אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

יענקל אלצווייסער
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל אלצווייסער »

א פראגע וואס באדערט מיר שוין לאנג: וויאזוי זאל מען זאגן Well אין די אידישע שפראך?
די ענטפער זאל נישט זייןן "אקעי" אדער "איך-הער" נאר עפעס קורץ און שארף וואס זאל ערזעצן דעם ווארט
טראכט גוט וועט זיין גוט, טראכט גארנישט וועט זיין נאך בעסער!
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

יענקל אלצווייסער האט געשריבן:א פראגע וואס באדערט מיר שוין לאנג: וויאזוי זאל מען זאגן Well אין די אידישע שפראך?
די ענטפער זאל נישט זייןן "אקעי" אדער "איך-הער" נאר עפעס קורץ און שארף וואס זאל ערזעצן דעם ווארט

נישט אויף אלע ענגלישע אויסדרוקן איז פארהאן אן אידישן אפטייטש, וכן להיפך. די בעסטע וואס איך האב געקענט אויפקומען, פאר אן הצלה פורתא, איז די ווארט 'ווארום', ס'מיינט אבער היבש אנדערש. און האב נישט קיין טענות אויב די צוהערער וועלן דיר אויסלאכן..
קען זיין ס'דא בעסערע, אדרבא
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

ווענדט זיך די קאנטעקסט - אוואו דער חמור שטייט איין.

קען זיין,

-נו,
-אלזא,
-בקיצור,
-נו, נו,
-הכלל,
-איז,
-וואס מיינסטו,

ועוד
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

ווענדט זיך די קאנטעקסט - אוואו דער חמור שטייט איין.

קען זיין,

-נו,
-אלזא,
-בקיצור,
-נו, נו,
-הכלל,
-איז,
-וואס מיינסטו,

ועוד

;l;p-
באמת עטליכע פון דיינע איז אביסל שווערער צו כאפן, ברויכסט צולייגן טראפן, למשל אז 'נו' קומט צוזאגן מיט אזא האלבער מלאופים און א שארפן שאורט סטאפ
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

יענקל אלצווייסער האט געשריבן:א פראגע וואס באדערט מיר שוין לאנג: וויאזוי זאל מען זאגן Well אין די אידישע שפראך?
די ענטפער זאל נישט זייןן "אקעי" אדער "איך-הער" נאר עפעס קורץ און שארף וואס זאל ערזעצן דעם ווארט

דו מיינטס ווען די ווארט נאכדעם איז 'אבער'?

אין ארה"ק איז 'בסדר' שטארק אין באנוץ. וכמאמר רביה"ק אין א סדר איז אויך דא מרור...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
יענקל אלצווייסער
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל אלצווייסער »

איך מיין צו זאגן, אז ווען דו וועסטיך טענה'ן מיט איינעם, אדער דו געפינסט זיך אויפ'ן דעבטאע פלאטפארמע און דו ווילסט אפפרעגן זיינע באמערקונגן און באהפויטונגן. עס איז דא א וועג, פון גלייך גיין צום פונקט, אבער אין עינגליש וואלט מען דאן גע'געבן א קוועטש די ווארט Well, וואס אין אידיש האב איך נאכנישט געטראפן די ריכטיגע זאץ דערפאר. עס איז דא די ווערטער, נו, אלזא, הכלל, אבער די באדייט דערפון איז נישטאמאל קיין ווייטע קאזינס פון דעם ווארט.
טראכט גוט וועט זיין גוט, טראכט גארנישט וועט זיין נאך בעסער!
אוועטאר
טשולענט בונדלעך
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשולענט בונדלעך »

גרשון האט געשריבן:
טשולענט בונדלעך האט געשריבן:איך מיטשע מיר שוין מיט דעם א לאנגע צייט, קוויטעל אדער קוויטל, גלייבען אדער גלייבן, עסען אדער עסן?? ועוד ועוד

ווען א ווארט ענדיגט זיך מיט ל' נאכגעפאלגט א שוא קלאנג, קומט, דאכט זיך, קיינמאל נישט קיין ע'. ס'קומט דעריבער "קוויטל."

ווען ס'ענדיגט זיך מיט א ן' איז עס אביסל מער קאמפליצירט. רוב מאל קומט עס אויך אן דעם ע', ווי "גלייבן" און "עסן," חוץ אויב דער אות וואס האט דעם שוא/סגול איז איינע פון די אותיות: מ, נ, נג, נק, און אין געוויסע פעלער אויך ל.

מ: ווי אין די ווערטער קומען, שווימען, בלומען, אויסרימען.

נ: ווי אין די ווערטער שפינען, רינען, זינען, בינען.

נג: ווי אין די ווערטער געגאנגען, געזונגען, געקלונגען, לאנגען.

נק: ווי אין די ווערטער דאנקען, געדענקען, בלינקען, שענקען.

