מיסתפינא האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:חלה לכבוד שבת האט געשריבן:אנעים זמירות האט געשריבן:מנחם מענדל פון די ביכער?
מנחם מענדל משי-זהב, די אידישע שרייבער וועלכע האט ארויסגעגעבן הונדערטער ביכער מיט די פענע נאמען "מנחם מענדל" איז נפטר געווארן פון קאראנעווירוס, אינעם עלטער פון 84 יאר. ברוך דיין האמת.
•אידישע נייעס
מהרש"א און מאניש..... די געפינטלטע ביכער, איי האט עס געהאט א חן, ביז צו די מער מאדערנע ליין מאטריאל פון חיים אליאב מיט די גרינע כישוף אויג סעקטעס
יהא זכרו ברוך
ער האט קובע געווען אז אידיש שרייבט מען מיט א א' און נישט מיט א י' - יודיש?
אין ירושלים זאגט מען מיט א א' - א אידען.
איך גלייב נישט אז ס'איז זיין חידוש. 'א אידן' זעט מען שוין אין פארצייטישע ביכער אויך, הגם ווייניגער ווי היינט.
'דער איד' האט דער רבי דייקא געהייסן שרייבן אזוי און נישט 'דער יוד' כדי אפצוטיילן פון די משכילים למיניהם. (דער איד האט סאטמאר נישט מייסד געווען. ס'איז געווען א צייטונג וואס איז אפגעקויפט געווארן בהשתדלות הרב מקראסנא) בדרך מליצה האט ער געזאגט אז איד איז ר"ת אפרים יוסף דוב, כשם הגבאי ר' יאסל.
די ירושלימער זאגן אן א' מיט א יוד, וכן להיפוך. זיי זינגען ה-א-ללה אשעם אנשטאט אההלה ה', ודו"ק.