איך ווייס אויך נישט אין דייטש: די סופיקס "־ד” (דע, דער, דן). ווי ס’זעט זיך אויס איז עס פשוט א פארקירצונג פון "־דיג".

דער באקאנטסטער ביישפיל איז "פאלגנד" אין די אלגעמיינע ווערטעביכער איז נישטא אזא ווארט, נאר "פאלגנדיק".

אנדערע ביישפילן:

(אויג) פארכפאנד, אדאפטירנד, אויסניצנד, אויפשטייענד, אנוועזנד, אנטוישנד, אנטקעגנשטעלנד, אנטשלאפנד, אנפירנד, אנרירנד, אראפפאלנד, ארויסגייענד, ארויסרעדנד, ארומגייענד, באַדאַרפנד, באדייטנד, באדייטנד, באהאלטנד, בוקנד, בייגנד, ביישטייערנד, בילנד, בליענד, בענקענד, גייענד, דאַרפנד, דרוקנד, דרינגנד, הערשנד, זינגנד, זעצנד, פאַלנד, פלוסנד, שטעלנד, שליסנד, שפרייזנד, שרייענד, אא"וו...
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

למדן וצדיק האט געשריבן:און אגב איז דא נאך א סופיקס וואס האט זיך ביי אונז שטארק איינגעגעסן און איז נישטא אין "יידיש" און ווי ווייט איך ווייס אויך נישט אין דייטש: די סופיקס "־ד” (דע, דער, דן). ווי ס’זעט זיך אויס איז עס פשוט א פארקירצונג פון "־דיג".

יעצט וועסטו שוין וואוסן...
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

קרעמער האט געשריבן:וועלכע איז ריכטיג
"אנשטייאונג" / "אנטשייאונג"
(אויף גוגעל טרעפט מען ביידע, דא אויף אייוועלט בלויז די ערשטע - פערזענליך בין איך געוואוינט צום צווייטן, אבער דער ערשטער מאכט מער סענס)

אין די ווערטערביכער שטייט "אנשטייאונג" (אַנטשטײונג), ס'נישטא דארט אזא ווארט "אנטשייאונג" אדער "אנטשייונג".
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

תגובה דורך זאג א גוטס »

אנטשייאונג איז ווען א זאך ווערט אנטשידן. פון וואס קומט אנשטייאונג? קוקט עפעס אויס ווי אנשטענדליך.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

חלב ישראל האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:און אגב איז דא נאך א סופיקס וואס האט זיך ביי אונז שטארק איינגעגעסן און איז נישטא אין "יידיש" און ווי ווייט איך ווייס אויך נישט אין דייטש: די סופיקס "־ד” (דע, דער, דן). ווי ס’זעט זיך אויס איז עס פשוט א פארקירצונג פון "־דיג".

יעצט וועסטו שוין וואוסן...

יא, ריכטיג, כזע
https://en.wiktionary.org/wiki/-end#German
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

זאג א גוטס האט געשריבן:אנטשייאונג איז ווען א זאך ווערט אנטשידן. פון וואס קומט אנשטייאונג? קוקט עפעס אויס ווי אנשטענדליך.

א זאך וואס ווערט אנטשידן איז אנטשיידונג
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

למדן וצדיק האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:וועלכע איז ריכטיג
"אנשטייאונג" / "אנטשייאונג"
(אויף גוגעל טרעפט מען ביידע, דא אויף אייוועלט בלויז די ערשטע - פערזענליך בין איך געוואוינט צום צווייטן, אבער דער ערשטער מאכט מער סענס)

אין די ווערטערביכער שטייט "אנשטייאונג" (אַנטשטײונג), ס'נישטא דארט אזא ווארט "אנטשייאונג" אדער "אנטשייונג".

מיט ביידע טית'ן?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

אנטשטייונג.png
אנטשטייונג.png (14.96 KiB) געזען 461 מאל
.
און ווי אויך דא
https://beta.hebrewbooks.org/reader/rea ... hlts=&ocr=
לעצט פארראכטן דורך למדן וצדיק אום מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 2:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

למדן וצדיק האט געשריבן:

טא פארוואס אין אידיש איז איין טית נעלם?
אגב פון דא נעמט זיך פארלייפיג דער גרייז פון מעלים זיין דעם צווייטן ט' אנשטאט דעם ערשטן
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

למדן וצדיק האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:אנטשייאונג איז ווען א זאך ווערט אנטשידן. פון וואס קומט אנשטייאונג? קוקט עפעס אויס ווי אנשטענדליך.

א זאך וואס ווערט אנטשידן איז אנטשיידונג

גוגל איז מעתיק עטליכע פלעצער וואו מ'רעדט איבער די אנטשייאונג פון מדנ"י, וואס מיינט לכאורה ווען די מדינה איז אנטשידן געווארן, עס איז ארויס אל הפועל.
גענוי ווי א חידה ווערט אנטשידן, עס ווערט נתגלה וואס איז פריער געווען בהסתר.
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

זאג א גוטס האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:אנטשייאונג איז ווען א זאך ווערט אנטשידן. פון וואס קומט אנשטייאונג? קוקט עפעס אויס ווי אנשטענדליך.