ל: ביי דעם ווענדט זיך צי דער אות פאר'ן ל' איז א וואקאל - א, ו, י' און ע' - אדער א קאנסטאנאנט - אלע אנדערע אותיות. אויב איז עס א וואקאל, קומט נישט קיין ע', ווי אין די ווערטער אפקילן, קוועלן, קוילן, מאלן. אבער אויב איז א קאנסטאנאנט, קומט יא אן ע', ווי אין די ווערטער הימלען, צימבלען, אינזלען, שימלען.

א גרויסן יישר כח
א יוד מאכט נישט מיט, א יוד ווערט איבערגעמאכט...
געהערט פון א ידיד וואס האט אסאך מיטגעמאכט, און געווארן איבערגעמאכט
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

וויאזוי שרייבט מען ריכטיג?
דורכויס? דורכאויס? אדער גאר אויף א דריטע וועג?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אילו זכינו האט געשריבן:וויאזוי שרייבט מען ריכטיג?
דורכויס? דורכאויס? אדער גאר אויף א דריטע וועג?

דורכאויס.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

ייש"כ

און וויאזוי שרייבט מען "אבאכט"? ואס מיינט "געהיטן", געוואטשט.
למשל: ער האט זייער אבאכט געגעבן דערויף...
איז עס גוט געשריבן אזוי?
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

אילו זכינו האט געשריבן:ייש"כ

און וויאזוי שרייבט מען "אבאכט"? ואס מיינט "געהיטן", געוואטשט.
למשל: ער האט זייער אבאכט געגעבן דערויף...
איז עס גוט געשריבן אזוי?

איך שרייב "גיבט אפ-אכט" זינט דאס איז דער ארגינאלער ווארט, אבער כ'מיין דער עולם פירט זיך צו שרייבן ווי דיר
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

וועלטניק האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:ייש"כ

און וויאזוי שרייבט מען "אבאכט"? ואס מיינט "געהיטן", געוואטשט.
למשל: ער האט זייער אבאכט געגעבן דערויף...
איז עס גוט געשריבן אזוי?

איך שרייב "גיבט אפ-אכט" זינט דאס איז דער ארגינאלער ווארט, אבער כ'מיין דער עולם פירט זיך צו שרייבן ווי דיר

מ'קען אויך אינגאנצן אויסלאזן דעם "אפ" - געב אכט.
לעצט פארראכטן דורך גרשון אום זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 11:40 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אדער געב אכטונג
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

שרייבט מען באפעלקרונג אדער באפעלקערונג?
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

באפעלקערונג.
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

יענקל אלצווייסער האט געשריבן:איך מיין צו זאגן, אז ווען דו וועסטיך טענה'ן מיט איינעם, אדער דו געפינסט זיך אויפ'ן דעבטאע פלאטפארמע און דו ווילסט אפפרעגן זיינע באמערקונגן און באהפויטונגן. עס איז דא א וועג, פון גלייך גיין צום פונקט, אבער אין עינגליש וואלט מען דאן גע'געבן א קוועטש די ווארט Well, וואס אין אידיש האב איך נאכנישט געטראפן די ריכטיגע זאץ דערפאר. עס איז דא די ווערטער, נו, אלזא, הכלל, אבער די באדייט דערפון איז נישטאמאל קיין ווייטע קאזינס פון דעם ווארט.


דו בעסטע ערזעץ וואס איך קען טראכטן איז "קוק", איך מיין אז דאס איז שוין יא גאנץ א נאנטע קוזין.
דארפסט פארשטיין אז well מיינט באמת גארנישט, עס איז בלויז אזא אויסדרוק אן קיין אפטייטש, מען וואלט פונקט אזוי געקענט זאגן "באם" נאר happens to be אז מען זאגט well. ממילא איך מיין אז "קוק" אדער "קוק אהער" איז גאנץ א גוטע אויסדרוק אנשטאט.
אוועטאר
טשולענט בונדלעך
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשולענט בונדלעך »

צומער אדער צוממער?
א יוד מאכט נישט מיט, א יוד ווערט איבערגעמאכט...
געהערט פון א ידיד וואס האט אסאך מיטגעמאכט, און געווארן איבערגעמאכט
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

ציממער.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

צימער.
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:צימער.

איז דאס נישט די זעלבע מחלוקת הפוסקים איבער זומער אדער זוממער?
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

וואס איז דער ריכטיגער אויסלייג פון:
פיליזאף? פיליזאפן? פיליזאפיע?
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

פיל"א"זאף, אןו דאך די איבעריקע צוגאבען
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

צו געזונט האט געשריבן:פיל"א"זאף, אןו דאך די איבעריקע צוגאבען

א דאנק
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
נאו נעים
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאו נעים »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:שרייבט מען באפעלקרונג אדער באפעלקערונג?

באפעלקערונג
וואס איז בכלל די הו"א?
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

להגדיל האשכול ולהאדירה..
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”