בנינים בלשון הקודש

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

בנינים בלשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

ווער וויל מיך העלפן דא

די ערשטע איז אדער א פועל עומד, אדער א פועל יוצא. א דגומא פאר פועל עומד איז די ווארט הֹלֵך ער גייט. נאר א זאך טוט. ביי דער דוגמא א מענטש גייט. און א דוגמא פאר א פועל יוצא מיינט: אֹכֵל. א זאך טוט, בעת א אנדערע זאך ווערט געטון. ביי דער דוגמא: א מענטש עסט. דער מענטש עסט, און דאס עסן ווערט אויפגעגעסן.

דאס איז די ערשטע בנין אין לשון הקודש.

פָּעַל ער האט געטון

פָּעַלתָּ דו האסט געטון

פָּעַלְתִּי איך האב געטון

פָּעַלוּ זיי האבן געטון

פְּעַלְתֶּם עטץ האטס געטון.

פָּעַלְנוּ אונז האמיר געטון.

פָּעַלָה זי האט געטון.

פָּעַלְתָּ דו האסט געטון.

פָּעַלְתֶּןׁ (די זעלבע ווי פְּעַלְתֶּם)

פּוֹעֵל ער טוט.

פּוֹעַלִים זיי טוען.

פּוֹעַלָה זי טוט.

פּוֹעֶלֶת זי טוט.

פּוֹעַלוֹת זיי טוען.

פָּעוּל א געטוענע זאך.

פְּעוּלִים געטוענע זאכן. ל"ז

פְּעוּלוֹת געטוענע זאכן. ל"נ

פְּעַל טו.

פְּעוֹל טו.

פַּעֲלוּ טוטס.

פַּעֲלִי טוטס ל"נ.

פִּעֵלְנָה טוטס (?)

פָּעוֹל טון.

בִּפְעוֹל מיטן טון.

כִּפְעוֹל ווען ער האט געטון.

לִפְעוֹל צו טון.

מִּפְעוֹל די טו

אֶפְעַל איך וועל טון.

יִפְעַל זאל טון.

תִּפְעַל זאלסט טון.

נִפְעַל לאמיר טון.

יִפָעַלוּ זיי זאלן טון.

תִּפְעַלוּ עטץ זאלטס טון. תִּפְעַלְנָה עטץ זאלטס טון. לשון נקיבה.

דא גייט מען אריבער צו א צווייטע בנין.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: בנינים בלשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ווארט איך שוין לאנג אויף אזא אשכול
לאמיר אפן מוועט גוט צולייגן די אלע בנינים אז סאל נישט בלייבן קיין איין שטיין נישט קלאר
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: בנינים בלשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נו לאמיר אנהייבן
וואס מיינט פועל עומד און וואס יוצא און פארוואס ווערט דאס אזוי אנגערופן?

לויט ווי דו שרייבסט
אוכל מיט א ציירי איז פועל עומד (דער מענטש עסט)
און אכול איז א פועל יוצא
שטימט?
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דינסטאג יולי 07, 2020 4:48 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: בנינים בלשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איינס האט געשריבן:ווארט איך שוין לאנג אויף אזא אשכול
לאמיר אפן מוועט גוט צולייגן די אלע בנינים אז סאל נישט בלייבן קיין איין שטיין נישט קלאר

דו גייסט מיר העלפן בעזרת השי"ת. נאך אזאך. אפשר איז שוין דא אזא ארבעט. זייער מעגליך אז יא. א ארבעט וואס טייטשט יעדע בנין. און געט משלים.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: בנינים בלשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

די צווייטע בנין פארציילט אז א זאך איז געטון געווארן.

(עבר)
נִפְעַל א זאך איז געטון געווארן. ווען א מענטש באקומט א התעוררות תשובה ווערט דער מענטש געטון דורך די מוסר. עס איז געטון געווארן. נפעל הרהור תשובה באדם.

נִפְעַלתָּ פאר'ן מענטש זאג איך: דו ביסט געטון געווארן.

נִפְעַלְתִּי דער מענטש זאגט: איך בין געטון געווארן.

נִפְעֲלוּ זיי זענען געטון געווארן.

נִפְעַלְתֶּם עטץ זענטץ געטון געווארן.

נִפְעַלנוּ אונז זעמער געטון געווארן.

נִפְעֲלָה זי איז געטון געווארן.

נִפְעַלְתָּ דו ביסט געטון געווארן.

נִפְעַלְתֶּן עטץ זענטץ געטון געווארן. (לשון נקיבה)

פון דא איז לשון הווה (?)

נפעל ער ווערט געטון.

נִפְעָלִים זיי ווערן געטון.

נִפְעָלָה זי ווערט געטון.

נִפְעֶלֶת זי ווערט געטון.

נִפְעָלוֹת זיי ווערן געטון. לשון נקיבה.

הִפָּעֵל ווער געטון. מ'זאגט פאר א טייך. הפעל = ווער געשפאלטן.

בּהִפָּעֵל
כְּהִפָּעֵל
לְהִפָּעֵל
מְהִפָּעֵל


אֶפָּעֵל איך וועל געטון ווערן.

יִפָּעֵל זי וועט געטון ווערן.

תִּפָּעֵל דו וועסט געטון ווערן.

נִפָּעֵל מיר וועלן געטון ווערן.

יִפָּעַלוּ זיי וועלן געטון ווערן.

תִּפָּעַלוּ עטץ וועטס געטון ווערן.

