סידיראם האט געשריבן:ווי אויך האב איך געהערט אמאל פון אחד מחסידי אדמו"ר מלב טהור (ער האט געזאגט אז ער שטאמט פון אשכנזים) אז זיין רבי'ס נאמען העלבראנץ איז די זעלבע נאמען ווי היילברוין, נאר עס האט זיך פארטוישט לויט די הברה פון פארשידענע מדינות.
איך האב געוואוסט אז העלבראנץ איז פארדרייט פון זיין אריגינעלן ספרדישן נאמען אל-ברנס
עס דרייט זיך ארום א ווארט אז צווישן אלימלך פון רות און דער רבי אלימלך איז קיין אלימלך נישט געווען.
פארט האבן מיר געפינען עטליכע אלימלכ'ס: אין דבר שמואל אויף גיטין ברענגט ער דעם נאמען אלס כינוי, און אין שו"ת מהרי ווייל שרייבט ער אויך צו איינעם א אלימלך.
אויסער דעם איז פאראן אין ספר הזכרונות פונעם מריי"ץ מיליובאוויטש א אלימלך, אבער פון דארט איז נישט קיין ראי', כידוע.
יתכן אז מען קען פארענטפערן, אז די נאמען אלימלך אן א כינוי איז נישט געווען ביז דער רבי ר' אלימלך, דהיינו אז אויב עס איז יא געווען איז דאס נאר געווען א שם כינוי וואס מען האט מוסיף געווען אויף א שם העצם. אדער אפילו דאס איז יא געווען א שם העצם איז דאס נאר געווען א שם נוסף, משא"כ דער רבי ר' אלימלך האט געהייסן נאר אזוי. כן יש ליישב בדוחק.
אין נחלת שבעה (סי' מו, שמות אנשים, מהדו"ב) ווערט שוין געברענגט: "יוסף המכונה האז או העזל". איז משמע אז 'האזיל' איז א שם ילדות פאר 'האז'. אינטערעסאנט, וואס האט עס שייכות מיט 'יוסף'? מיט א סוירטש אין אוצה"ח קען מען טרעפן עטליכע וואס האבן געהייסן 'שמואל העזיל', כפי שהבאת מהמצבה הנ"ל. עוד על השם 'העזיל' ראה שו"ת קול מבשר חלק א סי' לא.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

אין נחלת שבעה (סי' מו, שמות אנשים, מהדו"ב) ווערט שוין געברענגט: "יוסף המכונה האז או העזל". איז משמע אז 'העזיל' איז א שם ילדות פאר 'האז'. אינטערעסאנט, וואס האט עס שייכות מיט 'יוסף'? מיט א סוירטש אין אוצה"ח קען מען טרעפן עטליכע וואס האבן געהייסן 'שמואל העזיל', כפי שהבאת מהמצבה הנ"ל. עוד על השם 'העזיל' ראה שו"ת קול מבשר חלק א סי' לא.
איז משמע אז א כינו פאר יוסף
איך זאג אזוי: דער נאמען: יוסף. דער כינוי: האז. דער שם ילדות/געגוע: העזיל. קומט אויס כמו שכתבתי: העזיל איז א שם ילדות פאר האז; האז איז א כינוי פאר יוסף. ביים ברית רופט מען אים יוסף, אין שטוב רופט מען אים יונגערהייט העזיל. ווען ער ווערט עלטער דארף זיך עס טוישן צו האז. אבער אפטמאל בלייבט עס ביים שם ילדות.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
מיללער האט געשריבן: מייזעלס-מייזליש - כפי הנלע"ד איז דאס פון די סעריע פון; חנליש, סורקיש, עברילס. די נעמען זענען היינט אדער פארדרייעט אדער נישט באקאנט אבער אין די ערשטע יארען פון משפחה נעמען איז דאס געווען גאר פאפולער אז מ'האט גענומען די מוטער'ס נאמען אדער דעם פאטער'ס נאמען אלס א משפחה-נאמען (סורקיש איז אזוי ווי שרה'קאס) אויך באקאנט דער גביר פון קראקא ר' אייזיק ר' יעקלס.
הגם איך ווייס נישט וויאזוי מסביר צו זיין דעם 'מייז' פון מייזליש איז דאס אבער זייער מסתבר לויט די צוויי באזונדערע אויסלייגען מיט א ס' אדער א ש' וואס מ'זעהט ביי די סארט נעמען.
עוד חזון למועד.
יעצט אריינגעוואנדערט אין דעים הערליכן אשכול. די נאמען מייזעלס - לויט ווי איך האב געהערט פון ר' נתן יוסף ז"ל - שטאמט פון א שטאט אין פוילן וואס הייסט מייזעלס. איך ווייס נישט ווי די שטאט געפינט זיך אבער אזוי האט ער געזאגט. עס האט אבער נישט מיט קיין מייזל צו טוהן.
יעצט איז די שאלה פארוואס יענע שטאט האט געהייסן אזוי? (און בכלל ווי איז די שטאט).
