מעכל קנעכל האט געשריבן:א מין חוצפה דאס צו מיר אריינצווינגען אין די גראמאטישע פארום.
לאטס מיר ארויס פון דא, ביי חסידים האט מען קיינמאל נישט געלערנט קיין דקדוק.
אז איך בין שוין יא דא: פון וואו קומט די נאמען מעכל? וואס איז די שורש דערפון און פארוואס גייט עס געווענטליך מיט יחיאל? קומט עס פון מיכה?
כ'מיין אז דיין ענטפער שטעקט דא:
געווען אמאל אנ'אמאהארעץ. אוי האט ער זיך אפגעפלאגט ביי ר' ישמעאל אומר יעדן טאג.
איין טאג האט ער מחליט געווען, דאס איז עס! מ'גייט עס דעשיפרירן! מ'גייט דערגיין דעם מיינונג!
ער זעצט זיך אראפ און הייבט אן צו טייטשן יעדע ווארט באזונדער. ער האט זיך שיער אנייצע געגעבן ביז...
אנקומענדיג צו מכלל ופרט, ומפרט וכלל, כלל ופרט וכלל... דאס איז שוין געווען טו מאטש!
ער רייבט זיך די שטערן ביז ס'געגאנגען!
מעכל פאָרט. אקעי ס'מאכט סענס.
מ'פארט מעכל. קען אויך מיטגיין.
מעכל פארט מעכל. רבש"ע וויזוי עסט מען דאס??
אונז ווייס'מיר אבער יא אז ס'מיינט: מעכי ענד קנעכי ענד עווריאן פריים טיים שאו!