תּפָּעֵל

תִּפָּעֲלִי דו וועסט געטון ווערן (לשון נקיבה)

תִּפָּעֵלְנָה עטץ וועטס געטון ווערן (לשון נקיבה)

והשם הטוב יעזור.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: בנינים בלשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

נישט צו אפקוהלן די התעוררות אבער לכאורה איז א שאד איבערצושרייבן אלעס אין אידיש.
אין סיי וואס פאר א דקדוק ספר (רמח"ל למשל) איז עס שיין מסודר און גרינג צו זעהן בבת אחת.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: בנינים בלשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

איינס האט געשריבן:נו לאמיר אנהייבן
וואס מיינט פועל עומד און וואס יוצא און פארוואס ווערט דאס אזוי אנגערופן?

לויט ווי דו שרייבסט
אוכל מיט א ציירי איז פועל עומד (דער מענטש עסט)
און אכול איז א פועל יוצא
שטימט?

פועל עומד איז עפעס וואס דער זאך/מענטש טוט אליין, יוצא איז וואס ער טוט צו א צווייטן.
למשל:
ישב, עמד, קם - אלטס איז אין אים אליינס, ער שטייט, זוצט א.א.וו.
אכל, שתה, הכה - עסט א זאך, טרונקט עפעס, שלאגט זיין יצה"ר, א.א.וו.
געווענליך איז "את" א גוטע טעסט. אויב עס קומט אריין (אכל את פסחו, שתה את יינו) איז עס יוצא, אז נישט איז עס עומד.
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: בנינים בלשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

זייער א שיינע געדאנק איבערצו'חזר'ן דברים פשוטים און אויסצוקלארן זאכן וואס זענען אומקלאר.

אין דיין ערשטע ליסטע האסטו לכאורה געמאכט א קליינע טעות (בלויז די ניקוד)

נשמה האט געשריבן:
פָּעַלתָּ דו האסט געטון

פָּעַלְתִּי איך האב געטון

פָּעַלוּ זיי האבן געטון

פְּעַלְתֶּם עטץ האטס געטון.

פָּעַלְנוּ אונז האמיר געטון.

פָּעַלָה זי האט געטון


פָּעַלְתָּ דו האסט געטון.


דו ברענגסט דא צוויי מאל די זעלבע ווארט פאר זכר און פאר נקיבה, אבער באמת

בלשון נוכח פאר א זכר זאגט מען, פָּעַלתָּ דו האסט געטון, אבער פאר א נקיבה זאגט מען מיט א שווא אינטער די ת' פָּעַלְתְּּ דו האסט געטון.
סווייפ די קארטל
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:27 am

Re: בנינים בלשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סווייפ די קארטל »

עס איז דא א ספר לשון חיים מסביר אלעס בטוב טעם ודעת
סווייפ די קארטל
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:27 am

Re: בנינים בלשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סווייפ די קארטל »

הייב אן פון אנפאנג אז עס איז דא 7 בנינים
סווייפ די קארטל
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:27 am

Re: בנינים בלשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סווייפ די קארטל »

עס איז דא 12 גופים: 6 בלשון זכר אין 6 בלשון נקבה אבער אני מיט אנחנו איז די זעלבע לשון סיי ביי זכר אין סיי ביי נקבה ממילא רופט זיך עס נאר 10 גופים
1) אני (זכר ונקבה)
2) אתה (זכר)
3) הוא (זכר)
4) אנחנו (זכר ונקבה)
5) אתם (זכר)
6) הם (זכר)
7) את (נקבה)
8) היא (נקבה)
9) אתן (נקבה)
10) הן (נקבה)

אין דריי זמנים:
1) עבר
2) הוה
3) עתיד

יעדע פעולה קען מען אנכאפן אויף יעדע גוף אין יעדע זמן.
אבער בלשון הוה איז לשון יחיד די זעלבע ווארט אין לשון רבים די זעלבע ווארט
קומט אויס אז פון יעדע בנין קען מען מאכן 24 ווערטער 10 בלשון עבר 10 בלשון רבים אין 4 בלשון הוה
סווייפ די קארטל
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:27 am

Re: בנינים בלשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סווייפ די קארטל »

אין נאך 4 בלשון ציווי קומט אויס 28 ווערטער פון יעדע בנין
28x7=196
סווייפ די קארטל
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:27 am

Re: בנינים בלשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סווייפ די קארטל »

לשון עבר:

1)אני: אכלתי
2)אתה: אכלת
3)הוא: אכל
4)אנחנו: אכלנו
5)אתם: אכלתם
6)הם: אכלו
7)את: אכלת (שווא תי"ו)
8)היא: אכלה
9)אתן: אכלתן
10)הן: אכלו

לשון הוה

11)אני-אתה-הוא: אוכל
12)אנחנו-אתם-הם: אוכלים
13)את-היא: אוכלת
14)אתן-הן: אוכלות

לשון עתיד:

15)אני: אאכל
(היות עס איז א שורש הנופל זעהט מען אין די תורה ביי אליעזר אין בתואל לא אכל עד אם דברתי דברי אזוי אויך ביי די עקידה אשר אמר אליך ווייל די א' פון די שורש פאלט אוועק)
16)אתה: תאכל
17)הוא: יאכל
18)אנחנו: נאכל
19)אתם: תאכלו
20)הם: יאכלו
21)את: תאכלי
22)היא: תאכל
23)אתן: תאכלנה
24)הן: תאכלנה

לשון ציווי:

25)אני-אתה-הוא: אכל
26)אנחנו-אתם-הם: אכלו
27)את-היא: אכלי
28)אתן-הן: אכלנה
סווייפ די קארטל
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:27 am

Re: בנינים בלשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סווייפ די קארטל »

בלי"נ וועט מען באלד שרייבן דוגמאות אין די תורה אויף יעדע פון די ווערטער (לאו דווקא פון די שורש אכל אבער וויא עס איז יא דא וועט מען שרייבן)
ארגאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: בנינים בלשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

אט דא געפינט זיך די אלע בנינים אין ל"ק.
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”