במח״ג, ער איז נישט גערעכט , מייזל איז א כינוי פון מרדכי, זיי שטאמען זיגער פון אז זיידע וואס האט געהייסן מרדכי מייזל
איך פארצייל דיר וואס ר' נתן יוסף האט מיר אמאל פארציילט ברבים זיצנדיג ביי א קידוש אין זיין בית מדרש שבת אינדערפרי, ער האט דאן געזאגט אז אין ווארשע (צו אין קראקא) איז דא א גאס מיט די נאמען מייזעלסע על שם די נאמען פון די שטאט. לכאורה אלס איינער וואס האט געטראגן דעים נאמען מייזעלס וואלט ער בעסער געוויסט די מקור פון די נאמען.
למיטב ידיעתי איז נישטא קיין שטאט מיט׳ן נאמען מייזלש. איי ר׳ נתן יוסף האט געזאגט, נו, וואס זאל איך עם טוען.
ארוואס מייזל איז א גינויפאר מרדכי איז א גוטע פראגע, אבער עי׳ בספרי שמות גיטין.
Ancestry האט עפעס א הסבר אויפן נאמען, די שאלה איז נאר צו זיי ווייסן וואס זיי רעדן
Maisel Name Meaning German and Jewish (Ashkenazic): variant spelling of Meisel. This surname is widespread in eastern and central Europe. French: from Old French maisel ‘slaughterhouse’, ‘butcher’s shop’, hence a topographic name for someone who lived by a butcher’s shop or who worked in one.
סידיראם האט געשריבן:סתם פאר די נייגעריגקייט, פון ווי נעמסטו אז די סיבה פארוואס מען האט געגעבן די נאמען מייזעלס פאר די גאס אין קראקא איז על שם דער קראקאווער רב?
כ'האב עס געהערט פון הרה"ק ר' יאנקעלע מפשעווארסק זצ"ל אמאל אויף א טעיפ
סידיראם האט געשריבן:סתם פאר די נייגעריגקייט, פון ווי נעמסטו אז די סיבה פארוואס מען האט געגעבן די נאמען מייזעלס פאר די גאס אין קראקא איז על שם דער קראקאווער רב?
עס דרייט זיך ארום א ווארט אז צווישן אלימלך פון רות און דער רבי אלימלך איז קיין אלימלך נישט געווען.
פארט האבן מיר געפינען עטליכע אלימלכ'ס: אין דבר שמואל אויף גיטין ברענגט ער דעם נאמען אלס כינוי, און אין שו"ת מהרי ווייל שרייבט ער אויך צו איינעם א אלימלך.
אויסער דעם איז פאראן אין ספר הזכרונות פונעם מריי"ץ מיליובאוויטש א אלימלך, אבער פון דארט איז נישט קיין ראי', כידוע.
יתכן אז מען קען פארענטפערן, אז די נאמען אלימלך אן א כינוי איז נישט געווען ביז דער רבי ר' אלימלך, דהיינו אז אויב עס איז יא געווען איז דאס נאר געווען א שם כינוי וואס מען האט מוסיף געווען אויף א שם העצם. אדער אפילו דאס איז יא געווען א שם העצם איז דאס נאר געווען א שם נוסף, משא"כ דער רבי ר' אלימלך האט געהייסן נאר אזוי. כן יש ליישב בדוחק.
כמה אלימלך'ס היו בשוקי. לדוגמא וכהנ''ל וראה בספר אבני אש [וואכשטיין. ווינה תרפ''ב] עמ' 48 ט''ז שבט תק''ח .. בן הקדוש מוה''ר אלימלך ז''ל. שמעתי אז דער ווארט גייט אז קיין אדם גדול מיטן נאמען אלימלך איז נישט געווען. ויש להקשות ע''ז מספרו של וואכשטיין שהבאתי שמוזכר בתואר קדוש ויכול להיות שנהרג על קידוש שמו יתברך .
וואץ, ט"ז שבט תק"ח איז שוין געווען לאאנג נאכדעים וואס דער רבי ר' אלימלך איז געווען געבוירן. רבי אלימלך איז נפטר געווארן בשנת תקמ"ז, און איז שוין געווען איבער די 60 צו נאך מער, ממילא פון יענע קדוש רבי אלימלך וואס די ברענגסט איז נישט אזוי שווער.
סידיראם האט געשריבן:וואץ, ט"ז שבט תק"ח איז שוין געווען לאאנג נאכדעים וואס דער רבי ר' אלימלך איז געווען געבוירן. רבי אלימלך איז נפטר געווארן בשנת תקמ"ז, און איז שוין געווען איבער די 60 צו נאך מער, ממילא פון יענע קדוש רבי אלימלך וואס די ברענגסט איז נישט אזוי שווער.
הוא היה לכל הפחות בן גילו של הרה''ק הרבי רבי אלימלך זיע''א שנולד בשנת תע''ז או מבוגר ממנו.