א זאך וואס ווערט אנטשידן איז אנטשיידונג

גענוי ווי א חידה ווערט אנטשידן, עס ווערט נתגלה וואס איז פריער געווען בהסתר.

לא נכון אף לא בדרך דרוש לענ"ד
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

מיגו האט געשריבן:

וואס דען איז די שורש פונעם ווארט?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

זאג א גוטס האט געשריבן:גוגל איז מעתיק עטליכע פלעצער וואו מ'רעדט איבער די אנטשייאונג פון מדנ"י, וואס מיינט לכאורה ווען די מדינה איז אנטשידן געווארן, עס איז ארויס אל הפועל.
גענוי ווי א חידה ווערט אנטשידן, עס ווערט נתגלה וואס איז פריער געווען בהסתר.

:roll: :roll:

האקט

לכאורה משורש אנטשטאנען
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

זאג א גוטס האט געשריבן:
מיגו האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:אנטשייאונג איז ווען א זאך ווערט אנטשידן. פון וואס קומט אנשטייאונג? קוקט עפעס אויס ווי אנשטענדליך.

א זאך וואס ווערט אנטשידן איז אנטשיידונג

גענוי ווי א חידה ווערט אנטשידן, עס ווערט נתגלה וואס איז פריער געווען בהסתר.

לא נכון אף לא בדרך דרוש לענ"ד

וואס דען איז די שורש פונעם ווארט?

איך ווייס נישט. זאלן די לינגוויסטן זיך לאזן הערן. אבער "וואס דען" איז נישט קיין קובע בד"כ אין קיין נושא.

נ.ב. דער שורש פון 'אנטשידן' איז 'אנטשידן'? נו, איז דער שורש פון 'אַנטשטײונג' 'אַנטשטײונג'

אסדר לסעודתא האט געשריבן:לכאורה משורש אנטשטאנען

גוט. אדער איז אנטשטאנען משורש אַנטשטײונג (שם דבר)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

־ונג איז א סופיקס וואס מקען צולייגן צו ווערבן (שם פועל) עס צו מאכן פאר א סובסטאנסיוו (שם דבר). עס איז נישטא אזא ווארט אנטשייען און ממילא איז אויך נישטא אזא ווארט אנטשייאונג. אנטשטיין איז יא א ווארט (מיטן לשון עבר אנטשטאנען) ממילא ווען ממאכט עס פאר א שם דבר ווערט עס אנטשטייאונג. נאכדעם איז דא א ווארט אנטשיידן וואס פון דעם קען מען מאכן אנטשיידונג.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

אולי י"ל, ווען די מדינה איז אנטשטאנען איז געשען אן אנטשייאונג, און עס איז (ליידער) געבליבן שטיין.
און אלעס איז משורש 'שטיין'.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

זאג א גוטס האט געשריבן:אולי י"ל, ווען די מדינה איז אנטשטאנען איז געשען אן אנטשייאונג, און עס איז (ליידער) געבליבן שטיין.
און אלעס איז משורש 'שטיין'.

עס איז טאקע משורש פון 'שטיין', אנטשטאנען איז אויך משורש פון 'שטיין'. פארדעם שרייבט מען 'אנטשטייאונג' וואס האט די ט' פאר די ש'.

אנטשייאונג האט גארנישט קיין שטיין אין זיך.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

למדן וצדיק האט געשריבן:נאכדעם איז דא א ווארט אנטשיידן וואס פון דעם קען מען מאכן אנטשיידונג.

מסתמא דאס זעלבע ווי באשיידן/באשיידונג. ("פתרון" אין לשה"ק וועט מען ניצן סיי פאר א חלום און סיי פאר א חידה, אבער געוויסע מערקן אן אז אין לשון מקרא וועט מען עס נישט געפינען ביי עפעס אנדערש ווי א חלום.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

גרשון האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:נאכדעם איז דא א ווארט אנטשיידן וואס פון דעם קען מען מאכן אנטשיידונג.

מסתמא דאס זעלבע ווי באשיידן/באשיידונג. ("פתרון" אין לשה"ק וועט מען ניצן סיי פאר א חלום און סיי פאר א חידה, אבער געוויסע מערקן אן אז אין לשון מקרא וועט מען עס נישט געפינען ביי עפעס אנדערש ווי א חלום.)

און וואס איז מיט אפשיידן/אפשיידונג? :lol:

איך כאפ נישט די שייכות.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

זאג א גוטס האט געשריבן:אולי י"ל, ווען די מדינה איז אנטשטאנען איז געשען אן אנטשייאונג, און עס איז (ליידער) געבליבן שטיין.
און אלעס איז משורש 'שטיין'.

מדינה? דו רעדסט פון מד"י? וואס האט אַנטשטײונג צו מד"י? איך קען דאס נישט אנטשיידן.

אַנטשטײונג איז אנטשטאנען פאר די אַנטשטײונג פון די מדינה
:wink:

האקט... אסדר איז גוט מסודר
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”